טאהשער אייניקל: לשון הקודש מיט עברית זענען קרובים. עבריתת איז א מאדערנע ווערסיע פון לשון הקודש. (או.קעי. די ציונים וועלכע האבן געמאכט עברית האבן נישט אינזין געהאט מקדש צו זיין א יעדן שם. זיי זענען נישט געגאנגען פאר דעים אין מקוה...!).
ס'הייסט ס'איז נישט דא קיין רבנים הראשיים אין אידישלאנד. זיכער. די אייניקלעך פון די היינטיגע רבנים פון התאחדות. ס'וועללן זיין אזעלכע וועלט בארימטע גאונים ווי הרה"ג ר'יוסף משה פריעדמאן שליט"א דער פוסק הדור. (וואס איז נאך היינט א קליין יונגעלע פון 4 יאר. ער גייט נאך אין קינדערגארטן). און נאך גאונים. אן אייניקל פון דעם פישפיק-לאדאניער רב, שליט"א א זון פון די הייליגע רעבעצין מ'באברעוויסק/י. (וואס איז נאך היינט צו טאג א קליין מיידעלע וואס האט ערשט יעצט אנגעהויבן צו לערנען אל"ף בי"ת.). וכהנה וכהנה. גרויסע צדיקים וגאונים...!
קהל'ס נער: יא. דו ביסט 100% גערעכט. ווייל ס'איז הא בה תליא. ווען איינער קען לערנען גייט איהם נישט דער קאפ אויף די שטותים. איך האב געברענגט א ראיה פון די פאשקעוויללן שרייבערס. אויב דו האסט באמערקט. קיין איינס פון די פאשקעוויללן איז געשריבן דורך תלמידי חכמים אויף אן אינטעליגענטע שפראך. לשון לימודים. פול מיט גראבע אמעראצישע גרייזן. סיי אין ספעללינג. סיי אין דיקדוק.
אין אינדזער יודיש לאנד ווי אזוי וועט הייסען דע 'ראש הממשלה' דע פרעזידענט אין די פלאטץ ווי אלע מיניסטארן קימען זיך צאם (אין ארץ ישראל הייסט עס די 'כנסת')
טאהשער אייניקל: די כנסיה הגדולה. אדער די כנסיה שהיא לשם שמים. אבער נישט ח"ו די כנסת (המינים). יא. דארט אין די כנסת המינים פון די ציוניס'טישע מדינה הערט מען אסאך כפירה און שנאת הדת. אבער אין נאמען פון אזוי-גערופענע דעמאקראטיע מוז מען זיי (אויך) לאזן רעדן. פאר די פאר פראצענט רעכטן וואס זיי לאזן אונז רעדן.
משא"כ אין אונזער אידישלאנד וועט אלעס זיין עפ"י התורה. און מיט דרך ארץ. מ'וועט נישט קענען אנשייגעצן איין חסידות די אנדערע. אויך די ליטווישע און מאדערן ארטאדאקס וועלן ווערן רעספעקטירט. פארשטייצעך ווילאנג ס'איז נישט אקעגן די תורה.
berlbalaguleh האט געשריבן:טאהשער אייניקל: די כנסיה הגדולה. אדער די כנסיה שהיא לשם שמים. אבער נישט ח"ו די כנסת (המינים). יא. דארט אין די כנסת המינים פון די ציוניס'טישע מדינה הערט מען אסאך כפירה און שנאת הדת. אבער אין נאמען פון אזוי-גערופענע דעמאקראטיע מוז מען זיי (אויך) לאזן רעדן. פאר די פאר פראצענט רעכטן וואס זיי לאזן אונז רעדן.
משא"כ אין אונזער אידישלאנד וועט אלעס זיין עפ"י התורה. און מיט דרך ארץ. מ'וועט נישט קענען אנשייגעצן איין חסידות די אנדערע. אויך די ליטווישע און מאדערן ארטאדאקס וועלן ווערן רעספעקטירט. פארשטייצעך ווילאנג ס'איז נישט אקעגן די תורה.
די כנסיה שהיא לשם שמים ס'קען זיין גיט אבער די כנסיה הגדולה איז נישט גיט דאס איז דאך פין דע אגודה'איסטן
berlbalaguleh האט געשריבן:טאהשער אייניקל: ביי מיר איז די אגודה אויך גוט. דאס ווייזט ווי ווייניג דו ווייסט איבער אידישע היסטאריע. דו ווייסט נאר וואס מ'האט דיר אריינגעבאמבעט. געברעינוואשט. דו ביסט א ריכטיגער תינוק שנשבה. דו האסט געהערט פון א צדיק ווי דער חפץ חיים ובעל משנה ברורה?! ער איז אויך געווען אן אגודיס'ט, כלשונך הקלוקל.
אויב וועיסטו נישט וואס העיסט (יא. כ'האב מיך געחלומ'ט די נאכט פון העיליגן צאאדיק פון סקווירא.) ברעינוואשינג. דאס מעינט שטיפת המח. אויף די טמא'נע שפראך העברעאיש...!
איך ווייס אויך אז די העיליגען צאאדיק דער מאונקאץ'ער ראב אין דער סאטמער'ער ראב אין דער מוהרש"ב פין ליובאוויטש אין נאאך א סאך העיליגע רבנים ואדמו"רים זענען גיוועהן אין אגודה אין דערנאוך שארף ארויס געקימען מיט חרב וחנית קעיגן די אגודה
טאהשער אייניקל: אתה מדבר שטויות במיץ עגבניות... דער סאטמערער און דער מונקאטשער רב זענען קיינמאל נישט געווען אין די אגודה. אפילו דער בעלזא'ער רב ר' ישכר דוב זצוק"ל איז אויכעט נישט געווען אין די אגודה. דאס מיינט אבער נישט אז די אגודה טויג נישט. די אגודה איז גוט, פיין און וואויל. און גרויסע צדיקים זענען געווען אין די אגודה.
איינער אזא חכם ווי דיר. אויכעט (מסתמא) א תינוק שנשבה האט אוועקגעמאכט דעם משנה ברורה... זאגנדיג בלשונו הקלוקל..."וואס איז עס דען? א ..."ליקוט"פון איינעם, אן אגודיסט...דאס האט געדארפט זיין א בזיון לפי שיטתו המעוקמת. איך האב מיך אפילו נישט אויפגערעגט אויף איהם. איך האב נאר געלאכט איהם אין פנים אריין און רחמנות געהאט אויף איהם...!
יא. דער הייליגער אלטער סקולענער רבי, דער בעל נועם אליעזר . א איד וואס האטציך א יעדן איינציגן טאג מקריב געווען פאר'ן באשעפער איז אויכעט געווען אן ..."אגודיסט"...ווער האט אזוי געשריגן אויף איהם...?! אן אמעריקאנער סטעיק פרעסער וואס איז א יעדן טאג עובר זמן קריאת שמע...! עולם הפוך ראיתי...!
קהל'ס נער: איך מיין ער איז אריינגעפאללן אין ים אריין. אדער אין מקוה. מ'הערט שוין גארנישט פון איהם. איך האב איהם שטארק ליעב געהאט צו הערן. ס'איז אזוי ווי א קינד פון 3 יאר זאגט דברי חכמה...!
איך האב געהאט אמאל אויף מיין באס א נאריש יונגעלע, א רעביש אייניקל וואס האט זיך צולאזט. בתוך הדברי נארישקייטן האט ער געזאגט..."דער קלויזנבורגער"...האביך איהם צו גערופן או געזאגט . צו דיר האביך נישט קיין טענות. דו ביסט דאך (ליידער) א תינוק שנשבה. אבער דו זאלסט וויסן אז דער קלויזנבורגער (כלשונו הקלוקל) האט אין א פשוט'ן דאנערשטיג (געהערט ביי א ליל שישי חו"ר שיעור) געזאגט א ברכה שהכל מיט מער כונה ווי דו, דיין טאטע און דיין זיידע האבן געדאוונט ביי נעילה...!