ישי ריבו!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

ישי ריבו!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

ישי ריבו!

די נאמען איז לעצטענס געווארן זייער באקאנט ביים היימישן עולם און מיין קשר מיט אים גייט שוין צוריק א שיינע פאר יאר און ער פארדינט זיכער אן אשכול זייענדיג פון די פאפולערסטע חרדישע מוזיקאנטן איז לאמיר מאכן א שטיקל אשכול איבער זיין אינטערסאנטע לעבנסגעשיכטע.

ישי ריבו איז געבוירן אין 1989 ביי א רעליגיעזע פאמיליע אין מארסיי פראנקרייך, ביי די אכט יאר האט זיין פאמיליע געמאכט עלייה און ארויף קיין א"י און זיך באזעצט אינעם פראגרעסיווען געמישטע שטעטל 'כפר אדומים', נאך עטליכע יאר זענען זיינע עלטערן געווארן פרומער און מער חרדיש און זיך אוועקגעצויגן צום חרדישן יישוב 'תל ציון', און ישי האט מען געשיקט אין חרדישע ישיבות, ער האט קיינמאל געלערנט מוזיק פראפעסיאנאל אבער ער האט שוין אנגעהויבן שרייבן ניגונים אלס קינד און ביי די אכצן זיך דערלערנט שפילן אויפן גיטאר און צוזאמען מיט אפאר חברים געמאכט א שטיקל בענד.

נאכן זיך נישט גוט אריינפאסן אינעם מסגרת הישיבה האט ער ביי די 21 מחליט געווען אריינצוגיין אין מיליטער אין נצח יהודה (נחל חרדי).

אין 2012 נאך דינענדיג אין מיליטער האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטן ניגון "תוכו רצוף אהבה" וואס האט נישט ספעציעל אויסגענומען דעמאלטס, אבער נישט לאנג דערויף האט דער גאר באקאנטן מוזיקאנט "עידן רייכל" געהערט דעם ניגון, און אים גערופן זינגען אויף זיין "הפרויקט של רייכל" און פון דארט האבן זיך זאכן גענומען פארן, און צום סוף פון זיין דינסט איז ער שוין אריבער צום "להקת הרבנות הצבאית" וואס איז די רעליגיעזע להקה אין צה"ל.

נאכן באפרייט ווערן פון מיליטער האט ער חתונה געהאט און זיך אנגעהויבן דרייען אין "מדרשת זיו" אזא כמו כולל פאר בעלי תשובה ווי ער לערנט נאך ביז היינט.

אין 2014 האט ער מיט זיין אפגעשפארט דרשה געשאנק געלט ארויסגעגעבן זיין ערשטע אלבום "תוכו רצוף אהבה", וואס פארמאגן די ניגונים "הנסיון הזה" און "קול דודי" זיין געמבל האט זיך אויסגעצאלט ווען ס'איז היפש שנעל געווארן אויפגעכאפט בעיקר אינעם מזרח'יסטישן גאס און באקומען די סטאטוס פון "אלבום זהב" (ד.ה. פארקויפט 15 טויזענט קאפיעס) און גלייך דערויף האט ער אנגעהויבן מאכן קאנצערטן בעיקר פארן דת"ל ציבור.

אין 2016 האט ער ארויסגעגבן זיין צווייטע אלבום "פחד גבהים" ("מציל אותי כל יום", "אור החיים") וואס איז אויך געווארן א "אלבום זהב".

אינעם זעלבן יאר האט זיך אנגעהויבן זיין הצלחה אינעם פרייען גאס ווען דער לעגענדארן 'שלמה ארצי' האט אים גענומען פאר א דואט אויף זיין ניגון "והאמת" (ישי ריבו פארציילט אז ווען מ'האט אים גערופען זאגן אז שלמה ארצי וויל מאכן מיט אים א דואט האט ער אראפגעהאקט דעם פאון זייענדיג זיכער אז איינער מאכט חוזק פון אים..)

אין 2018 האט ער ארויסגעגעבן זיין דריטע אלבום "שטח אפור" וואס דאס האט געהאט אסאך א גרעסערע הצלחה ווי די פריערדיגע שוין זייענדיג א גאר באקאנטע נאמען אפילו אינעם אלגעמיינעם איזראעלי גאס און די אלבום איז געווארן אן "אלבום פלטינה" (ד.ה. פארקויפט 30 טויזענט הארטע קאפיעס, א זאך וואס נישט קיין סאך אלבום'ס זענען זוכה אין די לעצטערע יארן), און די ניגונים "לשוב הביתה" (וואס האט איבער 40 מיליאן וויאוס) און דעם הערליכן "אחת ולתמיד" זענען אנגעקומען גאר הויך אויפן מצעד השירים פון גלגלצ.

אזוי אויך איז אין די תקופה ארויסגעקומען זיינע לייוו דואטען פון זיינע קאנסערטס "לבחור נכון" מיט אמיר דדון (וואס האט גאר שטארק צוגעגעבן צום פאפולערקייט פון דעם הערליכן ניגון), "ניצחת איתי הכל" מיט עמיר בניון און אמיר דדון, און "אל תעזבי ידיים" מיט עקיבא תורג'מן (א געוואלדיגע ניגון - דברי המעתיק).

אין סוף 2019 האט ער ארויגעגעבן זיין פערטן אלבום "אלול תשע"ט" וואס איז א געמיש פון אלטע און נייע ניגונים בעיקר אויף ימים נוראים.

אויך האט ער ארויסגעגעבן אסאך גאר פאפולערע סינגעלס וואס האבן באקומען צענדליגע מיליאנען וויאוס אויף יוטיוב און אנדערע פלאטפארמעס א שטייגער ווי דער גאר בארימטען "הלב שלי", (וואס נישט פארהאן קיין יונגל מדן ועד באר שבע וואס קען נישט דעם ליד..) "נחכה לך" מיט נתן גושן, "כתר מלוכה" איבערן קאוויד תקופה, און לעצטענס "סיבת הסיבות".

מיט זיין גאר איידעלען כאראקטער, פראנצויזישע העפליכקייט און היפש ליבעראלן וועלטס אויסקוק, איז ער מצליח צו גיין צווישן די טראפן און כאטש ס'רוב פון זיינע ניגונים זענען רעליגיעזע טעקסט, איז ער גאר באליבט אפילו ביי די פרייע מאסן און ס'ברענגט א שמייכל צו הערן פרייע איזראעיליס זיך אינטערזינגען זיינע ניגונים.. און ער איז לכאורה דער פאפולערסטער פולקאם-חרדישע מוזיקאנט וואס זיינע קאנצערטן ציען די פרייע און די רעליגיעזע מאסן צוגלייך.

און טאקע נאך זיין גרויס הצלחה האט ער שוין געמאכט ריזיגע קאנצערטן אין קיסריה, היכל התרבות, זאפה, בריכת הסולטן ועוד (זיך ארויפדראפענדיג צום קליין הייפעלע ישראלישע ארטיסטן וואס מאכן אזויפיל קאנצערטן) און אויך פארט ער כסדר ארום אין די גרויסע אידישע צענטערן איבער די וועלט מאכן קאנצערטן, ווי אויך מאכט ער אפאר מאל א יאר קאנצערטן עקסטער פאר מענער און עקסטער פרויען פארן חרדי'שן עולם וואס גייט נישט צו געמישטע קאנצערטן (און דאס זענען טאקע די איינציגסטע קאנצערטן וואס זיינע עלטערן קומען..)

אינעם חסידישן וועלט איז ער געווארן בעיקר באקאנט נאך זיין דואט מיט מוטי שטיינמעץ אויפן באקאנטן "נפשי", און דערנאך ווען "הלב שלי" האט זוכה געווען צו עטליכע היימישע קאווערס.

מיט די צייט האט ער זיך מער און מער ארויסגעצויגן פונעם חרדי'שן ישיבישן מיינסטרים און געווארן מער דאס וואס מ'רופט "דתי לייט" און כאטש וואס ער גייט א שווארץ קאפל געהערט ער מער אינעם מאדערנעם מזרחיסטישן וועלט.

זיין שרייבן סטיל איז זייער תוכנ'דיג און ארגינעל מיט א געוואלד געניאלע 'ווערטער שפילן' (משחקי מילים) און יעדעס ניגון קען מען אפלערנען בעיון רב.., ווי אויך ציטירט ער גאר אסאך פסוקים און דברי חז"ל אין זיינע ניגונים, און כאטש לדעתי האט עס מער תיחכום ווי רגש איז אינטערסאנט כמעט יעדעס ליד זיינער.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

תוהו ובוהו האט געשריבן:אזוי אויך איז אין די תקופה ארויסגעקומען זיינע לייוו דואטען פון זיינע קאנסערטס "לבחור נכון" מיט אמיר דדון (וואס האט גאר שטארק צוגעגעבן צום פאפולערקייט פון דעם הערליכן ניגון), "ניצחת איתי הכל" מיט עמיר בניון און אמיר דדון, און "אל תעזבי ידיים" מיט עקיבא תורג'מן (א געוואלדיגע ניגון - דברי המעתיק)

איך האב שוין איבערגעקוקט די דאזיגע קליפס צענדליגע מאל, און איך ווער נישט זאט, ס'איז עפעס מורה'דיג, (ניצחת איתי איז משהו מיוחד)
ישי זינג ארויס פונעם הארץ,
בפרט האט ישי א מנהג אז ער לאזט די עולם זינגען צום סוף (מ'קען זען אז ס'נישט אייביג געפלאנט פון פריער) א זאך וואס הערט זיך זייער שיין
שכח @תוהו
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

זייער שיין באשריבן, יעצט מיינעך דארף מען באשרייבן חנן בן ארי, דער מחבר פון די לעצטע פאפאלארע ניגן אמן אמן אמן על הילדים שלי, איך ווער צידרייט וויאזוי ער זינגט מיט אזא מין פאער און ענערדזשי.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

סמבטיון האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, יעצט מיינעך דארף מען באשרייבן חנן בן ארי, דער מחבר פון די לעצטע פאפאלארע ניגן אמן אמן אמן על הילדים שלי, איך ווער צידרייט וויאזוי ער זינגט מיט אזא מין פאער און ענערדזשי.


פארגעס נישט פון 'חולם כמו יוסף'. גאר א שטארקע ניגון.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

הערליכע פּאציפיסטישע ניגון אין ליכט פון די מלחמה אין אוקראינע.

https://www.youtube.com/watch?v=K2k3JEpg6K4
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

הוגה האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, יעצט מיינעך דארף מען באשרייבן חנן בן ארי, דער מחבר פון די לעצטע פאפאלארע ניגן אמן אמן אמן על הילדים שלי, איך ווער צידרייט וויאזוי ער זינגט מיט אזא מין פאער און ענערדזשי.


פארגעס נישט פון 'חולם כמו יוסף'. גאר א שטארקע ניגון.

פארגעס נישט פון 'שבורי לב' 'אמא אם הייתי' 'תותים' ועוד ועוד
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

ישי מיט א פרישע סעריע קאנצערטן איבערן גלאבוס

1.PNG
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט