החוקר האט געשריבן:@berlbalaguleh די OU האט יא א DE סימבאל. זעה דא.
החוקר: ייש"כ. איך האב גערעדט לפי ידיעתי המצומצמת. שוין. אז ס'איז דא אזא דעזיגנאציע איז דאך זיכער גוט. הנה מה טוב ומה נעים. נאר דאס איז מסתמא א שפעטעריגע זאך פון די או. יו. ווייל ס'איז געווען אזא שקלא וטריא איבער די באצייכענונג פון וועדזש'ס אלס א דעירי פראדוקט...!
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע האב איך געהערט לעצטענס אז אין קהילת הזאלונים במאנרא איז אריינגעקומען אין די הנהלה איינער לאנדא. ער איז איבערגעגאנגן די חשבונות פון די מצה בעקערי און געמאלדן אז ס'דא א סורפלוס און מ'גייט אראפגיין מיט די פרייז. דאס האט ארויסגעריפן בייז-בלוט ביי די וויליאמסבורג בעקערי אז מ'מאכט זיי קאליע די ביזנעס און גרויס פרעשור ווערט געלייגט זיי זאלן נישט נידערן די פרייז.
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אוודאי האבן זיי עס. אויף אלע פראדוקטן, אינגרידיענטס, וואס איז נישט מילכיג נאר 100% פארעווע, און איז געקאכט/פראדוצירט אין מילכיגע כלים וואס זענען נישט ג'כשר'ט געווארן כהלכה, נאר אויסגעוואשן געווארן ס'זאל זיין ריין, גייט אונטער די קאטעגאריע פון DE און מ'מעג עס עסן נאך אדער פאר פליישיגס, אבער נישט אינאיינעם.
איך האב גערעדט מיט הרב עלפאנט בערך 3 יאר צוריק האט ער מיר געזאגט אז זיי האבן נישט ליב צו געבן די de, און דאכצעך מיר אז ער האט געזאגט אז אויף נייע געבן זיי עס מער נישט, נאר אויף אזעלכע וואס האבן עס שוין לאזן זיי עס אנהאלטן.
פאר די היימישע אידן וואס גלייבן אז מ'קען פארקויפן עבירות מיט קרענק פאר געלט האב איך א שטיקל עצה ווי פאלגענד. מ'גייט צוזאם שטעלן א בית דין און מ'גייט טרעפן א גרופע נדבנים וואס זענען גרייט איבערצונעמען די עבירה פון נישט היימישע הכשר פאר א שווה פרוטה, געהעריג מיט א קניין מיט עדות בפני בית דין חשוב. די חשש פון או. יו. האבן עפעס א מכשול וועט די בית דין אויסלייזן די עבירה. בית דין אפוטיקי שע"י הרב מ'ראקאווע שליט"א. יאכלו ענוים וישבעו.
נ.ב. די בית דין וועט שפעטער קענען פארברייטערן די סערוויס אויף אזוינע ענינים ווי מאשין מצות וכו' און אויף געזעלשאַפטליכע פראבלעמען ווי די עבירה פון רופן פאליציי צו פארמאכן אַ חתונה אויב מ'האלט באמת קלאר אז מ'איז מסכן די ציבור אבער מ'קען נישט מסר'ן. בית דין וועט טראנספערירן די עבירה בקנין עדות ושטר.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך האב א שטיקעל ephinay יעצט..
פאר די היימישע אידן וואס גלייבן אז מ'קען פארקויפן עבירות מיט קרענק פאר געלט האב איך א שטיקל עצה ווי פאלגענד. מ'גייט צוזאם שטעלן א בית דין און מ'גייט טרעפן א גרופע נדבנים וואס זענען גרייט איבערצונעמען די עבירה פון נישט היימישע הכשר פאר א שווה פרוטה, געהעריג מיט א קניין מיט עדות בפני בית דין חשוב. די חשש פון או. יו. האבן עפעס א מכשול וועט די בית דין אויסלייזן די עבירה. בית דין אפוטיקי שע"י הרב מ'ראקאווע שליט"א. יאכלו ענוים וישבעו.
נ.ב. די בית דין וועט שפעטער קענען פארברייטערן די סערוויס אויף אזוינע ענינים ווי מאשין מצות וכו' און אויף געזעלשאַפטליכע פראבלעמען ווי די עבירה פון רופן פאליציי צו פארמאכן אַ חתונה אויב מ'האלט באמת קלאר אז מ'איז מסכן די ציבור אבער מ'קען נישט מסר'ן. בית דין וועט טראנספערירן די עבירה בקנין עדות ושטר.
אויב קויפט איר א פעקעדזש פון 10 נבלה דאן באקימט איר א גיד הנשה גענצליך בחנם. געדענקט צו ניצן קיופאן קאוד "קאווע שטיבל" און באקומט עסן יום כיפור קארטל פאר 50% אפף. נישט FDA עפראוועד. קילס 99.99% אוו באקטעריע. אז מען איז פארבינדן פון אויבן פאלט מען נישט פון אינטן. מעיד אין עי פעסיליטי טהעט קאנטעינז פינאטס. בעיסעד אן עי 2000 קעלארי דייעט. ואחות לוטן תמנה. אז די הינט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען. החרש היה לבם. נשתכחה תורת הבעש"ט. ווי לן דמיתני.
berlbalaguleh האט געשריבן:יאסל ראקאווער: וואס האבן זיי לכתחילה געוואלט איינרעדן. אז סאטמאר שעכט ביי לי און ראדני...?!
דיין רבי האט דאך געהאלטן א דרשה אויסרימענדיג זיין "בית השחיטה" אז די שוחטים קענען זיין אינדערהיים אין די אייגענע געלעגער מיט די אייגענע ווייב
שמעון וואלף: נאך א מזל. מהאי טעמא איז טאקע די מאנראו שחיטה מהודרת. איך מיין אז קר"י תחת השגחת מהר"א שליט"א שעכט אין טשעסטער, נ.י. וואס איז אין די געגנט (גלילות?) פון מאנרא...לאמיר נישט אוועקמאכן מיט ליצנות אלע מעלות און הידורים אין אידישקייט וואס מהר"א שליט"א האט איינגעפיהרט. ואין צורך לפורטם...!

שחיטה מתחת
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
berlbalaguleh האט געשריבן:יאסל ראקאווער: וואס האבן זיי לכתחילה געוואלט איינרעדן. אז סאטמאר שעכט ביי לי און ראדני...?!
דיין רבי האט דאך געהאלטן א דרשה אויסרימענדיג זיין "בית השחיטה" אז די שוחטים קענען זיין אינדערהיים אין די אייגענע געלעגער מיט די אייגענע ווייב
שמעון וואלף: נאך א מזל. מהאי טעמא איז טאקע די מאנראו שחיטה מהודרת. איך מיין אז קר"י תחת השגחת מהר"א שליט"א שעכט אין טשעסטער, נ.י. וואס איז אין די געגנט (גלילות?) פון מאנרא...לאמיר נישט אוועקמאכן מיט ליצנות אלע מעלות און הידורים אין אידישקייט וואס מהר"א שליט"א האט איינגעפיהרט. ואין צורך לפורטם...!
שחיטה מתחת
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן זענען נאך פארנומען מיט די שחיטה מונחת כגפן פורחת, אין א צייט וואס די מייקרי השער געבן נישט קיין אויסוועג ווי גיין קויפן ערגעצוואו אין די מרחקים פאר ביליגער.[/justify]