זוכער האט געשריבן:איך גיי פרובירן אביסל מסביר זיין וואס רויטע ליניעס באדייטן, זאלסט אביסל פארשטיין.
1)
צד א: מערת המכפלה איז אלץ געווען פלאץ ווי אידן האבן מתפלל געווען און דאס איז די מערת קבורה פון אברהם יצחק ויעקב וכו' - און עס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין די תורה - דאס איז דאס.
בערך 400 יאר נאך די פטירה פון אברהם אבינו איז כלב בן יפונה געגאנגען מתפלל זיין דארט, בערך אין יאר 2270 לבריאת העולם, און זינט דאן האבן אידן שטענדיג דארט מתפלל געווען עד היום הזה.
צד ב: ס'איז בכלל נישט געווען אזא מענטש ווי אברהם אדער אברם העברי. נישט ער האט בכלל עקזיסטירט, נישט כלב בן יפונה האט עקזיסטירט ס'איז א פערי טעיל. ס'איז סתם א שיינע געביידע אין חברון און ס'האט מיט כלל ישראל, פונקט ווי די פיראמידן אין עגיפטן.
2ׂׂ)
צד א: די אידן זענען געווען אין מצרים 210 יאר. מ'ווייסט היינט פון ריזיגע חורבנות וועלכע זענען עווידענס אויף די מקומות וואס אונזערע זיידעס האבן דארט שווער געארבעט. פרעה האט גאר שווער געפייניגט די אידן און זיי נישט געוואלט ארויסלאזן. נאכדעם וואס גאט האט געשטראפט די מצרים מיט 10 מכות האט ער ארויסדעליווערט די אידן פון מצרים ביד חזקה ובזרוע נטיה וכו' וכו'.
צד ב: האסט עפעס באווייזן דערויף? די גאנצע מעשה מיט די קנעכטשאפט, מיט די מכות איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
צד א: אוודאי האב איך באווייזן, די מצרים אליין האבן טויזענט יאר יאר שפעטער אין די צייטן פון די תנאים, האבן זיי פארלאנגט ביליאנען דינר/רובל/שקלים/גאלד צו באצאלן דעם גניבות וואס די אידן האבן ארויסגעטראגן פון מצרים. נישט גענוג באווייז.
צד ב: נאך א געבאקענע מעשה פון ענקער גמרא. ערבא ערבא צריך.
דיין פראבלעם איז אז די לייגסט נישט גוט אראפ די צד ב
1)
עס איז אדער יא אדער נישט געווען א מענטש אברהם העברי, ארום אים האבן זיך געדרייט אסאך מתותים ביי די לאקאלע שבטים, און די שטארק אנגענומענע האט ישבב הסופר אריין געלייגט אין די צוזאמגעשטעלטע בראשית
2)
א חלק אדער אלע פון די איזרעאלייטס זענען געווען אינטערדריקט מצרים אלץ די גרויסמאכט פון די געגענט, און זיי האבן אראפ גאווארפן די מצרישע עול, און אזוי ווי די מנהג דעמאלטס פון יעדע פאלק האבן זיי עס ארויף געלייגט אויף די געטער... קוק וויאזוי די יוונים און די ערשטע רוימער באשרייבן זייערע מלחמות, וועסטו באקומען א סענס פון וואס איך רעד.
און ווען יהושיהו האט צענטרעלאזירט די פולחן האט מען אלע אנגענומענע לעגנדעס ארויף געלייגט אויף הוי”ה און עס אויסגעארבייט פאר איין לאנגע מעשה
3)
יעצט די מצרים האבן געפאדערט געלט נישט ווייל זיי האבן עס געדענקט נאר מיט א לשיטתך, און אויף דעם האט מען זיי גענטפערט. (מעשיות וואס די גמרא דערציילט פון זייער תקופה האט לכאורה יא די שטארקייט פון היסטאריע. פארשטייט זיך מיט זייער פרעספעקטיוו)
יעצט זיי מיר מסביר פארוואס צד א’ איז שטערקער ווי צד ב’
משא” ביי די כינעזע מעשה וויאזוי די מענטש איז באשאפן געווארן פונעם געלן טייך איז צד ב שטערקער ווי צד א