אינפלאציע פון חוצפה דורך היימישע פירמעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2199 מאל

אינפלאציע פון חוצפה דורך היימישע פירמעס

שליחה דורך יהורם »

[justify]א שטיק צייט צוריק איז ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך אן אשכול איבערן פרייז פון די טשיז סנעקס וואס די מהדרין פירמע טוט ארויפשרויפן יערליך ווען עס קומט דער פסח סעזאן. איך האב דאן נישט פונקטליך פארשטאנען וואס עס איז דער פראבלעם אז אידן מאכן געלט, און איך בין געווען ביי די מיינונג אז דער וואס וויל נישט געניסן פון זייערע טשיז סנעקס זאל פשוט נישט קויפן.

אבער היינט צוטאגס, זעענדיג מיט וואס פארא ריזיגע חילוקים די פרייזן האבן זיך געהויבן, אלס אויפן וואגן פון אינפלאציע און דעמאקראטן, האב איך פשוט אנגעהויבן פארשטיין וואס עס האט דאן געעגבערט פארן טשיז סנעק׳ער פותח האשכול. די חוצפה און בראווע עזות וואס די גרויסע פירמעס טוען פארמאגן, איז שוין אריבער יעדן גרעניץ מיט א ווייטקייט. אויב קען מען היינט נישט קויפן א קליינטשיגער זיסער יאגורט׳ל פאר אונטער א דאלער, שטייען מיר אין א גרויסע פראבלעם.

עס איז מיר אומפארשטענדליך צוליב וועלכן סיבה מען קען זיך נישט צוזאמנעמען, און פשוט באשליסן אינאיינעם אז מיר וועלן מער נישט זיין פויבסטליכער פונעם פויבסט, און אויב קען דזשעק פון די פייוו טאונס געניסן פון געשמאקע יאגורט וואס איז כשר וישר מיטן שטעמפל פון או. יו. דאן קען יענקי פון מאנרא אויך. משום מה האט זיך דער חרם פון או. יו. אפגעטון ביי קאקע קאלע און ביי אנדערע סארטן אנגענעמע מאכלים, אבער ביי די ריכטיגע טייערע פראדוקטן האלט מען נאך אלס אן דעם מנהג לא טוב פון קויפן פאר רבי געלט. און דאס איז א גרויסער חורבן.

איר ווייסט אז בלויז מיטן קויפן עטליכע פראדוקטן פון אנדערע פירמעס קענט איר זיך שפארן עטליכע הונדערט דאלער אויפן וועכנטליכע גראסערי?

איר ווייסט אז א זויערטייג חלה אין פלעטבוש קאסט צוויי דאלער, און נישט פופצן אזוי ווי אין מאנרא און אין לעיקוואוד?

איר ווייסט אז פילע פראדוקטן וואס איר זענט צוגעוואוינט צו קויפן, קענט איר קריגן אנליין פאר ווייניגער ווי האלב די פרייז?

איך בין זיכער אז איך קען נוצן נאך אינפארמאציע אין דעם ענין, דערפאר עפענען מיר אויף די טויערן פון דעם אשכול, אויף צו עפענען א דיאלאג איבער די נידערטרעכטיגע נושא, און לאמיר זען אויב איך בין יא אדער נישט גערעכט, און בעיקר איז דער ציל געוואויר צו ווערן וואס עס איז דער ריכטיגער צוגאנג, אפצוטון פון אונז די מגיפה פון שטייגענדע פרייזן אויפן חשבון פון ארבעטסלאזע אינגעלייט.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר