לעגענדארישע טוען - הרב גראוס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

לעגענדארישע טוען - הרב גראוס

שליחה דורך היסטאריע »

אזוי אגב @הוגה קען איך אייך פרעגן פארוואס אייער לאגא איז א בילד פון די לעגענדארישע טוען רב גרויז שליט"א? (נישט אז א לעגאנדישע טוען איז א מעלה. ס'איז א מציאות און עס גייט סייווי נישט אן אז אונז ווייס מיר אז טוענת איז א גארבידזש ביזנעס און מ'קען שמועסן ערגעץ אנדערש פארוואס)


פין זיין לאגא זעהט אויס אז ער איז אינספירירט געווארען אז מען רופט רב גראוס א הוגה דעות. זעהט אויס פין דער פסוק הגה ברוחו הקשה.

אבער אמת, א לעגענדארישע טוען איז ער. און מען איז מחיוב צו מאכען א אשכול פין אלע מעשיות וואס מאכן אים א - לעגענדע!!

זיין מערסטע באקאנטע ווערטעל וואס קומט מיר אויף דער זכרון ווען מען דערמאנט זיין נאמען. אמאהל האט זיין בעל דין זיך אנגעהויבן טענה'ן אליין מיט דער אנדערע בעל דין, האקט ער אים איבער און זאגט, ווילסט זיין גערעכט אדער ווילסט געווינען?

זיינע טאקטיקן אין בית דין זענען פילפאכיג, סיי מיט אופנים ממינים שונים וויאזוי צו פארפירן א שמועס ווען ער זעהט דער אנדערע צד גייט זאגן עפעס וואס ער וויל נישט מען זאל הערען. סיי דורך שמועסן אינטערעסאנטע מעשיות וואס די רבנים האבן ליב צו הערען.

אלע גרויסע דיינים זאגן נאך זיינע מעשיות בדחילו ורחימו, זיינע מעשיות האבן א חותם אזויווי יענקל מילער דזאקס.

ויש להאריך עוד.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך האב גארנישט קעגן טוענים, אבער איז נישט בעסער ווען קיין איין צד האט נישט קיין טוען, אזוי קען מען אנקומען צום אמת, ווען ס'דא א טוען געווינט דער וואס האט א בעסערע טוען, ניין?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

זאגסט א סברא.
און וואס זאל טוהן דער וואס קען נישט עפענען דאס מויל וואס האט א סכסוך מיט איינער וואס איז מער פיפיג?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

היסטאריע האט געשריבן:זאגסט א סברא.
און וואס זאל טוהן דער וואס קען נישט עפענען דאס מויל וואס האט א סכסוך מיט איינער וואס איז מער פיפיג?


כ'האב אמאל געמיינט אז בית דין איז געבויעט אויף הלכה, אויב איז עס אמת אז ס'גייט לויט פיפיגקאציע ביסטו גערעכט דארף מען א טוען, אבער יעצט איז די קשיא פארוואס ארבעט א בית דין לויט ס*** אפיעל, שטייט דען נישט לֹא תַעֲשׂוּ עָוֶל בַּמִּשְׁפָּט לֹא תִשָּׂא פְנֵי דָל וְלֹא תֶהְדַּר פְּנֵי גָדוֹל בְּצֶדֶק תִּשְׁפֹּט עֲמִיתֶךָ ?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

א טוען'ס ארבעט איז נישט צו אויפקומען מיט ליגענד'ס אבי צו מאכן זיין זייט געווינען, ס'כמעט נישט דא קיין טוען וואס וואט אננעמען א בעל דין וואס איז נישט גערעכט להלכה, די עיקר ארבעט פונעם טוען איז ארויסצוברענגען די בעל דין'ס ווערטער אויף א קלארערע שפראך.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מאנטריאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך מאנטריאל »

אזוי ווי עס איז דא אין די גוי'אישע וועלט לויערס, מען אויס אויך האבן טוענים.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די פראבלעם פון טוענים און א nutshell איז אז זיי האבן נישט קיין שום קאוד אויף עטיקס ווי לויערס. ס'איז נישטא קיין שום accountability און אזא לוקח שוחד בפומבי ווי רב קעניג שליט"א וואס קיין איין ערענסטע מענטש קוקט אים נישט און פנים, באקומט קאווערידזש אויף די דעקל פון מאמענט מאגאזין. איין פלאץ וואס איז נאך געבליבן זיי אנצוהאלטן ביים גענאק, דאס אויך נישט. נעבעך.

ווער זאל זיי האלטן און פלאץ די רבנים וואס עפען נישט זייער מויל קעגען עבודה זרה פון וויזניץ בני ברק אדער קאלט פירער פון גער? ווער?

ס'איז א animal jungle די טוען וועלט.

א נארמאלע מענטש גייט צו א היימישע אנגעזענע בעל בית אדער לויער אלץ שליש.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

דו מישט א פיינע קיגל, ווי קומען די רבנים דא אריין? ס'דא טוענים וואס זענען רבנים? יא, אבער וואס האט איינס מיט צוויי?
א נארמאלע מענטש נעמט א שליש, גערעכט און ס'טאקע בעסער ווי צו גיין צו א פולשטענדיגע דין תורה, אבער עס איז אלץ דא די פאל ווען מ'מוז גיין פאר א געהעריגע בית דין, און דאן דארף מען האבן א טוען.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

אלע צוזאמען האט געשריבן:ס'כמעט נישט דא קיין טוען וואס וואט אננעמען א בעל דין וואס איז נישט גערעכט להלכה, די עיקר ארבעט פונעם טוען איז ארויסצוברענגען די בעל דין'ס ווערטער אויף א קלארערע שפראך.


א טוען איז פונקט ווי א לאיער און מנעמט אן כמעט יעדע קעיס

חוצדעם וואס סאיז כמעט נישטא קיין בעל דין וואס האלט נישט אז ער איז גערעכט ״להלכה״
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מאנטריאל האט געשריבן:אזוי ווי עס איז דא אין די גוי'אישע וועלט לויערס, מען אויס אויך האבן טוענים.


ביי די גויים זיכט מען נישט די אמת, מען זיכט צו געווינען, ביי יודן דארף צו הייסן אז מען זיכט די אמת.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך בין שוין ליידער געזיצן מיט הרב גרויז ביי דין תורת, איינמאל קעגן מיר און איינמאל מיט מיר, חוץ וואס ער לאזט זיך קאסטן ווי א פיפט עוועניו לויער האב איך נאכנישט געזעהן מה טיבו. זיי זענען אלע די זעלבע ליידער. ער קעירט גאנץ ווייניג וועגן די אמת, יושר וצדק. אלעס האט צוטוהן מיט וויפל געלט ער קען כאפן. ער האט נישט קיין פראבלעם מיט די תורה, מיט זאגן אפענע ליגענט אויב ס׳קומט אים אויס גוט. ער האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען א קעיס אפילו ער ווייסט קלאר אז יענער איז נישט גערעכט, אפילו יענער איז א רויבער, א אפענע גנב, ער באקומט באצאלט אויף די שעה. א קאלטע מענטש, קעירט נישט פאר יענעמס נכסים, גארנישט! קיין טראפ מענטשליכקייט. זעראו!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:איך בין שוין ליידער געזיצן מיט הרב גרויז ביי דין תורת, איינמאל קעגן מיר און איינמאל מיט מיר, חוץ וואס ער לאזט זיך קאסטן ווי א פיפט עוועניו לויער האב איך נאכנישט געזעהן מה טיבו. זיי זענען אלע די זעלבע ליידער. ער קעירט גאנץ ווייניג וועגן די אמת, יושר וצדק. אלעס האט צוטוהן מיט וויפל געלט ער קען כאפן. ער האט נישט קיין פראבלעם מיט די תורה, מיט זאגן אפענע ליגענט אויב ס׳קומט אים אויס גוט. ער האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען א קעיס אפילו ער ווייסט קלאר אז יענער איז נישט גערעכט, אפילו יענער איז א רויבער, א אפענע גנב, ער באקומט באצאלט אויף די שעה. א קאלטע מענטש, קעירט נישט פאר יענעמס נכסים, גארנישט! קיין טראפ מענטשליכקייט. זעראו!


בקיצור:
א טוען!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

ווער סקען אביסל הלכה האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסן מיטן טערמין כח הטענה, אין מיינע אויגן איז א דין תורה לאו דוקא דעזיינט צו קענען אויספירן צדק פון א פשוטן קוקוואונקל, סאיז צדק אין ראם פון הלכה, אט איז א משל.

ווען איך בארג פון איינעם געלט אן קיין שטר אדער סיי וועלכע פרוף, דערנאך לייקנט יענער און איך קאנווינס בית דין אויף סיי וועלכע וועג זיי זאלן פסקענען לצידי זענען זיי גערעכט?

דער תירץ איז אז נישט, בית דין האט קיין רעכט צוצונעמען יענעמס געלט וויבאלד איך האב געמאכט א ביזנעס טעות, ווען איך בארג געלט אין א בונקער גיב איך לכתחילה אויף געוויסע רעכטן וואס כוואלט געקענט באקומען, און בית דין איז נישטא צו אינפארסירן צדק וען איך זעלבסט מאך זיי שווער דאס לעבן.

איינער קען זאגן אז סאיז נישט יוסטיץ צו באשולדיגן א מענטש אויפן סמך פון פאלשע טענות, די הלכה פרעספעקטיוו איז אז ווען איך טוה ביזנעס דארף איך זיכער מאכן סזאלן נישט מעגליך זיין קיין פאלשע טענות, אויב יא איז עס מיין שולד.

די דזשאב פון א טוען איז צו טרעפן די לעכער ביים צד שכנגד, וואס אויב זענען זיי דא זענען זיי זיך אליינס שולדיג. דערפאר זעה איך א טוען אלס א נארמאלע ביזנעס. ודו"ק כי קצרתי.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

הניחא במקח וממכר ביסטו מחדש אז מען זאגט Caveat emptor אפילו ע"פ תורה, אבער ביי ניזקין קימט עס נישט אריין.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

אין ניזקין ווענדן זיך אויך פילע פעלער אין די אחריות פונעם ניזק, א שטייגער ווי זיין חפץ איז געליגן און צו עס הייסט בכלל א היזק, די פארשטייסט אויך אז ווען איך שפריץ א טראפ וואסער אויף איינעמס היט בטעות און מען זעהט קוים א זכר און יענער רופט מיר אין בית דין אז זוכן א לעכל איז מער פון אויסגעהאלטן, יענער כאפט מיר ביי מיין לאך כאפ איך אים ביי זיינס.

סאיז זיכער אייביג דא אויסנאמען איך רעד נאר פון דזשענערעל, אויף וויפיל איך האלט מיט [כביניש קיין טוען אבער כהאלט מיט דין תורהס דא דארט]
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריע האט געשריבן:זאגסט א סברא.
און וואס זאל טוהן דער וואס קען נישט עפענען דאס מויל וואס האט א סכסוך מיט איינער וואס איז מער פיפיג?

אונז וואלטן מיר זיך (לכאורה) געדארפט פארלאזן אויפ'ן יושר פון די רבנים/דיינים. נאר אונז ווייסן די מציאות. זייער א סאך ווענדט זיך אין די רבנים אליין.

איך האב (ב"ה) נאכנישט געהאט צופיהל דיני תורות. אבער די עטליכע מאל האביך ..."געשפיעלט"...טוען. 2 מאל ביי מיינע קינדער. וועלכע האבן געהאט א (קליינעם) סיכסוך מיט זייער לענדלארד. אין איין פאל ביניך געווען א טוען פאר מיין עלטערן זון. ער האט געוואוינט אין א דירה (אין וויליאמסבורג) וואס איז (אומלעגאל) צוטיילט געווארן. מ'האט געמאכט 3 אפארטמענטס פון איין גרויסע. ס'איז נאר געווען איין עלעקטריק מיטער.אויסער דעם איז דער עלעוועיטאר פון בילדינג געווען אויף זיין מיטער. אויך, האט דער לענדלארד געהאט 2 סטארידזש רומס אין בעיסמענט וואס ער האט פארדינגען. די לייטס און היטינג איז אויך געווען אויף מיין זון'ס חשבון. הקיצור. ער האט געהאט א ריזיגן עלעקטריק בילל א יעדן חודש. אן עריקאנדישאנינג. ער האט געהאט אן עלעקטריק בילל פון צווישן 500 און700 דאללער א יעדן חודש (דער מיטער איז געווען אויף זיין נאמען) איז ער פארשטייצעך געווען שפעט מיט צאללן דעם רענט.האט איהם דער לענדלארד גערופן צו דין תורה. (תובע). איך בין געווען זיין טוען. די ד"ת איז געווען ביי התאחדות. איין חשוב'ער רב איז געזיצן ביי די ד"ת/פשרה. די גאנצע טענה'ריי איז געווען בדרך כבוד און צום ענין. איך האב א טאג פארדעם א ביסל א דורכגעלערנט די רעלעוואנטע הלכות אין חו"מ. איך האב פארלאנגט אז דער לענדלארד זאלל באצאללן אז מ'זאלל אפטיילן אלע אנדערע באנוצערס וועלכע האבן נישט קיין שייכות צו איהם. איך וויל נישט באורן דעם עולם מיט אלע נארישע פרטים. דער לענדלארד האט נישט געוואלט. האט מיין זון געזאגט אז ער גייט זוכן אנ'נאנדער דירה. האט דער רב געפסקנ'ט אז אויסער וואס דער לענדלארד דארף איהם צוריקגעבן אלע געשאצטע געלטער , דארף ער איהם אראפלאזן 100 דאללער פון זיין חודש'ליכן רענט. בתנאי אז ער מאווט ארויס ביז ווייניגער ווי א יאר. הקיצור. א יעדער איז ארויס צופרידן... דאמאלס האביך פארשטאנען די גרויסקייט און חשיבות פון פסק'ן א דין תורה אמת'דיג.

איבער די צווייטע ד"ת וועל איך שרייבן ביי אן אנדערע געלעגנהייט. וואס איז געווען ממש דער היפוך פון די ערשטע ד"ת...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:די פראבלעם פון טוענים און א nutshell איז אז זיי האבן נישט קיין שום קאוד אויף עטיקס ווי לויערס. ס'איז נישטא קיין שום accountability און אזא לוקח שוחד בפומבי ווי רב קעניג שליט"א וואס קיין איין ערענסטע מענטש קוקט אים נישט און פנים, באקומט קאווערידזש אויף די דעקל פון מאמענט מאגאזין. איין פלאץ וואס איז נאך געבליבן זיי אנצוהאלטן ביים גענאק, דאס אויך נישט. נעבעך.

ווער זאל זיי האלטן און פלאץ די רבנים וואס עפען נישט זייער מויל קעגען עבודה זרה פון וויזניץ בני ברק אדער קאלט פירער פון גער? ווער?

ס'איז א animal jungle די טוען וועלט.

א נארמאלע מענטש גייט צו א היימישע אנגעזענע בעל בית אדער לויער אלץ שליש.

די מישט א פיינע קיגל, ווי קומען די רבנים דא אריין? ס'דא טוענים וואס זענען רבנים? יא, אבער וואס האט איינס מיט צוויי?
א נארמאלע מענטש נעמט א שליש, גערעכט און ס'טאקע בעסער ווי צו גיין צו א פולשטענדיגע דין תורה, אבער עס איז אלץ דא די פאל ווען מ'מוז גיין פאר א געהעריגע בית דין, און דאן דארף מען האבן א טוען.


איך האב נישט געזאגט זיי זענען עפעס שולדיג. אבער איינער דארף האלטען טוענים accountable. אז נישט די רבנים ווער יא? וואס איז די code of ethics און ווער איז די אינפארסירער?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:
מאנטריאל האט געשריבן:אזוי וי עס איז דא אין די גוי'אישע וועלט לויערס מען אויס אויך האבן טועענים

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk


ביי די גויים זיכט מען נישט די אמת, מען זיכט צי געווינען, ביי יודן דארף צי הייסן אז מען זיכט די אמת.

קהל'ס נער: וואס דו זאגסט איז אמת... בערבון מוגבל...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ווער ס'קען אביסל הלכה האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסן מיט'ן טערמין כח הטענה, אין מיינע אויגן איז א דין תורה לאו דוקא דעזיינט צו קענען אויספירן צדק פון א פשוט'ן קוקוואונקל, סאיז צדק אין ראם פון הלכה.

דאס דערמאנט אביסל פון וואס דר. דזשאָרדען עלענבּערג זאגט:
Ellenberg.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'דא פארשידענע טוענים. א יעדער מיט אן אנדער טאקטיק. למשל ש.פ. (דער אלטער. נישט זיין נעפיו מיט דעם זעלבן נאמען. איהם קען איך נישט.) הידוע לשימצה. האט א געוויסע טאקטיק אז ער גייט ארויס אין א פערזענליכע אטאקע אויף דעם צד שכנגד גלייך אין אנהייב. מיט דעם האפט ער וועט זיין ווי רש"י זאגט..."נסתתמו טענותיו"...! אזוי ארום האפט דער באנדיט צו געווינען ביי א ד"ת. אין ביהמ"ד וואו ער דאוונט ווארפט ער זיך ביי שמונה עשרה (כמעט) ווי להבדיל דער טאהשער רבי זצ"ל.אויך בראקט ער ליגנטס און אפענע שקרים. אלעס מיט'ן ציל פון איבערשרעקן דעם בעל דין פונ'ם צד שכנגד...!
פארשפארט