בערך וואס איז דארטן געשטאנען?קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב א געפיל אז דעי אשכול פארט אראפ באט who knows
You could never know...
כאפטס אריין שנעלל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788
זוכר נמחקות (אייוועלט)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:בערך וואס איז דארטן געשטאנען?קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב א געפיל אז דעי אשכול פארט אראפ באט who knows
You could never know...
כאפטס אריין שנעלל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788
אלעמאל ווען איך זעה אזאנס כאפ איך גלייך א סקרינשאט למען יעמדו
בר מצוה רבי'ס אזוי ווי חתן רבי'ס נעכטן
די אשכול איז היינט געפלויגן
ס'איז מיר אויס געקומען צו מיטהאלטן מעמדים וואס מוסדות און קהילות האבן צוגעשטעלט בנוגע טעכנעלאגיע און אויך אלגעמיינע קדושה פראבלעמען ביי קינדער און בחורים, עס איז קיינמאל נישט גרינג געווען פאר א בחור צו בלייבן אפגעהיטן, פאר איינעם מער און פאר איינעם ווייניגער, אבער אמאל איז נישט געווען די גליטשער אזוי גליטשיג, און ביז ווי, וואס, ווען, האט זיך דער בחור געקענט צוריק כאפן אויף פארשידענע אופנים, אבער היינט ווערט מען שנעל פארכאפט אז פון א קליינע גליטש קען מען אנקומען צום ערגסטן נאך פאר מען קען חרטה האבן, און ווען מען האלט שוין ביי חרטה איז מען שוין אינטן די בארג.
כולם פה אחד זאגן אז אויב דער בחור האט א נאנטן מענטש וואס ער טראסט אלעס צו זאגן, ער ווייסט אויף זיכער אז ער גייט נישט צוביסן ווערן פאר'ן זאגן וואס איז געשען מיט אים, ווי שנעלער דאס געשעט קען מען אים ראטעווען פון גליטשן ווייטער, די מחנכים האבן געזאגט ביי די דרשות וואס איך האב געהערט אז די נאנטסטע טאטע אדער מאמע קענען נישט זיין די מענטשן צו וועם דער בחור גייט רעדן, ווייל דער בחור וויל הילף און ער ווייסט אז זאגן פאר עלטערן בפרט פאר א מאמע גייען די עלטערן ווערן די וואס דארפן הילף, און נישט נאר ער וועט נישט באקומען וואס ער דארף, נאר די מצב וואס עס גייט געשען קען ער זיך נישט קענען ערלויבן.
אפשר וואלט געווען כדי צו איינפירן אזא זאך ווי א בר מצוה רבי, מען רעדט נישט פון לערנען הלכות תפילין אדער אפילו השקפה, נאר ווערן נאנט מיטן קינד, אים זאגן איבער מעגליכע טוישונגען און זיין אנטוויקלונג, און בעיקר זיין נאנט מיט אים אז ער זאל פילן ער האט אן אדרעס צו וועם ער קען אלעס רעדן, צו ווען איינער האט אים געוויזן עפעס, צו ווען חבר האט אים געזאגט עפעס אן אומשולדיגע שמעוס און ער כאפט אז SD קארטל האט אריין געבלאטשעט צו אים און ער זעט זיך נישט ארויס, ער איז יעצט געוואר געווארן זאכן וואס לאזן אים נישט במנוחה, צו א פונעם פלאנטער ווי עס האט אים געטראגן, אדער א בחור וואס האט א פשוט מאזהו סיבה שהוא א אום חן און מען רודפ'ט אים, עס איז דא אזויפיל עמערדשנסי קאלס וואס קען געשען מיט אונזערע שעפעלעך, און עס געפינט זיך נישט און זייער געגענט קיין פערמעדיק.
אין ארץ ישראל איז איינגעפירט די משכינו אדער משוך נועם, וואס זיי טוען א געוואלדיגע ארבעט, אבער איך רעד נאך איין שטאפל בעפאר, נישט ווען מען זעהט עפעס אויף קינד/בחור נעמט מען זיך צו דער ארבעט, נאר די עלטערן שטעלן אים צו א רבי/חבר א מומחה וואס ער וועט רעדן איינמאל א וואך אדער ווייניגער און זיין מיט אים אפן אינגאנצן. א.א.וו.

נאך
אוי האסטו דא אויפגעריסן א איינגעהאלטענע פונק אין מיין הארץ, אז מען האט שוין יא געעפנט די נושא דא לאמיר זאגן דאס מייניגע (ביטע נישט אריינהאקן),
אחי ורעיי, עס איז זייער שווער צו רעדן פון דעם בפרט אויף א פאבליק פלאטפארמע, אבער בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים, לאמיר מגלה זיין מצפוני לבי וואס ליגט שוין אפאר יאר אינעווייניג אין מיר, א חוץ אפאר מחנכים וואס איך רעד מיט זיי די נושא.
איז אזוי, בדרך אקראי - אודאי מה' היתה, אבער איך מרצוני האב נישט געזוכט דעם פעלד - בין געווארן אריינגעשלעפט אין העלפן בחורים פריוואט, וואס איז גראדע געקומען פון די בחורים'ס זייט. לאמיר מסביר זיין: דער בורא עולם האט מיר באשאפן אלס א מורא'דיגע געפילישער, מיין נשמה לאזט מיר נישט זעהן א מענטש אין פיין איין מינוט, איך האב שוין מוותר געווען אסאך געלט פון מיר כדי נישט צו מאכן מענטשן אומבאקוועם. בקיצור, איך ווער שטארק געפירט פון געפילן, אין די מייערס-בריגס פערסענעלאטיס בינעך א שטארקע F, ווי אויך בינעך שוין אסאך אריבער אין מיין פערזענליכע לעבן.
דער הייליגער באשעפער האט אזוי צוגעפירט אז איך פלעג זיך דרייען אין ישיבות, אזוי האבעך אסאך געשמועסט און פארברענגט מיט בחורים, און מחמת איזה סיבה (וואס איך ווייס גראדע די סיבה, ס'איז א נאטור וואס איך האב) האבן אפאר בחורים מחליט געווען אז איך בין דער מענטש וואס גייט זיי פארשטיין, און אזוי איינציגווייז האבעך זיך געטראפן זיצן שעות על גבי שעות זיצן און אויסהערן הייליגע צאן קדשים וואס דער בורא עולם האט זיי פארטרויעט צו לעבן אלס בחור אינעם מבול פון די היינטיגע וועלט.
טייערע יודן, ווען איך דערמאן זיך צוריק ווי אזוי איך האב געפילט אין אנהייב רעדנדיג מיט די ערשטע בחור, די הארץ פלאצט מיר, במסתרים תבכה נפשי, אפגערעדט אז איך בין געלאפן אין מקווה תיכף נאכדעם, אבער די יודישע הייליגע נשמה וואס וויל זיין גוט און קיינער פארשטייט עם נישט............... איך וויין, באשעפער האב רחמנות!
לאמיר זיין אפן און מאכן א סך הכל פון מיין בליק אויף די היינטיגע בחורישע וועלט, אלעס וואס איך שרייב איז פאקטן וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן, געהערט און געפילט. די מציאות היינט איז אז קינדער ביי די 11 יאר - יא איר הערט גוט, פרעג מיך נישט איבער ווייל איך האב ריקארדינגס ווי בחורים דערציילן דאס - זענען שוין מיט נסיונות ווי אכצן יעריגע בחורים, איך ווייס פון א בחור וואס האט ביי די 11 יאר שוין אנגעזעצט יונגערע קינדער, 16 ווייסן שוין אלעס, היינט ביי די 15 רוב בחורים האבן במשך די ערשטע צוויי יאר פון זייער בחורישע יארן א שטארקע נסיון אין טעכנעלאגישע כלים וואס חברים טראגן זיי אן, אין רוב ישיבות פארן היינט ארום קליפס וואס פרעה און בלעם האבן נישט געקענט זיך פארשטעלן אין וויסטן חלום, מען דארף ליידער נישט קיין אינטערנעט פארדעם, א קליינע SD איז גענוג, יעצט טריי מיך נישט צו טשעלענדזשען ווייל איך האב רעקארדירונגען פון בחורים וואס דערציילן דאס. דאס איז א קליינע חלק הנסיון וואס גייט פאר.
לאמיר געבן א טראכט, וויפיל בחורים האבן א מענטש וואס זיי פילן רואיג אין באקוועם צו רעדן מיט עם????? די תירוץ צורייסט דאס יודיש הארץ, ליידער ליידער רוב האבן נישט, פארוואס? ווייל זיי האבן מורא און זיי האלטן אז מען פארשטייט זיי נישט.... טראכט א מינוט, וואס טראכט און פילט א בחור וואס האט נסיונות, נאכדעם וואס ער הערט א שטרענגע טעכנעלאגיע דרשה? וואס טראכט א בחור ווען ער הערט א שובבי"ם דרשה פון זיין מנהל? לאמיר גיין א סטעפ טיפער, אפי' א געזונטע בחור וואס ער הערט א דרשה ווי רוב דרשות היינט, וואס הייבט ער אן פילן? אז מען לעבט אין א שרעקעדיגע וועלט - און ס'איז אמת, וואס אין איין מינוט קען מען חרוב גיין - דער בחור פאלט אריין אין א טראומע, אין דער זעלבער רעדנער איז אויך שיין מסביר ווי אזוי א עכטע חסידישע בחור דארף אויסזעהן, ווייל ער לייגט שיין אראפ ווי אזוי מען האט אין זיינע צייטן אויסגעזעהן...
יעצט לייג זיך א מינוט אריין אין דעם בחור'ס קאפ: איך לעב אין א צודרייטע וועלט און דו ווילסט נאך איך זאל אויסזעהן ווי פאר דרייסיג יאר צוריק? זאג מיר ווי אזוי דארף דאס ארבעטן? הא? ענטפער מיר? איך פרעג א דאמי שאלה.. א בחור פון 15 יאר צוריק אפי' האט נישט במשך זיינע אלע בחורישע יארן צוזאמען געהאט אפי' איין נסיון וואס א בחור קען היינט האבן אין 15 סעקונדען... טייערע יודן, פארוואס קען מען נישט רעדן זייער שפראך? נאכדעם טרעפט מען א גוטע בחור פלוצלינג גליטשט, און מען ווינדערט זיך פארוואס דער בחור האט גארנישט דערציילט, אודאי האט ער נישט דערציילט! ער האט געפילט אז מען גייט עם נישט פארשטיין, מען גייט עם אראפקוקען, און באמת רוב עלטערע מענטשן ווייסן באמת נישט וואס היינטיגע בחורים גייען דורך.
שוין, איך קען רעדן פון היינט ביז משיח, לאמיר צוגיין צום פוינט, וואס קען מען טון? פון מיין קוק ווינקל [וואס איך ווייס ליידער אסאך מער ווי א נארמאלע מענטש ווייל דער בורא עולם האט אזוי געוואלט], קודם רעדן א פאזיטיווע שפראך, פון איין זייט ארויסברענגען די חומר הענין פון קדושה, שמירת עינים, טהרת המחשבה, אויפבויען די ערך פון יודישקייט וואס דאס איז אויך א מכת מדינה היינט, בחורים ווייסן נישט וואס יודישקייט מיינט, וואס דאס איז א שמועס פאר זיך פארוואס דאס איז אזוי, און פון די אנדערע זייט מסביר זיין פאר דעם בחור אז עס איז נארמאל צו האבן נסיונות! וויפיל מאל האבעך שוין געהאט בחורים וואס האבן געוויינט אז זיי זענען געווען זיכער אז זיי זענען משוגעים ווייל זי האבן נסיונות אין אזעלכע זאכן... מסביר זיין פאר דעם בחור אז קיינער גייט עם נישט אראפקוקן ווען ער גייט קומען דערציילן, אדרבה מען גייט עם גאר ארויפקוקן פארן טוהן דעם שריט. עס איז דא נאך וואס מען קען טוהן אבער אכמ"ל.
און דא קום איך צו צום ענין פון די אשכול: מען זאל אוועקשטעלן אינגעלייט וואס זאלן זיין טרענירט, מיט ברייטע מוחות און פריינטליך וואס זאלן פלעין פארברענגען מיט די בחורים, איך אליין בין א עד ווי גוט דאס ארבעט, רוב בחורים וואס עפענען זיך פאר מיר קומט דאס ווייל זיי שפירן אז איך בין זיי א גוטער חבר, נישט קיין מחנך, נישט קיין משפיע, פלעין א חבר,
עד כאן פאר יעצט, פאר סיי וועלכע שאלות אין אישי.
הרחמן הוא ישלח לנו את אליהו הנביא.
נ.ב. עס איז נאך דא א רובא דמינכרא געזונטע בחורים.

- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
אז מען רעדט שוין פון איי וועלט איז א נחת צו זעהן ווי אין "גליון אידישקייט" אשכול ווי די עולם האלט נישט אויס די סעריע פון די מפואר עדס.
נאכ'ן ליינען די גאנצע שמועס בין איך געקומען צו די מסקנא אז זיי האבן נישט עכט א פראבלעם מיט די פענסי תפילין בייטלעך אדער די שאל פונעם קינד. עס איז פשוט אז די אייוועלטיסטן זענען א באנדע געי חברה און זיי זעהן א שיין קינד זענען זיי פשוט געווארן ווילד. ליינט און האט הנאה:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=500

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היכי דמי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היכי דמי: ליינענדיג (נאר) א טייל פון די תגובות זעה איך אז זיי האבן א פראבלעם מיט א זאמד זייגער. קען מיר איינער מסביר זיין וואס די הוה אמינא איז אז א זאמד זייגער זאלל הייסן ..."מאדערן"... ס'נישטא נאך אזא פארצייטיגע זאך ווי א זאמד זייגער! מ'עט נאך זאגן אז א שטריימל (איך רעד נישט די היינטיגע הויכע, וועלכע זענען העכער ווי די ספאדיקס) און בעקישע איז א מאדערנע זאך...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
היכי דמי האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון איי וועךט איז א נחת צו זעהן ווי אין "גליון אידישקייט" אשכול ווי די עולם האלט נישט אויס די סעריע פון די מפואר עדס.
נאכ'ן ליינען די גאנצע שמועס בין איך געקומען צו די מסקנא אז זיי האבן נישט עכט א פראבלעם מיט די פענסי תפילין בייטלעך אדער די שאל פונעם קינד. עס איז פשוט אז די אייוועלטיסטן זענען א באנדע געי חברה און זיי זעהן א שיין קינד זענען זיי פשוט געווארן ווילד. ליינט און האט הנאה:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=500
יוי זאגסטו גיט, א עד פאר תפילין בייטלעך, און די אייוועלטיסטען פארן גלייך צים יונגעל, זעיט אויס זייער ווייב שטעלט זיי נישט צי
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון איי וועךט איז א נחת צו זעהן ווי אין "גליון אידישקייט" אשכול ווי די עולם האלט נישט אויס די סעריע פון די מפואר עדס.
נאכ'ן ליינען די גאנצע שמועס בין איך געקומען צו די מסקנא אז זיי האבן נישט עכט א פראבלעם מיט די פענסי תפילין בייטלעך אדער די שאל פונעם קינד. עס איז פשוט אז די אייוועלטיסטן זענען א באנדע געי חברה און זיי זעהן א שיין קינד זענען זיי פשוט געווארן ווילד. ליינט און האט הנאה:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=500
יוי זאגסטו גיט, א עד פאר תפילין בייטלעך, און די אייוועלטיסטען פארן גלייך צים יונגעל, זעיט אויס זייער ווייב שטעלט זיי נישט צי
i think ivelt should write now that kave shtiebel is homophobic
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יעצט געבליקט אהין און דאס מאל זענען די אייוועלטיסטן הייליג גערעכט. דער מפואר עד איז אזא מין עקל און גרוליג אז מען קען דאס אפילו נישט מסביר זיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
איך אויך האט געשריבן:יעצט געבליקט אהין און דאס מאל זענען די אייוועלטיסטן הייליג גערעכט. דער מפואר עד איז אזא מין עקל און גרוליג אז מען קען דאס אפילו נישט מסביר זיין.
סיריעסלי.......
דעיס דערמאנט א מעשה (שאולי) היה, ביי איינע פון די רבי'ס, די חסיד דערציילט פארן רבי אז ער קען נישט אויף הערן צי טראכטן פון פרויען א גאנצען טאג, זאג די רבי זיי מקיים מצוות עונה ווי א מענטש וועסטו נישט טראכטן פון דעים א גאנצן טאג.
לענינינו ס'דא מענטשן וואס זענען א גאנצען צייט פארנימען מיטן זיך נישט נאכגעיבן תאוות, אז א גאנצע טאג טראכטן זיי פון תאוות, און ווען זיי זעיען א יונגעל ווערן זיי ארויס פון קאנטראל.
מיין ראש ישיבה, פלעיגט זאגן אז מ'פאלט דארך מיט א ניסיון (הז"ל) זאל מען זאגן "עויתי חטאתי פשעתי" זיך פארנעמען אז מען גייט עס מער נישט טין, און פארגעסן פון די גאנצע מעשה, פארוואס, ווייל ווי מער מען ליגט אין דעים און מען טיט תשובה אלץ מער טראכט מען פון דעים.
וכמאמר הכתוב.
מה שהיה היה, העיקר להתחיל מהתחלה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
איך אויך האט געשריבן:יעצט געבליקט אהין און דאס מאל זענען די אייוועלטיסטן הייליג גערעכט. דער מפואר עד איז אזא מין עקל און גרוליג אז מען קען דאס אפילו נישט מסביר זיין.
עקל און גרוי לאז פאר אייוועלט און מעלות. ס'עקלט מיר און ס'גרוילט מיר צו הערן אזעלכע ווערטער.
(די זעלבע מיט איכסאלעקא, פוי, איכס,עקלהאפטיג, מיט די אלע אנדערע שיינע ווערטער וואס אויף ענגליש מיינט עס בעיסיקלי פ**ק און ש*ט)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:יעצט געבליקט אהין און דאס מאל זענען די אייוועלטיסטן הייליג גערעכט. דער מפואר עד איז אזא מין עקל און גרוליג אז מען קען דאס אפילו נישט מסביר זיין.
סיריעסלי.......
דעיס דערמאנט א מעשה (שאולי) היה, ביי איינע פון די רבי'ס, די חסיד דערציילט פארן רבי אז ער קען נישט אויף הערן צי טראכטן פון פרויען א גאנצען טאג, זאג די רבי זיי מקיים מצוות עונה ווי א מענטש וועסטו נישט טראכטן פון דעים א גאנצן טאג.
לענינינו ס'דא מענטשן וואס זענען א גאנצען צייט פארנימען מיטן זיך נישט נאכגעיבן תאוות, אז א גאנצע טאג טראכטן זיי פון תאוות, און ווען זיי זעיען א יונגעל ווערן זיי ארויס פון קאנטראל.
מיין ראש ישיבה, פלעיגט זאגן אז מ'פאלט דארך מיט א ניסיון (הז"ל) זאל מען זאגן "עויתי חטאתי פשעתי" זיך פארנעמען אז מען גייט עס מער נישט טין, און פארגעסן פון די גאנצע מעשה, פארוואס, ווייל ווי מער מען ליגט אין דעים און מען טיט תשובה אלץ מער טראכט מען פון דעים.
וכמאמר הכתוב.
מה שהיה היה, העיקר להתחיל מהתחלה.
זייער פראבלעם איז נישט אז דעי אינגל איז עפעס א יפה תואר אדער אז עס צינדט אן איינעם וכו' זייער פראבלעם איז אז די סארט וועג פון גיין אנגעטון מיט די שאל איז געווענליך אן אנדערע סארט סטייל וואס זיי ווילן אז זייערע קינדער זאלן גיין, און עס זענען מסתמא דא נאך טויזענטער אידן וואס פאר סיי וועלכע נארישע און אומבארעכטיגטע סיבה ווילן זיי נישט אז זייערע קינדער זאלן גיין אזוי און עס עקלט זיי אזא סטייל (אפשר ווייל דאס דערמאנט זיי פון געוויסע מענטשן וואס זיי עקלען זיך פון) ממילא האבן זיי טענות אויף מפואר פארן זיך נישט רעכענען מיט טויזענטער אידן.
פארשטייט זיך אז אונז אויפגעקלערטע קאווע שטיבל מעמבער'ס ווייסן אז עס איז אויפגעבלאזענע שטותים און עס איז נישט קיין שום פראבלעם אזוי צו גיין און אונז גיימיר אלע אזוי פון חמשה עשר באב ביז ל''ג בעומר וכו' אבער לייג נישט אריין קיין פאלשע טענות וואס קיינער האט דארט נישט דערמאנט אפילו.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מיליאנער האט געשריבן:זייער פראבלעם איז נישט אז דעי אינגל איז עפעס א יפה תואר אדער אז עס צינדט אן איינעם וכו' זייער פראבלעם איז אז די סארט וועג פון גיין אנגעטון מיט די שאל איז געווענליך אן אנדערע סארט סטייל וואס זיי ווילן אז זייערע קינדער זאלן גיין, און עס זענען מסתמא דא נאך טויזענטער אידן וואס פאר סיי וועלכע נארישע און אומבארעכטיגטע סיבה ווילן זיי נישט אז זייערע קינדער זאלן גיין אזוי און עס עקלט זיי אזא סטייל (אפשר ווייל דאס דערמאנט זיי פון געוויסע מענטשן וואס זיי עקלען זיך פון) ממילא האבן זיי טענות אויף מפואר פארן זיך נישט רעכענען מיט טויזענטער אידן.
לאמיר ברענגען אפאר פין זייערע תגובות:
מפואר נעמט אראפ אייער הענט פון אינזער קינדער.....
זייער זייער זייער נישט קיין איידעלע עד, עס איז צייט צוצולייגן אביסל שכל.
א גיטע אויג כאפט אויף אסאך מער עקלהאפטיקייט אין די בילד ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
מען דארף קיקן אויפ די גיטע זייט אז למעשה טראגט ער נישט קיין סלים הויזן.....איך האף אז נעקסטע מאל וועט ער נישט גיין אן הויזן.
טערעסאנט פארוואס די דיזיינער האט נישט טייטגעמאכט די שיינקייטס הויזן.
צום אויספיר, די עולם פאנטאזירט דארט בגדול זיי קענען נישט רעדן אפן דארט מפני הצנזור, אבער ס'זיכער אז זייער קעפ ליגט אויף נישט ריכטיגע פלעצער ווען איך האב געזעין די עד האב איך סה"כ געזעין א יונגעל קויפט א טלית בייטל, גיי איך אויף אייוועלט געפין איך אויס אז כ'האב געקיקט אויף פארן, אזוי זעיט מען אויס ווען מען האט נישט קיין job, און די ווייב זעיט אויס ווי א נבלה, די קאפ הייבט אן צי פארן צי קינדער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:צום אויספיר, די עולם פאנטאזירט דארט בגדול זיי קענען נישט רעדן אפן דארט מפני הצנזור, אבער ס'זיכער אז זייער קעפ ליגט אויף נישט ריכטיגע פלעצער ווען איך האב געזעין די עד האב איך סה"כ געזעין א יונגעל קויפט א טלית בייטל, גיי איך אויף אייוועלט געפין איך אויס אז כ'האב געקיקט אויף פארן, אזוי זעיט מען אויס ווען מען האט נישט קיין job, און די ווייב זעיט אויס ווי א נבלה, די קאפ הייבט אן צי פארן צי קינדער.
נישט ממש. פארוואס ניצן זיי קינדער? ווייל מען קען נישט לייגן קיין נקיבה לייגט מען א שיינע יונגל and it's weird
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שפילער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מיליאנער האט געשריבן:אנטשולדיגט איך מיין אז דיין קאפ פארט גלייך צו יענע נושא.... איך זע נישט פארוואס דו קוועטשט אריין אז זיי מיינען דוקא דעיס.
