לתועלת הרבים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1810 מאל

לתועלת הרבים

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

רבותי, איך וויל דא אויסרופען מיין נייע ביזנעס.

אכטונג סאקמר, וויזניץ מאנסי, גור, ניטורי חרתא, לב טמא, שומרים קארד דריקער, שאאאבבבעעעתתת שרייער, טעכנאלאגיע האקער, אינטערנעט געגנער, צימערמאן, וכת דלי', גייייוווואאאאללללד שרייער, און סתם פארפרומטע בהמות ספעציאל די וועליכע האלטען אז דער באשעפער האט געמאכט א טעות מיט'ן באשאפען פרויען.

יום צרה בא. און די קומענדיגע פאר יאהר, גייט דער אמעריקאנער 5, 10 און 20 טולר וועליכע האט אויף זיך דער בילד פון מענער זיך טוישען און גייט אויף זיך האבען בילדער פון נשים ל"ע.

איז וואס גייען ענק טוהן? ווי אזוי מעג מען זיך ארום דרייען מיט בילדער פון נשים? אוי וויי וואס פאר א הרהורים רעים גייט דאס ברענגען? עס איז דאך ערגער ווי א סמארטפאון אין טאש.

אוי אויך וועט וואקסמאן דארפען טוישען זיין נעטפליקס דרשה צו א געלט דרשה.

וויל איך אויסרופען מיין נייע ביזנעס.

פאר א קליינע פרייז וועט איהר מיר קענען שיקען אלע אייער טמאנע נשים'דיגע געלטער און איך וועל דאס ערלעדיגען פאר אייך על צד היותר טוב. בהשגחת גדולי ישראל. א ספעציעלא הנחה פאר די וועליכע שיקען אריין אסאך אויף א מאהל.

מען וועט אויך קענען אריין גיין אין א גורל פאר א זילבערנע געבענשטע שערל מיט וועליכע ר חיים קאניעבסקי וועט שניידען געלט

אויך קען מען מנדב זיין א שערל לעבען דעם סמארט פאון האק לעבן קברי צדיקים.

רבותי רופט אייך אן ווארים.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר