א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

וויפיל מחלוקת, בלוט פארגיסונג, און סתם שלעגערייען האט שוין די נושא אנגעברענגט, דיני תורות וואס האבן זיך געצויגן פאר יארן לאנג, מיט ענדלאזע קאנסעקווענצן וואס לאזן נאך זייערע פינגער אפדריקן טיף אריינגעדריקט אין די נשמה פון אסאך חצירות'ן,
די 'גרעסטע' שטאלץ וואס יעדע 'חצר הקודש' פארמאגט, איז די 'נאמען פון די חסידות'. מיט דעם טוט זיך די חסיד אינדענטיפיצירן, דאס שטייט אין די צענטער פונעם גרויסן 'בית צדיקים יעמוד' טאוול, און דאס איז די יסוד פון די גאנצע חסידות, זאל עס זיין בעלז, סאטמאר, פאפא, סקווירא, וויזניץ, באבוב, גור, וכ' וכ' וכ'.
איך לכשעצמי האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען דעם קאנצעפט. מילא די צדיקים וואס זענען געקומען פון אייראפע, און האבן זיך דא באזעצט, פארשטיי איך, נעם למשל סאטמאר רב, ער איז געווען רב אין שטאט סאטמאר אינדערהיים, און איז געווען 'סאטמאר רב' און ווען ער איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען נאך אסאך אדמורי''ם, האט ער זיך נישט גערופן די וויליאמסבורגע רב, נאר איז געבליבן מיט זיין אמאליגן טיטל פון 'סאטמאר רב', אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס אין די וועלט האבן די היינטיגע סאטמארע רעבעס צו טון מיט סאטמאר? וואס האבן זיי איינגעשטויסן מיט דעם מאדנעם אונגארישע נאמען?
מ'קען מיינען אז עס ליגט גרויסע סודות התורה, אדער גאר שמות הקדושים אין די נעמען פון די 'חצרות הקודש' ווען אין די ווארהייט איז עס בלויז גויאישע נעמען פון שטעט אין אייראפע, אין עס ליגט גארנישט דערינען (צומאל איז עס אפילו טמא'נע נעמען ווי למשל סאטמאר, וואס איז נקראת על שם עפעס א עבודה זרה 'סאטו מארא', וואס וועגן דעם פלעגן אסאך ארומטוישן די לשון און זאגן 'סאקמאר' רב').
ווי האט נאר א גוטזאגער אמאל געזאגט, ער וואלט געוואלט זיין ביי די town hall מיטינג, אין אונגארן, ווען מען האט געגעבן די נאמען פון די שטאט 'הודו-נאנוש' איר מאדנע נאמען, ער איז נייגעריג וועלעכע 'אנדערע' נעמען זענען געווען אויפן טיש, און מען האט זיי גע'פסל'ט צוליב זייער מאדנעקייט אדער אימפאסיגקייט, 'ביז' איינער איז אויפגעקומען מיט די קלינגעדיגע נאמען 'הודו-נאנוש'...
עכ''פ, עס ליגט נישט גארנישט אין דעם, נישטא קיין שום חכמה אדער ענינים אין די 'הייליגע נעמען'.
אפאר וואכן צוריק בין איך איינגעשטאנען ערגעץ אין מאנסי אויף מעפל עוועניו, דארט האב איך געדאווענט אין א ביה''מ אין די געגנט וואס איך געדענק אפילו נישט די נאמען פונעם שול, עפעס א מאדנע נאמען פון א שטעטל אין כ'ווייס נישט וואו, א גאנץ שבת האב איך מיר איינגע'חזר'ט דעם נאמען עס צו קענען איבערזאגן ווען איינער וועט מיר פרעגן וואו איך האב געדאוונט, איך האב דאן געטראכט צו מיר, 'פארוואס קען די שול נישט הייסן 'מעפל שול'? זאל זיך די רב ריפן די מעפלער רב, ושלום על ישראל!
פארוואס מוז מען בלייבן סטאק מיט עפעס אן אלטע נאמען פון א ציקוועטשטן דארף אין גאליציע, ווען דו קענסט ריפן די נאמען פונעם חסידות על שם די גאס וואס די ביה''מ איז אויף? (כל הכבוד צום 'פארשעי' רבי, ס'פעלט אים עפעס?)
אין פתח תקוה איז דא א גרויסע מעין גאס וואס הייסט ז'יבוטינסקי, אויף דעם גאס איז דא א רבי'לע מיט זיין ביה''מ וואס ריפט זיך מעזיבוז, (אזוי ליגט מיר אין קאפ די נעמען פון די מעשה, אויב פארדריי איך די נעמען ביטע פארעכטן), האט ער אריינגעגעבן א ביטע צו די שטאט אז מען זאל טוישן די נאמען פון די גאס על שם די נאמען פון די חסידות, ס'זאל הייסן 'רחוב מעזיבוז', נאך א שטיק צייט איז די שטאט צוריקגעקומען מיט א תשובה, אז זיי האבן דורכגעטון די זאך, און זיי האבן מחליט געווען אז ער זאל זיך ענדערש טוישן די נאמען פון זיין חסידות צו 'ז'יבוטינסקי'...
איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזיבוז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין צוגעוואוינט צו די נאמען 'מעזיבוז' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך צוגעוואוינען צו ז'יבוטינסקי...
(כ'האק אריין מיט א גוט ווארט, ווי האט איינער געזאגט, זיין זיידע האט נאך געוואוינט אין דערהיים אין 'תולדות אהרן' און פון די צווייטע זייט שטאמט ער פון דעם באקאנטן דערפל 'אמונת ישראל'...)
מען האלט שוין היינט אז עס איז דא עטליכע מנינים פון וויזניצע אדמורי''ם, עס איז דא א וויזניץ- מאנסי- קייעמישע, מיט א וויזניץ- מאנסי-וויליאמסבורג, מיט א וויזניץ-מאנסי- בארא פארק, וכו', (אגב, וויזניץ איז פונקט אזא נאמען ווי מאנסי, וויזניץ איז א דערפל אין רומעניע, און מאנסי איז א דארף אין ניו יארק, נישטא קיין גרויסע חילוק, פאר דער וואס כאפט נישט...)
דערווייל איז עס נאך אביסל אונטער קאנטראל, ס'נאכנישט אזוי קאנפיוזינג, אבער גיב עס א אפאר יאר, עס וועט זיין א וויזניץ- מאנסי- וויליאמסבורג- ירושלים- בארא פארקע רבי, מיט א וויזניץ- מאנסי- ירושלים- וויליאמסבורג- בארא פארקע רבי, מיט א וויזניץ- בני ברק- ירושלים- וויליאמסבורג- בארא פארקע רבי, און אלע אויף די זעלבע גאס!
עס וועט זיין אזא דור הפלגה אז מ'קען זיך נישט פארשטעלן, מען וועט אפזאגן א שידוך ווייל מען האט געמיינט אז ער געהערט צו וויזניץ-מאנסי-בני ברק, אבער די שדכן האט פארדרייט, און ער געהערט באמת צו וויזניץ- בני ברק- מאנסי....
מען דארף אפשטעלן די מגיפה באצייטנס...!
מיט אזא מהלך פון זיך עדזשאסטן צו די נאמען פון די גאס וועט אין קרית יואל ווערן מסודר איימאל פאר אלעמאל. פארוואס זאל סאסוב'ע ביה''מ זיין אויף דינוב קארט, און דינוב'ע ביה''מ זיין אויף קאזניץ לעין, קאזניצע ביה''מ אויף אפטע סטריט, אין אפטע שול אויף ברעסלעב עוועניו, און ברעסלעבע שול אויף טשערנאבל סטריט... די קאפ קען ממש שווינדלען!
פארוואס זאל מען נישט מאכן ריסעט, און יעדע שול און רב זאל זיך פאררופן אויף די נאמען פון די גאס וואס זיין שול איז אויף, איי זיין ווייב איז א שטיף אור-אייניקל פון קאלובע רב? אבער למען השם ער וואוינט אויף לעלוב לעין! זיין זיידע האט אויך נאר געהייסן 'קאליבער רב' ווייל ער האט געוואוינט אין שטאט קאלוב, יעצט אז דו ביסט סטאנציאנירט אויף לעלוב לעין, וועסטו הייסן 'לעלובע רבי'!
איך זאג נישט ח''ו אז די מרה דאתרא זאל הייסן האדמו''ר מגארפילד, חס ושלום, מאן דכר שמיה, ער איז דאך רב אויפן 'גאנצן' שטעטל נישט נאר אויף זיין גאס, אבער פארוואס זאל ער הייסן האדמו''ר מסאטמאר, וואס האט הודו מיט קוש מיך? ער זאל הייסן כ''ק מרן אדמו''ר מקרית יואל שליט''א!
אין בארא פארק וועט די זאך זיין סאך פשוט'ער. אנשטאט די מאדנע נעמען, קען מען לכתחילה הייסן לויט די נומערן, כ''ק מרן אדמו''ר מ15, כ''ק מרן אדמו''ר מ51, וכהנה וכהנה, עס וועט אסאך גרינגער מאכן די לעבן, נעם אוועק די 'באבוב' פונעם 45, און רוף זיך לכתחילה האדמו''ר מ45 אדער 49, און די אנדערע וועט הייסן האדמו''ר מ48, ושלום על ישראל.
אין וויליאמסבורג זאל פאפא טוישן איר מאדנע נאמען צו 'בעדפארד', ס'קלינגט סאך בעסער, כ''ק מרן אדמו''ר מבעדפערט שליט''א, סאטמאר זאל הייסן האדמו''ר מראדני שליט''א, און עס וועט אפילו זיין א כ''ק מרן אדמו''ר מפלאשינג שליט''א,
(אגב אין וויליאמסבורג איז דא איינער וואס רופט זיך די אפטע רב, פארציילט מען אז ער האט אמאל באקומען א טעלעפאון קאל,
ער הייבט אויף די טרייבל,
''א גוטן דא רעדט די אפטע רב, ווער רעדט''?
יענער ענטפערט
''אה א גוטן, דא רעדט די קאזניצער מגיד''...)
איך זאג נישט אז מיט די מהלך וועט ווערן א תיקון השלם, ס'נאכנישט ממש משיח'ס צייטן, עס וועט מסתמא זיין א דין תורה צווישן סאטמאר מיט נייטרא ווער זאל הייסן ראדני רבי, אדער צווישן וויען מיט וויזניץ ווער וועט הייסן האדמו''ר מ'לי, אבער איך מיין אז מען קען זיך אן עצה געבן, פונקט ווי עס איז דא חסידות'ן מיט צוויי נעמען ווי למשל צאנז- קלויזנבורג, קרעטשניף- סיגוט וכדו', קען מען דא אויך מאכן אזוי, איינער הייסט האדמו''ר מ'לי- ווילסאן, און די צווייטע וועט זיין האדמו''ר מ'לי- טעילער, ביי סאטמאר און נייטרא, וועט איינער הייסן ראדני- לי, און די צווייטער ראדני- בעדפארד, (אדער אפשר קען סאטמאר הייסן האדמו''ר מוויליאמסבורג סטריט, עס איז דאך דא אן אריינגאנג פון דארטן אויך).
עכ''פ איך מיין אז מיט אזא מהלך וועט שטארק געלינדערט ווערן די געפערליכע קריזיס פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
מ'זאגט נאך פונעם לאשאנצע רב אז ער האט געקלערט זיך צו רופן האדמור מפאטעיטא טשיפ שליט"א אזוי וועלן זיך זיינע קינדער נישט מוטשענען מיט נעמען, די עלסטע וועט זיין האדמור מפאטעיטא טשיעפ פלעין, און די אנדערע וועלן הייסן האדמור מגארליק פאטעיטא טשיפ די נעקסטער בארבעקיו פאטעיטא טשיפ וכן הלאה, די אייניקלעך קענען הייסן ריפל פאטעיטא טשיפ....
לעצטנס איז אלעסקע רב פון בארא פארק אוועק, האט איינער מציע געווען אז די קינדער זאלן זיך רופן אלעסק, באלעסק, גאלעסק, דאלעסק, האלעסק, וואלעסק, און אזוי ווייטער וויפיל קינדער ס'איז דא....

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תרמב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
תרמב האט געשריבן:מ'זאגט נאך פונעם לאשאנצע רב אז ער האט געקלערט זיך צו רופן האדמור מפאטעיטא טשיפ שליט"א אזוי וועלן זיך זיינע קינדער נישט מוטשענען מיט נעמען די עלסטע וועט זיין האדמור מפאטעיטא טשיעפ פלעין, און די אנדערע וועלן הייסן האדמור מגארליק פאטעיטא טשיפ די נעקסטער בארבעקיו פאטעיטא טשיפ וכן הלאה, די אייניקלעך קענען הייסן ריפל פאטעיטא טשיפ....
לעצטנס איז אלעסקע רב רב פון בארא פארק הראט איינער מציע געווען אז די קינדער זאלן זיך רופן אלעסק, באלעסק, גאלעסק, דאלעסק, האלעסק, וואלעסק, און אזוי ווייטער וויפיל קינדער ס'איז דא....
דא אין קאווע שטיבל פאר יארן צוריק איז געווען געקרוינט כ"ק מרן אדמו"ר מ’מילקשעיק שליט"א [זי"ע] ווער ס’געדענקט...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 157
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
דער לאשאנצער רב פלעגט זיך דאך ריפן אב"ד וואלאבאוט.תרמב האט געשריבן:מ'זאגט נאך פונעם לאשאנצע רב אז ער האט געקלערט זיך צו רופן האדמור מפאטעיטא טשיפ שליט"א אזוי וועלן זיך זיינע קינדער נישט מוטשענען מיט נעמען, די עלסטע וועט זיין האדמור מפאטעיטא טשיעפ פלעין, און די אנדערע וועלן הייסן האדמור מגארליק פאטעיטא טשיפ די נעקסטער בארבעקיו פאטעיטא טשיפ וכן הלאה, די אייניקלעך קענען הייסן ריפל פאטעיטא טשיפ....
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
מאשלוי איז טאקע אויף דער נאמען פין א גאס.
אזוי אלעסק באלסעק וכו', איז סאקמער און קאקמער אויך גוט. ווי

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
עצי שטים האט געשריבן:איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזוביז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין ציגעוואונט צו די נאמען 'מעזעבוז ' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך ציגעוואונען צו ז'יבוטינסקי...
(
ז'בוטינסקי איז על שם זאב ז'בוטינסקי, א רעכטע ציוניסט און די ערשטע אויפצושטעלן א שטיקל אידישע מיליטער - לח"י.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%A7%D7%99
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
על הטוב יזכר האדמו"ר מדובשינה והגלילות וועלכע רופט זיך דובשינה על שם Division Ave און והגלילות כדי צו האבן מנין....
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עצי שיטים: ייש"כ. דו האסט מיך ממש מחיה געווען מיט דיין חמין במוצ"ש. נאר עטליכע הערות זענען אין פלאטץ. ערשטנס סאטמאר הייסט נישט על שם עפעס אן עבודה זרה. די ווארט סאטו- מארע איז אן אויבערזעצונג פון דעם ווארט ..."מארע"... וואס מיינט א טייך אין ראמעניש. נישט איך זאג עס. גוגל זאגט עס...!
צווייטנס, ווען מ'האט געגעבן דעם נאמען הוידו-נאנאש, ביניך זיכער אז ס'איז געווען דארט עטליכע אידן אדער לכה"פ איין איד. ער האט געוואלט מ'זאלל א נאמען געבן נאך הודו אין סידור'ל. נאנאש ווייס איך נישט וואס ס'מיינט.
דער נאמען שאראש פאטאק, מיינט א בלאט'יגער טייך. ס'איז אויך געווען א איד וועלכער האטציך גערופן סאראק-ראד'ער רב . ער איז געקומען קיין אמעריקע און געמאכט א סאך געלט אלס סאראק'ראד'ער רב שליט"א. איינמאל האט ער אנגעטראפן א גרויסן ביזנעסמאן וואס האט געשטאמט פון אונגארן. ער קומט אריין צו יענעם אין אפיס. ער שטעלט זיך פאר אלס סאראקראדער רב. יענער האט איהם געגעבן אזא קבלת פנים וואס ער האט נישט אזוי שנעל פארגעסן. ווייל דער ווארט מיינט אונגאריש. איך מ--.. מיך אויס אויף דיר... יענער האט איהם געזאגט (אין אונגאריש) איך מאך מיך אויס אויף דיר. פוץ אפ פון דא ווי אמשענלסטן...!
נאר דו ביסט גערעכט אז ס'שווינדלט איינעם פאר די אויגן די סאך נעמען און צוגעטשעפעטע נעמען פון א סאך פון די היינטיגע רעבעס.
ועוד: אויב מ'זוכט פאני נעמען איז ב"ה דא בשפע פון די נעמען אין אמעריקע אליינס. למשל, וואס איז שלעכט מיט דעם שטעטל שיבויגן, וויסקאנסין. אדער האקענזאק, ניו דזשערזי. אדער הא-האוקוס, ניו דזשערסי. שטעלט אייך פאר ביי א מיטינג אין התאחדות הרבנים וועט דער יושב ראש , אדער זיין ממלא מקום אויסרופן. צוערשט וועט דער שיבויגענער רב זאגן א פאר ווערטער. נאכדעים וועט רעדן דער האהאוקוס'ער רב. און שפעטער וועט דער האקענסאק'ער רב זאגן דברי כבושין...!
צווייטנס, ווען מ'האט געגעבן דעם נאמען הוידו-נאנאש, ביניך זיכער אז ס'איז געווען דארט עטליכע אידן אדער לכה"פ איין איד. ער האט געוואלט מ'זאלל א נאמען געבן נאך הודו אין סידור'ל. נאנאש ווייס איך נישט וואס ס'מיינט.
דער נאמען שאראש פאטאק, מיינט א בלאט'יגער טייך. ס'איז אויך געווען א איד וועלכער האטציך גערופן סאראק-ראד'ער רב . ער איז געקומען קיין אמעריקע און געמאכט א סאך געלט אלס סאראק'ראד'ער רב שליט"א. איינמאל האט ער אנגעטראפן א גרויסן ביזנעסמאן וואס האט געשטאמט פון אונגארן. ער קומט אריין צו יענעם אין אפיס. ער שטעלט זיך פאר אלס סאראקראדער רב. יענער האט איהם געגעבן אזא קבלת פנים וואס ער האט נישט אזוי שנעל פארגעסן. ווייל דער ווארט מיינט אונגאריש. איך מ--.. מיך אויס אויף דיר... יענער האט איהם געזאגט (אין אונגאריש) איך מאך מיך אויס אויף דיר. פוץ אפ פון דא ווי אמשענלסטן...!
נאר דו ביסט גערעכט אז ס'שווינדלט איינעם פאר די אויגן די סאך נעמען און צוגעטשעפעטע נעמען פון א סאך פון די היינטיגע רעבעס.
ועוד: אויב מ'זוכט פאני נעמען איז ב"ה דא בשפע פון די נעמען אין אמעריקע אליינס. למשל, וואס איז שלעכט מיט דעם שטעטל שיבויגן, וויסקאנסין. אדער האקענזאק, ניו דזשערזי. אדער הא-האוקוס, ניו דזשערסי. שטעלט אייך פאר ביי א מיטינג אין התאחדות הרבנים וועט דער יושב ראש , אדער זיין ממלא מקום אויסרופן. צוערשט וועט דער שיבויגענער רב זאגן א פאר ווערטער. נאכדעים וועט רעדן דער האהאוקוס'ער רב. און שפעטער וועט דער האקענסאק'ער רב זאגן דברי כבושין...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער האט געשריבן:די אמת'ע נאמען פון צעילים איז "דויטש קרויץ" (מיינט עס די ס.ס. סימבאל?) מען האט עס נישט געוואלט רופן אזוי האט מען עס געגעיבן א שפעט נאמען צלם איז עס שוין געבליבען מיטן אונגערישן צעילים.
קהל'ס נער: גערעכט. און וואס מיינסטו איז דער טייטש פון די ..."ביאלא"? דער נאמען איז ע"ש א אן עבודה זרה. דער פולער נאמען איז ..."ביאלא צערקווא"... די ווייסע טשוירטש...! גור. די גרויסע און הייליגע חסידות גור הייסט אויף פויליש..."גארא קאלוואריא"... קאלוואריא איז א שם עבודה זרה. און דאס אלעמען באקאנטע הייליגע שטעטל קערעסטיר מיינט אויף אונגאריש... דער צלם פון יאשקע..."קערעסט-אור"...!
דער הייליגער צדיק ר' מאיר מ'פרימישלאן (השני) איז אויך געווען א גוטער ווערטלזאגער. ווען מ'איז געקומען זאגן פאר איהם אז ס'איז דא א פארשלאג אז דער הייליגער רוזינער זאלל זיך אריבערציען קיין סאדיגור. האט ער פארבעסערט און געזאגט... ס'הייסט נישט סאדיגור (שדה גרוע). נאר סאדיטוב. (שדה טוב). ער האט געזאגט אז דער רוזינער וועט הייסן סאדיטוב'ער רבי...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
צאנזער רב האט נישט געזאגט נאמען פין שטעט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
אין וויליאמסבורג איז דא א ביהמ''ד בית מרדכי ד'קלעסאן אויף פרענקלין עוועניו, נאכדעם וואס די רב האט פארמאכט זיין ביהמ''ד אויף קלעסאן עוו און געמופט אויף פרענקלין און געבליבן קלעסאנער רב....
ענליך צו דעם איז פיטסבורגער רבי פון ארץ ישראל.
און גראדע דושינסקיא איז שוין עקסטרעם, ווען די גאנצע קהילה איז אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי'ן, אזש די יונגע דור וועט שוין נישט וויסן וואס איז פאני ווען איינער וועט זאגן אז ער האט געוואוינט אין שטאט דושינסקיא אין די אלטע היים.... אפשר זאל סאטמאר זיך רופן האדמו''ר מטייטלבוים שליט''א.... נשיא מרכז מוסדות טייטלבוים העולמי...

- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מיליאנער האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז דא א ביהמ''ד בית מרדכי ד'קלעסאן אויף פרענקלין עוועניו, נאכדעם וואס די רב האט פארמאכט זיין ביהמ''ד אויף קלעסאן עוו און געמופט אויף פרענקלין און געבליבן קלעסאנער רב....
ענליך צו דעם איז פיטסבורגער רבי פון ארץ ישראל.
און גראדע דושינסקיא איז שוין עקסטרעם, ווען די גאנצע קהילה איז אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי'ן, אזש די יונגע דור וועט שוין נישט וויסן וואס איז פאני ווען איינער וועט זאגן אז ער האט געוואוינט אין שטאט דושינסקיא אין די אלטע היים.... אפשר זאל סאטמאר זיך רופן האדמו''ר מטייטלבוים שליט''א.... נשיא מרכז מוסדות טייטלבוים העולמי...
דאכצעך די זעלבע איז מיט באסטענע רבי.
.I got voices in my head.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף: ס'ועט זיין דער תיקון השלם (פול סירקל) ווען אין די שטאט סאטמאר וועט זיין ראדני'ער רבי. און אין וויזשניץ וועט זיין מאנסי'ער רבי אדער בני ברק'ער רבי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מיליאנער האט געשריבן:און גראדע דושינסקיא איז שוין עקסטרעם, ווען די גאנצע קהילה איז אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי'ן, אזש די יונגע דור וועט שוין נישט וויסן וואס איז פאני ווען איינער וועט זאגן אז ער האט געוואוינט אין שטאט דושינסקיא אין די אלטע היים.... אפשר זאל סאטמאר זיך רופן האדמו''ר מטייטלבוים שליט''א.... נשיא מרכז מוסדות טייטלבוים העולמי...
לכאורה די סיבה פארוואס ביי דושינסקי איז די רביסטעווע נאמען א משפחה נאמען, ווייל באמת איז די נאמען פון די מוסדות וקהילה ע"ש מהרי"ץ דושינסקיא, און אויף דעם הייסט עס דושינסקיא. ס'איז נישט אנדערש ווי תו"א און תוא"י
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ס'איז היינט באקאנט די באלונער רבי, וואס מאכט פארשטעלונגען מיט באלונען,
ער זאגט כסדר אז ער איז שטארק ציקריגט און וויל זיך קיינמאל נישט טרעפן מיטן 'באסטענע רבי'...
ער זאגט כסדר אז ער איז שטארק ציקריגט און וויל זיך קיינמאל נישט טרעפן מיטן 'באסטענע רבי'...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איך מיין די ריזען עס געשעט נישט איז צוליב אויב וועט זיך א רעבע מאווען וועט מען דארפן טוישן אלע לעדערהעד'ס און אויך די גרויסע אותיות אויף די בניני המוסדות
(קאליב האט זיכער נישט וואס ציצזארגן מיט די טמא'נע נאמען ווייל די רבי האט עס זיכער געהייליגט ציזאמען מיט די ניגונים)

מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924

עצי שטים האט געשריבן:ס'איז היינט באקאנט די באלונער רבי, וואס מאכט פארשטעלונגען מיט באלונען,
ער זאגט כסדר אז ער איז שטארק ציקריגט און וויל זיך קיינמאל נישט טרעפן מיטן 'באסטענע רבי'...
מען שמועסט אז דער באלונער האט זיך באווארנט אז אויב דער באסטאנער קומט אים אנטקעגן וועט ער זיך אנכאפן אינעם גארטל פונעם בלאזובער.