אינפלאציע פון חוצפה דורך היימישע פירמעס
אינפלאציע פון חוצפה דורך היימישע פירמעס
[justify]א שטיק צייט צוריק איז ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך אן אשכול איבערן פרייז פון די טשיז סנעקס וואס די מהדרין פירמע טוט ארויפשרויפן יערליך ווען עס קומט דער פסח סעזאן. איך האב דאן נישט פונקטליך פארשטאנען וואס עס איז דער פראבלעם אז אידן מאכן געלט, און איך בין געווען ביי די מיינונג אז דער וואס וויל נישט געניסן פון זייערע טשיז סנעקס זאל פשוט נישט קויפן.
אבער היינט צוטאגס, זעענדיג מיט וואס פארא ריזיגע חילוקים די פרייזן האבן זיך געהויבן, אלס אויפן וואגן פון אינפלאציע און דעמאקראטן, האב איך פשוט אנגעהויבן פארשטיין וואס עס האט דאן געעגבערט פארן טשיז סנעק׳ער פותח האשכול. די חוצפה און בראווע עזות וואס די גרויסע פירמעס טוען פארמאגן, איז שוין אריבער יעדן גרעניץ מיט א ווייטקייט. אויב קען מען היינט נישט קויפן א קליינטשיגער זיסער יאגורט׳ל פאר אונטער א דאלער, שטייען מיר אין א גרויסע פראבלעם.
עס איז מיר אומפארשטענדליך צוליב וועלכן סיבה מען קען זיך נישט צוזאמנעמען, און פשוט באשליסן אינאיינעם אז מיר וועלן מער נישט זיין פויבסטליכער פונעם פויבסט, און אויב קען דזשעק פון די פייוו טאונס געניסן פון געשמאקע יאגורט וואס איז כשר וישר מיטן שטעמפל פון או. יו. דאן קען יענקי פון מאנרא אויך. משום מה האט זיך דער חרם פון או. יו. אפגעטון ביי קאקע קאלע און ביי אנדערע סארטן אנגענעמע מאכלים, אבער ביי די ריכטיגע טייערע פראדוקטן האלט מען נאך אלס אן דעם מנהג לא טוב פון קויפן פאר רבי געלט. און דאס איז א גרויסער חורבן.
איר ווייסט אז בלויז מיטן קויפן עטליכע פראדוקטן פון אנדערע פירמעס קענט איר זיך שפארן עטליכע הונדערט דאלער אויפן וועכנטליכע גראסערי?
איר ווייסט אז א זויערטייג חלה אין פלעטבוש קאסט צוויי דאלער, און נישט פופצן אזוי ווי אין מאנרא און אין לעיקוואוד?
איר ווייסט אז פילע פראדוקטן וואס איר זענט צוגעוואוינט צו קויפן, קענט איר קריגן אנליין פאר ווייניגער ווי האלב די פרייז?
איך בין זיכער אז איך קען נוצן נאך אינפארמאציע אין דעם ענין, דערפאר עפענען מיר אויף די טויערן פון דעם אשכול, אויף צו עפענען א דיאלאג איבער די נידערטרעכטיגע נושא, און לאמיר זען אויב איך בין יא אדער נישט גערעכט, און בעיקר איז דער ציל געוואויר צו ווערן וואס עס איז דער ריכטיגער צוגאנג, אפצוטון פון אונז די מגיפה פון שטייגענדע פרייזן אויפן חשבון פון ארבעטסלאזע אינגעלייט.[/justify]

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אנדערש ווי אין די טשיז סנעק פאל, וואו איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט אומבארעכטיגט, איז אין די איצטיגע אומשטענדן לכאורה גאר אנדערש. ווי ס'זעהט אויס האבן זיך דא אלע פירמעס אפגעשמועסט צוזאמען עס צו טוהן. א זאך וואס איז סיי אילעגאל און סיי אוממענטשליך. איך האב באמערקט א ריזיגע געפּ צווישן די ראטעס מיט וואס די אלגעמיינע גוי'אישע גאס איז ארויף צו וואס די היימישע פירמעס זענען ארויף.
אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויב די גוים זענען מייקר די שער פון פיש זאלן אידן זיך צוריקהאלטן פון עסן פיש שבת! פאר'ן שלחן ערוך איז אבער נישט בייגעפאלן אז אידן קענען עס אויך טוהן צו די אייגענע ברודער.
