אונזערע מצוות-מעכב די גאולה?

מחשבה, השקפה ועיון
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

אונזערע מצוות-מעכב די גאולה?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אונז שטייען שוין אין 2022 למספרם, איבער 19 הונדערט יאר זינט די צווייטע חורבן הבית, אין א צייט ווען די אלגעמיינע וועלט איז באגראבן 15 מעלות אונטער די גדר האנושי, אין א גאס ווי, וואס א גרעסערע מנוול מ'איז, אלץ א גרעסערע העלד איז מען, אין א פלאץ ווי א בהמה איז מער אויבענאן, ווי דער מבחר הבריאות דער מענטש, אין א ציוויליזאציע ווי מ'דארף זיך שלאגן ציין און נעגל טאג איין טאג אויס, אז מ'זאל נישט לערנען מיט פיר יעריגע קינדער דאס ארגסטע, ווי טרענס דזשענדעריזם און משכב זכר.

אין אזא עולם השפל האט אונז אונזער טאטע אראפגעשיקט און אונז געהייסן מקיים זיין זיינע 613 געבאטן מיט אלע הלכות וואס אונזערע פירער'ס במשך הדורות ,חז''ל, האבן אונז צוגעלייגט, און דער אייבערשטער האט צוגעזאגט, און אונזערע רבי'ס בפרט זייט די בעל שם הקדוש האבן עס פון פריש מסביר געווען, ווי א שטארקע נחת רוח אבא שבשמים האט ווען מיר פארפילען וואס ער האט אונז באפוילן, איז לאמיר זיך א מינוט אראפשטעלן און זיך מצייר זיין וויאזוי עס קוקט אויס אינעם העכסטן היכל ווען מיר טוען די מעשים טובים.

ווען ר' יענקל גייט אהיים פון זיין ארבייט אין מאנהעטן יעדן טאג, מוז ער אריבער גיין א גאר שמוציג בילד פון איינע פון די געשעפטן, וויסענדיג אז מ'ברויך זיך היטן די אויגן האט ער זיך גענומען אויף זיך, זיך עקסטער צו מזרז זיין און אויף יעני בילד וועט ער בשום אופן נישט קוקן, קען מען דען פארשטיין און משיג זיין די שמחה און פרייד וואס הערשט דארט אויבן אין הימל יעדן טאג נאך וואס ר' יענקל איז עומד בנסיון, א גאנצן טאג זיצט כביכול און ווארט אויף דער מינוט א האלב וואס ר' יענקל דארף זיך איינהאלטן, און ווען די וויילע גייט אריבער מיט א זיג, די גאנצע פמליא של מעלה גייט ארויס און פרייליכע געטענץ אויף דעם וואס ער האט מנצח געווען דעם יצר הרע.

בערל, א כולל יונגערמאן, מוטשעט זיך א יעדן אינדערפרי מיט אויפשטיין צו סוף זמן קרי''ש, עטליכע מאל א וואך געלונגט עס אים, און ער שטייט אויף און צייט, די ריקודים וואס ברעכן אויס אין הימל און די געשמאקע פילינג וואס דער בורא עולם באקומט דעמאלט איז נישט מעגליך צו פארשרייבן, די באקאנטע ניגון 'ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה' די געדאנק קומט פון די הייליגע אור שבעת הימים, וואס האט אונז מגלה געווען ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך ווען דער קאנסטרוקציע ארבייטער לויפט אריין אין שול, מיט די שמוציגע העמד און הויזן, מיט די ווייס פארשטויבטע שטיוול שיך, און כאפט א מנחה, די שמחה דארט למעלה איז אין לשער.

די קורת רוח די פרייד, איז נישט געווען צו באקומען בזמן שבית המקדש היה קיים, יעדער איז געווען גוט יעדער איז געווען וואויל, עם ישראל האט געדינט דעם אייבערשטער מיט א ריינקייט, מיט השגות וואס אונז קענען ניטאמאל טראכטן פון פארשטיין, איז פארוואס זאל דער בורא עולם צירוק אויפבויען זיין היכל, און צירוק אנטפלעקן זיין גרויסקייט פאר די גאנצע וועלט, און דערמיט אוועקנעמען פון די מענטשהייט די תאווה פון טון שלעכטס, און דורכדעם זיך אליינס צירוקהאלטן פון באקומען די גוטע געפיל ווען אונז מענטשן זענען זיך מתגבר?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מען זאגט נאך פון צדיקים,
אז די עשה טוב פון אמאל, איז טאקע געווען אויף סאך א גרעסערע מדריגה ווי אונזער עשה טוב
אבער אונזער סור מרע, דאס איז שוין סאך העכער ווי די אמאליגע סור מרע
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אונזערע מצוות-מעכב די גאולה?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אלס אויף די הנחה אז בזמן שבית המקדש היה קיים איז אלס געווען עשה טוב...
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אלס אויף די הנחה אז בזמן שבית המקדש היה קיים איז אלס געווען עשה טוב...

ס'אלטץ געווען זינדיגע, פארוואס איז דא א קרבן חטאת, אבער די וועלט איז נישט געווען אזוי נידריג ווי היינט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

סאיז זיכער אז היינט פיטערט מען דעם עולם שמוץ אין מויל אריין. אשרינו שזכינו פאר איעדן ברעקל התגברות.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווילל נישט (ח"ו) זיין א מקטרג. אבער לאמיר נאר געבן א קוק וויאזוי זעהט אויס אונזער אידישקייט. דער עולם האט (ב"ה) איינגעהאנדלט כשר'ע, פליפ פאונס. ווען מ'גייט אדורך די היימישע געגנטן זעהט מען מענטשן גייען די גאנצע צייט מיט די (כשר'ע) פאונס ביי די אויערן. און אויף די באסעס. נאכדערצו הויעך. בקול רם. אז די גאנצע גאס מוז הערן און מיטהאלטן דעם שמועס. דאס איז נישט צניעות. דאס איז דאך דער היפוך פון צניעות. און אזוי מיט אנדערע מצוות עשה ולא תעשה. מ'האט עס אויסגעליידיגט פון א יעדן תוכן. און מ'טוט (ליידער) די פארקערטע וואס די כונה איז...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אונזערע מצוות-מעכב די גאולה?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:אלס אויף די הנחה אז בזמן שבית המקדש היה קיים איז אלס געווען עשה טוב...

ס'אלטץ געווען זינדיגע, פארוואס איז דא א קרבן חטאת, אבער די וועלט איז נישט געווען אזוי נידריג ווי היינט.
איר האט אמאל געלערנט נ"ך?
הייב אן בלויז מיט ספר יהושע, אונז עמער רעדן נאכדעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: און ווער רעדט נאך פון ספר מלכים. די מעשה פון אמנון ותמר, איז נאר א קליינע סייד שאו. און די אנדערע בני ובנות מלכים. און אין די שפעטערע דורות, וואס די גמרא ברענגט אויפ'ן פסוק..."תעכסנה"...! שוין. דערפאר (מסתמא) לערנט מען נישט קיין נ"ך ביי אונזערע ישיבות .. ווייל מ'פארלאנגט פון אונז צו זיין פרום און הייליג. ווען די קנדער וועללן לערנען נאר א פאר פון די קפיטלעך וועט זיך זיי (ח"ו) עפענען די אויגן. נאר די פראבלעם איז אז אויך אין די שפעטער'דיגע דורות האבן אונזערע היימישע אידעלעך אנגעשטעלט שרעקליכע זאכן לויט אונזער הייליגע סטענדערדס פון די היינטיגע צייטן. נאך טויזנט מאל ערגער ווי אינטערנעט און די אנדערע טמא'נע כלים אויף וואס די רבנים (ווען זיי האבן שוין געענדיגט די ריעל עסטעיט דיעלס. און ס'איז נאך געבליבן ליידיגע צייט) זענען מרעיש עולמות א יעדן שני וחמישי...!
פארשפארט