ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

ביי מיין ברודער׳ס חתונה האב איך געשמועסט מיט מיין טאטע און קאָזין, א ביזנעסמאן, אז ולשמחה מה זה עושה? פארוואס פונקטליך טאנצט מען ביי א חתונה? ס׳איז דאך למעשה א דבר המוטל בספק איז טא אויף וואס פונקטליך טאנצט מען?
הגם די שאלה איז אויך שווער אויף אלע קולטורן איז אבער אויף די סעקולארע וועלט וואלט מען געקענט זאגן אז ער און זי פרייען זיך אויף מאכן אפיציעל דעם בונד צווישן די צוויי אשר אהבה נפשם מקדם. דאס קען מען פארשטייט זיך נישט זאגן אויף אונזער געזעלשאפט וואו די חתן כלה בדרך כלל קענען זיך בעצם ניטאמאל בכלל.
איך האב גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט נוצן דאס וואס רש״י ברענגט אראפ (בראשית ו ו) מהמדרש (ב״ר כז ד) לגבי לידת הבן אז הגם ער איז מיועד למות איז בשעת חדותא חדותא ובשעת אבלא אבלא ע״ש, ווייל דארט איז למעשה דאס געבורט פאר זיך כל כולו טוב און דאס אז עס ווערט אויס לאחר זמן טוהט נישט נעגעיטן דאס טוב פונעם געבורט מעיקרא; משא״כ ביי א חתונה ודוק. דאס האב איך מיר איבערצייגט ווען איך האב געפרעגט אין דעם נושא (מיט סענסיטיוויטי) מיין פעטער וואס האט ל״ע פארלוירן א קינד (דער וועמען איך האב דערמאנט אין מיין ארטיקל), און א טאטע וואס האט חתונה געמאכט א קינד און עס האט זיך ל״ע דערנאך נישט אויסגע׳ארבעט - דער ערשטער האט מיר געזאגט אז יעדעס מינוט וואס דאס קינד האט געלעבט איז געווען טוב און ב״ה ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט הגם ס׳איז טאקע א געוואלדיגע צער אז ער איז נישט געבליבן און געלעבט נאך לענגער, בשעת דער צווייטער האט מיר געזאגט אז הלוואי וואלט די חתונה ושידוך קיינמאל נישט פאסירט מעיקרא כלל וכלל.
דאס אז ״רוב ארבעטן זיך אויס״ אין אונזער געזעלשאפט (אפגעזעהן צי דאס איז בכלל א דבר טוב צי נישט, וואס איז א שמועס פאר זיך וד״ל ואכמ״ל) איז אויך נישט קיין מאסגעבענדע הסבר, ווייל וואס? מ׳פרייט זיך אויף א פּראבּעבּיליטי?! ווידער זאגן אז מ׳פרייט זיך אז ״מ׳האט כאטש באקומען דעם שאנס צו פרובירן״ איז אויך שווער צו זאגן, ווייל דאס איז זיכער נישט די מושכל ראשון דערפון; הן קאַנשׁעסלי והן סאָבּקאַנשׁעסלי.
גייט דורך, ביי די חתונה וואו איך האב אפגעהאלטן דעם שמועס, מיין (דעמאלטס) 19-יעריגע ברודער און פרעגט, ״וואס איז די נידון דא?״ האב איך אים פארציילט. זאגט ער, ״פארוואס מ׳טאנצט?! ווייל ס׳איז פאָן!״
און איך מיין ער׳ז גערעכט.
Don’t overthink it.

טיפער אין דעם קען מען זאגן אז ווי מיין שוואגער האט מיר געזאגט איז אז איה״נ, ס׳איז נישט אז מ׳איז פרייליך ובשמחה און ״דעריבער״ טאנצט מען; ס׳איז מ׳טאנצט און מ׳צינדט אָן מוזיק כדי מ׳זאל ווערן בשמחה. די געדאנק דערין איז פארקערט: מ׳לייגט זיך אריין אין א מצב פון שמחה וואס דאס ברענגט קירוב לבבות צווישן די צוויי צדדים כדי אז דאס זאל שטארקן די קשר צווישן די חתן כלה. (דאס איז בפרט לפי וואס דר. דזשאָרדען פּיִטערסאן זאגט [4:30-6:03] אז די געדאנק פון ״מוזיק״ און דאס טאנץ עס ברענגט צו איז אז האַרמאָניִאוס פּעטערנס טוהן אָווערלעפּען איינס אויפ׳ן צווייטן אין א מסודר׳דיגן אופן און וואו פון אפאר ווערן איינס און דאס איז די געדאנק פון טאנצן מיט א מעיט.)
און דאס האט סמוכין מהש״ס והלכה (כידוע מברכות ו: כתובות יז. ואבה״ע סימן סה) בנוגע אז מ׳דארף משמח זיין א חתן ולכאורה טאקע ווייל ער איז טרוד מיט דאס אלעס.
און דאס האט סמוכין מהש״ס והלכה (כידוע מברכות ו: כתובות יז. ואבה״ע סימן סה) בנוגע אז מ׳דארף משמח זיין א חתן ולכאורה טאקע ווייל ער איז טרוד מיט דאס אלעס.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ס׳איז אבער בוודאי קולטורעל און אזא סארט סאָשׁעל קאַנסטראָקשיניזם לגבי וואס שאפט דעם רעאליטעט, וואס מאכט דער מענטש זיך פרייען. למשל, כהיום, נאך א שיינע טוץ יארן צוזאמען מיט האשה אשר אהבתי, און מ׳וואלט געמאכט אזא סארט סעלעבּרעישאן דערפון, וואלט איך געשפרינגען און זיך געפרייט עד לב השמים, ווייל דא איז שוין טאקע דא אויף וואס די שמחה זאל חל זיין מיט א זיכערקייט (איך פארשטיי אז אלעמאל איז דא א ספק אויפ׳ן עתיד כי לא תדע מה ילד יום, אבער אינו דומה צו פריער ופשוט הוא). נו? איז פארוואס טוה איך דאס טאקע נישט (עכ״פ אויף די פארנעם פון א חתונה וכו׳)? ווייל ס׳איז נישט בתוך ווי אזוי די ארומיגע געזעלשאפט שאפט דעם רעאליטעט פון אזא פארנעם שמחה פאר אזא זאך.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
די חתן טאנצט ווייל ער ווערט פיינעלי פטור פון זיין משגיח.
די מחותן טאנצט ווייל ער דארף מער נישט זיכן קיין ישיבות פאר זיין זין.
די מחותנ'סטע טאנצט ווייל זי גייט מער נישט האבן איינער זאל איר אפ'יושב'ן אינדערהיים אין גארנישט טין אחוץ עסן.
די כלה טאנצט ווייל יעצט גייט זי שוין קענען אויסהאלטן איר חשובע מאן זאל קענען זיצען אויף אייוועלט....כ'מיין אין כולל.
די כלה'ס טאטע טאנצט ווייל מען האט עים איינגערעדט אז ער באקימט א תכשיט'ל פאר אנ'יידעם.
די שוויגער טאנצט ווייל זי גייט יעצט האבן נאך איינעם צי קאנטראלן.
סארקאזם אין דער זייט.
מ'טאנצט ווייל אזוי טיט יעדער, ווער וויל דען זיין אנדערש פון יעדעם?!?!

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Wow אזא אינטעלעקטואלע משפחה!
