signout האט געשריבן:דער דיין פון וועם דו רעדסט האט דער מייסד פון שטאט אויפגענומען אלס דיין פון שטאט, און נאר וועגן דעם זענען דא אזוי סאך אפילו פון צד מהרז''ל וואס האלטן זיך צוריק פון חתונה מאכען אין ק''י אן רשות.
און דו רעדסט פון 30 חתונות ביי מהרז''ל און 90 חתונות ביי בני יואל, כ'וואלט געווען נייגעריג צו זעהן דיין ליסט ווייל כ'האב געהערט אז ס'ניטעמאל דא א דריטל דעם ווינטער, קוק וויפיל חתונות ס'שוין געוועון חשון ביז חצי שבט.
יא מ'האט געשריבן אין די צייטונגען אז ס'דא 100 חתונות דעם ווינטער, אבער מ'האט געדארפט זיין א נאר עס אפצוקויפן
דער דיין אויף וועם דער מחותן פארלאזט זיך ווייסט אויך אז דער דיין בערקאוויטש לאזט נישט, עכ"ז האט ער מתיר געווען, דער דיין בערקאוויטש ווערט נישט דער עקלוסיוודיגע תורה פוסק, ווייל ער איז אויפגענומען דורך די מייסד בלא בלא, די איסור פינעם ר"ת האט מיט די תורה הקדושה, אין נישט מיט ק"י, און אגב דיין בערקאוויטש זעט נישט קיין הלכה פראבלעם זיך צו באטייליגן ביי אזא חתונה, ווען יא וואלט ער אוודאי ארויסגעגעבן א פסק הלכה, מימלא די אידן וואס באטייליגן זיך נישט מיינען סתם פאליטיק, אחוץ ווי פארלירן די פרנסה איז אינוואלווד,
נישטא קיין איין זאלי/בני יואלער וואס האט א פראבלעם חתונה צו מאכן דארט אלס הלכה, א נארמאלע מענטש וויל זיין משפחה זאל זיך באטייליגן.
עטרת מייזלעס האט איבער 30 חתונות דעם ווינטער, און עטרת מאיר צבי האט 3 מאל אזופיל וויפיל זיי פלעגן האבן די פארגאנגענע יארן. אנטשולדיגט פארן נישט קלאר ארויסשרייבן.