לחיים! וויין, און אנדערע אלקאהאלישע משקאות, והמסתעף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

קען זיין איך פארשטיי נישט אבער איך האב ליב די אונגארישע שליוואוויץ וואס מ'קען נאר קויפן אין אונגארן עס האט א היימישע טעם נישט אזוי ווי אלע קאממערציאלע ברוינפן ס'האט אביסעל קימעל נישט קיין סאך בקיצור איך טרינק נאר דאס
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

תשובה לזר זהב שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:נאך א מזל ער האט אים נישט געהייסן ברענגן ירדן


דיין פאוסט איז (מסתמא( א רעאקציע צו מיין מעשה'לע ואיבער די נעמען פון אללע (זויערע( וויינען למיניהם. אזוי ווי איך בין אן אונ... האט מיר גענומען צוויי טעג צו כאפן וואס דער פסוק מיינט. בכל אופן. ס'איז קורץ און שארף. א יישר כח.
נ.ב. איך וויל דיר געבן א איך בין א פארצייטישער איד. :oops: Thank You. און א rating. נאר איך ווייס נישט וויאזוי
פויער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

"זענט איר אלקאהאליק?" - די וויין, ברוינפן, ביר אשכול. +18

שליחה דורך פויער »

א חילוק פונעם אמאליגן ביזן היינטיגן שיכור: אמאל האט דער יוד אריינגעוואקט צום מקוה איד און גענומען א פלאש וויין אדער ברוינפן, קיין חילוק פון זיס, זויער, טרוקן, נאס, שטארק, שוואך, קאליר אדער טעם, און זיך גוט אנגעשיקערט ביזן ערד. היינט איז יעדער שנאק וואס האט שוין איינמאל פארזוכט א ברוינפן גלאז א גאנצע מבין און פארשטייט צו די גאנצע נושא.

אין אמת'ן אריין ווער עס טרינקט אסאך און אפט זעהט חילוקים אין טעם און סמאטנעסס, און היינט צוטאגס איז שוין ביי כמעט יעדע היימישע קידוש פארהאן א סעלעקציע פון גוטע שנאפס, האב איך געעפענט דעם אשכול צו דיסקוסירן אלעס איבער די ביטערע (? - קוק מיין אונטערשריפט) טראפן.

ביי מיר אין שטוב איז שטענדיג דא א גרויסן פלאש 'גרעי גאס' וואדקא און א קעיס 'באדווייזער' ביר. וויין איז מיר קיין גרויסע ארטיקל.

וואס גלייכט\טרינקט איר?
דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פויער האט געשריבן:א חילוק פונעם אמאליגן ביזן היינטיגן שיכור: ..... היינט איז יעדער שנאק וואס האט שוין איינמאל פארזוכט א ברוינפן גלאז א גאנצע מבין און פארשטייט צו די גאנצע נושא.


נאר ביי דעם? ביי וואס נישט?
עפעס השפעות חכמה האט זיך געעפנט. יעדער איז היינט א מבין אין זאכן וואס אמאל האבן בלויז יחידי סגולה פארשטאנען דערצו.
מען קען געבן אסאך משלים, צו קארס, צו בגדים, בעיקר צו מוזיק, מוזיקאנטן און "פראגראמירערס" (יעדער בחור'ל און שנאק פארשטייט צו מוזיק, בשעת אמאל איז דאס געווען אחד בעיר ושנים ממשפחה).
וירח ה' את ריח הניחוח
צוקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך צוקער »

גראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...
לייק מיר נאר אויב דו האלטסט אז עס קומט מיר אמת'דיג!
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

צוקער האט געשריבן:גראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...

חכמה ובינה איז זיכער דא מער אדאנק דעם אינטערנעט, דעת איז דא ווייניגער אויך וועגן די אינטערנעט מסתמא.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

ביי מיר איז ביר דער קעניג, יעדן טאג אן אויסנאם, שבת ויו"ט גייט מער.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב געקויפט לכבוד יו"ט, די נייע בלענדעד סקאטש וויסקי "פלאטניום לעיבל - דזשאני וואלקער" (18) ס'איז א נחת.. א צוויי דריי שאטס דערפון און מ'ווערט אינגאנצן אויפגעהייטערט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

צו ווערן אויפגעהייטערט פון צוויי דריי שאטס ברויכסטו נישט שפענדען אזוי סאך, קענסט טרעפן פאר סאך ביליגער.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נו איך מיין דאך דעם געשמאקן טעם. איך האב נישט די ווערטער עס צו דיסקרייבן. אבער מיר פארשטייען זיך האפענטליך.
ס'איז אנדערש צו ווערן אויפגעהייטערט פון א באלוויני, ווי א שליבאוויץ. די טעם בשעת מעשה און די נאך טעם דערנאך, איז נישט צו פארגלייכן
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

גלות יוד האט געשריבן:קען זיין איך פארשטיי נישט אבער איך האב ליב די אונגארישע שליוואוויץ וואס מ'קען נאר קויפן אין אונגארן עס האט א היימישע טעם נישט אזוי ווי אלע קאממערציאלע ברוינפן ס'האט אביסעל קימעל נישט קיין סאך בקיצור איך טרינק נאר דאס

דו פארשטייסט שוין גאנץ גוט. לדעתי איז די אונגארישע שליוואוויטץ דאס בעסטע שליוואוויטץ. און דאס ברען דערפון האב איך נאך דאס בעסטע ליב.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

villager האט געשריבן:
צוקער האט געשריבן:גראדע דאס מאכט מיך אייביג טראכטן אז די היינטיגע דור איז יא קלוגער ווי אמאל...

חכמה ובינה איז זיכער דא מער אדאנק דעם אינטערנעט, דעת איז דא ווייניגער אויך וועגן די אינטערנעט מסתמא.


דעת איז דא ווייניגער, אבער יסוד איז דא פיל מער. ווער רעדט נאך פין תפארת דא גופא.

צוריק צו וויין, מאכט דא איינער אייגינע וויין?
אויב יא, וואס איז די מציאה, ווען מען קען קויפען?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

איחוד פעלד האט געשריבן:
villager האט געשריבן:חכמה ובינה איז זיכער דא מער אדאנק דעם אינטערנעט, דעת איז דא ווייניגער אויך וועגן די אינטערנעט מסתמא.

דעת איז דא ווייניגער, אבער יסוד איז דא פיל מער. ווער רעדט נאך פין תפארת דא גופא.


קוקט אויס אז דו האסט שוועריגקייטן מיט לשה"ק, אויף ענגליש הייסט עס wise, smart, intelligent, אויפן ארימען אידישען שפראך ווייס איך נישט.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

איחוד פעלד האט געשריבן:
צוריק צו וויין, מאכט דא איינער אייגינע וויין?
אויב יא, וואס איז די מציאה, ווען מען קען קויפען?

איך וואלט געזאגט אז מיט 3 זאכן איז בעסער צו מאכן אייגענע וויין, ראשית, אין די קאמערציאלע וויינען, ווערט אריינגעלייגט 'סולפייט' sulfide צו פריזערוון די וויין, נישט יעדע מאגן פארטראגטאס, צווייטנס, מיט אייגענע וויין קען מען זיך גוט אפגעבן, פארשטייטזיך אז מ'דארף יכול'ן, מ'דארף קאנען מאכן וויין, דריטנס, זוי ווי אלע זאכן וואס מ'מאכט אליין, סא גוטע האבי. 
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך chaims »

איך גלייך לעצטנס שיראז עס איז זייער באטעמט נישט אזוי טרוקן ווי קארבערנעי מיט א געשמאקן ציפ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

פראגע צו ר' בערל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)

איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...

ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: :lol:

איז דען פאראן 100 פרוף און העכער?
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קיינמאל נישט געזעהן דעם אשכול, פונקט געטראכט פון עפענען אזא סארט אשכול.

לכשעצמי, גלייך איך זייער פראנצויזישע וויין. כ'מיין, א פלעשל "קאסטעל גרענד ווין" ווייס איך נישט צו אפילו יהודה האט געטראכט דערפון ביי די ברכות. בשעת'ן זיפן א גלעזל דערפון, קען מען אנהייבן צו פארשטיין די וועלעכע האבן געהאלטן נוח לו לאדם שנברא.

למעשה וואקסן כסדר ארויס פרישע סחורה פון ארץ ישראל, נייע פירמעס און נייע וויינען צוגלייך.
מ'קען טרעפן צווישן זיי באמת פיינע און קלאסישע סחורה.

קאבערנעי, מערלוי, און שיראז, זענען פון צווישן די מערסט פאפולערע טרויבן פאר רויטע וויין.
קאבערנעי איז גאר א גוטן טרויב, נישט אזוי סענסעטיוו (ווי מערלוי). בדרך כלל געלונגט דאס, איינס מער איינס ווייניגער.
מערלוי דארף געלונגען, אבער אז ס'געלונגט קען דאס זיין בעסער ווי א קאבערנעי.
שיראז איז ספייסי, איך קויף דאס זעלטן. איך גלייך דאס נישט; זעהט זיך אויס אנדערע גלייכן דאס יא.
על טעם וריח אין להתווכח, יעדער קען דיסעגריען. דאס איז פשוט לדעתי.

אז איר שפירט סיי וואס א געשמאק אין וויין, אפילו איר זענט נישט דער גרעסטע מבין, קענט איר באלד שפירן דעם חילוק פון פשוט'ע קאבערנעי, ביז קאבערנעי ריזערוו.
מילא אז איר פארמאגט אפאר איבריגע טאלער וואלט איך אייך געצה'ט ענדערש צו קויפן א רעזערוו, פון בערך $20 ביז $40, ווי איידער סתם א קאבערנעי פון $10 ביז $20.

אויב זענט איר אבער נישט א גרויסע מבין, דאן וואלט איך נישט רעקאמאנדירט צו קויפן פון 40 דאללער און העכער. למשל, א חילוק צווישן א הערצאג נעפא וועלי, צו א הערצאג טשאק. די חילוק אין פרייז איז מער ווי דאבעלט, און איר וועט נישט שפירן אזא גרויסע חילוק. הפנים, פרייז ווייז.
(אנדערש ווי ביי פשוט'ע קאבערנעי, צו א ריזערוו).

ס'איז נישטא קיין סאך קאבערנעי ריזערוו אונטער $20. צוויי פיינע וואס מ'קען אבער יא טרעפן אונטער צוואנציג זענען בעניאמינא, און סיגעלס.
(ס'דא געשעפטן וואס בעהטן פאר בעניאמינא עטוואס מער ווי צוואנציג. ס'אויך א וויין וואס איז זייער אפט אויף ספעשעל כמעט איבעראל).

אויב זוכט איר א גוטע קאבערנעי רעזערוו אין די געגנווארג פון $40, און איר האט שוין געפריווט די טיפישע וויינען מ'פארקויפט, דאן פראבירט אמאל "בארקאן - אלטיטאד + 412" דאס איז דערהויבן ממש.
בכלל, אינעם 35-45 געגנט קען מען טרעפן גאר גוטע וויינען.

בלענדס קענען טייל מאל זיין קנאקעדיג, ס'איז פארהאן בלענדס מער ווייניגער אין אלע פרייזן.
אויב ווילט איר זיך ערלויבן א גוטן בלענד אמאל, דאן פריווט דעם "דזשאנאטן תשבי". ס'קאסט ארום 60-70, און ס'איז ווערד יעדעס פעני.

*אויב ווילט איר רעקאמאנדאציע איבער א ספעציפישן וויין, קען איך פראבירן אייך צו העלפן ווי ווייט מעגליך. דא, אדער פריוואט.
איבער הכשרים קען איך נישט ענטפערן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מיר האבן דאס געקויפט אויף שבועות, זי האט אלע טעמים געהאט. א ביוטיפול באלאנס, א נאז משוגע צו ווערן, מיט א פרוכטבארע פול באדי טעיסט. ממש מעין עולם הבא. ס'זעט זיך אן אז זי איז שוין א אכט יעריג קינד.

בילד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו הרב שמעקעדיג

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)

איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...

ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: :lol:

איז דען פאראן 100 פרוף און העכער?

יא. ס'גייט כמעט ביז 192 פרוף. (96%). בימים אלו בין איך עוסק אין א שליוואוויטץ פון 140 פרוף. (70%). ס'הייסט סטריקאווער. לזכר דעם הייליגן סטריקאווער צדיק, זי"ע ועל כל ישראל. אימפארטירט גראד פון פוילן.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מסופקני, צו די טראדיציאנעלע ״קדם״ וויינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופען וויין.

יא אמת, סיי וואספארא גרעיפ דזשוס וואס מען לאזט דורכגיין ברויצונג, איז טעכניש גערעדט ״וויין״. אבער היימיש גערעדט, איז דאס א געמויזעכץ פון צוקער און טרויבן וואס איז ווייט פון אמת׳ע וויין (אפילו זיסע) כרחוק מזרח ממערב.

והלא דברים ק״ו, מה דאך דזשענעס אשר בשם סעמי יקרא, איז למעשה פאלש און געצילט אנצוווארעמען די וואס שרעקן זיך פון עכטע וויין, כל שכן קאנקארד, מאלאגא, וכו׳.



אגב, לעגאל גערעדט, קען מען זיך נישט סתם אזוי שפילן מיט נעמען און אנרופען וויין בלויז ווייל עס גייט אדורך א געוויסע פראצעדור.

שאמפאניע למשל, מעג מען נאר אזוי רופען אויב עס קומט פון דעם שאמפיאן ראיאן אין פראנקרייך, אפילו אויב עמיציר וועט גענוי נאכמאכן דעם פראצעדור מיט אלע פיטשיווקעס, אויב קומט עס נישט פון דארט מעג מען דאס נישט רופען שאמפאניע.

קדם׳ס שאמפאניע, איז למעשה נישט שאמפאניע להלכה ווייל ס׳איז געמאכט אין ניו יארק, אבער זיי דרייען זיך ארויס פונעם געזעץ היות אמעריקא אינפארסירט נישט די באגרעניצונג אויף די וויינען וואס זענען שוין געמאכט געווארן יארן צוריק, בעפאר די לעגאלע באגרעניצונגען זענען אריין אין קראפט.



ומענין לענין, באקענט אייך מיט קענט מארטין.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אה מודה ועוזב ירוחם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:בערעלבעלעגלה, גיב אכט! איר קענט מיר גרינג צומישן, נאך א מזל האסט געלייגט א סמיילי עט די ענד. (און שלום עליכם שטייצעך)

איך האב יעצט וואס צו ליינען. געמיר א מינוט אדער פינף...

ס'נישט קיין וואונדער אז איהר האט זיך כמעט צומישט פון מיין שרייבעכץ. אז מען איז פארנומען אין די סוגיא פון וויינען )יינות( זיסע, זויערע, דריי און סעמי דריי ווי למשל Jeunesse, Cabernet Sauvignon & Merlot און מען דארף דאך פון אלעם טועם זיין, קען מען נאך אנקומען צו עד דלא ידע אין א גרינעם מיטוואך. ע"כ האב איך באשלאסן אז איך וועל לאזן דעם חשוב'ן עולם מפלפל דיין אין די סוגיא און איך וועל מיר ווייטער טרינקען (בעז"ה( מיין בוירבן פון 100 פרוף און העכער.
נאך איין מעשה וויל איך פארציילן און איך בין געענדיגט מיט די פרשה פון שתויי יין: א טאטע זאגט פאר זיין זון ביי די שבת'דיגע סעודה: "גיי ברענג מיר רש"י, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער. גייט דער אינגל צו דער ספרים שאנק און וויל ארויסנעמען די ספרים, זאגט איהם דער טאטע, ניין: גיי צו'ם רעפרידזשערעיטאר!
בקיצור: אלעס איז געווארן א וויין. רש"י, תוספות, ברטנורא און ר' עקיבא אייגער: :lol:

איז דען פאראן 100 פרוף און העכער?

יא: (א פארשפעטיגטע תשובה:). ס'איז דא אלד וועללער 107 פרוף. נאר די היימישע געשעפטן האלטן עס מער נישט ווייל ס'איז דא א שאלה אויף דעים וועגן יין נסך. נאכדעים איז דא וויילד טוירקי 101 פרופ. אויך איז דא די לעצטע דריי יאר אלד גרענד דעד 114 פרוף. דאס איז עולה על שולחן מלכים (מאן מלכי רבנן) ביי מיר. נאכדעים איז דא שליוואוויטץ פון "סטריקאווער" מיט א שטארקייט פון 140 פרוף. פון דעים האב איך אויך שוין ב"ה ערלעדיגט א פאר פלעשלעך. ס'איז נאר דא איין פראבלעים מיט דעים. די באטלעך זענען שמאל און לאנג (ווי די פוילישע גויים.). און איך האב גרויסע שוועריגקייטן דאס מסדר צו זיין אין רעפרידזשערעיטאר אדער פריזער. איך האב די וואך ב"ה געמאכט א סיום אויף א באטל "שיוואס ריגאל" וואס איינער פון מיין משפחה האט מיר געקויפט לכבוד שמחת תורה. אבער כאטש דאס איז טיערע בראנפן איז עס אבער שוואך. און מ'מוז טרינקען מער כדי ס'זאל ארבעטן...!
פארשפארט