קידוש האט געשריבן:א מיידל קומט צו איר אלטע באבע באזוכן און זאגט איר , "באבי כ'האב אינסטעגראם"
פרעגט די באבע , "און וואס זאגט דער דאקטאר דערצו ?"
קידוש: דאס דערמאנט מיך א זיסן דזשאוק. איך האב געערט פארשידענע נוסחאות פון די מעשה. איינס. לכאורה די מערסטע אינטרעסאנט...אין א שטאט אין די ליטא איז אמאל אויסגעקומען פאר א חשוב'ן איד. אפשר א ראש ישיבה צו פארן מיט'ן שטאטישן אויטאבוס. ווען א פרוי האט זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם האט ער איהר געזאגט.."דו זאלסט וויסן אז איך האב..."כרוספדין"... האט זי זיך דערשראקן און אוועקגעגאנגען. שפעטער איז געקומען נאך א פרוי. זי האט געזעהן א ליידיגן סיעט האט זי אויך געוואלט זיך אוועקזעצן. האט די ערשטע פרוי איהר געווארנט אז זי זאלל נישט זיצן נעבן דעם רעבי'ן ווייל ער האט כרוספדין. אנ'אנדער איד וואס איז אויך געפארן מיט דעם באס האטציך דערשראקן און ער האט געפרעגט דעם ראש ישיבה..."וואס איז דאס כרוספדין? האט דער ר"י געענטפערט..."קוק אריין אין תרגום אונקלוס. אויפ'ן פסוק ועשו להם ציצית. זאגט דער תו"א..."כרוספדין"...!