נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

חתול (קעצל)
די גרעסטע שונא פונעם חתול איז דער עכבר (מייז).

כאטשיג די חתול בעצם איז א שטיל באשעפעניש און טשעפעט נישט קיינעם, איז זי אבער א געפערליכע אכזר צום מייזל.

אנדערש ווי אנדערע פארצוקענדע בעלי חיים וואס עסן אויף זייער קרבן נאכן פארצוקן, וועט זי אבער נאכן הרג'ענען דאס מייזל רוב מאל עס נישט אויפעסן, און אפילו ווען זי עסט שוין יא פונעם מייזל וועט זי קוים עסן א משהו פון איר פלייש.

די קעצל וועט נישט גלייך הרג'נען די מייזל, נאר וועט א לענגערע צייט זיך ארום שפילן דורך איר באפרייען און צוריק נאכלויפן און כאפן, ביז צום סוף וועט זי איר הרג'נען.

די טבע פון א קעצל איז אז בייטאג זעהט זי נישט אזוי גוט, אבער ביינאכט זעהט זי גאר גוט.

בייטאג בחצות היום זענען אירע אויגן גאר קליין, און ווערן מיט יעדע שעה גרעסער און גרעסער ביז חצות הלילה ווען אירע אויגן זענען גרויס ביז צום קלימאקס, און ווערן דערנאך קלענער און קלענער ביז חצות היום, וכן חוזרת חלילה.

די חתול פארמאגט אין זיך די מדה פון צניעות, און וועט קיינמאל נישט מטיל רעי זיין קעגן מענטשן, און נישט איבערלאזן איר צואה אויף א עפענטליך פלאץ (עירובין ק:)

עכבר (מייז)
ס'איז דא א געוויסע מין מייז וואס איז האלב פלייש און האלב ערד (חולין קכו.)

א מייז טוט געבוירן 6 קינדער אויפאמאל, און זיי זענען בשעת'ן געבורט גאר קליין אזוי ווי פליגן, אבער זיי ווערן שנעל גרויס, און נאך עטליכע טעג זענען זיי שוין פונקט ווי די מאמע (כנף רננים)

די טבע פון מייז איז אז זייערע פאדערשטע ציינער וואקסן שטענדיג אזוי ווי די נעגל פון א מענטש, און דעריבער פרובירן זיי שטענדיג צו קייען און צורייסן אלעס וואס עס קומט זיי אונטער די האנט כדי אפצושוואכן די כח פון די ציינער.

באשעפענישן אין די לופט
אין די לופט וואס א מענטש אטעמט איז דא בערך 800 ערליי באשעפענישן (דעת שלום-שאץ)

המשך יבא אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל הלוי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע

שליחה דורך שמואל הלוי »

לגמרי לא! זהו על פי דרכי.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע

שליחה דורך שמואל הלוי »

יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:לגמרי לא! זהו על פי דרכי.

איך וואלט געזאגט אז דו זאלסט צולייגן צום קעפל די ווערטער "עפ"י חז"ל"

צוגעלייגט.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך האב בדעה צוצולייגן נאך אסאך שיינע ענינים צו דעם אשכול, אבער ס'מיינט נישט אז נאר איך מעג... יעדער איינער מעג צולייגן זיינע ידיעות עד כמה שידו מגעת.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

זייער שיין. יישר כוח אייך, ר' שמואל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 266
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך קול גדול »

אין מסכת ברכות שטייט אז טאמער פארברענט מען א שווארצע קאץ און מ'לייגט די אש פאר די אויגן קען מען זען שדים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע

שליחה דורך שמואל הלוי »

יאנקל האט געשריבן:ווייל א גרויס חלק פון די זאכן שטימען נישט מיט וויסנשאפט

למשל וואס שטימט נישט?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך יידל »

שמואל הלוי האט געשריבן:למשל וואס שטימט נישט?

לאמיר זען איינס ביי איינס. (נ.ב. עס איז א ברייטער שמועס וואס באדארף א באזונדער אשכול, וויאזוי מען פארענטפערט, און צו מען דארף בכלל פארענטפערן חז"ל ווען די היינטיגע וויסנשאפט זאגט אנדערש. איך נעם נישט קיין שטעלע אין דעם שמועס, איך ברענג נאר דא צו די היינטיגע וויסנשאפטליכע שיטה.)
שמואל הלוי האט געשריבן:חתול (קעצל)
אנדערש ווי אנדערע פארצוקענדע בעלי חיים וואס עסן אויף זייער קרבן נאכן פארצוקן, וועט זי אבער נאכן הרג'ענען דאס מייזל רוב מאל עס נישט אויפעסן, און אפילו ווען זי עסט שוין יא פונעם מייזל וועט זי קוים עסן א משהו פון איר פלייש.

נישט אייביג. אסאך קעץ עסען יא מייז. דאקענסטו אפילו זען א ווידעא קליפ ווי א קאץ עסט א מויז.

שמואל הלוי האט געשריבן:די טבע פון א קעצל איז אז בייטאג זעהט זי נישט אזוי גוט, אבער ביינאכט זעהט זי גאר גוט.


זיי זען בעסער בייטאג ווי ביינאכט, פשוט זיי זעהן בעסער ביינאכט, ווי מענטשן און אנדערע חיות קענען זען ביינאכט.

שמואל הלוי האט געשריבן:בייטאג בחצות היום זענען אירע אויגן גאר קליין, און ווערן מיט יעדע שעה גרעסער און גרעסער ביז חצות הלילה ווען אירע אויגן זענען גרויס ביז צום קלימאקס, און ווערן דערנאך קלענער און קלענער ביז חצות היום, וכן חוזרת חלילה.


נישט אינגאנצן אזוי. די pupil (שווארץ אפל פון די אויג) ווערט גרעסער אין קלענער לויט די ליכטיגקייט וועלכע שיינט אויף איר. דאס קענסטו אליינס זען ווען די גייסט אריין אין א ליכטיגע צומער וועסטו זען אז דיין שווארץ אפל איז קליין, בעת אויב אין צימער איז נישט אזוי ליכטיג וועט דיין שווארץ אפל זיין גרויס. ביי א קאץ איז דאס נאך מער אזוי, ווייל ווי דערמאנט קען ער זייער גוט זען אין די טינקל, און די סיבה איז טאקע ווייל זיין שווארץ אפל ווערט גאר גרויס. זע דא.

שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז דא א געוויסע מין מייז וואס איז האלב פלייש און האלב ערד (חולין קכו.)

די היינטיגע וויסנשאפטליכע וועלט ווייסט נישט פון אזא חיה, און לייקנט און די מציאות פון אזא חיה. (אגב, דוכט זיך אז די גמרא ברענגט דאס אויך נאר נאך פון א רומישער וויסנשאפטלער.)

שמואל הלוי האט געשריבן:א מייז טוט געבוירן 6 קינדער אויפאמאל, און זיי זענען בשעת'ן געבורט גאר קליין אזוי ווי פליגן, אבער זיי ווערן שנעל גרויס, און נאך עטליכע טעג זענען זיי שוין פונקט ווי די מאמע (כנף רננים)

לויט וויקיפעדיע, געבוירן זיי פון צען ביז צוועלף אויפאמאל, און אין די שוואכע צייטן אזויפיל ווי פינף אויפאמאל. די חלק אז זיי ווערן געבוירן קליין און זיי ווערן דאן שנעל גרויס איז יא באשטעטיגט דורך די היינטיגע וויסנשאפטלער, עיין וויקיפעדיע בערך שציינתי.