זינט איך האב עס באמערקט האב איך אנגעהויבן קויפן מער אין די גוי'אישע געשעפטן, צומאל טאקע מיט א א''ג שוואכערע הכשר. אבער אין מה לעשות, מען טאר עס נישט צולאזן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נישט נאר דאס. עס איז טייל פון א גרויסע קאנספיראציע און מח שווענקונג דורך די פירמעס, קודם כל אז אלע הכשרים זענען שוואך, דערנאך אז סאכדעס און וואלאווע זענען גוט (איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז א חזיר איז כשר ווען דער משגיח טראגט א פלאטשיגס) און דערנאך, איינמאל יעדער איינער איז שוין איינגעוואוינט אז מען ברויך טרינקען און עסן נאר פון ׳היימישע׳ הכשרים, קען מען שוין אנהויבן פארקויפן מאראנצן זאפט פאר פינף א האלב דאלער א פלאש.
און... אויב דער ווענדאר טוט נישט באצאלן, טוט מען מיסטריעז אנטפלעקן ווערים אין זיינע גלעזער, און מען באגראבט דעם פירמע טיף אונטער דר׳ערד, אז אפילו די גוים זאלן עס שוין נישט ווילן קויפן.

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
די "מיר עסן בלויז היימישע הכשרים" איז סתם א image משוגעת, ווייל הלכה'דיג קען זיך ou פינקט אזוי פארמעסטן מיט די היימישע הכשרים.
גראדע אפאר מאל בין איך מיך מקיל צי עסן התאחדות, למשל canned items זענען די היימישע קאמפאניס ביליגער אזוי אויך סופער סנעקס, איך דארף טאקע תשובה טין אויף דעים.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
רעדנדיג פון קאוק געטראנקען גופא, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז אפי' ק"ק פראדוקטן מיט אן ou קען געהעריג זיין מיט א דאלער טייערער אין היימישע געשעפטן, ווי ס'איז אין גוי'אישע געשעפטן. דאס איז שוין ou וואס דו ביסט מציע אלס אלטערנעטיוו.
כמעט "א יעדע איינציגסטע" כשר'ע פראדוקט וואס ווערט פארקויפט אין גרויסע סטארס ווי שאפרייט, טארגעט, וכו', פון פינאט באטטער ביז עפל דזשוס, דהיינו פראדוקטן מיט אן OU, וועט זיין ביליגער ווי אין היימישע געשעפטן, גענוג אז ס'זאל מאכן א חילוק פאר א יעדן איינציגסטן וועכענטליכע ארדער, וואס נעמט זיך צוזאם פיר מאל א חודש צו א סיגניפיקענט סכום.
דאס איז אבער נישט געזאגט געווארן ביי מילכיגס, ווי רוב OU פראדוקטן זענען OU d און נישט קיין חלב ישראל, וואס רוב "היימישע" וועלן דאס סיי ווי נישט קויפן, מילא איז מען סטאק מיט דעם. אבער ביי אנדערע פראדוקטן איז דא גרויסע חילוקים.
וואס דו זאגסט וועגן אינפלעישאן, איז נישט מוכרח אז מ'נעמט א רייד אויף דעם אויסצושפילן די היימישע קונים. אינפלעישאן מאכט נישט קיין חילוק צווישן מהדרין און ברעיקסטאונס. ס'כאפט א יעדן איקוואלי.
מ'קען אפשר אויסרעכענען אפאר זייטיגע זאכן ביי היימישע פראדוקטן אזוי ווי הוצאות פון הכשרים, אבער באופן כללי זענען די פרייזן אינגרידיענטס אדער קאסט און דיסטריביושאן אייניג ביי בני ברית ווי ביי אינן בני ברית. מילא נישט אין אינפלעישאן שטעקט די פרייזן פון כשר'ס דוקא.
די פראבלעם איז אן אלגעמיינע פראבלעם פון יארן שוין פארוואס וואס מיר קויפן נישט OU אין גרויסע געשעפטן דייקא, וואס ממילא טרינקען "רוב פרומע יודן", אפי' אין די חרדי'שע קרייזן, OU פון געז סטעישאנס אונטערוועגנס, מיט די ב"ש תירוץ אז ס'נאר אינטערוועגנס, נישט נעמענדיג אין באטראכט אז די קינדער גייען נישט אפקויפן די ב"ש ווען זיי זעען א באטעל וויטאמין וואטער אדער ספרייט (אויך מיר א היתר...) אין דעם טאטנ'ס קאפ האלדער אין די קאר. ווער רעדט נאך פון די וואס קויפן פרינגעלס אינטערוועגנס.
סאיז נישט נאר ביי קאקע קאלע דוקא. אפי' טישוס און קאווע איז ביליגער דארט. ס'דא גענוג און נאך זאכן וואס מיר נוצן סיי ווי OU אז ס'איז ווערט צו גיין קויפן דארט א יעדע פאר וואכן צו וואס, און ס'מאכט אן ערנסטע חילוק אין טאש. קאסטקא און בי דזשעיס יוכיח.
און יעצט די גרויסע סיקרעט. נישט אייביג דארף מען תקנות אקעגן מייקרי השער. פת פלטרין איז "נישט קיין בדיעבד". ס'איז געהעריג צוויי דעות אין א יסודות'דיגע מחלוקת פון אויווען ביז אראפ אין די עיקר הלכה. א פרומע יוד קען געהעריג קויפן ou ברויט וכדו' אין גאנץ אמעריקע ווייל פת פלטרין איז כשר לכתחילה.
מ'קען עכט ביליגער מאכן די וועכענטליכע ארדער אויב מ'קויפט איין איינמאל א חודש אין א גרויסע טשעין געשעפט. נאר, פונקטליכע נאמבערס און די קענטעניס פון די פאוד ביזנעס האט אסאך השערות, ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון מענטשן וואס ארבעטן אין דעם.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער און וואלווי: די פאלשקייט גייט נאך ווייטער. ווייל התאחדות האט אין רובא דרובא (99%) פעלער נישט קיין אייגענע משגיחים וואס גייען אראפ צו די פירמעס וואס פאבריצירן די פראדוקטן. זיי פארלאזן זיך אויף די או. יו. דארט וואו או. יו. געט השגחה געבן זיי אויך. נאכדעם דרייען זיי זיך אויס און זאגן אז או יו טויג נישט, נאר זייערס. אפילו אין די מיעוט פעלער וואו זיי שיקן יא אראפ א משגיח גייט דער משגיח בכלל נישט אריין אין די פאבריק, ער קומט נאר אפנעמען זיין טשעק. איך ווייס דאס פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע, פון איינעם וואס האט געארבעט ביי אן עסן פאבריק אין די וויליאמסבורג געגנט.
ביי מילך און מילכיגע פראדוקטן שטייען אידן מדקדקים געוויינליך אוועק פון או. יו. ווייל זיי זענען מתיר "חלב סתם"...(חלב עכו"ם). אבער אויסער דעם איז זייער השגחה זייער קראנט. זיי קאמפראמיסירן גארנישט אין כשרות. פארקערט, מיט א לאנגע צייט צוריק איז געווען עפעס וואס האט געקענט זיין א מכשול אין כשרות, די עסנווארג וואס ישיבות באקומען פון די רעגירונג האטציך עפ"י טעות אויסגעמישט מיט די נישט כשר'ע, פארמאכטערהייט אין די קענס, אין וועירהאוז. איז געווען די או. יו. וועלכע האבן געשיקט בריוון צו אלע ישיבות, זאגנדיג וויאזוי מ'זאל זיך אויסהיטן פון באקומען די נישט כשר'ע עסן. וואו איז התאחדות געווען דאמאלס?!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איך געדענק אלץ אינגע בחור האב איך זיך צוזאם געליינט פארוואס רובאשקין איז א שוואכע כשרות פלייש. איינע פון די גרויסע טענות איז געווען אז די שוחטים זענען אוועק פונדערהיים און ס'ברענגט חורבנות און אז די שוחטים זענען אן די ווייבער קען מען זיך נישט פארלאזן מער אויף זיי, וכו' וכו'.
