די כוזרי ארגומענט

מחשבה, השקפה ועיון
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
קיין אסימילאציע מיט די די גוים איז נישט געווען קיינמאל אין די געשיכטע אין א מעסיוו סקעיל.

ה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, יָשְׁבוּ בְּקֶרֶב הַכְּנַעֲנִי, הַחִתִּי וְהָאֱמֹרִי וְהַפְּרִזִּי, וְהַחִוִּי וְהַיְבוּסִי. ו וַיִּקְחוּ אֶת-בְּנוֹתֵיהֶם לָהֶם לְנָשִׁים, וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם נָתְנוּ לִבְנֵיהֶם; וַיַּעַבְדוּ, אֶת-אֱלֹהֵיהֶם. {פ}

איך האב געשטעלט צוויי פירכות.
אסמילירטע אידן היטן נישט קיין שבת.
אסימילירטע אידן האבן נישט קיין משכן אין שילה און נישט קיין כהנים גדולים, נישט קיין סנהדרין, מ'איז נישט מקריב קרבנות ציבור יעדן טאג פאר'ן רבונו של עולם, און ס'איז נישטא קיין פסח, עומר, סוכות. גארנישט.

אלע דעבאטעס זענען געענדיגט עפעקטיוו היינט פעברואר דעם 2טן 2022.
אויב דו ברענגסט מיר איין ראיה לדבריך אז כלל ישראל האט נישט געהאלטן קיין שבת פון מתן תורה עד היום הזה. געב איך שוין אויף. ברבים.
אויב דו ברענגסט מיר ראיה לדבריך אז כלל ישראל האבן נישט מקריב געווען קיין קרבנות - פאר'ן אייבערשטן כמצווה לנו בתורתו פון משכן אין מדבר ב' אלפים תמ"ח - עד חורבן הבית ראשון. געב איך שוין אויף. ברבים.

איך הייב אויף א ווייסע פאן און איך זאג ברבים אז איך צוה צוריק פון אלעם וואס איך האב געשריבן.

גענוג קלאר:

איך ערווארט פון דיר די זעלבע.
אויב דו האסט נישט קיין שום עווידענס אויף אסימילאציע אין שבת וקרבנות זאלסטו אויפהייבן א ווייסע פאן. און זאגן טעיתי.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וויפיל פון כלל ישראל איז אייביג געווען א חלק אין די קרבנות פראצעס? איז נישט די סיבה פון דינען אפגעטער א דירעקטע קאנטרעדיקציע צו מקריב זיין קרבנות? בנוגע שבת, היינט צוטאגס האלטן ניינציג פראצענט פון אידן נישט קיין שבת, און אזוי איז שוין געווען דורי דורות. אפשר קענט איר אויפווייזן ווען ניינציג פראצענט האבן יא געהאלטן שבת, זינט די ערשטע צייטן אין ישוב הארץ?

איך בין נישט קיין חוקר אדער היסטאריקער און איך האב גראדע נישט קיין פערזענליכע מיינונג דא. אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ווי דער @זוכער איז עפעס א גרעסערע היסטאריקער... אדער אז ער זאל האבן סיי וועלכע בּעקינג.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

600,000 מענטשן זענען מעיד תורה איז מסיני

פון די הויפט נקודות אין די אשכול איז אט אט די טענה.

די טענה/ראיה ווערט געבויעט אין עטליכע סטעפס.
1. מען קען דיך נישט איינרעדן אז דו ביסט געשטאנען ערגעץ אויב דו ווייסט אז ס'איז נישט אמת.
2. די וועג וויאזוי אונז ווייסן אז 600,000 האבן געזאגט "איך האב געזעהן", איז ווייל אונזערע טאטעס, זיידעס זאגן אזוי דור אחר דור.
3. איי אפשר קען מען יא באווייזן אזא זאך (איינרעדן אז דו ביסט געשטאנען און געזעהן וכו), אויף דעם זאגט מען: זעה, קיין איין אנדערע רעליגיע האט דאס נישט באוויזן.

לאמיר צונעמען די טענה.. הויפטזעכליך די דור אחר דור טענה.

וואס זאגן אונזערע טאטעס? אז זייערע טאטעס האבן זיי פארציילט פונקטליך מעמד הר סיני מיט אלע דעטאלן גענוי ווי זייערע טאטעס האבן זיי פארציילט??
אזוי זאגן אונזערע טאטעס?
איז דא א באשטימטע לשון וואס אלע אונזערע טאטעס האבן גענוצט ביים פארציילן די דעטאלן?
זיי פארציילן אויך אלע מחלוקת'ער אין די גמרא ארום די דעטאלן? (דאן וויאזוי איז בכלל שייך מחלוקות דערין :lol: )
זיי שמועסן אויך אויס אלע שיטות פון די ראשונים און אחרונים?
ווען פונקטליך פאסירט דאס? ביי די ברית? בר מצוה? לויה?

יעדער וואס איז נאר אויפגעוואקסן אידיש וועט וויסן צו ענטפערן אז ס'מיינט נישט דאס.... ס'נישט א באשטימטע לשון אין א באשטימטע צייט וואס יעדע טאטע זאגט פאר זיינע קינדער דור אחר דור...

נאר ס'מיינט אז אלע טאטעס זאגן -יעדער אויף זיין אופן- אז אונזער תורה -און אלעס וואס שטייט דערינען- איז אמת, און אין די תורה שטייט מעמד הר סיני.

די רגע וואס מען פארשטייט דאס, וועט מען פארשטיין: אז אויב די תורה איז פאר תקופות נישט באקאנט געווען פארן אלגעמיינעם ציבור, צופאלט די ראיה ווי א זייפן בלאז...
ווייל די גאנצע ראיה איז דאך אז אונזערע טאטעס זאגן אז די תורה איז אמת אבער אויב זיי האבן נישט אמאל געוואוסט וואס דארט שטייט איז קיין שום דעטאל דערין געפראוועד מיט די ראיה פון דור אחר דור..

השתא דאתית להכא קען מען דאך זאגן אז "אפשר" איז געווען תקופות וואס "כלל" ישראל האט נישט געקענט די "דעטאלן" פון די תורה -כאטש מערערע לעגענדעס פון א פירער משה מיט זיין תורה זענען יא געווען באקאנט- און אין יענע תקופות האבן פירער געקענט אריינשרייבן די דעטאלן וויאזוי זיי האבן געוואלט און געפילט פאר וויכטיג.
און וויבאלד ס'איז פארהאן אזא "אפשריות", איז די אויבן דערמאנטע טענה נישט קיין הארטע באווייז.

און BTW, מען דארף נישט Guess'ן אז "אפשר" איז געווען אזעלכע תקופות, נאר אין תנ"ך זעהט מען מערערע מאל אז "ס'איז" געווען אזעלכע תקופות...

עכ"פ, זאגן אז אלע אונזערע טאטעס זאגן אז זיי האבן געהערט פון זייערע טאטעס דור אחר דור די מעמד הר סיני "אין די וועג וויאזוי אונז קענען עס היינט" איז א שקר מוחלט.

(די אנדערע צוויי פאונטס פארזעהט אויך פארשידענע דעטאלן, מעגליך אין א צווייטע געלעגנהייט)
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

קורקלענד האט געשריבן:וויפיל פון כלל ישראל איז אייביג געווען א חלק אין די קרבנות פראצעס? איז נישט די סיבה פון דינען אפגעטער א דירעקטע קאנטרעדיקציע צו מקריב זיין קרבנות? בנוגע שבת, היינט צוטאגס האלטן ניינציג פראצענט פון אידן נישט קיין שבת, און אזוי איז שוין געווען דורי דורות. אפשר קענט איר אויפווייזן ווען ניינציג פראצענט האבן יא געהאלטן שבת, זינט די ערשטע צייטן אין ישוב הארץ?

איך בין נישט קיין חוקר אדער היסטאריקער און איך האב גראדע נישט קיין פערזענליכע מיינונג דא. אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ווי דער @זוכער איז עפעס א גרעסערע היסטאריקער... אדער אז ער זאל האבן סיי וועלכע בּעקינג.

איך ווייס נישט וואס דעמאלטס איז געווען. ווייל איך האב נישט געלעבט דעמאלט. און איך ווייס נאר פון די ספרים. דארט שטייט אז מ'האט געהאלטן שבת און מקריב געווען קרבנות אויפן מזבח אין משכן. פאר'ן רבוש"ע און אידן האבן געברענגט, חטאות, אשמות, שלמים'ס, תודות און אלעס וואס ס'שטייט אין די 5 בוקס אוו מאוסעס.

אסימילירטע אידן ווייס איך פונקטליך וואס עס מיינט. איך זעה זיי פון דער נאענט. האלטן פון די תורה 0. נישטא קיין שבת און קיין יום טוב.

יעצט, די חוקרים זעגן אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן אין יאר X. מ'האט געוואוסט פון אידישקייט פונקט ווי די אסימילירטע אידן וואס איך קען, און די מיליאנען אסימילירטע אידן וואס האבן געוואוינט אין אייראפע פאר די קריג, וואס זענען געווען ככל הגוים. גארנישט מיט שמירת התורה.

בעט איך פון אייך אלע אביסעלע פרוף, אז מ'האט נישט געהאלטן קיין שבת און נישט מקריב געווען קיין קרבנות יעדן איינציגן טאג אין משכן שילה.

אויב האסטו עווידענס, הייב איך אויף א ווייסע פאן.
עבסענט פון די עווידענס הייב דו אויף א ווייסע וואן.

ביסט גרייט?
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

זוכער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
קיין אסימילאציע מיט די די גוים איז נישט געווען קיינמאל אין די געשיכטע אין א מעסיוו סקעיל.

ה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, יָשְׁבוּ בְּקֶרֶב הַכְּנַעֲנִי, הַחִתִּי וְהָאֱמֹרִי וְהַפְּרִזִּי, וְהַחִוִּי וְהַיְבוּסִי. ו וַיִּקְחוּ אֶת-בְּנוֹתֵיהֶם לָהֶם לְנָשִׁים, וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם נָתְנוּ לִבְנֵיהֶם; וַיַּעַבְדוּ, אֶת-אֱלֹהֵיהֶם. {פ}

איך האב געשטעלט צוויי פירכות.
אסמילירטע אידן היטן נישט קיין שבת.
אסימילירטע אידן האבן נישט קיין משכן אין שילה און נישט קיין כהנים גדולים, נישט קיין סנהדרין, מ'איז נישט מקריב קרבנות ציבור יעדן טאג פאר'ן רבונו של עולם, און ס'איז נישטא קיין פסח, עומר, סוכות. גארנישט.

פירכא'ס אויף וואס? און מיט וואס?
וויאזוי איז שבת און קרבנות אן אפפרעג אויף זיך מישן מיט די פעלקער?

און אז מען רעדט שוין, דארט שטייט אז כלל ישראל האט געהאלטן שבת?
אז איך פארצייל דיר אז די כנענים, חתיים און גרגשיים האבן מקריב געווען קרבנות פאר זייערע געטער ווייזט עס דיר עפעס?
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:600,000 מענטשן זענען מעיד תורה איז מסיני

פון די הויפט נקודות אין די אשכול איז אט אט די טענה.

די טענה/ראיה ווערט געבויעט אין עטליכע סטעפס.
1. מען קען דיך נישט איינרעדן אז דו ביסט געשטאנען ערגעץ אויב דו ווייסט אז ס'איז נישט אמת.
2. די וועג וויאזוי אונז ווייסן אז 600,000 האבן געזאגט "איך האב געזעהן", איז ווייל אונזערע טאטעס, זיידעס זאגן אזוי דור אחר דור.
3. איי אפשר קען מען יא באווייזן אזא זאך (איינרעדן אז דו ביסט געשטאנען און געזעהן וכו), אויף דעם זאגט מען: זעה, קיין איין אנדערע רעליגיע האט דאס נישט באוויזן.

לאמיר צונעמען די טענה.. הויפטזעכליך די דור אחר דור טענה.

וואס זאגן אונזערע טאטעס? אז זייערע טאטעס האבן זיי פארציילט פונקטליך מעמד הר סיני מיט אלע דעטאלן גענוי ווי זייערע טאטעס האבן זיי פארציילט??
אזוי זאגן אונזערע טאטעס?
איז דא א באשטימטע לשון וואס אלע אונזערע טאטעס האבן גענוצט ביים פארציילן די דעטאלן?
זיי פארציילן אויך אלע מחלוקת'ער אין די גמרא ארום די דעטאלן? (דאן וויאזוי איז בכלל שייך מחלוקות דערין :lol: )
זיי שמועסן אויך אויס אלע שיטות פון די ראשונים און אחרונים?
ווען פונקטליך פאסירט דאס? ביי די ברית? בר מצוה? לויה?

יעדער וואס איז נאר אויפגעוואקסן אידיש וועט וויסן צו ענטפערן אז ס'מיינט נישט דאס.... ס'נישט א באשטימטע לשון אין א באשטימטע צייט וואס יעדע טאטע זאגט פאר זיינע קינדער דור אחר דור...

נאר ס'מיינט אז אלע טאטעס זאגן -יעדער אויף זיין אופן- אז אונזער תורה -און אלעס וואס שטייט דערינען- איז אמת, און אין די תורה שטייט מעמד הר סיני.

די רגע וואס מען פארשטייט דאס, וועט מען פארשטיין: אז אויב די תורה איז פאר תקופות נישט באקאנט געווען פארן אלגעמיינעם ציבור, צופאלט די ראיה ווי א זייפן בלאז...
ווייל די גאנצע ראיה איז דאך אז אונזערע טאטעס זאגן אז די תורה איז אמת אבער אויב זיי האבן נישט אמאל געוואוסט וואס דארט שטייט איז קיין שום דעטאל דערין געפראוועד מיט די ראיה פון דור אחר דור..

השתא דאתית להכא קען מען דאך זאגן אז "אפשר" איז געווען תקופות וואס "כלל" ישראל האט נישט געקענט די "דעטאלן" פון די תורה -כאטש מערערע לעגענדעס פון א פירער משה מיט זיין תורה זענען יא געווען באקאנט- און אין יענע תקופות האבן פירער געקענט אריינשרייבן די דעטאלן וויאזוי זיי האבן געוואלט און געפילט פאר וויכטיג.
און וויבאלד ס'איז פארהאן אזא "אפשריות", איז די אויבן דערמאנטע טענה נישט קיין הארטע באווייז.

און BTW, מען דארף נישט Guess'ן אז "אפשר" איז געווען אזעלכע תקופות, נאר אין תנ"ך זעהט מען מערערע מאל אז "ס'איז" געווען אזעלכע תקופות...

עכ"פ, זאגן אז אלע אונזערע טאטעס זאגן אז זיי האבן געהערט פון זייערע טאטעס דור אחר דור די מעמד הר סיני "אין די וועג וויאזוי אונז קענען עס היינט" איז א שקר מוחלט.

(די אנדערע צוויי פאונטס פארזעהט אויך פארשידענע דעטאלן, מעגליך אין א צווייטע געלעגנהייט)

א פאני מין שאלה דאס:
א קינד פרעגט א טאטן זייער א נארמאלע שאלה, טאטי וואס באדייטן די זאכן וואס דו טוסט?
שאלה: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

די תורה געט דיר דעם ענטפער וואס דו זאלסט זאגן פאר דיין קינד. זאלסטן אים פשוט בולשיטן...
תשובה: ואמרת אליו בחזק יד הוציאנו ה' ממצרים. פינטל.

איר הערט גוט.
די תורה געט קלארע אינסטראקשענס פאר אלע מענטשן, ווען דיין זון פרעגט דיר אזא און אזא שאלה, זאלסטו אים זאגן: מיט א שטארקע האנט האט גאט מיך ארויסגעצויגן פון מצרים?
זאלסט אים פשוט פארקויפן לאקשן!

די תורה האט דאך געקענט גיין נארמאל:
שאלה: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

תשובה: ואמרת אליו כי כן צוה לנו משה רבינו / כי כן צוה לנו ה'. פינטל.

וויאזוי ארבעט דאס אז די תורה זאגט פאר עלטערן, פארקויפט באבע מעשה'ס פאר ענקערע קינדער אויף האלסעיל, אז גאט האט אייך פערזענליך ארויסגעצויגן. און יעדער וועט זאגן שאאר, אוודאי.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
קיין אסימילאציע מיט די די גוים איז נישט געווען קיינמאל אין די געשיכטע אין א מעסיוו סקעיל.

ה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, יָשְׁבוּ בְּקֶרֶב הַכְּנַעֲנִי, הַחִתִּי וְהָאֱמֹרִי וְהַפְּרִזִּי, וְהַחִוִּי וְהַיְבוּסִי. ו וַיִּקְחוּ אֶת-בְּנוֹתֵיהֶם לָהֶם לְנָשִׁים, וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם נָתְנוּ לִבְנֵיהֶם; וַיַּעַבְדוּ, אֶת-אֱלֹהֵיהֶם. {פ}

איך האב געשטעלט צוויי פירכות.
אסמילירטע אידן היטן נישט קיין שבת.
אסימילירטע אידן האבן נישט קיין משכן אין שילה און נישט קיין כהנים גדולים, נישט קיין סנהדרין, מ'איז נישט מקריב קרבנות ציבור יעדן טאג פאר'ן רבונו של עולם, און ס'איז נישטא קיין פסח, עומר, סוכות. גארנישט.

פירכא'ס אויף וואס? און מיט וואס?
וויאזוי איז שבת און קרבנות אן אפפרעג אויף זיך מישן מיט די פעלקער?

און אז מען רעדט שוין, דארט שטייט אז כלל ישראל האט געהאלטן שבת?
אז איך פארצייל דיר אז די כנענים, חתיים און גרגשיים האבן מקריב געווען קרבנות פאר זייערע געטער ווייזט עס דיר עפעס?

איך זאג אז מ'האט זיך קיינמאל נישט אסימילירט.
אמת מ'האט געטאן עבירות, מ'האט געדינט עבודה זרה, און געמישטע הייראטן, אבער קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש פאלק.
מ'איז ווייטער געלאפן מקריב זיין קרבנות צום באשעפער אלע חטאות און אשמות און געהאלטן שבת און די אידישע ימים טובים.
אויב דאס איז קלאר, איז נישטא קיין געפ.

אויב האסטו עווידענס אז מ'האט נישט געהאלטן מער קיין שבת און קיין ימים טובים און נישט מקריב געווען קיין קרבנות בין איך מודה אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן אין יאר X ביז עפעס א כאריזמאטישער פירער Y האט צוריק אנגעהויבן פון דאסניי און פארקויפט אלערליי שקרים פאר זיינע קולט מעמבערס.

פארוואס שבת, ווייל אויף שבת שטייט: כי אות הוא ביני וביניכם.
און שמירת שבת איז אן אות אז גאט האט באשאפן די וועלט.

אויב האסטו נישט קיין שום באווייזן אויף כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן, איז ווייל עס האט קיינמאל נישט פאסירט. און ממילא איז קיין געפ נישט געווען. חד גדיא חד גדיא.

נאכאמאל, איך בין מסכים מודה צו זיין ברבים אז כ'בין נישט גערעכט. כ'דארף נאר א עפעס באווייזן.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זוכער: איך דארף דיר נישט ברענגען קיין ראיות אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן

די דארפסט ברענגען א ראיה אז עס איז נישט געווען Y וואס האט מחדש געווען אידישקייט, און אז די מסורה פון אונזערע טאטעס גייט ארויף באמת ביז מעמד הר סיני, און אז ס'נישט קיין באבע מעשיות וואס איינער האט אויסגעטראכט און דאס פארקויפט פאר אונזערע זיידעס,
די מאכסט אן הנחה אז ס'איז געווען א מעמד הר סיני און די היסטאריע פון נ''ך איז אלעס אמת, און דאן זיכסטו די געפ! א ליצנות, אודאי איז אין ספרי נ''ך נישטא קיין געפ, ווייל Y האט זיכער געמאכט אז זיין באבע מעשיות שטימען, און ס'טאקע נישטא קיין געפ

דאס דארפסטו קענען אויפווייזן אהן קיין פסוקים און ראיות פון די תורה, ווייל אויב איז נאר דאס וואס די האסט, דאן ביסטו גארנישט ווערט, די גנב איז די שופט, ער זאגט אז ער זאגט אמת,

ס'דערמאנט מיר א ווערטל,
א שוואנץ האט זיך געגרויסט אז זיין רבי האט גלוי אליהו, האט מען אים געפרעגט, וויאזוי ווייסטו אז דיין רבי האט טאקע גלוי אליהו, האט ער געענטפערט, וואס הייסט? די רבי האט קלאר געזאגט אז ער האט גלוי אליהו!, האט מען אים געפרעגט, אפשר זאגט דיין רבי ליגנט? האט ער געענטפערט, זענט עטס נארמאל? א מענטש וואס האט גלוי אליהו זאל זאגן ליגנט?....
אזא פנים האט עס
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

עצי שטים האט געשריבן:זוכער: איך דארף דיר נישט ברענגען קיין ראיות אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן

אקעי. לאמיר מאכן א סך הכל:
די ראיות וואס דו האסט געברענגט פון תנ"ך אויף א געפ - זענען אלע געווארן אפגעפרעגט. אידן האבן ווייטער געהאלטן שבת ויום טוב און האבן מידי יום ביומו מקריב געווען קרבנות פאר גאט אין משכן - ס'איז געווען א סנהדרין און כהנים גדולים די גאנצע צייט און עפעס א רוחניות'דיגע הנהגה האט פונקציאירט אן איבערריס.
@עצי שטים דארף ברענגען ראיות אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן אין יאר X - און געקומען שופט Y און אנגעהויבן פון אנהייב.
דערווייל זאגסטו גאר אז איך דארף ברענגען ראיות פארקערט. דו האסט נישט קיין Y וואס האט דאס געטאן אפשר תולע בן פואה, אפשר גדעון, אפשר שמשון אפשר עזרא - אן קיין שום באזיס פון עפעס עווידענס וואס האלט א טראפ וואסער.

קלויב זיך ביטע אויס איינס פון די 3 אפציעס:
1) אויב דו האלסט אז די תורה איז א גאלדי לאקס מעשה, איז די דעבאטע געענדיגט פון נעכטן. אויב איינער לייקענט די גאנצע תורה, האב איך קלארגעשטעלט אז איך גיי דאס נישט דעבאטירן. אפשר לאורנס קעלמען קען, איך בין נישט בכח. און כ'הייב אפילו נישט אן.
2) אויב דו האסט ספיקות און ביסט אינטרעסירט צו וויסן דעם אמת - און גרייט מודה צו זיין על האמת - קען מען רעדן און דיסקאסן און אדרבה, לאמיר דאס אויסשפילן.
3) אויב האסטו באווייזן פון פסוקים אז אידן האבן אויפגעהערט היטן שבת און מקריב זיין קרבנות פאר'ן חורבן בית ראשון - ביטע ברענג, און איך געב איך יעצט אויף און כ'בין מודה אז כ'בין נישט גערעכט. און איך צוה צוריק.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווילסט אויפווייזן אז די תורה איז אמת. קומסטו מיט א מעשה אז טאטע זיידע וכו', און דו ברענגסט א ראי' פון די תורה. מזל טוב.

באלד וועט ער זאגן אז איך בין א שגץ און א כופר. אבער לדעתי קען די תורה זיין אמת און די כוזרי זיין אפגעפרעגט. ס'שטערט נישט איינער דער אנדערן.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

זוכער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:זוכער: איך דארף דיר נישט ברענגען קיין ראיות אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן

די דארפסט ברענגען א ראיה אז עס איז נישט געווען Y וואס האט מחדש געווען אידישקייט, און אז די מסורה פון אונזערע טאטעס גייט ארויף באמת ביז מעמד הר סיני, און אז ס'נישט קיין באבע מעשיות וואס איינער האט אויסגעטראכט און דאס פארקויפט פאר אונזערע זיידעס,
די מאכסט אן הנחה אז ס'איז געווען א מעמד הר סיני און די היסטאריע פון נ''ך איז אלעס אמת, און דאן זיכסטו די געפ! א ליצנות, אודאי איז אין ספרי נ''ך נישטא קיין געפ, ווייל Y האט זיכער געמאכט אז זיין באבע מעשיות שטימען, און ס'טאקע נישטא קיין געפ

דאס דארפסטו קענען אויפווייזן אהן קיין פסוקים און ראיות פון די תורה, ווייל אויב איז נאר דאס וואס די האסט, דאן ביסטו גארנישט ווערט, די גנב איז די שופט, ער זאגט אז ער זאגט אמת,

ס'דערמאנט מיר א ווערטל,
א שוואנץ האט זיך געגרויסט אז זיין רבי האט גלוי אליהו, האט מען אים געפרעגט, וויאזוי ווייסטו אז דיין רבי האט טאקע גלוי אליהו, האט ער געענטפערט, וואס הייסט? די רבי האט קלאר געזאגט אז ער האט גלוי אליהו!, האט מען אים געפרעגט, אפשר זאגט דיין רבי ליגנט? האט ער געענטפערט, זענט עטס נארמאל? א מענטש וואס האט גלוי אליהו זאל זאגן ליגנט?....
אזא פנים האט עס

אקעי. לאמיר מאכן א סך הכל:
די ראיות וואס דו האסט געברענגט פון תנ"ך אויף א געפ - זענען אלע געווארן אפגעפרעגט. אידן האבן ווייטער געהאלטן שבת ויום טוב און האבן מידי יום ביומו מקריב געווען קרבנות פאר גאט אין משכן - ס'איז געווען א סנהדרין און כהנים גדולים די גאנצע צייט און עפעס א רוחניות'דיגע הנהגה האט פונקציאירט אן איבערריס.
@עצי שטים דארף ברענגען ראיות אז כלל ישראל האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן אין יאר X - און געקומען שופט Y און אנגעהויבן פון אנהייב.
דערווייל זאגסטו גאר אז איך דארף ברענגען ראיות פארקערט. דו האסט נישט קיין Y וואס האט דאס געטאן אפשר תולע בן פואה, אפשר גדעון, אפשר שמשון אפשר עזרא - אן קיין שום באזיס פון עפעס עווידענס וואס האלט א טראפ וואסער.

קלויב זיך ביטע אויס איינס פון די 3 אפציעס:
1) אויב דו האלסט אז די תורה איז א גאלדי לאקס מעשה, איז די דעבאטע געענדיגט פון נעכטן. אויב איינער לייקענט די גאנצע תורה, האב איך קלארגעשטעלט אז איך גיי דאס נישט דעבאטירן. אפשר לאורנס קעלמען קען, איך בין נישט בכח. און כ'הייב אפילו נישט אן.
2) אויב דו האסט ספיקות און ביסט אינטרעסירט צו וויסן דעם אמת - און גרייט מודה צו זיין על האמת - קען מען רעדן און דיסקאסן און אדרבה, לאמיר דאס אויסשפילן.
3) אויב האסטו באווייזן פון פסוקים אז אידן האבן אויפגעהערט היטן שבת און מקריב זיין קרבנות פאר'ן חורבן בית ראשון - ביטע ברענג, און איך געב איך יעצט אויף און כ'בין מודה אז כ'בין נישט גערעכט. און איך צוה צוריק.

לאמיר גיין פארקערט, די ראיה איז אז די קענסט נישט זאגן פאר א מענטש די ביסט דארט געווען ווען ער איז נישט דארט געווען, און דו קענסט נישט זאגן די האסט געהערט פון דיין טאטע ווען די האסט נישט געהערט.
יעצט אויב ווייז איך דיר אז אין תנ"ך איז דא מערערע תקופת וואס עס שטייט ”לא ידעו את ה’” וכדומה פארלירסטו די ראיה ווייל מען קען יא זאגן פאר א מענטש אז דיינע עלטער-זיידעס האבן געהאט אזא מסורה נאר עס איז פארגעסען געווארן און איך דערמאן עס, און איך געב דיר די גאנצע היסטאריע ביז אהער און אויף די לעצטע הונדערט יאר שרייב איך לא ידעו וכו’.
און עס איז דא גענוג ראיות אז דאס קען ארבעטן.
און אה”נ עס געווען וואס האבן זיך קעגן געשטעלט, נאר די ווייסט היינט נישט צופיל פון זיי, ווייל ווי איך האב שוין איינמאל געברענגט אויבן די געווינער שרייבן די היסטאריע
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

Nanach האט געשריבן:

@עצי שטים איז אויפגעקומען מיט דעם פסוק לא ידעו את ה' אלץ א ראיה אז אידישקייט האט אויפגעהערט צו עקזעסטירן אויף X יאר.
האב איך נאכגעקוקט און געפונען 2 מפורשים וועלכע פארטייטשן דעם לא ידעו את ה' אנדערש פון @עצי שטים. עצי שטים'ס ראיות זענען צעבלאזן.

לא ידעו את ה' - מה זה?

מ'רעדט פון יראת שמים אדער ידיעה משכלת.
ס'ווערט נישט דערמאנט אז מ'האט נישט געהאלטן קיין שבת און מ'האט אפגעהאקט דעם בונד מיט גאט.
שטייט נישט אז מ'האט מער נישט גע'מלט די קינדער ביי די 8 טאג.
שטייט נישט אז די עבודה אין משכן האט אויפגעהערט פונקציאנירן פאר איין טאג.
שטייט נישט אז ס'איז מער נישט געווען קיין סנהדרין.
שטייט נישט אז ס'איז מער נישט געווען קיין כהן גדול.

די אלע זאכן זענען פולשטענדיג אנגעגאנגען נאר אידן האבן אנגעהויבן זינדיגן און נישט געהאט קיין יראת שמים.

MAKE NO MISTAKE, מיר ווייסן זייער גייט וואס מיינט ווערן OTD אין אונזער הייטינגע לעקסיקאן. אפשאקלען פון אידישקייט הכל בכל מכל. נישטא מער קיין שבת, קיין יום טוב, קיין ברית מילה און נישט קיין שופר בלאזן.

ר' @Nanach דאס האט קיינמאל נישט פאסירט אין די געשיכטע פון כלל ישראל.
מסתם נאר ביי די עשרת השבטים. און קוק צי זייערע אייניקלעך ווייסן צו זאגן פון אידישקייט?

האסט די TEST, האסט די RESULTS
דארפסט נאר זיין גרייט צו זאגן טעיתי.

די מפרשים זענען אלט 1000 יאר אדער ווייניגער, עס קען זיין אז בשעת מעשה האט מען עס געלערנט אנדערש, און לכבוד דעם האט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן איך האב עס נישט געהערט פון מיינע עלטערן
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

Nanach האט געשריבן:די מפרשים זענען אלט 1000 יאר אדער ווייניגער, עס קען זיין אז בשעת מעשה האט מען עס געלערנט אנדערש, און לכבוד דעם האט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן איך האב עס נישט געהערט פון מיינע עלטערן
.
מעגליך אז אנדערע האבן עס געלערנט אנדערש. איך האב געפונען די 2.
ברענג אנדערש פשטים און לאמיר אנהייבן דזשאדזשן.

קענסט מיר נישט זאגן אז איך בין נישט גערעכט, ווייל מעגליך איז דא אנדערע פשטים.
איך האב געברענגט א פרוף אז די ראיה איז אפגעווארפן. חוץ אויב מ'וויל גיין קאפ אין וואנט אז ס'איז געווען א געפ.

איך האב געברענגט מערעע משלים וואס מיינט OTD. אויס אידישקייט, אויס שבת, אויס יום טוב. אויס ברית מילה, אויס קרבנות, אויס סנהדרין, אויס כהנים גדולים.
נישטא קיין שום עווידענס אויף דעם. דאס מיינט אז מ'האט געטאן עבירות, אבער אידישקייט איז אנגעגאנגען אן קיין געפ. נישטא קיין X און קיין Y. קיין J P E D. א טעאריע ככל הדעבאנקד טעטאריעס.

אגב, דער תרגום איז שוין 2000 יאר. (תרגום יונתן דאכצעמיר)
זייער נישט גוט פאר די געפ טעאריע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זוכער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

אויב איינער קען ביטע ערקלערן און עס פארשטיין געבן. אויב ס'איז א פארשטענדליכער הסבר, וועל איך עס בלי ספק אנערקענען.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

זוכער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:די מפרשים זענען אלט 1000 יאר אדער ווייניגער, עס קען זיין אז בשעת מעשה האט מען עס געלערנט אנדערש, און לכבוד דעם האט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן איך האב עס נישט געהערט פון מיינע עלטערן
.

מעגליך אז אנדערע האבן עס געלערנט אנדערש. איך האב געפונען די 2.
ברענג אנדערש פשטים און לאמיר אנהייבן דזשאדזשן.

קענסט מיר נישט זאגן אז איך בין נישט גערעכט, ווייל מעגליך איז דא אנדערע פשטים.
איך האב געברענגט א פרוף אז די ראיה איז אפגעווארפן. חוץ אויב מ'וויל גיין קאפ אין וואנט אז ס'איז געווען א געפ.

איך האב געברענגט מערעע משלים וואס מיינט OTD. אויס אידישקייט, אויס שבת, אויס יום טוב. אויס ברית מילה, אויס קרבנות, אויס סנהדרין, אויס כהנים גדולים.
נישטא קיין שום עווידענס אויף דעם. דאס מיינט אז מ'האט געטאן עבירות, אבער אידישקייט איז אנגעגאנגען אן קיין געפ. נישטא קיין X און קיין Y. קיין J P E D. א טעאריע ככל הדעבאנקד טעטאריעס.

ווען איך זאג מען קען לערנען אנדערש מיין איך נישט אז איך האב געטראפען א מפרש. עס איז גענוג אז דו קענסט מיר נישט אויפווייזן אז מען קען נישט אזוי לערנען פון די פסוקים אליינס, אז מען זאל קענען זאגן אז אין יענע דור האט מען אזוי געלערנט ממילא האט קיינער זיך נישט קעגן געשטעלט אז עס איז ליגנט, ווייל ער האט פארשטאנען אז דאס וואס ער האט עס קיינמאל נישט געהערט פון זיינע עלטערן איז ווייל עס איז פארגעסען געווארן ווי עס שטייט דא קלאר ארויס
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

אגב, דער תרגום איז שוין 2000 יאר. (תרגום יונתן דאכצעמיר)
ס'טייטש אז מ'האט שוין דעמאלט געלערנט.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

זוכער האט געשריבן:

אויב איינער קען ביטע ערקלערן און עס פארשטיין געבן. אויב ס'איז א פארשטענדליכער הסבר, וועל איך עס בלי ספק אנערקענען.

איך פארשטיי נישט וואס עס איז אזוי שווער דא צו פארשטיין די פירער (ווער עס איז) האט געוואלט זאלסט טאקע דעס האלטן האט ער געזאגט מען זאל אזוי זאגן, עס שטייט נישט דא אבי סיפר לי, עס שטייט דו זאלסט זאגן פאר דיין קינד אז עס געווען מיט דיינע עלטערן. איי פארוואס האבן דיינע עלטערן דיר עס נישט דערציילט? (ערשטע דור פון די פירער) ווייל זיי זענען געווען אפגעפארן!
איך פארשטיי בכלל נישט וואספארא ראיה דאס איז
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זוכער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:די מפרשים זענען אלט 1000 יאר אדער ווייניגער, עס קען זיין אז בשעת מעשה האט מען עס געלערנט אנדערש, און לכבוד דעם האט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן איך האב עס נישט געהערט פון מיינע עלטערן
.

מעגליך אז אנדערע האבן עס געלערנט אנדערש. איך האב געפונען די 2.
ברענג אנדערש פשטים און לאמיר אנהייבן דזשאדזשן.

קענסט מיר נישט זאגן אז איך בין נישט גערעכט, ווייל מעגליך איז דא אנדערע פשטים.
איך האב געברענגט א פרוף אז די ראיה איז אפגעווארפן. חוץ אויב מ'וויל גיין קאפ אין וואנט אז ס'איז געווען א געפ.

איך האב געברענגט מערעע משלים וואס מיינט OTD. אויס אידישקייט, אויס שבת, אויס יום טוב. אויס ברית מילה, אויס קרבנות, אויס סנהדרין, אויס כהנים גדולים.
נישטא קיין שום עווידענס אויף דעם. דאס מיינט אז מ'האט געטאן עבירות, אבער אידישקייט איז אנגעגאנגען אן קיין געפ. נישטא קיין X און קיין Y. קיין J P E D. א טעאריע ככל הדעבאנקד טעטאריעס.

זוכער טייערע, איך כאפ יעצט אז דו פארזעסט א וויכטיגע נקודה
די זאגסט קלאר אז איינער וואס גלייבט נישט אין גארנישט קענסטו נישט דעבאטירן און אויפווייזן אז תורה איז מסיני, נאר פאר א מאמין וואס האט ספיקות קענסטו אים אויפווייזן אז עס איז יא געווען א מעמד הר סיני וכדו'

איך האב אויפגעברענגט קשיות אז אפשר איז עס נישט אמת, און אז ס'יא דא א געפ (נישט קיין אמת'ע, נאר אן אייגן געמאכטע, דורכן מחבר התורה, כדי די ליגנט זאל קלעבן) וכ' וכ' אלעס פאבריצירט דורך עפעס א שופט, און די האסט מיר דעבאטירט וכ' וכ',
אבער וואס די כאפסט נישט איז, אז הגם איך בין א מאמין, איז מיין ספיקות טאקע דאס, אז אפשר איז אלעס גאלדי לאקס מעשיות?איינגערעטע זאכן,
קומסטו מיט ראיות פון מפרשים און פסוקים, עס איז אלעס אוררעלעוואנט אויסצוקלארן מיינע ספיקות, אויב קענסטו נישט אויפוויזן פאר א גענצליך אומגלויביגער, דאן קענסטו אויך נישט אויסקלארן מיין ספיקות פון 'אפשר איז די מהלך פונעם אומגלויביגער אמת'
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

זוכער האט געשריבן:אגב, דער תרגום איז שוין 2000 יאר. (תרגום יונתן דאכצעמיר)
ס'טייטש אז מ'האט שוין דעמאלט געלערנט.

איך פארשטיי נישט וואס דו ברענגסט מיט דעם ארויס לגבי די נקודה די נקודה איז אז עס גענוג אז די ערשטע 200 יאר וואס מען געדענקט נאך אז די עלטערן האבן נישט געוואוסט דערפון זאל מען עס לערנען כפשוטו אז עס איז אינגאנצן פארגעסען געווארן, אזוי איז נישט דא די קשיא פארוואס הער איך יעצט דערפון די ערשטע מאל.
200 יאר שפעטער אדרבה וועט איינער וואס וויל שטופן די אג’ענדע לכתחילה וועלן מען זאל טוישן פשט ווי די קלאסישע מפרשים, ווייל עס וועט נאר באפעסטיגן די נעראטיוו אז עס איז אלץ געווען
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

Nanach האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:

אויב איינער קען ביטע ערקלערן און עס פארשטיין געבן. אויב ס'איז א פארשטענדליכער הסבר, וועל איך עס בלי ספק אנערקענען.

איך פארשטיי נישט וואס עס איז אזוי שווער דא צו פארשטיין די פירער (ווער עס איז) האט געוואלט זאלסט טאקע דעס האלטן האט ער געזאגט מען זאל אזוי זאגן, עס שטייט נישט דא אבי סיפר לי, עס שטייט דו זאלסט זאגן פאר דיין קינד אז עס געווען מיט דיינע עלטערן. איי פארוואס האבן דיינע עלטערן דיר עס נישט דערציילט? (ערשטע דור פון די פירער) ווייל זיי זענען געווען אפגעפארן!
איך פארשטיי בכלל נישט וואספארא ראיה דאס איז

שוין געזענס אין די וועלט אז מ'זאגט פאר מענטשן זאג א ליגענט פאר דיינע קינדער, אז דו ביסט דארט געווען.
ווען איך האב דאך א קלארע נארמאלע מהלך, פארוואס טוט מען דאס: ווייל אזוי האט גאט געהייסן.

פארוואס לייגסטו תפילין? ווייל אזוי האט גאט געהייסן.
פארוואס בלאזט מען שופר? ווייל אזוי האט גאט געהייסן.

מ'מאכט א קאנספיראציע וואס צו דעסיוון די קינדער, ווען זיי פרעגן א איננעסענט קוועסטשען.
פארוואס עסטו מצה און מרור? ווייל גאט האט מיך ארויסגעצויגן פון בארג סיני!
ס'איז א צעדרייטע ליגענט וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט און ס'עפנט אויף PANDORAS BOX ,און א געפערליכע CAN OF WORMS.

וועלכע בהמישער שופט האט דאס פאבריצירט וואס אלע מענטשן זאלן זיך נעמען לאכן, איך זאג דאס נישט פאר מיין קינד. איך בין נישט קיין בי.עס'ניק. געב מיר א ברעיק.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

זוכער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:

אויב איינער קען ביטע ערקלערן און עס פארשטיין געבן. אויב ס'איז א פארשטענדליכער הסבר, וועל איך עס בלי ספק אנערקענען.

איך פארשטיי נישט וואס עס איז אזוי שווער דא צו פארשטיין די פירער (ווער עס איז) האט געוואלט זאלסט טאקע דעס האלטן האט ער געזאגט מען זאל אזוי זאגן, עס שטייט נישט דא אבי סיפר לי, עס שטייט דו זאלסט זאגן פאר דיין קינד אז עס געווען מיט דיינע עלטערן. איי פארוואס האבן דיינע עלטערן דיר עס נישט דערציילט? (ערשטע דור פון די פירער) ווייל זיי זענען געווען אפגעפארן!
איך פארשטיי בכלל נישט וואספארא ראיה דאס איז

שוין געזענס אין די וועלט אז מ'זאגט פאר מענטשן זאג א ליגענט פאר דיינע קינדער, אז דו ביסט דארט געווען.
ווען איך האב דאך א קלארע נארמאלע מהלך, פארוואס טוט מען דאס: ווייל אזוי האט גאט געהייסן.

פארוואס לייגסטו תפילין? ווייל אזוי האט גאט געהייסן.
פארוואס בלאזט מען שופר? ווייל אזוי האט גאט געהייסן.

מ'מאכט א קאנספיראציע וואס צו דעסיוון די קינדער, ווען זיי פרעגן א איננעסענט קוועסטשען.
פארוואס עסטו מצה און מרור? ווייל גאט האט מיך ארויסגעצויגן פון בארג סיני!
ס'איז א צעדרייטע ליגענט וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט און ס'עפנט אויף PANDORAS BOX ,און א געפערליכע CAN OF WORMS.

וועלכע בהמישער שופט האט דאס פאבריצירט וואס אלע מענטשן זאלן זיך נעמען לאכן, איך זאג דאס נישט פאר מיין קינד. איך בין נישט קיין בי.עס'ניק. געב מיר א ברעיק.

איינער האט כח אריין צו קומען מסביר זיין די קאמען סענס? איך האב נישט קיין כח יעצט צו זיך דרייען אין די סירקלס. אפשר ביינאכט
פארשפארט