כ'מיין די ברודער איז גערעכט, צו האבן fun. איי, ס'איז אודאי דא א טיפערע פשט, דאך רוב attendees קומען צו האבן fun און לעבעדיגקייט, זיי טראכטן נישט צוויי מאל, דאס מיינט אז פאר רוב מענטשען איז די כוונה פשוט פשט פון די ווארט שמחה.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
ס'איז דא וויין מיט מוזיק וואס באמבערט, און א גרויסע רינג, זאל מען בלייבן סתם שטיין אין די זייט גלייכגילטיג?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
אויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
תרמב האט געשריבן:ס'איז דא וויין מיט מוזיק וואס באמבערט און א גרויסע רינג, זאל מען בלייבן סתם שטיין אין די זייט גלייכגילטיג?!
על זה אנו דנין. מיינענדיג, פארוואס איז דאס אזא סארט עווענט וואס מ׳ברענגט אראפ כלי זמר און מ׳סעט אויף די מצב עס זאל זיין אזוי. דאס איז בדרך כלל ווען מען איז שוין בשמחה און מ׳וויל דאס ארויסברענגען מכח אל הפועל.
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לייבל שטילער האט געשריבן:אויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
יא. אבער טאמער טראכט ער דאך אריין דערין איז עס דאך פאר אים מוטל בספק און מעגליך יצא שכרו בהפסדו מיט די אומזיכערקייט פון דאס אלעס כנ״ל. ועוד, לכאורה איז דאך די געדאנק פון ״טרוד״ דאס אז ער איז ״אָנגעצויגן״ דערוועגן.
בכלל, פון מיין אייגענע עקספּיריענס איז מיין יום החתונה געווען דאס מערסטע אָנגעצויגענע טאג מיט אנגסט אין מיין לעבן על העתיד בכלל וגם על הבעילה בפרט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
זאגסט אז די געדאנק איז, כעין כנ״ל, אז נישט אז מ׳איז בשמחה ולכן מאכט מען די סעודה, נאר איר קאנווערס אז מ׳מאכט די סעודה כדי מ׳זאל ווערן בשמחה, וואס דאס איז ראוי אז מ׳זאל זיין מחמת המצב פון מצוה. וכעי״ז אצל (מצות) נישואי אשה.
לייבל שטילער האט געשריבן:פ''וו מאכט מען א סעודת ברית, בר מצוה, וכו' ואת''ל שמחה של מצוה, מה לסעודה עם שמחה? בכלל מאכט מען נישט ביי יעדע מצוה קיינע סעודה.
זאגסט אז די געדאנק איז, כעין כנ״ל, אז נישט אז מ׳איז בשמחה ולכן מאכט מען די סעודה, נאר איר קאנווערס אז מ׳מאכט די סעודה כדי מ׳זאל ווערן בשמחה, וואס דאס איז ראוי אז מ׳זאל זיין מחמת המצב פון מצוה. וכעי״ז אצל (מצות) נישואי אשה.
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
מי אני האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:אויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
יא. אבער טאמער טראכט ער דאך אריין דערין איז עס דאך פאר אים מוטל בספק און מעגליך יצא שכרו בהפסדו מיט די אומזיכערקייט פון דאס אלעס כנ״ל. ועוד, לכאורה איז דאך די געדאנק פון ״טרוד״ דאס אז ער איז ״אָנגעצויגן״ דערוועגן.
בכלל, פון מיין אייגענע עקספּיריענס איז מיין יום החתונה געווען דאס מערסטע אָנגעצויגענע טאג מיט אנגסט אין מיין לעבן על העתיד בכלל וגם על הבעילה בפרט.
אבער למעשה איז מען אין לאלא לענד ביי די חתונה, נאכן ייחוד שטיבל און ווייטער וואס מ'באקענט זיך. אזוי אויך שבעת ימי המשתה. סוי, קען זיין ס'איז נישט דוקא די **** חלק נאר דאס באקומען א פרוי בכלליות, און דאס וואס ס'איז תלוי בספק צו ס'וועט זיך אויסארבעטן איז נישט מגרע, זינט דער מושג פון א פרוי הן לגבי קאמפעניענשיפ, הן לגבי ביאה איז פון די בעסטע הנאות. דאס וואס שפעטער פארליט עס דעם טעם איז אויך אלץ תענוג תמידי אינו תעניג.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
רוב מענטשן טאנצן טאקע נישט, זיי שפאצירן ארום א רינגל ווי כאילו זיי טוהן עמיצן א גרויסע טובה, ביים צווייטן טאנץ קומען יא צוגיין די יונגווארג און צעלאזן זיך, ביי זיי האט עס טאקע נישט קיין שום סיבה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
כקהל'ס נער ועוד לתוהו.