מה עשה הקדוש ברוך הוא, רובאשקין איז טאקע, אזויווי מיעלמארט און ר' מאיר הירש האבן קאמפיינט, אינטערגעגאנגען, וכדרכם בקודש ווען מ'איז שוין טיף אין תחת העלפט מען ארויס, פדיון שבויים. עד כדי כך אז מ'האט אפילו דער מנובל ומוכה בטירוף טראמפ גע'כשר'ט ווייל ער העלפט רובאשקין ַ די פעקטארי מאכט היינט פלייש פאר סאטמאר און דער אלטער רובאשקין האט אלעס פארלוירן אינצווישן.
דאס איז היימישע הכשרים, היימיש בלוט.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
יהורם האט געשריבן:נישט נאר דאס. עס איז טייל פון א גרויסע קאנספיראציע און מח שווענקונג דורך די פירמעס, קודם כל אז אלע הכשרים זענען שוואך, דערנאך אז סאכדעס און וואלאווע זענען גוט (איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז א חזיר איז כשר ווען דער משגיח טראגט א פלאטשיגס) און דערנאך, איינמאל יעדער איינער איז שוין איינגעוואוינט אז מען ברויך טרינקען און עסן נאר פון ׳היימישע׳ הכשרים, קען מען שוין אנהויבן פארקויפן מאראנצן זאפט פאר פינף א האלב דאלער א פלאש.
און... אויב דער ווענדאר טוט נישט באצאלן, טוט מען מיסטריעז אנטפלעקן ווערים אין זיינע גלעזער, און מען באגראבט דעם פירמע טיף אונטער דר׳ערד, אז אפילו די גוים זאלן עס שוין נישט ווילן קויפן.
האסט באמערקט אז דו האסט גענומען א נארמאלע אשכול וואס האט אדרעסירט א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע יעדן איינעם און דו האסט עס פארוואנדלט און נאך א טיפיקל פארווייטאגטע אשכול איבער די סיסטעם און הכשרים, וואס איז שוין דא צענדליגע פון די סארט דא אין שטיבל.....
#א שאד
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
הכשרים איז א חלק פון די קאסט פון עסן פראדוקטן, ס'איז א וויכטיגע נושא, און יא, ער ווייטאגט אויף דעם, און דא איז די פלאץ.
ביסט אזוי שטארק פאר'כישופט אין די סיסטעם אז דו קענסט נישט הערן די ווייטאג פון א צווייטן יוד?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
berlbalaguleh האט געשריבן:יאסל ראקאווער: וואס האבן זיי לכתחילה געוואלט איינרעדן. אז סאטמאר שעכט ביי לי און ראדני...?!
זיי זענען בכלל נישט דא זיך צו אויפהייבן, זיי זענען נאר פארנומען קלאפן אלע אנדערע הכשרים, אזוי אז קיינער זאל זיך נישט וואגן צו עסן עפעס פון פרעמדע ערטער. למעשה אבער האלט אין איין ארויפשווימען שווערע פראבלעמען וואס עס מאכט זיך ביי זיי, און דאך גייט דער עולם אן און מען קויפט נאר פון זיי. וואס לענגער דער בארד אלס מער התאחדות פראדוקטן קויפט ער.
און דאס איז נאר ביז ווען מיר נעמען זיך צו די איבערגעיוירענע פרייזן, וואס אפילו דער שלעכטער שמוציגער טמא׳נער מיאוס׳ער גוי שעמט זיך צו בעטן די פרייזן, דאן ווערן אלע פרום.
מיליאנער האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:נישט נאר דאס. עס איז טייל פון א גרויסע קאנספיראציע און מח שווענקונג דורך די פירמעס, קודם כל אז אלע הכשרים זענען שוואך, דערנאך אז סאכדעס און וואלאווע זענען גוט (איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז א חזיר איז כשר ווען דער משגיח טראגט א פלאטשיגס) און דערנאך, איינמאל יעדער איינער איז שוין איינגעוואוינט אז מען ברויך טרינקען און עסן נאר פון ׳היימישע׳ הכשרים, קען מען שוין אנהויבן פארקויפן מאראנצן זאפט פאר פינף א האלב דאלער א פלאש.
און... אויב דער ווענדאר טוט נישט באצאלן, טוט מען מיסטריעז אנטפלעקן ווערים אין זיינע גלעזער, און מען באגראבט דעם פירמע טיף אונטער דר׳ערד, אז אפילו די גוים זאלן עס שוין נישט ווילן קויפן.
האסט באמערקט אז דו האסט גענומען א נארמאלע אשכול וואס האט אדרעסירט א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע יעדן איינעם און דו האסט עס פארוואנדלט און נאך א טיפיקל פארווייטאגטע אשכול איבער די סיסטעם און הכשרים, וואס איז שוין דא צענדליגע פון די סארט דא אין שטיבל.....
#א שאד
נאכאמאל. די הויפט טענה פון די ווענדאר׳ס (נאך אינפלאציע) איז אז די השגחות זענען זייער טייער, דערפאר ווערט עס אזוי מאנעוורירט ווייל עס איז היינו הך.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
וואל-מארט רעכנט פאר א בּרעיקסטאון פּיטער $2.54 און אין די היימישע גראסערי'ס גייט די מהדרין פּיטער פאר $5.79. שווער צו זאגן אז די הכשר 'טריפּעלט' די פרייז. אפי' אין די היימישע געשעפטן וואס פארקויפן חלב עכום, גייט בּרעיקסטאון פאר דריי אהאלב דאלער. צו זאגן אז צו פראדוצירן א הכשר קאסט מער ווי צו פראדוצירן די גאנצע פראדוקט איז אביסל אבסורד.
אדרבה אויב איינער ווייסט די מציאות פארוואס ס'קומט אזוי אויס קומט אריין קלאר.
אדרבה אויב איינער ווייסט די מציאות פארוואס ס'קומט אזוי אויס קומט אריין קלאר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
נאך א גרויסע קרעפ פון דעם איז, אז מענטשן קוקן ארויף אויף די אלע בעלי בתים כאילו זיי זענען מעסיוו ביזנעס לייט מיט איקרעדיבעל ביזנעס איידיעס וואס סה''כ איז ער א גרעסערע טעראריסט ווי דיר.
שפעטער ווערט ער א גרויסע הרבני הנגיד, און נאכדעם קען מען זיך שוין קלאפן אין בייכל וואספארא געלונגענע ביזנעס לייט קומען ארויס פון אונזער סיסטעם, והא ראי' אז איינער וואס קען נישט קיין ווארט ענגליש אפילו אזוי האט ער גרויס געלט. ר' איד, נארמאל געלט מאכט מען ווען מען מאכט נארמאל געלט, אדערווייז ביסטו גארנישט אנדערש ווי דער אפציעלער גנב.

- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
בארואיג דיך, זיי זענען נישט קיין טעראריסטן אויך נישט קיין מאפיאנערן און אויך נישט קיין ים רויבערס, בסך הכל ביסטו דער וואנזיניגער וועלכע שטאָפּט קדם'ס\ליבערס\מהדרין'ס וכו' טאשן מיט געלטער, דו ביסט זיך אליינס שולדיג! דער אייגענטומער פונעם פירמע דארף זיין נאריש ארויסצולאזן די געלטער פון זיין האנט.
יא, זיי זענען נגידים, זיי זענען ביזנעס קעפ, זיי זענען סוקסעספול, זיי זענען געשעצט ביים ציבור, זיי האבן א בּאָנטש געלט!
און דו ביסט דער וואס האט דאס צושטאנד געברענגט...
עס ווענדט זיך בלויז אין אונז!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
היינו טעמא דערב פסח מצות ואתרוגים ותפילין בייטעל, עם נבל ולא חכם, די באסעס וועלען פארן ראדני ביי די הייוועי זייט, יעדער טוט וואס יעדער טוט ווייל יעדער טוט אזוי, כצאן לטבח יובל אזוי ווי א ביבער שפאצירט אריין אין זיין נעץ און וויינט כן אנחנו עושים ובוכים ואכמ"ל.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך געדענק אלץ אינגע בחור האב איך זיך צוזאם געליינט פארוואס רובאשקין איז א שוואכע כשרות פלייש. איינע פון די גרויסע טענות איז געווען אז די שוחטים זענען אוועק פונדערהיים און ס'ברענגט חורבנות און אז די שוחטים זענען אן די ווייבער קען מען זיך נישט פארלאזן מער אויף זיי, וכו' וכו'.
גראדע איין שטיק סאטמארע שקר. ממש פארקערט, ווער ער ווייסט די א"ב וואס איז דארט פארגעגאנגן. רובאשקין איז געווען דער פייאוניר פון אריבערברענגן שוחטים צוזאמען מיט זייערע ווייבער נאך פאר אנדערע האבן בכלל געטראכט דערפון.
דארט איז געווען גאנץ א לייטיש היימיש יישוב מיט אלעס וואס א שוחט און זיין ווייב קען באדארפן.
מילמארט שוחטים זענען יא אינדערהיים יעדע נאכט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:47 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
א חלק פונעם פראבלעם איז, אז אין אונזער געזעלשאפט ברויך זיך יעדער אהערשטעלן געביגלט בעל בת'יש, ס'פאסט נישט קיינעם זיך ארויסצושטעלן טשעלעדשען די גראסערי פרייזן, סטייטש קענסט דיך נישט ערלויבן?
די קהילות און מוסדות קעיטערן פיין דעם נגידיש'ן שיכט און צומאל דעם מיטל-קלאס אבער קימערן גאנץ ווייניג איבערן חיי יום יום פונעם נידריגן פארדינער, און וועלן אוודאי נישט קאמפיינען אנקעגן די אינטערעסן פון נדבן "שער געלטגרייצער".
אין ארץ ישראל ווען בורסלינו האט ארויפגעשרויפט די פרייזן פון ישיבה היטן איז אינטערגענומען געווארן א העפטיגע ווידערשטאנד מצד די בחורים און יונגעלייט, מען האט גערודערט, גע'אסר'ט, אפילו די ראשי ישיבות האבן גערופן פאר א בויקאט. דא קען קרויס אדער Cova הייבן די פרייזן צו די הימלען אן רחמנות און דר'עולם כצאן לטבח וועט ווייטער שיין באצאלן, אנע פיפס.
עס איז צייט פאר א טויש. כולנו יוצאים למחאה. בהמוננו. פרטים יפרסמו.

- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
נעם למשל גריק יוגערט, דאס עס איך כמעט יעדן טאג. מהדרין'ס און נארמאן, 5 אונסיגע קאנטעינערס זירא פעט, $1.89 אין לאקאלע גראסעריס אויב אבער ווילסטו האבן גריק יוגערט וואס איז געמאכט פון whole milk קענסטו נאר קויפן פון די קאמפאני Bethel פאר $2.89 נאר א 5.3 אונסיגע קאנטעינער. און די אלע דריי פארמאגן אויף זיך אידישע אותיות אלץ א היתר צו רייסן די הויט.
יעצט לאמיר אפירנעמען אזאנע גריק יוגערט וואס פארמאגן נישט קיין אידישע אותיות אויף זיך, זייער כשרות סימבאל איז געשריבן אין די גויאשע סעקולארע אלפאבעטן ווי צום ביישפיל OU-D אדער Kaf-k-D וכו', די קאמפאני FAGE א 7 אנסיגע קאנטעינער געמאכט פון Whole milk וואס איז טייערער פון די זירא פעט, קאסט נישט מער ווי $1.39 און דאס איז שוין נאכן הייבן די פרייז וואס פאר אינפלאציע איז עס פארקויפט געווארן פאר $1.29 און איבעראל קאסט עס די זעלבע!
דאס איז נאר איין קליינטשיגע פראדוקט. כ'קען דורך גיין דעם גאנצן פרידזשירעטאר פון כמה וכמה מילכיגע פראדוקטן. ווי אויך פליישיגע ווי למשל עמפייער טשיקען. און נאך אסאך פראדוקטן.
און ווארטס נאר, פסח שאפינג סעזאן איז ארום די קארנער! לחם עוני! מיט אלע פסח'דיגע קעיקס און קוקיס, פלייש ספעשל כשר פאר פסח ושאר ירקות. און בוכאשעם לא אלמן ישראל נאכדעם קומט די טשיז/שבועות און נאך שיינע צייטן ווי מ'קען רייטן אויפן קאנסומער מיט אלע מיני טראדיציעס, אויפן חשבון פון לוו עלי ואני פורע.
און אלעס ווערט באגלייט מיט וחי אחיך עמך! כאילו אונז קאנסומערס זענען נישט פון די אחיך סאסייעטי, פון אונז מעג מען רייסן וויפיל ס'גייט.
און ווען מ'זאגט די אלע טענות צו די קאמפאניס, איז זייער קאלטע תירוץ אז ס'האט גארנישט מיט זיי, נאר דאס איז פשוט די בעלי מכשירים וואס מאכן די פראדוקטן זאלן זיין אזוי טייער! הערט א מעשה?! איך האב געמיינט ביז היינט אז בעלי בתים פון מהדרין, קדם, נארמאן, גפן, וכו' וכו' זענען גאר די עשירים און בעלי מכשירים ארבייטן פאר זיי. היצטערט ווער איך געוואר אז די אידישע עסן קאמפאניס ארבייטן גאר פאר די בעלי מכשירים און זיי די רבנים וואס געבן השגחות זענען גאר די עשירים!! אינטערסאנט איז נאר די פאקט אז חנפ'נען חנפ'ט מען מהדרין, גאלדן פלוי, שמערלינג, גפן, ליבער'ס, וכו' וכו' און נישט די בעלי מכשירים? אקעי דאס איז נישט קיין קשיא ווייל דער עולם גולם ווייסט פשוט נישט ווער די ריכטיגע עשירים זענען. אבער פארוואס זעהט מען נישט די גרויסע עשירים בעלי מכשירים ווי למשל דעם וואלאווע'ר, הרב ווייסמאנדל, טארטיקוב, הרב עקשטיין און נאך אנדערע גרויסע עשירים בעלי מכשירים מנדב זיין גרויסע בנינים, שולן, מקוואות, בתי חינוך וכדומה??? שוין עמער בלייבן ביי די קשיא.
די עצה היעוצה איז, אז מ'מוז באיקאטירן אלע היימישע עסן קאמפאניס וואס פארמאגן אויף זיך שרייענדע אדער אפילו די וואס זענען געשריבן געווארן מיט קליינע רש"י אותיות, אדער סתם אידישע לאזונגען, ווי "אייער באקוקט" "פרישע אייער" "צומת הגידין באקוקט" "באקוקט פון ווערים" "חיטין מצומחות" "גלאט כשר" "מהדרין מן המהדרין" "חלב ישראל" "ישן" "שחיטת ב"י" "פת ישראל" מצות רש"י, ראש, וכו' וכו'.

יהורם האט געשריבן:נישט נאר דאס. עס איז טייל פון א גרויסע קאנספיראציע און מח שווענקונג דורך די פירמעס, קודם כל אז אלע הכשרים זענען שוואך, דערנאך אז סאכדעס און וואלאווע זענען גוט (איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז א חזיר איז כשר ווען דער משגיח טראגט א פלאטשיגס) און דערנאך, איינמאל יעדער איינער איז שוין איינגעוואוינט אז מען ברויך טרינקען און עסן נאר פון 'היימישע' הכשרים, קען מען שוין אנהויבן פארקויפן מאראנצן זאפט פאר פינף א האלב דאלער א פלאש.
דו רעדסט פון מאראנצן זאפט פאר פינף דאללאר, לאמיך דיר פארציילן, אין עווערגרין סופרמארקעט ווערט פארקויפט אינטער אנאנדערן נאמען פרישע געמאכטע געטראנקן פון פרוכט, וועדזשעטעיבעל, און גרינע בלעטער. אויב כ'געדענק גוט זענען די פלעשער 16 אונסעס, פארקויפן זיי איינע פון די דזשוסעס, אלקעליין וואסער מיט צוויי דריי סלייסעס לעמאן פאר נישטיגע צען טולער!!! כ'מיין גאנצע צעען טולער! סארי. העללא?! און ס'זענען פארהאן גענוג איגנאראנצן וואס קויפן אפ די שטותים. און אז מ'קען רייסן, אז ס'דא פון וואו און פון וועם צו רייסן, און ס'זענען פארהאן גענוג אומוויסענדע נדבנים, דאן פארוואס נישט?! פארט איז דא א מצוה פון וחי אחיך עמך!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
דער אמת איז ס'איז א שאד צו האקן אויף די קאמפאניס. זיי ווילן בעטן טייער, נאו פראבלעם, איך גיי מיר קיין שאפרייט, מען קען דארט קויפן פיל מיט זאכן מיט מהודר'יגע הכשר פונעם "ארטהאדאקסישע פאראייניגונג" און זאל גפן קדם גיין קראכן צוזאמען מיט התאחדות, איי קאד נאט קעיר לעס.