ליין איבער מיין תגובה וועסטו פארשטיין
סתם אטאקירן אן אפווענדען מיין תגובה, איז נישט גערעדט צים דבר.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- קאמארנער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 05, 2022 6:16 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
היבש אינטערסאנט. ס'גייט א וויכוח איבער אן פארמעקטע אשכול איבער עווערנעס פאר בחורים
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p3328374

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
קהל'ס נער האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:אנטשולדיגט איך מיין אז דיין קאפ פארט גלייך צו יענע נושא.... איך זע נישט פארוואס דו קוועטשט אריין אז זיי מיינען דוקא דעיס.
ליין איבער מיין תגובה וועסטו פארשטיין
סתם אטאקירן אן אפווענדען מיין תגובה, איז נישט גערעדט צים דבר.
איך האלט ווי @מיליאנער, איך מיין אז דיין קאפ פארט אויף די נישט גוטע דירעקציע.
אז דו בעטסט אזוי שיין אז מען זאל אפווענדן דיין תגובה וועל איך פראבירן. אבער קודם, דארף מען פארשטיין די געדאנקענסגאנג פון די אידן.
שיינקייט, זיך פוצן איז פעך!, beauty איז עקלדיג, יעדע זאך אשר לא שערום אבותינו איז דאס ערגסטע, יעדע גויאשקייט, פראסקייט, איז ממש טומאת מצרים. יעצט מיט די מהלך לאמיר ליינען וואס זיי שרייבן.
לאמיר ברענגען אפאר פין זייערע תגובות:
מפואר נעמט אראפ אייער הענט פון אינזער קינדער.....
ליין: לייג נישט אריין פראסטע, עקלדיגע השגות פון שיינקייט.
זייער זייער זייער נישט קיין איידעלע עד, עס איז צייט צוצולייגן אביסל שכל.
עס איז גויאיש, פראסט וכו'...
א גיטע אויג כאפט אויף אסאך מער עקלהאפטיקייט אין די בילד ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
די שאל איז אהער די הויזן אהין. די קאפ ארויף די הענט אראפ ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. בקיצור, די גרעפיקער האט צוגעלייגט קאפ און מח ארויסצוברענגן די מאקסימום גויאישקייט.
אויב שוין יא מאכן די לעטעסט סטייל, נו פארוואס נישט אויך מאכן טייטע הויזן. עס איז סאך קיוטער. נעקסטע מאל וועט ער גיין אן הויזן ווייל די היינטיגע גויאישע מאדע איז צו גיין ווי ווייניגער אנגעטון.מען דארף קיקן אויפ די גיטע זייט אז למעשה טראגט ער נישט קיין סלים הויזן.....איך האף אז נעקסטע מאל וועט ער נישט גיין אן הויזן.
עיין לעיל.טערעסאנט פארוואס די דיזיינער האט נישט טייטגעמאכט די שיינקייטס הויזן.
מיט די ריכטיגע מיינדסעט מוז מען נישט אריינקוועטשן פארן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
היינט איז פאר א קורצע צייט געווען א אשכול אויף אייוועלט מיטן קעפל 'פארוואס שרייבט די גמרא זאכן וואס וואלט פארמעקט געווארן אויף אייוועלט'?
די אשכול איז פארשטייט זיך ביז געציילטע מינוטן געווארן פארמעקט, אבער עס איז מיר געלונגען צו פאראייביגען די ווערטער פונעם שרייבער
וז''ל:
יא, איך ווייס אז איך ריר אהן זייער א הייקעלע נושא, אבער דאס ליגט מיר יעצט אויפן הארצן, און איך וויל באמת פארשטיין די זאך, איך בין נישט דא חלילה לקנטר, ס'איז פשוט א בחינה פון 'תורה הוא וללמוד אני צריך' ותקוה להבנה
די הייליגע גמרא, 'תלמיד בבלי' איז פון די הייליגסטע זאכן וואס איז דא ביי אונז, אויב פאלט בטעות אראפ א גמרא אויפן פלאר, יאגן זיך ספאנטאן אפאר אידן עס אויפצוהייבן און גיבן א קיש, איך מיין אז הכל מודים אז 'אייוועלט' איז קיין פארגלייך צום הייליגן 'גמרא'
נאכן דאס פארשטיין, מוטשעט מיר זייער שטארק די דאזיגע פראגע, איך וועל נאר גיבן צוויי משלים, איך וועל נישט ברענגען די גמרות נאר ברענגען אויף וועליכע דף עס איז (איך האב פשוט מורה אז מען וועט מיר אויסשפארן אויף אייביג, אויב ברענג איך די גמרא ווארט ביי ווארט, אפילו אהן קיין טייטש, איר זעהטס שוין וואס טוט זיך דא? איך דארף ציטערן צו ברענגען א גמרא אויף א אידישע פלאטפארמע)
איין גמרא איז שבת דף קמ און די אנדערע איז חגיגה
דף ה
מער זאג איך נישט, ניטאמאל וועליכע עמוד!, איין גמרא איז א מעשה פון צוויי הייליגע אמוראים, און די אנדערע איז א עצה טובה פונעם הייליגן גמרא,
כ'מיין אז די עולם פארשטייט מיין פוינט,
וואס איז פשט אז די גמרא שרייבט אזעליכע זאכן? ווען איך לערן די סארט גמרות גייט עס מיר ממש נישט אריין אין קאפ וויאזוי רבינא אדער רב אשי האבן בכלל געשריבן אזעליכע זאכן, אין אונזער היינטיגע סיסייעטי וואלט עס נישט געווען אנגענומען, און ווי געשריבן, אויב וואלט איך געעפנט א אשכול ווי איך גיב אהן אזא עצה אדער איך פארצייל אזא מעשה דא אין שטיבל, וואלט איך גלייך געווארן פארשפארט אויף אייביג, דאס איז קלאר, (גאנץ מעגליך אז אפילו די אשכול וועט ווערן פארמעקט)
נישט פשט אז די גמרא איז עפעס א קבלה ספר וואס כמעט קיינער לערנט נישט, אדער עס איז אזא באהאלטענע זאך שאין מגלין אלא לצנועים, ניין, בכלל נישט, גמרא איז דאך די יסוד פון א איד, און עס איז געמאכט פאר אלע יארגענג, נישט אזוי?
צירוק צו מיין שאלה, פארוואס שרייבט די גמרא זאכן, וואס ווען איך שרייב עס ווען דא אויף די 'אידישע וועלט' וואלט עס געווארן פארמעקט???
אפשר זענען אונז פשוט פארקרימט? די גמרא איז זיכער נישט...
עכ''ל
און דעם אשכול רעדט מען וועגן די אויסמעקונג...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p3358580

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
שכח פאר'ן אראפרענגן!
"
די שרייבער איז א גוט'ן לץ, און ברענגט ארויף אזא "קאנטערוואסיעלע" נושא מיט אזא תמימות, אז מ'קען מיינען אז ער ער איז א תמיומותדיגע בחור...
באמערקונג, די שרייבער דרייט זיך דא אויף קאווע שטיבל, זעה זיינע ווערטער: (אויף אייועלט זאגט מען "דא אויףן וועלטל")

שמן למאור האט געשריבן:וואס איז פשט אז די גמרא שרייבט אזעליכע זאכן? ווען איך לערן די סארט גמרות גייט עס מיר ממש נישט אריין אין קאפ וויאזוי רבינא אדער רב אשי האבן בכלל געשריבן אזעלכע זאכן, אין אונזער היינטיגע סיסייעטי וואלט עס נישט געווען אנגענומען, און ווי געשריבן, אויב וואלט איך געעפנט א אשכול ווי איך גיב אהן אזא עצה אדער איך פארצייל אזא מעשה דא אין שטיבל, וואלט איך גלייך געווארן פארשפארט אויף אייביג, דאס איז קלאר, (גאנץ מעגליך אז אפילו די אשכול וועט ווערן פארמעקט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום yn.NY, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.