שמואל הלוי האט געשריבן:אין די לופט וואס א מענטש אטעמט איז דא בערך 800 ערליי באשעפענישן (דעת שלום-שאץ)

דא קענסטו זען אז ס'דא אזויפיל ווי 1800 מיני באקטיריע און די לופט וואס מען אטעמט. אבער דאס איז נישט אזוי שווער ווייל דער שאצער רב זצ"ל האט עס אויך מסתמא געהערט פון וויסנשאפטלער, און ס"ה איז די וויסנשאפט געוואויר געווארן פון נאך באקטיריע אין די לופט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

אריה (לייב)
א לייב וועט נישט פארצוקן א בעל חי נאר אויב ער איז שטארק הונגעריג.

אין ספר מדבר קדמות להחיד"א (מערכת א' אות ס"ב) שטייט בשם ר"א מגרמיזא אז וועגן דעם הייסט א לייב "אריה" צוליב די יראה וואס מען האט פונעם לייב, ווייל אריה איז אותיות "יראה". ווידער אין זוה"ק (תיקונים קכ"ב ע"א) שטייט אז ס'איז צוליב דעם וואס די עיקר כח פון א לייב איז אין זיינע אויגן, און "אריה" איז אותיות "ראיה".
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך יידל »

זייער שיין שמואל. וואלסט געקענט לייגן מער ספעציפישע מקורות? א דאנק. (וואס זאל איך טון? יש לו מנה רוצה מאתים...)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

יידל האט געשריבן:זייער שיין שמואל. וואלסט געקענט לייגן מער ספעציפישע מקורות? א דאנק. (וואס זאל איך טון? יש לו מנה רוצה מאתים...)

וואס האב איך פון מקורות אויב א שטיקל וויקיפידיע איז ביי דיר מער אנגענומען ווי א שטיקל חז"ל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך יידל »

שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:זייער שיין שמואל. וואלסט געקענט לייגן מער ספעציפישע מקורות? א דאנק. (וואס זאל איך טון? יש לו מנה רוצה מאתים...)

וואס האב איך פון מקורות אויב א שטיקל וויקיפידיע איז ביי דיר מער אנגענומען ווי א שטיקל חז"ל.

ר' שמואל לעבן, זיי נישט אויף מיר פארביטערט. איך האב אפן און קלאר געשריבן ווי פאלגענד:
יידל האט געשריבן:עס איז א ברייטער שמועס וואס באדארף א באזונדער אשכול, וויאזוי מען פארענטפערט, און צו מען דארף בכלל פארענטפערן חז"ל ווען די היינטיגע וויסנשאפט זאגט אנדערש. איך נעם נישט קיין שטעלע אין דעם שמועס, איך ברענג נאר דא צו די היינטיגע וויסנשאפטליכע שיטה.


פארוואס ברענג איך בכלל דעם היינטיגן וויסנשאפטליכן סיבה, ווען ס'שטייט בפירוש אין קעפל פון אשכול אז עס איז עפ"י חז"ל? ווייל
שמואל הלוי האט געשריבן:למשל וואס שטימט נישט?

מהיכי תיתי איך גלייב וואס ס'שטייט אין וויקיפעדיע? איך האב נאר אהינגעצייכנט ווייל די האסט געפרעגט. יעצט צו דיין עצם פראגע "וואס האב איך פון מקורות" - גאר פשוט. אויב איז דער מקור דער רמב"ן אדער דער רמב"ם - דאן ווייס איך אז זיי האבן געזאגט וואס זיי האבן געזען און די גריכישע וויסנשאפט ביכער, ווייל זיי שרייבן קלאר אז זיי ווייסן עס פון דארט. און אויף גריכישע וויסנשאפט ביכער מעג מען זיך קריגן מיט א וויקיפעדיע.
אויב איז דער מקור שאצער רב זצ"ל, איז דאך פשוט אז ער האט עס געהערט פון וויסנשאפטלער אזוי ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן אז:

יידל האט געשריבן:דאס איז נישט אזוי שווער ווייל דער שאצער רב זצ"ל האט עס אויך מסתמא געהערט פון וויסנשאפטלער, און ס"ה איז די וויסנשאפט געוואויר געווארן פון נאך באקטיריע אין די לופט.


אבער ווען חז"ל איז די מקור, איז דאך שוין אן אנדערע מעשה, והדבר אומר דרשוני. ס'איז דא פיל פלעצער ווי דער מהר"ל זאגט אז חז"ל זענען מלבש זייערע ווערטער אין חיצוניות (דאס הייסט וואס זיי זאגן איז לאו דוקא אמת אין חיצוניות, נאר האט א טיעפע כוונה אין פנימיות). עס זענען דא פלעצער ווי די ראשונים זאגן אז מ'דארף לערנען אנדערש פשט. עס זענען דא ראשונים, ווי ר' אברהם בן הרמב"ם, וואס זאגן אז חז"ל האבן בכלל נישט עוסק געווען אין וויסנשאפט, נאר אין תורה, און זייער רוח הקודש איז נאר געווען אויף תורה. אזוי ווי כ'האב געזאגט - דאס איז א שמועס פאר זיך, און דערפאר איז טאקע גוט צו וויסן ספעציפישע מקורות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

אריה (לייב)
א לייב וועט נישט פארצוקן א מענטש נאר אויב ס'דאכט זיך אים ווי ער איז א בהמה (שבת קנא:, סנהדרין לח:).

(לכבוד יידל וועל איך ברענגען אביסל אויך פון היינטיגע)
א זיברע וואס וועגט 300 ק"ג איז גענוג פאר א פעטע סעודה פאר פינף לייבן, און דערנאך קענען זיי פאסטן פאר א וואך צייט (נפלאות הטבע).

לייבן ווערן געבוירן בדרך כלל פרילינג צייט, בדרך כלל געבוירן זיי צווישן 2 און 5 אויפאמאל (שם).

ווען זיי ווערן געבוירן זענען זיי ממש אומבאהאלפענע ברואים, זיי קענען זיך קוים רירן פון פלאץ פאר שוואכקייט, זיי קענען נישט עפענען די אויגן און זעהן די שיינע וועלט, און זיי וועגן א נישטיגע 1.5 ק"ג (שם).

נאך 6 טאג עפענען זיי די אויגן, אבער זיי זענען נאך אלס קטנים הצריכים לאמם ביז בערך די 16 חדשים (שם).

ביי די 16 חדשים נעמט זיי די מאמע מיט צום יאגד, ווי זיי הייבן זיך אן לערנען די מלאכה הצידה וויאזוי מען פאנגט חיות, און ביי די צוויי יאר ווערן זיי זעלבסטשטענדיגע לייבעלעך (שם).

א ערוואקסענע זכר לייב וועגט בערך 250 ק"ג, און א מאמע לייב (לעמפערט) בערך 130 ק"ג (שם).

ווען די לייב ווערט 5 יאר אלט קומט ער צו זיין פילע כח, און לעבט בדרך כלל בערך 25 יאר (שם).

אנדערש ווי אנדערע בעלי חיים ווי די נקיבה איז שוואכער איז ביי א לייב פארקערט, די לעמפערט האט פיל מער כח פונעם זכר לייב (שם).
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך יידל »

שמואל הלוי האט געשריבן:אריה (לייב)
(לכבוד יידל וועל איך ברענגען אביסל אויך פון היינטיגע)

אוי, ר' שמואל. איך זע איר האט נישט פארשטאנען מיין כוונה.
איך וויל גראדע יא אז איר זאלט ברענגען פון חז"ל און די ראשונים (איר קענט אויך ברענגען היינטיגע, מזה ומזה אל תנח ידך). מיין כוונה איז געווען צו ענטפערן אייער פראגע הלמאי יאנקל האט געבעטן פון אייך צו טוישן דעם קעפל ווייל ס'זענען דא געוויסע נקודות וואס היינטיגע וויסנשאפטלער זאגן אנדערש, וואס איז אנדערש? אויף דעם איז געווען מיין תשובה. אבער איך האלט נאכאלץ אז דברי חז"ל קדושים הם והדברים צריכים לימוד, וח"ו לזלזל בדבריהם הקדושים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

יידל; יידל; מיר זענען גוטע פריינט, זאלסט נישט טראכטן קיין איין רגע פארקערט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך יידל »

אנאליזירער האט געשריבן:א ריזיגן יישר כח ר׳ שמואל! הערליך שיינע זאכן. נישט קיין וואונדער אז אייער מספר הלייקס קריכט ארויף אין די הויכע ספערן...

און פאר א סיבה איז די ערשטע תגובה אין דעם אשכול אויפן ליסטע פון די צען מערסט-געלייקטע תגובות אין קאווע שטיבל! toplist.php
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

אריה (לייב)
כאטשיג דער לייב שרעקט זיך נישט פאר קיינעם האט ער אבער זייער מורא פון א געוויסע קליינע חי' מיטן נאמען "מפגיע" וואס האט א באמבאסטישע הויכע שטימע, און ווען דער לייב הערט עס שרייען פונדערווייטענס אנטלויפט ער מיינענדיג אז ס'איז א גאר גרויסע חי' וואס קומט צו גיין (שבת ע"ז: וברש"י שם).

דער רבינו חננאל דארט אויפן פלאץ זאגט אבער אביסל אנדערש ווי רש"י, דהיינו אז די מפגיע וואס איז א קליינע חיה און ווערט אנגערופן א"ל פר"ת גייט צווישן די פיס פונעם לייב, און ער שרייט מיט אומבאנומענע הויכע קולות, און דער לייב דערשרעקט זיך דערפון און אנטלויפט.

אין מדרש תלפיות (ענף בע"ח) שטייט בשם ספר שלטי הגבורים אז ס'איז דא א קליינע חי' מיטן נאמען אונש"א וואס פליט אריין אינעם לייב ווי א פייל, און גייט ארויס פון די אנדערע זייט, און פון אט די חי' האט דער לייב גאר שטארק מורא. דער שלטי גיבורים זאגט אבער נישט אז דאס איז דער מפגיע וואס ווערט דערמאנט אין די גמ', און מסתימת לשונו איז משמע אז דאס איז א פרישע חי' פון וואס דער לייב האט שטארק מורא.

אין מדרש שוח"ט (תהלים מזמור ק"ד) און אין מדרש ילקוט אויף תהלים (רמז תתסב) שטייט אז דער לייב האט זייער מורא פונעם "אקנקיסא", און דער זית רענן (זעלבער מחבר ווי מג"א אויף שו"ע) זאגט אז די "אקנקיסא" איז א געוויסער שרץ. פון דעם איז לכאורה אויך משמע אז דאס איז נישט די זעלבע ווי די אויבענדערמאנטע "מפגיע" וואס איז א חי' לויט ווי די מפרשים לייגן עס אראפ און נישט א שרץ, אבער אין רש"ב בהערות למדרש שוח"ט שם שרייבט יא אז אולי איז די "אקנקיסא" די "מפגיע" פון וואס די גמ' רעדט.

אין תשו' רש"י (אלפנביין סי' רס"ז) שטייט אז ס'איז דא א געוויסע חי' מיטן נאמען "פרוונקה" וואס הרג'ט דעם לייב און זי שלעפט עס דערנאך מיט איבעראל ווי זי גייט.

דער בעל עקידה אין פ' בחוקותי (שער ע"א) זאגט אויך אז ער קלערט אז די אויבענדערמאנטע "אקנקיסא" איז די "מפגיע" וואס ווערט דערמאנט אין די גמ'.

נאך שרייבט דער בעל עקידה אז די "אקנקיסא" גראבט קודם צוויי לעכער אין די ערד אזוי ווי א הייל, איין עפענונג איז שמאל און די צווייטע ברייט, דאן גייט זי צום לייב און רייצט זיך מיט אים ביז ער ווערט גוט גערעגט און דער לייב הייבט איר אן נאכצולויפן און זי שפרינגט אריין אינעם ברייטן לאך און דער לייב טוט דאס זעלביגע און לויפט איר ווייטער נאך ביז זי דערגרייט די שמאלע עפענונג און זי קומט ארויס פון דארט, דאן לויפט זי צוריק אריין אינעם ברייטן לאך מאחורי הארי ביז דער לייב האט מער נישט ווי צו לויפן און זי הרג'ט דעם לייב. און דאס איז אויך די "פרוונקה" וואס ווערט געברענגט אין תשובות רש"י הנ"ל אז די "פרוונקה" הרג'ט דעם לייב און שלעפט עס נאכדעם מיט זיך.

אין בן יהוידע להבן איש חי זצ"ל ברענגט ער אויף די אויבענדערמאנטע גמ' אין מס' שבת אז די וועלט זאגט אז די "מפגיע" איז א געוויסע חי' וואס מ'רופט אין אראביש מיטן נאמען "ניץ" וואס זעט אויס אזוי ווי א קעצל, און אין אירע צוויי הענט האט זי אויף יעדע איינע מער ווי 30 קליינע נעגל וואס איז שארפער ווי א מעסער, און ווען די "ניץ" זעהט דעם לייב גיט זי א שפרינג ארויף אויף אים און זעצט זיך אראפ אויף זיינע אקסלען און דאן קריכט זי פאמעליך ארויף צום קאפ און זי לעכערט זיין פלייש מיט אירע שארפע נעגל ביז זי דערגרייכט דעם עצם הגלגולת און זי טרעפט דעם מח און דאן עסט זי אים אויף. בשעת די "ניץ" זעצט זיך ארויף אויפן לייב ווארפט זיך די לייב אראפ אויפן ערד און פרובירט פטור צו ווערן און אראפווארפן פון זיך דעם "ניץ", אבער די "ניץ" גליטשט זיך תיכף אריבער צו די אנדערע זייט, און אין געציילטע מינוטן פארענדיגט ער זיין שטיקל ארבעט מיט זיינע שארפע נעגל, און ער פירט אויס וזה מתיישב יותר מפירוש רש"י ז"ל, און נאך שרייבט ער אז די דאזיגע חי' געפינט זיך אסאך מאל אין באגדאד (די שטאט ווי ער האט געוואוינט) ביי די בתי השרים, און מענטשן זאגן עדות אז א געוויסער שר וואס האט געברענגט א "לייב" און א "ניץ" ביי זיך אין פאלאץ כדי צו זעהן וואס עס וועט פאסירן און דער ניץ האט טאקע מסדר געווען דעם לייב מיט זיינע שארפע נעגל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמואל הלוי האט געשריבן:א ערוואקסענע זכר לייב וועגט בערך 250 ק"ג, און א מאמע לייב (לעמפערט) בערך 130 ק"ג (שם).

אנשולדיגט, אבער א לייב (אריה) און א לעמפערט (נמר) זענען צוויי באזונדערע בעלי חיים.
זיי זענען ביידע גראדע פונם Panthera פאמיליע און גראדע איז די לייב גרעסער פונם לעמפערט. פון די פיר גרויסע קעץ גייט עס פון גרעסטן ביזן קלענסטן טיגער, לייב, דזאגוואר, לעמפערט.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:א ערוואקסענע זכר לייב וועגט בערך 250 ק"ג, און א מאמע לייב (לעמפערט) בערך 130 ק"ג (שם).

אנשולדיגט, אבער א לייב (אריה) און א לעמפערט (נמר) זענען צוויי באזונדערע בעלי חיים.
זיי זענען ביידע גראדע פונם Panthera פאמיליע און גראדע איז די לייב גרעסער פונם לעמפערט. פון די פיר גרויסע קעץ גייט עס פון גרעסטן ביזן קלענסטן טיגער, לייב, דזאגוואר, לעמפערט.

נו גוט, נעם ארויס די ווארט לעמפערט און ליין בלויז מאמע-לייב.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

אריה (לייב)
דער אבן עזרא אין פרשת ויחי שרייבט אז דער מנהג פונעם לייב איז אז נאכדעם וואס ער פארצוקט א חי' זעצט ער זיך אראפ הויערן, און אפילו אויב אלע חיות וועלן דאן אריבערגיין פארן לייב וועט די לייב זיך נישט רירן פון ארט.

דער לייב כאטשיג וואס ער איז דער מלך החיות האט א בושת הפנים (פרקי דר' אליעזר פל"ז)

דער לייב מיט זיין גרויסן כח קען לעכערן שטיינער און זיי צוברעכן (זוה"ק פרשת נח, דף ס.)

רש"י ב"מ מ"א שרייבט אז די טבע פון א לייב איז אז ווען ער איז דורס עסט ער אויפן פלאץ אויף די קרבן און שלעפט עס נישט צו א פארשטופט פארזיכערט פלאץ אזוי ווי אנדערע בעלי חיים.
געצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 1:05 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע

שליחה דורך געצל »

יאנקל האט געשריבן:עס קוקט אויס אז דו האסט א ליבשאפט צו בעלי חיים. סיי פון דיין הערליכן ליקוט דא, און סיי פון דיינע לינקס צו די לייוו קאמעראס פון בעלי-חיים.


אויך צו מענטשן?...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

עס וועט נאך צוקומען במשך די צייט נאך זאכן איבערן לייב, אבער דערווייל וועל מיר אריבער סוויטשען צום אדלער.

איידער מיר גייען אבער צום אדלער איז כדי צו וויסן אז ס'איז דא א גרויסע געטועכטס וואס די אדלער איז היינטיגע צייטן.

טייל זאגן אז דאס איז וואס מיר רופן eagle, און טייל זאגן אז ניין, דער eagle הייסט אויף לשה"ק "עיט" וואס ווערט דערמאנט ביים ברית בין הבתרים, און נשר איז דאס וואס מיר רופן vulture וואס איז גראדע היפש ענליך צום eagle.

פון תוס' אין מס' חולין דף ס"ג ע"א קוקט אויס אז דער eagle איז טאקע נישט דער אדלער, וז"ל: "וכמו כן טועין גבי נשר שקורין אייגל"א ואינו דנשר יש לו ד' סימני טומאה ואייגל"א יש לו אצבע יתירה".

אזוי צו אזוי; אונז גיי מיר רעדן דא פונעם נשר, אבער וואס די נשר איז היינטיגע צייטן איז אומקלאר.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

נשר (אדלער)

דער אדלער באנייט זיינע פליגלען און טוישט זיינע פעדערן יעדעס יאר. (רש"י תהילים קאפי' ק"ג עה"פ תתחדש כנשר נעוריכי. כנשר הזה שמחדש כנפיו ונוצה משנה לשנה).

ס'איז דא א מין אדלער וואס ווערט צוריק יונג נאכן אלט ווערן. (מדרש אגדה).

יעדע צען יאר פליט דער אלדער ארויף זייער הויעך אין די הימלישע ספערן ביז ער קומט זייער נאנט צום חום אש היסודי, דאן ווארפט ער זיך אריין אין ים זיך אפצוקילן פון די גרויסע היץ, און די אלטע פעדערן גליטשן זיך אראפ און ס'וואקסט צוריק פרישע אזוי ווי יונגערהייט, און אזוי געשעהט יעדע צען יאר ביז ווען ער ווערט הונדערט יאר אלט וואס דאן שטארבט ער ביים אריינפאלן אין ים. (ר' סעדי' גאון).
פארשפארט