די ארומיגע פרייען זיך פארן סעסייעיטי מיילסטאון וואס מ'האט דערגרייכט, ב''ה יעדער איז ''נארמאל'' קיינער חלילה נישט ''אנדערש'', די חתן/מחותן האט עס אריינגעמאכט אינעם טיים פרעים וואס מ'מוז חתונה האבן/מאכן 19-23, מ'האט געטוהן א 'נארמאלע' שידוך ווי יעדעם וכו' וכו'.
פארן חתן אליין ווענדט זיך וואו אויף דער וועלט ער האלט, מיר פערזענליך האט מיין חתונה נישט גורם געווען קיין שום שמחה, נאר חששות און חרטות וכו' וד''ל, אבער א טאג בעפאר האביך מחליט געווען אז זינט די חתונה גייט סייווי פארקומען זאל איך כאטש הנאה האבן פונעם געשמאקן סאוציאלן אווענט, טרינקען און טאנצן מיט געשוויסטער און חברים וויפיל ס'גייט, וכך הווה.
די ארומיגע פרייען זיך פארן סעסייעיטי מיילסטאון וואס מ'האט דערגרייכט, ב''ה יעדער איז ''נארמאל'' קיינער חלילה נישט ''אנדערש'', די חתן/מחותן האט עס אריינגעמאכט אינעם טיים פרעים וואס מ'מוז חתונה האבן/מאכן 19-23, מ'האט געטוהן א 'נארמאלע' שידוך ווי יעדעם וכו' וכו'.
פארן חתן אליין ווענדט זיך וואו אויף דער וועלט ער האלט, מיר פערזענליך האט מיין חתונה נישט גורם געווען קיין שום שמחה, נאר חששות און חרטות וכו' וד''ל, אבער א טאג בעפאר האביך מחליט געווען אז זינט די חתונה גייט סייווי פארקומען זאל איך כאטש הנאה האבן פונעם געשמאקן סאוציאלן אווענט, טרינקען און טאנצן מיט געשוויסטער און חברים וויפיל ס'גייט, וכך הווה.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מי אני האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:אויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
יא. אבער טאמער טראכט ער דאך אריין דערין איז עס דאך פאר אים מוטל בספק און מעגליך יצא שכרו בהפסדו מיט די אומזיכערקייט פון דאס אלעס כנ״ל. ועוד, לכאורה איז דאך די געדאנק פון ״טרוד״ דאס אז ער איז ״אָנגעצויגן״ דערוועגן.
בכלל, פון מיין אייגענע עקספּיריענס איז מיין יום החתונה געווען דאס מערסטע אָנגעצויגענע טאג מיט אנגסט אין מיין לעבן על העתיד בכלל וגם על הבעילה בפרט.
גא"מ
מיט די שטותים וואס מיין חתן רבי האט מיך איינגערעדט האט ער מיך אוועק גענימען די תאוות הבעילה, איך קען מיך אליינס א עצה געיבן (עפ"ל ), למעשה האב איך גאנץ שנעל געטראפען די שו"ע "כל מה שאדם רוצה לעשות עם אשתו יעשה" מיד נתיישבה דעתי ואמרתי "בית יוסף ניחמתני בית יוסף ניחמתני"
הדרן עלך מסכת בעילה וסליקא פרק המשגל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
ר' מיילעך בידערמאן פארציילט אז איינער איז געקומען צו א חתונה נאך געלט, און נישט געוויסט ווער איז דער בעל שמחה, זעהנדיג איינער וואס האט אים אויסגעזען ווי דער מחותן, האט ער אים געפרעגט, איר זענט דער בעל שמחה?
דער מחותן האט אים געזאגט, לאמיר דיר ווייזן ווער עס איז דער בעל שמחה, און ער נעמט אים אין אפיס, און ווייזט אין דער קעיטערער, און זאגט, דא האסטו דער אמת'ער בכלל שמחה, איך מאך טאקע חתונה אבער פין שמחה בין איך ווייט, סיי פאר דער געלט חלק וואס איך דארף מיך אנבארגען, און דער גאנצער ארום, שוין.
איז פארדעם טאנצט מען ביי א חתונה, מען פרייט זיך מיט דער קעיטערער!!!

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
היסטאריע האט געשריבן:
איז פארדעם טאנצט מען ביי א חתונה, מען פרייט זיך מיט דער קעיטערער!!!
אין שמחה אלא בבשר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די אפעציעלע תירוץ איז, אז מען טאנצט ווייל עס איז די 'ערשטע' מצוה אין די תורה, און די חתן-כלה גייען עס יעצט מקיים זיין, פריה ורביה.
מענין לענין, האב איך געהערט א פשט פארוואס מען מאכט די מוזיק אזוי אויסטערליש הויך ביי חתונות,
מען ווייסט דאך אז מען בויערט די אויער פון א עבד ווייל 'אוזן זה ששמע על הר סיני 'כי לי בני ישראל עבדים' ולא עבדים לעבדים והלך זה וקנה אדון לעצמו וכ'
אויב אזוי די חתן וואס נעמט אויף זיך א ווייב 'א אדון לעצמו' מיז מען אים אויכעט בויערן די אויער, ממילא מעכט מען די מוזיק שרעקליך הויעך...

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
דער אמת איז מען טראכט אז עס קומט גוטע צייטן, און מען פריידט זיך. דו קענסט מאכן וויפיל לאגישע חשבונות דו ווילסט, דארף מען סטאטיסטיש זיין פריילעך..? אבער דער מענטשליכע געפיל ארבעט נישט אזוי, מען איז נישט פריילעך מיט א לאגישער חשבון, עס איז געפיל.
דער געפיל פון האפענונג וואס א מענטש האט, קען מען נישט קוואנטיפייען אין נאמבערס. ווען נישט די האפענונג וואס מענטשן האבן אפילו ווען עס שטימט נישט, וואלט מען נישט געמאכט די חתונה מתחילה. מען טוט דעם שידוך ווייל מען האפט און מען גלייבט עס וועט זיין גוט, און דעריבער קוקט מען אן די גאנצע זאך ווי א שמחה.
(וכידוע פון די איזרעילי פסיכילאגען).

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איך וואלט געמאכט א אשכול פארוואס מען זיצט שבעה און מען וויינט ווען איינער שטארבט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דער אשכול דערמאנט מיר אלטע צייטן, איך האב אמאל געשריבן דערוועגן, און טאקע אין חודש אדר, גענוי ווי יעצט...
viewtopic.php?f=10&t=10140
viewtopic.php?f=10&t=10140
וירח ה' את ריח הניחוח
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
מ'טאנצט ווייל מ'סעלעברירט לייף, מענטשהייט, חבר'שאפט, געזעלשאפט. יעדער איינער באקומט א טשענס, און ס'איז שוין אזוי געווארן אז די חתונה איז דער הויכפונקט פון א מענטש'נס לעבן, טוט מען דאס דעמאלט.
ס'איז בכלל נישט שייך אז א יעדער טאנצער זאל נאכפארשן צו ס'איז ממש אן אויסגעהאלטענער זיווג מעגן זיי זיך קענען זיין אויפ'ן ליבעראלסטען אויפן

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves