וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ס'איז געווען א גרויסע שמועס פאראיאר אפריל (א זוך אויפ געוועב וועט דיר נישט אנטוישן) ווען די קליינע ריזיקע פון בלוט קלאט ביי זשאנסן און זשאנסאן איז געווארן אויפגעבלאזן און די ריזן סכנה פון בלוט קלאט ביי קאוויד איז געווארן פארדעקט. די באן איז ווייטער געפארן. יעצט האמיר די באקאנטע זשאו ראגן עפיזאד ווי ער האט זיך פאר'חזר'ט פארענט פון אלע זיינע צוהערער ווען מ'האט אים אויפגעקלערט אז קאוויד איז א פיל גרעסערע ריסק פאר מייאקארדייטיס ווי די וואקסין. און די באן פארט ווייטער. כ'גלייך נישט צו פירן וויכוחים מיט וואקסין קווענקלערס. ס'איז א שאד די ענערגיע און צייט. עצי שיטים האט זיך נישט אנגעגעבן אלס א קווענקלער.

אבל כל הרוצה ליטול את השם יחזור ויאכל שום וריחו נודף. :P
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'דאָ א ריזן נפקא מינה ציווישן 'אנטי וואקסין' און 'וואקסין קווענקלער'.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יואליש האט געשריבן:ס'איז געווען א גרויסע שמועס פאראיאר אפריל (א זוך אויפ געוועב וועט דיר נישט אנטוישן) ווען די קליינע ריזיקע פון בלוט קלאט ביי זשאנסן און זשאנסאן איז געווארן אויפגעבלאזן און די ריזן סכנה פון בלוט קלאט ביי קאוויד איז געווארן פארדעקט. די באן איז ווייטער געפארן. יעצט האמיר די באקאנטע זשאו ראגן עפיזאד ווי ער האט זיך פאר'חזר'ט פארענט פון אלע זיינע צוהערער ווען מ'האט אים אויפגעקלערט אז קאוויד איז א פיל גרעסערע ריסק פאר מייאקארדייטיס ווי די וואקסין. און די באן פארט ווייטער. כ'לייך נישט צו פירן וויכוחים מיט וואקסין קווענקלערס. ס'איז א שאד די ענערגיע און צייט. עצי שיטים האט זיך נישט אנגעגעבן אלס א קווענקלער.

אבל כל הרוצה ליטול את השם יחזור ויאכל שום וריחו נודף. :P

איין זאך וויל איך יא קלאר מאכן,
די מעין סטריעם מידיא וכדו' רעדן זייער ווייניג פון די ריזיגע חילוק בנוגע די ריזיקע פון קאוויד צעווישן אינגע מענטשן און אלטע מענטשן, זיי שטיפן די וואקסין פאר 'יעדעם' כאילו ס'איז די זעלבע וויכטיג פאר יעדעם
ווי עלטער מען ווערט, אלץ גרעסער ווערט די ריזיקע פון קאוויד און די וואקסין ווערט אלץ מער וויכטיג,
אבער צו גיבן די וואקסין פאר אינגע געזינטע קינדער, דארף מען געהעריג שוקל זיין אויב איז נישט די ריזיקע פון מאיקארדייטוס גרעסער ווי די ריזיקע פון קאוויד (און בפרט איינער וואס האט שוין געהאט קאוויד)
כ'מיין אז מען האלט נאכנישט ביי קיין צוויי הונדרעט (געזונטע) קונדער וואס זענען געשטארבן פון קאוויד
און כ'מיין אז דאס איז די נקידה וואס ראוגען האט פראבירט ארויסצוברענגען, לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יא. ער האט דאס געוואלט ארויסברענגן. און ער האט עס ארויסגעברענגט. און געווארן געפראוודט ראנג אויפן פלאץ. מייאקארדייטאס ביי מיינערס איז 8 מאל העכר פון קאוויד ווי פון וואקסינען. און ער האט ווי א (געזונטע) קינד אנגעהויבן צו צווייפלן אין די זעלבע דאטא וואס ער האט א מינוט פריער געוואלט ניצן ווען ער האט געמיינט ס'שטיצט זיין איגנארענס.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קען זיין אז ס'דא נאך עפעס וואס הארגעט?

די אנטי וואקס טענה'ן אז מ'נעמט נישט בלייבט מען לעבן, די פרא וואקס טענה'ן אז מ'נעמט לעבט מען איבער.

נישט א גוטע צייט זיך צו איינהאנדלען א מלאך המות לייסענס, שוואכע ביזנעס..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

וואלווי האט געשריבן:קען זיין אז ס'דא נאך עפעס וואס הארגעט?

די אנטי וואקס טענה'ן אז מ'נעמט נישט בלייבט מען לעבן, די פרא וואקס טענה'ן אז מ'נעמט לעבט מען איבער.

נישט א גוטע צייט זיך צו איינהאנדלען א מלאך המות לייסענס, שוואכע ביזנעס..

Best time ever, האסט גענומען די וואקסין? דמו בראשו! האסט נישט? ש'כח, נישט קיין וואונדער..
הדא הוא דכתיב, כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין טוב לרע
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

יואליש האט געשריבן:והחי יתן אל לבו. און לאמיר אויסשמועסן די פרעימווארק פאר אן אינטעליגענטע שמועס. די רעדע דא איז excess deaths אדער excess mortality, דאס הייסט א דראמאטישע אויפשטייג אין טויט פעלער ווען מ'איז מדמה צוויי פעריאדן. די מהלך איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די וועלט אלס אן אומדירעקטע מיטל צו שאצן די קאוויד טויט ראטע. "דער וועקער" האט אהערגעשטעלט אן אויסנאמליכע מייסטערפולע ווערק און פרובירן צו ניצן דאס זעלבע מיטל פאר די היימישע קאוויד טויט ראטע.

יעצט, זעהט זיך אויס, אז העניך באמערקט ווידער אן אויפשטייג און הלווית המת מודעות און ווינדערט זיך וואס איז די מעגליכע סיבה דערצו?

איז אזוי:

1) מ'ברויך קודם מחלק זיין בין דם לדם, ארויסקלויבן די טראגעדיעס פון די טויט צאל. טראגעדיעס נעמט אריין זעלבסטמארדן, עקסידענטעל נארקאטיקס אווערדאזעס, און פיזישע עקסידענטן -- פון א קאר עקסידענט ביז א מירון קראש. זעלבסמארדן און אווערדאזעס זענען tricky ווייל ביז בלויז לעצטענס האט מען זיי גאר סוקסעספולי אריינגעשארט און די "נישט אויפוועקט" קראנקהייט און ס'לאזט זיך קלערן אז א געוויסע פראצענט ווערט נאכאלס פארוויקעלט אין די טעפיך תכריכים. און די חילוק איז זייער וויכטיג צו טרעקן סיי ווען די פאקוס איז אויף פיזישע דיזיז און סיי ווען די פאקוס איז אויף פארנאכלעסיקייטן וועלכע ברענגן עקסידענטן און סיי ווען די פאקוס איז אויף סאציאלע דיזיז וואס זענען גורם טויט, במישרין ובעקיפין. אבער איטיליכער איז א שמועס פאר זיך. פאר אונזער שמועס ברויכן זיי ארויסקומען פון די דאטא סעט.

2) פון א געאגראפיקס שטאנדפונקט ברויך מען אבאכט געבן אויב 'דער איד' איז קאנסיסטענט מיט זייער פאליסי איבער וועלכע געגענטער צו דעקן אין זייער obituaries.

3) פון א דעמאגראפיקס שטאנדפונקט ברויך מען צולייגן קאפ וויפיל די עלטערע פאפולאציע וואוקס איז פון יאר צו יאר. מיר היימישע שפירן א האלאקאוסט אפעקט דא. א גאנצע דור, היצט בערך צווישן די עלטער פון 76 און 96, פעלט אונז. אבער וואס א יאר שפעטער ריקן זיך די פאסט-האלאקואסט דור אריין אין די טיפע עלטער ווי מענטשן שטארבן אויס. דאס מיינט מיר ערווארטן ממילא צו זעהן עטוואס אן העכערונג אין עלטערע טויט ראטע פשוט ווייל די מענטשן אין די עלטער ערשיינען צום ערשטן מאל נאך אן אפשנישט פון צוואנציג יאר פון האבן גאר ווינציג מענטשן אין די קאטאגאריע עלטער.

4) ווינטער,זאגן די עקספערטן, איז א זמן מוכן לפורענות. לכאורה צוליב די אויפשטייג אין סעזאנעל אינפעקציעס. דעריבער ווען מען איז מדמה טויט ראטעס, ברויך מען מדמה זיין ווינטער צו פריערדיגע ווינטערס און זימער צו פריערדיגע זימערס.

5) דא עקא פאר דאטא קאמפעריסאנס: לעצטע ווינטער (20/21) איז געווען ווייניגער אינפעקציע, און די פלו איז זאגאר עלימיניערט געווארן פון דעם סעזאן אין אן אומדירעקטע תוצאה פון די קאוויד זיכערהייט מאסנאמן. ווען א מענטש איז איינגעשפארט אינדערהיים, גייט בללויז ארויס מיט א מאסקע און פארברענגט נישט מיט אנדערע און זיכער נישט מיט א ציבור, גיט נישט אין אפיס, פארמיידט עס די טרענספער פון אלע קאנטעזשאס דיזיז, נישט נאר קאוויד. היי יאר, ווידעראום, יארע 21/22 איז געווען גאר א שווערע פלו סעזאן. מדמה זיין היי יאר ווינטער צום לעצטן יעריגען ווינטער איז ווארשיינליך פערלערהאפטיג.

6) אלזא, א שטודיע וואס איז מדמה היי יאר'ס ווינטער חדשים צו די ווינטער חדשים פון 18/19 איז לכאורה דאס נענטסטע צו אן אמת'ע צושטעל, מיט אביסעל עדזשאסמענט פאר די דעמאגרעפיקס וואוקס בכלל און די עלטערע יארגענג בפרט. ווי אויך וואלט געווען געראטן צו קענען מדמה זיין די פלו סעזאנען פון די צווי יארן.

אן קיין דאטא, אויב א פשוט'ע און שנעלע "עקסעס טויט" ראטע ציילונג צייגט א גאר הויעך ציפער היי יאר, קען מען שפעקולירן אז דאס איז צוליב די פלו סעזאן אדער די אמיקראן כוואליע, און מערסטענס לייגט זיך אויפן שכל אז ס'איז ביידע. אבער צו זאגן עפעס מיט קאנפידענץ, ברויך מען מער דאטא און בעסער "נארמאלאזירט" פאר קאמפעריסאן.

וואס מיר קענען יא זאגן מיט א זיכערקייט איז אז דאטא איז א פובליק סעיפטי געצייג און דעם ציבור'ס און יחיד'ס רעכט צו קענען וויסן. ווי מער אקוראטע דאטא אלס אפטער און פריער קענען מיר אויפכאפן טרענדס וואס דערוועקט אונז צו א סכנה אדער רופט צו פארבעסערונג אין געזונטהייט habits, ע"ד שלא תמות כדרך שמת פלוני.

ס'איז אן עוון פלילי און מעוות שלא יוכל לתקן און גזל מן הציבור ווען מ'טוט נישט סיסטעמאטיש טרעקן דאטא. און זיכער אזוי ווען מ'טוט בלאקירן דאס קאלעקשאן פון דאטא, און ווער רעדט נאך ווען מ'טוט פאלסיפיצירן דאטא צו צומישן די שטן. ס'איז א גיטע שפיצל ביז ס'קאסט נפשות בישראל. דאן איז די וויץ on us. ושוטים שקלקלו עתיד ליתן את הדין.

פיין געזאגט רביה"ק דיין צווייטע גילגול איז בעסער ווי די פריערדיגע..
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

העניך האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:הייסט אז דער אינגערמאן איז געגאנגען אין וועירהאוז מיט קאוויד, און וועגן דעם איז עפעס אראפגעפאלן אויף זיין קאפ?

הרב לייפער פון לאנדאן איז געגאנגען אויפן גאס, און די מאפיא האט אים געהארגעט וועגן קאוויד?

כ׳בעט דיר…

כ'רעד דא וועגן די כלליות'דיגע פארמערונג פון טויטע איבער די לעצטע פאר חדשים, נישט ספעציפישע טראגעדיעס. גאר אסאך עלטערע אידן זענען לעצטנס אוועק.

קאוויד מאכט נאך ליידער חורבנות, אבער וואקסינען העלפן ב"ה.

פון אקטאבער ביז נאוועמבער זענען יעדע וואך געשטארבן פון קאוויד:
78 פון יעדע מיליאן אומוואקסינירטע;
6 פון יעדע מיליאן וואקסינירטע;
1 פון יעדע מיליאן מיט בוסטערס.

לויט די נומערן איז ממש א פלא אז נאכדעם וואס רוב אמעריקע איז שוין וואקסינירט, ובפרט די עלטערע באפעלקרונג ווי 90 פערצענט זענען פולשטענדיג וואקסינירט, און דאך זעהט מען נישט קיין שום רעדוקציע אין די צאל טויטע טעגליך, אדרבה די לעצטע 7 חדשים (דאס הייסט פון july און ווייטער וואס רוב אמעריקא איז שוין געווען וואקסינירט) זענען געשטארבן בערך 300,000 מענטשן, וואס דאס איז מער ווי די חדשים פארדעם, אדער סיי ווען דורכאויס די פענדעמיק, איך פארשטיי אז ס'זענען געווען נייע וועריענטס אבער זענען די וועריענטס טאקע אזויפיהל מאל מער טויטלעך?
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

גראדע זעה איך יעצט אז און די זעלבע צייט אפשניט פאריאר (דאס הייסט פון july ביז february) זענען יא געשטארבן אביסל מער בערך 320,000 מענטשן, נאכאלץ פארענטפערט עס נישט מיין שאלה פארוואס מ'זעהט נישט קיין ערענסטע רעדוקציע.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יואליש האט געשריבן:מייאקארדייטאס ביי מיינערס איז 8 מאל העכר פון קאוויד ווי פון וואקסינען.

אונז זענען פארקראכן צו א וואקסין ווס. קאוויד שמועס, אבער צום פותח האשכול'ס שאלה, איז מעגליך דא א תירוץ,
אסאך פון די וואס האבן דורגעלעבט קאוויד מיינען אז זיי זענען שוין געענדיגט, זיי זענען שוין מסודר, און זענען מער נישט אויפן מלאך המות ליסטע, אבער לויט ווי די ברענגסט איז עס ווייט נישט אזוי פשוט, און אפילו איינער וואס האט געהאט א לייכטע 'קאוויד' עקספיריענס, איז גאנץ מעגליך אז ער האט זייט ווירקונגען וואס ער ווייסט נישט דערפון, אריינגערעכנט 'בלוט קלאטס' (און בפרט איינער וואס האט געהאט קאוויד, און אויך גענומען די וואקסין, האט ער די ריזיקע פון די בלאד קלאטס סיי פון די קאוויד און סיי פון די וואקסין)
בקיצור, די עולם זאל זיין געווארנט, עדיין מרקד בינינו, עס איז נאכאלץ דא ריזיקעס
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

נייע שטודיע איז שודערליך פאר אונזער ציבור

שליחה דורך יואליש »

עצי שטים האט געשריבן:

עצי שיטים, כ'בין נישט זיכער אז די וואקסין פלאס קאוויד ארגומענט איז אויסגעהאלטן סייענטיפיש. ס'שיינט מיר אלס א פשט'ל פון לאגיק. אדרבה, ברענג דאטא.

______

פון דו אנדערע זייט איז א שודערליכע שטודיע אויף די ערשטע יאר פון קאוויד איז יעצט ארויסגעקומען איבער די אנגייענדע סכנה פון אלטע קאוויד אינפעקציע, אפי' פון מילדע קעיסעס.

An average of one year after their recovery from the acute phase of the infection, the COVID-19 survivors had a 63% higher risk for heart attack, a 69% higher risk for problematic irregular heart rhythm, a 52% higher risk of stroke, a 72% higher risk of heart failure, and a nearly three times higher risk of a potentially fatal blood clot in the lungs compared with the other two groups, according to a report published on Monday in Nature Medicine. The elevated risks among former COVID-19 patients were evident in young and old, Blacks and whites, males and females, people with and without diabetes and with and without kidney disease, as well as smokers and nonsmokers[/b], said Ziyad Al-Aly of the VA St. Louis Health Care System and Washington University in St. Louis.

The risks were high even in people who had mild COVID-19 and did not need to be hospitalized for it, he noted in a Twitter thread. "It really spared no one," Al-Aly told Reuters.

https://www.reuters.com/lifestyle/scien ... 022-02-09/

מיר ברויכן ערענסט אנעמען אלס א ווארשיינליכקייט אז די אנגעבליכע לעצטיגע העכערונג פון היימישע טויט ראטע, אינג און אלט, זענען אנגייענדע נאכווייען פון צוויי יאר פון קאוויד אינפעקציעס!

אזוי ווי דער דאקטאר ווארענט מ'זאל זיין אויף די וואך: "People with COVID-19 should pay attention to their health and seek medical care if they experience symptoms like chest pain, chest pressure, palpitation, swelling in the legs, etc."
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

עובדיה האט געשריבן:לויט די נומערן איז ממש א פלא אז נאכדעם וואס רוב אמעריקע איז שוין וואקסינירט, ובפרט די עלטערע באפעלקרונג ווי 90 פערצענט זענען פולשטענדיג וואקסינירט, און דאך זעהט מען נישט קיין שום רעדוקציע אין די צאל טויטע טעגליך, אדרבה די לעצטע 7 חדשים (דאס הייסט פון july און ווייטער וואס רוב אמעריקא איז שוין געווען וואקסינירט) זענען געשטארבן בערך 300,000 מענטשן, וואס דאס איז מער ווי די חדשים פארדעם, אדער סיי ווען דורכאויס די פענדעמיק, איך פארשטיי אז ס'זענען געווען נייע וועריענטס אבער זענען די וועריענטס טאקע אזויפיהל מאל מער טויטלעך?

ס'איז דא צופיל נישט וואקסינירטע, ובפרט נישט געבוסטע אין אמעריקע. אין דעצעמבער ווען די אמיקראן וואריאנט איז ערשינען זענען בלויז 60% אמעריקאנער געווען גענצליך וואקסינירט.

און נישט נאר עלטערע שטארבן, הגם זיי שטארבן דיספארפארציאנאל צו זייער שעיר פון די פאפולאציע, זענען זיי בעצם א קליינע שעיר פון די פאפולאציע אוועראל. ממילא אפי' אויב אנדערע גרופעס שטארבן אלס א קלענערע פארציע פון זייער חלק, איז עס נאכאלס פיל אין ציפערן ווייל ס'איז דא פיל מער פון זיי.

ס'איז קלאר אז אומוואקסינירטע באשטייערן ס'רוב פון די טויט ראטע.

די אינטערנעט איז פיל מיט די דאטא צו ענטפערן דיין פראגע, אבער א שנעלע זוך האט מיר געברענגט צו עטליכע גראפן וואס קען אביסעל לינדערען די פלא:
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot 2022-02-10 142459.png
Screenshot 2022-02-10 141816.png
Screenshot 2022-02-10 140623.png
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עצי שטים האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:מייאקארדייטאס ביי מיינערס איז 8 מאל העכר פון קאוויד ווי פון וואקסינען.

אונז זענען פארקראכן צו א וואקסין ווס. קאוויד שמועס, אבער צום פותח האשכול'ס שאלה, איז מעגליך דא א תירוץ,
אסאך פון די וואס האבן דורגעלעבט קאוויד מיינען אז זיי זענען שוין געענדיגט, זיי זענען שוין מסודר, און זענען מער נישט אויפן מלאך המות ליסטע, אבער לויט ווי די ברענגסט איז עס ווייט נישט אזוי פשוט, און אפילו איינער וואס האט געהאט א לייכטע 'קאוויד' עקספיריענס, איז גאנץ מעגליך אז ער האט זייט ווירקונגען וואס ער ווייסט נישט דערפון, אריינגערעכנט 'בלוט קלאטס' (און בפרט איינער וואס האט געהאט קאוויד, און אויך גענומען די וואקסין, האט ער די ריזיקע פון די בלאד קלאטס סיי פון די קאוויד און סיי פון די וואקסין)
בקיצור, די עולם זאל זיין געווארנט, עדיין מרקד בינינו, עס איז נאכאלץ דא ריזיקעס

עצי שיטים: האסט פארגעסן מדגיש צו זיין אז ביי בלאד קלאטס איז פארהאן 2 ערליי. די ערשטע הייסט DVT. דאס מיינט "דיעפ וועין טהראמבאסיס", דאס קומט מיט פיין און געשווילעכץ (געוויינליך אין די פוס). דאס איז נישט קיין באלדיגע סכנה. די צווייטע הייסט PE. "פולמאנערי עמבאליזם", דאס מיינט א געשווילעכטץ/פארשטאפונג אין די לונגען. דאס איז זייער א גרויסע סכנה, ווייל ס'קען צו גיין צו די לונג און שטערן דאס אטעמען, אדער קען עס (ח"ו) אוועקשווימען צו דעם מח. דאמאלס באקומט דער מענטש א סטראוק, ל"ע. און די שטודיע רעדט פון די 2'טע מין...!
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

יואליש האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן:לויט די נומערן איז ממש א פלא אז נאכדעם וואס רוב אמעריקע איז שוין וואקסינירט, ובפרט די עלטערע באפעלקרונג ווי 90 פערצענט זענען פולשטענדיג וואקסינירט, און דאך זעהט מען נישט קיין שום רעדוקציע אין די צאל טויטע טעגליך, אדרבה די לעצטע 7 חדשים (דאס הייסט פון july און ווייטער וואס רוב אמעריקא איז שוין געווען וואקסינירט) זענען געשטארבן בערך 300,000 מענטשן, וואס דאס איז מער ווי די חדשים פארדעם, אדער סיי ווען דורכאויס די פענדעמיק, איך פארשטיי אז ס'זענען געווען נייע וועריענטס אבער זענען די וועריענטס טאקע אזויפיהל מאל מער טויטלעך?

ס'איז דא צופיל נישט וואקסינירטע, ובפרט נישט געבוסטע אין אמעריקע. אין דעצעמבער ווען די אמיקראן וואריאנט איז ערשינען זענען בלויז 60% אמעריקאנער געווען גענצליך וואקסינירט.

און נישט נאר עלטערע שטארבן, הגם זיי שטארבן דיספארפארציאנאל צו זייער שעיר פון די פאפולאציע, זענען זיי בעצם א קליינע שעיר פון די פאפולאציע אוועראל. ממילא אפי' אויב אנדערע גרופעס שטארבן אלס א קלענערע פארציע פון זייער חלק, איז עס נאכאלס פיל אין ציפערן ווייל ס'איז דא פיל מער פון זיי.

ס'איז קלאר אז אומוואקסינירטע באשטייערן ס'רוב פון די טויט ראטע.

די אינטערנעט איז פיל מיט די דאטא צו ענטפערן דיין פראגע, אבער א שנעלע זוך האט מיר געברענגט צו עטליכע גראפן וואס קען אביסעל לינדערען די פלא:

דו מאכסט נאך שווערער די קשיא, לויט דיין טשארט זענען 75 פערצענט פון אלע טויטע ביי עלטערע מענטשן פון +65, וואס פון זיי זענען בערך 90 וואקסינירט, וואלט מען דאך זיכער געדארפט זעהן א שטארקע רעדוקציע אין טויט פעלער.

אויף אייוועלט האט איינער צוגעצייכנט צו דעם לינק וואס ווייזט אנגעבליך אז ס'איז גאר דא א גרעסערע פראצענט טויטע ביי וואקסינירטע עכ"פ ביי די יעצטיגע אמיקראן כוואליע, אדרבה אויב איינער קען דאס פארענטפערען וואלט איך אפרישיעטעד: https://dailyexpose.uk/2022/02/06/canad ... vaccinated
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: האסט פארגעסן מדגיש צו זיין אז ביי בלאד קלאטס איז פארהאן 2 ערליי. די ערשטע הייסט DVT. דאס מיינט "דיעפ וועין טהראמבאסיס", דאס קומט מיט פיין און געשווילעכץ (געוויינליך אין די פוס). דאס איז נישט קיין באלדיגע סכנה. די צווייטע הייסט PE. "פולמאנערי עמבאליזם", דאס מיינט א געשווילעכטץ/פארשטאפונג אין די לונגען. דאס איז זייער א גרויסע סכנה, ווייל ס'קען צו גיין צו די לונג און שטערן דאס אטעמען, אדער קען עס (ח"ו) אוועקשווימען צו דעם מח. דאמאלס באקומט דער מענטש א סטראוק, ל"ע. און די שטודיע רעדט פון די 2'טע מין...!

כ'האב עס נישט געשריבן ווייל כ'האב עס נישט געוויסט, איך בין נישט קיין עקספערט,
אדרבה שכח פארן אויסקלארן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יואליש האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:

עצי שיטים, כ'בין נישט זיכער אז די וואקסין פלאס קאוויד ארגומענט איז אויסגעהאלטן סייענטיפיש. ס'שיינט מיר אלס א פשט'ל פון לאגיק. אדרבה, ברענג דאטא.

גערעכט עס איז געווען א לאגישן חשבון נישט געבעיסט אויף דעטא, פשוט, 2+8=10, פארוואס איז דאס נישט אויסגעהאלטן סייענטיפיש?

אזוי ווי דער דאקטאר ווארענט מ'זאל זיין אויף די וואך: "People with COVID-19 should pay attention to their health and seek medical care if they experience symptohest pain, chest pressure, palpitation, swelling in the legs, etc."

נישט נאר people with covid, נאר אפילו די וואס האבן עס שוין געהאט לאנג צירוק
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

יואליש האט געשריבן:קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.

בילד

דא ווערט צוטיילט די צאל קאוויד טויט פעלער לויט די יארגאנג פון די באפעלקערונג, און ס'קומט אויס אז 75 פראצענט פון די טויטע זענען געווען ביי +65.

די קשיא איז געווען פארוואס מ'זעהט נישט אז די טעגליכע טויט צאל זאל שטארק אראפגיין, נאכדעם וואס רוב פון די באפעלקרונג און רובא דרובא פון די עלטערע באפעלקרונג וואס ליידן די מערסטע זענען שוין וואקסינירט, וואס דאס ברענגט אראפ די טשאנסן פון שטארבן מיט 13 מאל לויט די נומערן וואס [tag]העניך[/tag] האט דא געברענגט.
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

העניך האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן:אויף אייוועלט האט איינער צוגעצייכנט צו דעם לינק וואס ווייזט אנגעבליך אז ס'איז גאר דא א גרעסערע פראצענט טויטע ביי וואקסינירטע עכ"פ ביי די יעצטיגע אמיקראן כוואליע, אדרבה אויב איינער קען דאס פארענטפערען וואלט איך אפרישיעטעד: https://dailyexpose.uk/2022/02/06/canad ... vaccinated

פארוואס דארף מען דאס "פארענטפערן"? ווער איז Daily Expose? האסט שוין אמאל געהערט פון דעם וועבסייט פאר דו האסט מטריח געווען מענטשן צו קוקן אויף דעם לינק און זיך רעכנען דערמיט? ברענגען אזעלכע לינקס פארדרייט סתם א קאפ, און איז פשוט א זלזול אין די מיטשמועסערס.

ליתר שאת האב איך אריינגעלייגט די ווערטער Daily Expose אין גוגל, און תיכף האב איך געזען אז פילע וועבסייטס רעדן וועגן זייערע פאלשע קלעימם.

קען זיין ביסט גערעכט, איך האב פשוט געקוקט וואס זיי שרייבן און ס'האט מיר אויסגעזעהן ווי זיי רעדן צום זאך, אדרבה אויב קענסטו מיר צוצייכענען ווי מרעדט פון די ספעציפישער קלעים, ווען איך האב פרובירט גוגלען האב איך נאר געטראפן רעדן וועגען אנדערע קלעימס פון די וועבסייט.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס איז פשט אין קעפל פין אשכול, וואס הרג'ט "אונזער צבור" וכו'.

וואס איז מיט נישט "אונזער צבור" דהיינו פלעטבוש אידן, צו פייוו טאונס, אדער בכללות מאדערן ארטאדאקס, זיי ווערען נישט גע'הרג'ט לעצטענס?

כלומר, דער פותח האשכול האט זיכער באזירט זיין שאלה אויף א הנחה, פין ווי נעמט ער דער הנחה?

און דער הנחה אז מען שטארבט ביי אונז לעצטנס מער, אויב איז עס קאנצעטרירט אויף איין סיבה, וואס מוז בכלל נישט זיין, מהיכי תיתי אז עס איז געבינדן צו איין סיבה?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס'ווענדט זיך וויאזוי מען ליינט די דיבור המתחיל פון די אשכול.

איך האב יא פארשטאנען אז מ'מיינט אנשי פלעטבוש והגלילות.

באלד וועט איינער נאך זאגען אז אינזער ציבור מיינט דוקא מתפללי ראדני, אפילו נייטרא איז שוין נישט אינזער ציבור.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

עובדיה האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.

בילד

דא ווערט צוטיילט די צאל קאוויד טויט פעלער לויט די יארגאנג פון די באפעלקערונג, און ס'קומט אויס אז 75 פראצענט פון די טויטע זענען געווען ביי +65.

די קשיא איז געווען פארוואס מ'זעהט נישט אז די טעגליכע טויט צאל זאל שטארק אראפגיין, נאכדעם וואס רוב פון די באפעלקרונג און רובא דרובא פון די עלטערע באפעלקרונג וואס ליידן די מערסטע זענען שוין וואקסינירט, וואס דאס ברענגט אראפ די טשאנסן פון שטארבן מיט 13 מאל לויט די נומערן וואס [tag]העניך[/tag] האט דא געברענגט.

ביסט גערעכט איבער די טשארט. אבער ס'איז cumulative. ס'צייגט נישט פון ווען די טויט ראטע איז. א בעסערע פראגע וואלט אויב מ' קען זעהן א ברעקדאון פון לעצטענס. אפי' דאן איז נישט אזוי גרויסע קשיא. אויב לאמיר זאגן אז אלע דריי הונדערט טויזענט טויטע אין לעצטע חדשים זענען פון העכער ניינציג, כל זמן ס' איז פארהאן 300k אומוואקסינירטע אין די עידזש גרופע, אפי' דאס איז די לעצטע עטליכע פראצענט, איז נישט קיין קשיא. כ'גיב אן עקסטרעמע משל צו מאכן די פאונט.

לגבי די לינק וואס דו פאוסט מיט א סטאטיסטיק פון קאנאדא. קודם העניך איז גערעכט. ס'איז א וועבסייט וואס פארשפרייט שקרים. כ'זעה אז זיי באקלאגן זיך אז "ביג טעק" ווי פעיפאל לאזט נישט דורך זייער טראנזאקציעס.

כ'גיי נישט שפענדן צייט אויף איינער וואס איז בחזקת שקרן. אבער אלס חומר למחשבה איז כדי צו האלטן אין קאפ אז ווען א לאנד גרייכט גאר הויכע ציפערן מיט וואקסינאציע איז צום ערווארטן אז די נומבער פון טויטע זאל זיין מער צווישן די וואקסינירטע. און שקרנים נוצן דאס אויס פאר זייער פראפאגאנדע. מ'האט דאס געזעהן אין ישראל לעצטע יאר און שפעטער אין ענגלאנד. און דאס איז פשוט נומבערס. מיר ווייסן אז וואקסינען קענען נישט גאראטירן הונדערט פראצענט לעבן. איז משל דיך אויס אן עקסטרעמע משל. הונדערט פראצענט בירגער זענען וואקסינירטע, וויפיל פראצענט טויטע וועלן זיין פון די וואקסינירטע לאגער? 100%. וויפיל פראצענט טויטע פון די אומוואקסינירטע לאגער? 0%. איז עס שאכמאט פייזער? זיכער נישט.

יעצט משל דיך אויס אז איין פראווינץ אין קאנאדא איז 100 פראצענט וואקסינירטע. אלע אנדערע פראווינצן זענען 0% וואקסינירט. יעצט אין די ערשטע וואך פון נאוועמבער, אמיקראן רוקט זיך אן אין די וואקסינירטע פראווינץ און א וואך שפעטער אין די אומוואקסינירטע פראווינץ. וואס וועט זיין די סטאטיסטיק פאר די ערשטע וואך פון נאוועמבער?

אזוי קען מען זיך ארומשפילן. ממילא איז עס א fool's errand זיך מפלפל צו זיין איבער א סטאטיסטיק אויסגעדריקט דורך א מוחזק שקרן.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

און לאידך גיסא, אויב אונזער עולם איז גאר ווייניג נישט וואקסינירט וועלען די טויטע זיין פין נישט וואקסינירטע, איז דאך פשט אז מען קען קיינמאל קיין ראי' נישט ברענגען נאר אויב איז עס פיפציג פראצענט לכאן ולכאן.

פארשפארט