די דילעמא פונעם מאן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
וויבאלד איך בין אריינגעפאלן אין דעם אשכול שפיר איך אז איך זאל ארויסברענגען א נקודה אדער צוויי איבער מיינונגזאגער׳ס דילעמא וואס ס׳רוב דא פארקוקען, כאטש דאכט זיך אז בת קול האט דאס אנגערירט אויפן שפיץ גאפל. ולהוי ידוע אז איך בין נישט קיין טעראפיסט אין נישט קיין בן טעראפיסט און דאס איז אלעס געזאגט נאר בדרך אפשר, ואין אני אומר קבלו דעתי אין דעי זאכן.
מיינונגזאגער, איך האלט זאלסט נישט אננעמען פאר א פשטות אז די אינטימעס״י פראבלעמען (אין די יסורי הנפש וואס קומען דערמיט) איז א דירעקטע תוצאה פון דעם וואס זי איז א באשיידען ״בית רחל״ ווייבל ווי די זאגסט, ספעציעל אויב ס׳איז שוין א היפש פאר יאר נאך דיין חתונה ווי ס׳איז משמע פון דיין תגובה. ס׳איז מער מסתבר אז לעת עתה איז זי פשוט נישט אינטערעסירט אין דיר אויף דעם אויפן מחמת סיבות שונות, אין ס׳איז סאך גרינגער פאר איר דאס מלבש צו זיין און פרומקייט ווי צו זאגן פאר איינעם מיט וועים מ׳לעבט טאג איין טאג אויס דעם פשוט׳ן אמת אין פנים אריין. ס׳איז אפילו גרינגער זיך אליינס צו נארן אויף דעם אויפן, ווי מ׳זעט פון מענטשן וואס ליידן פון OCD למשל, אז ס׳איז אפט גרינגער צו זאגן פאר די וועלט אין אויך פאר זיך אליינס אז מ׳איז פשוט אביסל צו פרום ווי איידער איינצוזען אז ס׳איז דא א פשוטער גשמיותדיגער פראבלעם דא וואס האט גארנישט מיט פרומקייט איינגעלייגט. ס׳קוקט אויס אז די נעמסט אן פאר א פשטות אז ווען נישט זי איז אזוי פרום וואלט ל״ט געווען מער צופרידנשטעלונג ווען דער אמת קען גאר זיין פארקערט, אז ווען נישט זי איז פרום וואלט קיין ל״ט, וכל המסתעף, בכלל נישט געווען (מ׳מוז דאך, ווייל אזוי שטייט). דאס איז דאך מעשים בכל יום אין אלע קולטור׳ן איבער די וועלט אז חתונה געהאטע מענטשן זענען (מער) נישט אינטערעסירט איינס אינעם אנדערן אויף דעם אויפן מחמת סיבות שונות ומשונות, און ס׳איז טאקע א גרויסע פראבלעם אין אזא פאל.
איז די שאלה, טאקע פארוואס? ווער ווייסט? אבער כ׳וועל אראפלייגן עטליכע מעגליכקייטן. ס׳איז מעגליך אז זי האט זיך נאך אליין נישט געטראפן און דעם נושא, און ס׳איז ווי א פארנעפלטער שטוב וואס זי דארף נאך אריינוואקסן דערין און ווערן באקוועמער מיט זיך אליינס. דאס איז ספעציעל מעגליך אויב די/זי זענען נאך יונג, לאמיר זאגן א פונף-און-צוואנציג (א נומער גענומען פונ׳ם לופט ארויס, אבער גענוג לסבר את האוזן). ס׳איז אויך מעגליך אז זי האט בכלל נישט ליב אזעלכע מין מענטשן ווי דיר וד״ל, אדער זי האט נישט ליב דיין געשטאלט וק״ל, אדער זי איז פון די קליינע פראצענט מענטשן וואס האט נישט ליב קיינעם אויף דעם אויפן. דאס הייסט אז ס׳איז מעגליך זי האט זיך יא געטראפן אין דעם נושא, נאר נישט מיט דיר (אדער גאר קיינעם). אויך איז מעגליך אז זי האט עפעס א טראמא און דעם נושא אדער א גאר שטארקער איבערנאטורליכער בושה (וואס קען טאקע יא קומען פון פרומקייט/רעליגיע).
די מערסטע מעגליך איז אבער מער פשוט: ס׳איז פארבינדען מיט אלעס ארום וואס די האסט דערמאנט. נישט קיין חילוק וועמענס שולד ס׳איז (אדער גאר קיינעמס שילד נישט) קוקט אויס ווי עטס זענטס ממש פרעמדע איינס צום אנדערן. אויב זי שפירט אז די באהאלסט זאכן פון איר, אויב זי שפירט אז די ביסט בכלל נישט דעם מענטש וואס זי האט געמיינט די ביסט, אויב זי שפירט אז די באנעמסט זיך נישט מיט איר ווי מ׳דארף, אויב זי שפירט אז צומאל ביסטו א מאנסטער וואס זי פארשטייט נישט בכלל (נישט אז די אלע זאכן דארפן זיין אמת, נאר זי שפירט אזוי) איז דאך נישט דא קיין יסוד פאר איר צו בויען אינטימעס״י מלכתחילה. די ביסט ממש א פרעמדער פאר איר מיט וועם זי איז סטאק, און פארשטייט זיך אז ווען ס׳קומט צו פארשידענע זאכן איז דומה כמי שכפאה שד (ופירוש רש״י: שד ממש).
וואס קען מען טון דערצו? צום אלעם ערשטן, אז מ׳וויל בויען אמתדיגע פריינטשאפט איז אמתדיגקייט זייער וויכטיג. צו פארמיידן מער יסורים פאר דיר און פאר איר איז וויכטיג אז זי זאל כאטשיג פארשטיין דיין וועלט. דאס מיינט נישט אז די ברויכסט אלעס זאגען ברחל בתך הקטנה (למשל ברויכסט נישט זאגן אז די האסט באהאלטן זאכן פון איר פונ׳ם סאמען ערשטן, ווי די האסט דערציילט דא און וואס קען זייער וויי טון) נאר קענסט פשוט זאגען אז דיין פארשטאנד איז אנדערש געווארן ווען ביסט עלטער געווארן אין יעצט האלסטו אסאך זאכן אנדערש פון וואס האסט אמאל געהאלטן. ס׳איז א גרויסער עיקר אז זי זאל פארשטיין דיין שאיפות און וואס ס׳טוט דיר וויי אין וואס ס׳מאכט דיך פרייליך, און אזוי אויך אז די זאלסט באמת פארשטיין די זעלבע ביי איר. נאר דורכ׳ן באמת פארשטיין איינס דעם אנדערן (און קומען צו עפעס פארשטענדענישן) קען מען האפן צו בויען אמתדיגע ליבשאפט, און פון ליבשאפט צו בויען אינטימעס״י.
אויב פארשטייט מען זיך באמת קעו אסאך פראבלעמען פאראכטן ווערן, און אפטמאל וועט מען טרעפן א וועג צופרידנצושטעלן ביידע זייטן, עכ״פ אויף גענוג אז דער לעבן זאל נישט זיין פול מיט כעס און טרויער, הבל ורעות רוח. אבער דאס הייבט זיך אן מיט א גרייטקייט צו דערציילן דעם ריכטיגן אמת איבער זיך אליינס (עכ״פ על פי רוב) אין אויך א גרייטקייט צו פארשטיין איינס דעם צווייטנ׳ס אינערליכן לעבן און עכ״פ פרובירן בויען אן אמתדיגע ליבשאפט אין שותפות אין פרינציפ, און דעי גרייטקייט דארף זיין פון ביידע פארשטייט זיך. כנלע״ד

I post, therefore I am
קול דודי דופק.
זייער שיין אראפגעלייגט, דיין קול איז ממש ערב זייער זיס און עס קלאפט טאקע. א יעדעס ווארט וואס דו האסט דא אראפגעשטעלט איז ממש אמת ויציב.
אבער לאמיר זיך באציען צו דיינע אזוי געמאסטענע רייד איינס ביי איינס, און מסביר זיין א נקודה צוויי, וואס עס קען זיין לויט דיינע ווערטער קומט מיר פאר אז עס איז נישט געווען 100 פראצענט פארשטענדליך פון מיינע פריערדיגע תגובה׳ס.
קלאר ווי דער טאג אז אירע אינטעמעסי אישוס האט זערא שייכות מיט דעם וואס זי איז א תלמידה פון בית רחל, נאר אדרבה ווי פרומער און ערליכער (פארשטייט זיך מיט א ריכטיגער אהבה און קאנעקשאן) איז די אינטעמעסי אסאך שענער, בעסער און אויך ערליכער ווייל עס האט א מיענינג און א פורפאס. אבער וואס איך האב געמאכט די הנחה פון א בית רחל תלמידה איז די התנהגות און קעגענשאפטן צו מיין לעבנס סטייל (מיין נישט אז איך בין א מאווי וואטשער אדער א סטעדיום גייער אדער סיי וואס אנדערע מיני אומאיידעלע פארברענגענישן עס איז אלץ פארהאן) איז יא א דירעקטע תוצאה פון זיין א בית רחל תלמידה און דאס איז איר גורם א שטארקער עגמת נפש און ממילא ווערט א דערווייטערונג א יעדן פארביילויפענדער טאג. דערפאר איז די אינטעמעסי אזוי ביטער, ווייל וואס א טאג עס גייט אדורך האלט זי מער נישט אויס די א"ג OFF-תורה'דיגע התנהגות וואס זי איז עס אזוי פארפשייט פון די חינוך וואס זי האט באקומען די אלע יארן אין שולע, און אין שטוב.
וועגן די נושא פון באהאלטן זאכן פון איר וואס איז זייער פארשטענדליך אז עס גורם א שטארקער ווייטאג, איז פשוט געווארן אן הכרח, ווי איידער אריינצופאלן אין סאמעטוכעס איעדעס מאל וואס איך האב געזאגט א גוטער אמת כדי צו פאלגן מיינע טעראפיסטן, איז עס געווארן אזא מין אפקומעניש אז די ווייסע ליגנטס און באהאלטן זאכען זענען פשוט געווען גרינגער און רואיגער.
לגבי זיך אויסשמועסען און פרובירן מסביר זיין מיין איצטיגער שטעלונג בנוגע נושאים און דברים העומדים על הפרק איז געטוהן געווארן מיט די יועץ און הדרכה פון טעראפיסטן און אפי' מיין רב שליט"א, אבער בעפאר איך האב נאך עספיעט צו זאגן דעם ערשטען זאץ איז געקומען אן אויסברוך פון אירע ענגשאפטן און ווי מיזראבעל איך מאך איר דאס לעבן אז עס איז מיר פארגאנגען די אפעטיט אפי' ווייטער ממשיך צו זיין די אסיפה.
ריכטיג וואלט ווען געווען ווען איך איז די אויסברוך אדורך און בלייבן גלייכגילטיג כאילו מען רעדט נישט פון מיר, דא קומט אריין מיין פראבלעם פון איינקלעמען און נישט זיך האלטן פאר צוויי סיבות.
1 איך שפיר אז די קומענדיגע ווערטער וואס איך בין אבאוט טו סעי גייען זיין אין זיבעטן ריב און איך וועל עס קיינמאל נישט קענען חוזר זיין און עס וועט אונז נאך מער דערווייטערן.
2 אז ווען איך ווער באגאסן מיט הייס וואסער על לא עוול בכפי נעם איך עס זייער שווער און עס קלאפט נישט גוט אויס אויף מיר, און איך קען חלילה טוהן א זאך וואס איך וויל נישט ארויס ברענגען אויפן פאפיר (איך וואונדער זיך א יעדן טאג וויאזוי דאס האט נאך טאקע קיינמאל נישט פאסירט...)
און ע"כ אפי' אין כללי הטעראפי און אין נארמאלע אומשטענדן וואלט געווען ריכטיג א יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט, קאן אבער זיין אז נישט אלע פעלער איז דאס אזוי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
בת קול האט געשריבן:איך פיהל פאר ביידע פון ענק.
רעדן ענק בכלל פון די זאכן, אדער יעדער האלט עס ביי זיך אינערליך?
אפשר schedule עפעס ביי marriage counselor, און זאג אז זי קען מיטקומען, אדער וועסטו גיין אליין.
זי זאל זעהן די נעמסט עס ערנסט און דו ווילסט ארבייטן דערויף.
די עיקר איז קאמיוניקאציע און honesty. אן דעם איז גארנישט דא.
Honestly?
אויב איינער וויל געבן א גט זאל ער זיין אפען מיט זיין פרוי ווען זי האט טענות אויף אים?
א פרוי דארף מען געווינען דורך נעמען איר קיין פלארידע וכדומה, קויפן מתנות, ועל כולם איר געבן צייט, אויסהערן וואס זי האט צו זאגן און אזוי ווייטער.
זיין אפן מיט א פרוי קען מען נאר איינמאל עס איז שוין דא שלום בית, אנדערש איז גיסן אויל צום פייער.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
א יעדע סיכסוך גייט 2 וועגן.
ווען דו נעמסט א חלק שילד אויף דיר קען נישט דערנאך קומען קיין אבער.
אין דעם זעסטו אויך אויס צו זיין א שטיקל עקשן.
למעשה ווען איינער זאגט דיר אז די איינציגסטע וועג פאראויס איז אויב דו בוסט 100% honest, און דו קענסט מער נישט הייבן דיין שטומע פון היינט און ווייטער, וואלסטו דאס געקענט באווייזן?

.I got voices in my head.
בעפאר וואספארא ריפליי, לאז מיר בעסער מסביר זיין מיין שאלה.
קוק אריין אין די תגובה'ס מיט א קליין ביסל עיון, וועסטו זעהן אז איך נעם די שולד פון שרייען און און זיין פרעך. אויך שטייט דארט אז דאס איז געקומען נאך וואס די דערמאנטע זאכן זענען פרובירט געווארן. ווי זיך אויסשמועסן און זיך אדורכקומען און די ריספאנס איז געווען ווי פארביטערט דאס לעבן איז איר מיט מיר מיט די אלע אווענטורעס וואס איך מכלומר'שט בין אינוואלווד.
איך, עקשן? די לעצטע מענטש וועם מען קען אנרופן עקשן בין איך.

בת קול האט געשריבן:דו טוסט די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל. נעם ארויס דעם אבער.
Obviously ווען מען האט אן אפענע שמועס גייט עס נישט זיין pretty, און כאטש דאן דארפסטו זיך האלטן אין די ראמען.
נישט דא קיין אבער.
נישט קיין אבער נאר א מציאות.
פון נישט זיין pretty ביז נאר נעמען די איינציגע ליניע איז דא א ווייטער מרחק.
עס קען זיין אז איך האב נישט אריבערגעטרויטן די ליניע בעפאר תכלית וואלט אפשר אריינגעקוקט, און אייביג אפגעהאקט נאך בעפאר עס האט זיך אנגעהויבן פשוט. די נישט pretty חלק האט שוין צופיהל געטרויטען אויף מיינע געהירן. איך נעם נישט אוועק אז עס ווייטער מיין שולד פארשטייט זיך, ווייל איך דארף נעמען די גאנצע שיסעל צואה און עס לאזן אויסגיסן אויף מיין קאפ, ווען איך בין נישט דער איינציגער קאנטריביוטער צום פראבלעם און אירע אלע פראבלעמען קומען פון דעם וואס זי האט בשו"א געוואלט אדער געקענט עקסעפטן אן אנדערע סטענדערט (בעקראונד) און האמערן שטייטליך נאר פון די ערשטע טאג וואס עפעס איז איר נישט געפאלן איז עס געגאנגען אל אוט ויט אל שי גאט all out with she got זיך אנצונעמען פאר די גאט פון בית רחל.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
דארף די שמועס צוגיין - איך פארשטיי דיין צד, און אונז ביידע ווייסן אז דו בוסט דו, און איך בין איך, און דאס גייט זיך נישט טוישן.
So what can we agree on?
איך זעה בכלל נישט ווי שרייען דארף אריינקומען אינעם שמועס.
You can agree to disagree. עס מוז נישט ווערן א פערזענליכע מלחמה וואס וועקט אויף אלע אלטע skeletons.
So what can we agree on?
איך זעה בכלל נישט ווי שרייען דארף אריינקומען אינעם שמועס.
You can agree to disagree. עס מוז נישט ווערן א פערזענליכע מלחמה וואס וועקט אויף אלע אלטע skeletons.
.I got voices in my head.
א שטארקע שפיץ.
איך מיין די סיבה פון ארויסברענגען אלע סקעלעטענס איז פשוט צו האלטן די סטענד שטארק און פארלאנגען אן אפלאדזשי וואס די אפאלאדזשי זאל זיין סינסער, וועט מען זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיין אין די קומענדיגע חדשים.
סא וואס געשעהט יעצט אז פאר די קומענדיגע חדשים דארף איך זיין א שעפסל וואס שטייט אויף פארטאגס (אדער באקומען א רשות צעטל), און דאן וועט מען קענען אנהייבן א שמועס פון פארשטיין צדדים.
דאס איז בעיסד אן פעסט פערפארמענס based on past performance
Does not guarantee future results but מען קען עס שטעלן אויף חזקה

בת קול האט געשריבן:פיהל זיך נישט געטראפן. ווען דיין ווייב איז ווען דא האב איך איר אויך פלענטי צו זאגן, אבער למעשה איז זי נישט דא.
איך פיהל זיך בכלל נישט געטראפן, איך ווייס אז איך האב פלאוס flaws, ידעתי בתי ידעתי אז איך בין נישט פערפעקט, אבער ווען עס קומט צו די נושא האב איך געטוהן כל מה שביכולתי צו פארבעסערן און פארגרינגערן און אפי׳ טוישן מיין אייגענע פערסאנאלעטי (וואס פארשטייט זיך האט נישט געארבעט) און זי האט אויך פרובירט, אבער הלכה יהדות איז העכער אלעם וואס די דעתם קלות האט נישט מבחין געווען צווישען שטיות און עקרי הלכה.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך מיין די סיבה פון ארויס ברענגען אלע סקעלעטענס איז פשוט צו האלטן די סטענד שטארק און פארלאנגען אן אפלאדזשי וואס די אפרלאדזשי זאל זיין סינסער וועט מען זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיין אין די קומענדיגע חדשים.
דו קענסט apologizen אבער נעם זיך נישט פאר זאכן וואס ענק ווייסן ביידע גייט נישט געשעהן.
זאג איבער דעם פזמון אז ענק זענען אנדערש וויפיל מאל דו דארפסט. אין ענגליש רופט מען עס rinse and repeat.
יא, איך האב זיך געפירט אויף א סטאנדארט וואס באדערט דיר. למעשה זענען מיר 2 אנדערע מענטשן און דאס ארבייט פאר מיר.
וואס קענען מיר טוהן צו לעבן רוהיג כאטש מיר זענען אזוי אנדערש?
זאג נישט צו זאכן וואס דו קענסט נישט אויספירן. נאר קיי איבער דעם פזמון אז ענק זענען אנדערש יעדע מאל זי ברענגט ארויף אלטע טענות.
פאל נישט פאר איר פראוו זיך צו טענה'ען איבער וואס איז גערעכט. עס איז נישט קיין חילוק וואס איז גערעכט. ענק זענען 2 אנדערע מיני מענטשן מיט אנדערע מיינונגען.
בכלל, אויב דו זאגסטו עס אזויפיל מאל וועט עס אריינגיין אין דיינע ביינער, און וואס זי טוהט פארקערט פון דיר, וועט דיר אויך נישט אזוי אויפרעגן.
.I got voices in my head.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מיינונגזאגער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:פון א טעראפיסט דילעמע זעמיר אריינגעפאלן אין א שלום בית אשכול.
איך מיין אז מיינונג זאגער'ס תגובה באלאנגט אין אן אנדער אשכול ווי עס וועט זיין מער מערקבאר.
אויב וועסטו נישט וויסען די קאור אישו פון דיין שלום בית אישוס וועט דיר קיין טעראר(פ)יסט אין די וועלט נישט קענען העלפן. טויזענטער דאלארן במשך השנים געשפענדעט פאר די א''ג טערעפיסטן מיט און אן לייסענס. די מקור און די ענטפערס פון דיין שלום בית פראבלעים דארף ליגן ביי דיר אליינס, איינמאל דו האסט עס ארויס קענסטו בעז''ה מיט טערעפיסטן פרובירן צו ארבעטן אויף דיין אייגענעם פערסינאליטי צו טוישן די מציאות. רעד זיך נישט איין אז מיט איר שיקן צו טעראפיע אדער אפי' גיין צוזאמען צו טעראפיע וועט עס דיר העלפן, הכל תלוי אלא בי.
איך מיין האסט נישט געכאפט מיין כוונה, אין האב נישט געגעבן קיין עצה אויף דיין סיטואציע, איך האב נאר געזאגט אז דער פותח האשכול האט אנגעהויבן מיט א דילעמע פון א טעראפיסט, און צוביסלעך איז די שמועס געפארן צו א פערזענליכע דילעמע מיט וואס דו מוטשעסט זיך.
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
און לגבי דעם שטיקל וואס דו שרייבסט:
האב איך מורא אז איך גיי יא מאכן דעם טעות, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז זיי ליידט יא פון א געוויסע דיסארדער, און די אלע וואוילע זאכן וואס זי טוט איז בלויז א שלייער.
מיינונגזאגער האט געשריבן:נישט מאכן קיין טעות, מען רעדט נישט דא פון א ווייבל וואס איז דיאגנאזירט געווארן מיט א ספעציפישע נפשיותדיגע קרענק וואס האט ארבעה ראשי אותיות וואס מעדיקעשאן קען אפשר (און טאקע נאר אפשר) איר העלפן זיך אראפ טעמען, דאס איז א שיטה שלעכטץ וואס עס פאלט איר ניטאמאל איין וואספארא שלעכטקייט זי איז, ווייל זי איז די גרעסטע בעלת חסד אין שטאט און א יעדן ביקר חולים ארגענעזאציע באקומט א פול 5 קורס מיל איין מאל א וואך פאר א צובראכענע משפחה פון מעשה ידיה וואס ווייזט וואספארא א איידעלער חסד ווייבל מען רעדט פון.
האב איך מורא אז איך גיי יא מאכן דעם טעות, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז זיי ליידט יא פון א געוויסע דיסארדער, און די אלע וואוילע זאכן וואס זי טוט איז בלויז א שלייער.
וירח ה' את ריח הניחוח
קהל'ס נער האט געשריבן: ועי' מה שכתבתי כאן
איך וועל ליינען און עגריען, אדער דיסעגריען אקארדינגלי.
ב.ד.וו. ווי אזוי שטעלט מען צו אזא לינק. קען דאס אויך געטוהן ווערן אויף טעפטאלק?
שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין האסט נישט געכאפט מיין כוונה, אין האב נישט געגעבן קיין עצה אויף דיין סיטואציע, איך האב נאר געזאגט אז דער פותח האשכול האט אנגעהויבן מיט א דילעמע פון א טעראפיסט, און צוביסלעך איז די שמועס געפארן צו א פערזענליכע דילעמע מיט וואס דו מוטשעסט זיך.
די קעפל ליינט זיך די דילעמא פונעם מאן, און נישט א דילעמא אין זוכן א טעראפיסט.
אבער איך הער.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מיינונגזאגער האט געשריבן:ב.ד.וו. ווי אזוי שטעלט מען צו אזא לינק, קען דאס אויך געטוהן ווערן אויף טעפטאלק?
ליינט און האט הנאה, און אדרבה קום אריין מיט הערות.
פאר די סיבה נוץ איך מער נישט טאפאטאלק, אויך דו פארלירסט אלע קאסטעמעזעישאנס דארט, די וועבסייט איז נישט אזוי פענסי אבער איינמאל מען געוואוינט זיך צי איז עס אסאך געשמאקער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein