וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
- האט שוין געלייקט: 157 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל
יואליש האט געשריבן:עובדיה האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.
דא ווערט צוטיילט די צאל קאוויד טויט פעלער לויט די יארגאנג פון די באפעלקערונג, און ס'קומט אויס אז 75 פראצענט פון די טויטע זענען געווען ביי +65.
די קשיא איז געווען פארוואס מ'זעהט נישט אז די טעגליכע טויט צאל זאל שטארק אראפגיין, נאכדעם וואס רוב פון די באפעלקרונג און רובא דרובא פון די עלטערע באפעלקרונג וואס ליידן די מערסטע זענען שוין וואקסינירט, וואס דאס ברענגט אראפ די טשאנסן פון שטארבן מיט 13 מאל לויט די נומערן וואס [tag]העניך[/tag] האט דא געברענגט.
ביסט גערעכט איבער די טשארט. אבער ס'איז cumulative. ס'צייגט נישט פון ווען די טויט ראטע איז. א בעסערע פראגע וואלט אויב מ' קען זעהן א ברעקדאון פון לעצטענס.
איך וואלט געזאגט פארקערט, ווייל אז די קוקסט אויף יעצט קען זיין אז זיי מאכן נישט אויס אזא גרויסע פראצענט פון די טויטע, פשוט ווייל למעשה זענען אסאך א גרעסערע חלק פון זיי וואקסינירט, אבער אז די האסט די ארגינעלע נומבער וויפיהל זיי מאכן אויס אהן די וואקסינען קענסטו זעהן וויפיהל די וואקסינען טוען אויף.
יואליש האט געשריבן:אפי' דאן איז נישט אזוי גרויסע קשיא. אויב לאמיר זאגן אז אלע דריי הונדערט טויזענט טויטע אין לעצטע חדשים זענען פון העכער ניינציג, כל זמן ס' איז פארהאן 300k אומוואקסינירטע אין די עידזש גרופע, אפי' דאס איז די לעצטע עטליכע פראצענט, איז נישט קיין קשיא. כ'גיב אן עקסטרעמע משל צו מאכן די פאונט.
די קשיא איז גאר שטארק, אויב אין די חדשים פארדעם זענען אויך געווען דריי הונדערט טויזענט טויטע פון א באפעלקערונג וואס איז בכלל נישט געווען וואקסינירט, פארוואס איז ווייטער דא די זעלבע צאל טויטע פון אסאך א קלענערע צאל אומוואקסינירטע.
יואליש האט געשריבן:לגבי די לינק וואס דו פאוסט מיט א סטאטיסטיק פון קאנאדא. קודם העניך איז גערעכט. ס'איז א וועבסייט וואס פארשפרייט שקרים. כ'זעה אז זיי באקלאגן זיך אז "ביג טעק" ווי פעיפאל לאזט נישט דורך זייער טראנזאקציעס.
כ'גיי נישט שפענדן צייט אויף איינער וואס איז בחזקת שקרן. אבער אלס חומר למחשבה איז כדי צו האלטן אין קאפ אז ווען א לאנד גרייכט גאר הויכע ציפערן מיט וואקסינאציע איז צום ערווארטן אז די נומבער פון טויטע זאל זיין מער צווישן די וואקסינירטע. און שקרנים נוצן דאס אויס פאר זייער פראפאגאנדע. מ'האט דאס געזעהן אין ישראל לעצטע יאר און שפעטער אין ענגלאנד. און דאס איז פשוט נומבערס. מיר ווייסן אז וואקסינען קענען נישט גאראטירן הונדערט פראצענט לעבן. איז משל דיך אויס אן עקסטרעמע משל. הונדערט פראצענט בירגער זענען וואקסינירטע, וויפיל פראצענט טויטע וועלן זיין פון די וואקסינירטע לאגער? 100%. וויפיל פראצענט טויטע פון די אומוואקסינירטע לאגער? 0%. איז עס שאכמאט פייזער? זיכער נישט.
יעצט משל דיך אויס אז איין פראווינץ אין קאנאדא איז 100 פראצענט וואקסינירטע. אלע אנדערע פראווינצן זענען 0% וואקסינירט. יעצט אין די ערשטע וואך פון נאוועמבער, אמיקראן רוקט זיך אן אין די וואקסינירטע פראווינץ און א וואך שפעטער אין די אומוואקסינירטע פראווינץ. וואס וועט זיין די סטאטיסטיק פאר די ערשטע וואך פון נאוועמבער?
אזוי קען מען זיך ארומשפילן. ממילא איז עס א fool's errand זיך מפלפל צו זיין איבער א סטאטיסטיק אויסגעדריקט דורך א מוחזק שקרן.
נאכאמאל איך ווייס טאקע נישט ווי קראנט זיי זענען, אבער זיי ברענגען טשארטס וואס ווייזן אז א ס'שטארבן א גרעסערע פראצענט פון די וואקסינירטע ווי פון די אומוואקסינירטע, דאס הייסט אז די וואקסינירטע מאכן אויס 70 פערצענט פון די טויטע, אינדערצייט וואס נאר 60 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען וואקסינירט. יעצט צו זאגן אז אמיקראן איז פונקט אנגעפאלן אויף א געגענט וואס האט אסאך א גרעסערע פראצענט וואקסינירטע איז נישט מסתבר, און איך גלייב נישט אז ס'איז בכלל דא געגענטער וואס האבן צופיהל מער ווי 60 פראצענט וואקסינירטע.
וואס ס'קען זיין איז אז וויבאלד ביי די עלטערע זענען דא אסאך מער וואקסינירטע און זיי זענען סתם אזוי א גרעסערע ריסק ממילא זענען דא ביי זיי מער טויטע, אבער דאס וועט פארשטייט זיך נישט שטימען מיט די אנגענימענע מיינונג אז די וואקסינין זענען אזוי שטארק אפעקטיוו.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
אויף דיין צווייטע קשיא, וועלכע באציט זיך צו די תמיה ווי קען זיין אז 300k שטארבן, לו יצוייר אז דאס קומט פון די עלטערע קאהארט מיט א קליינע פראצענט אומוואקסינירט, אויבנאויף וואלט איך געפרעגט איז נישט די פאקט אז מ'רעדט פון א פרישע וואריענט מ'קען נישט מדמה זיין עפלעך צו עפלעך. דאס איז כו"ע מודה אז ס'איז פיל מער קאנטעזשיעס און אז די אריגענעל וואקסין דעזאנט פאר אלפא איז פיל ווייניגער עפאקטיוו קעגן אינפאקציע פון אמיקראן. מיר רעדן פון צוויי באזונדערע עפאכעס.
(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.
(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
צוריק צום שמעוס פון וואס הרג'עט אונזער ציבור. די נייע ריזן שטודיע וואס איז נעכטן ארויסגעקומען, אן אנאליז אויף 11 מיליאן וועטעראנען הילעכט נאך אפ און מאכט עס כמעט אומעגליך צו אוועקמאכן די קלעים אז מענטשן אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי שטארבן נאך יעצט אלעס א רעזולטאט פון זייער קאוויד אינפעקציע פון א יאר אדער צוויי יאר צוריק:
The results are “stunning … worse than I expected, for sure,” says Eric Topol, a cardiologist at Scripps Research. “All of these are very serious disorders. … If anybody ever thought that COVID was like the flu this should be one of the most powerful data sets to point out it’s not.” He adds that the new study “may be the most impressive Long Covid paper we have seen to date.”
https://www.science.org/content/article ... r-recovery
The results are “stunning … worse than I expected, for sure,” says Eric Topol, a cardiologist at Scripps Research. “All of these are very serious disorders. … If anybody ever thought that COVID was like the flu this should be one of the most powerful data sets to point out it’s not.” He adds that the new study “may be the most impressive Long Covid paper we have seen to date.”
https://www.science.org/content/article ... r-recovery
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
- האט שוין געלייקט: 157 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל
יואליש האט געשריבן:אויף דיין צווייטע קשיא, וועלכע באציט זיך צו די תמיה ווי קען זיין אז 300k שטארבן, לו יצוייר אז דאס קומט פון די עלטערע קאהארט מיט א קליינע פראצענט אומוואקסינירט, אויבנאויף וואלט איך געפרעגט איז נישט די פאקט אז מ'רעדט פון א פרישע וואריענט מ'קען נישט מדמה זיין עפלעך צו עפלעך. דאס איז כו"ע מודה אז ס'איז פיל מער קאנטעזשיעס און אז די אריגענעל וואקסין דעזאנט פאר אלפא איז פיל ווייניגער עפאקטיוו קעגן אינפאקציע פון אמיקראן. מיר רעדן פון צוויי באזונדערע עפאכעס.
(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.
איך האב שוין געשריבן וועגן דעם דא, לאמיך עס מער מסביר זיין, אז מ'נעמט די עלטערע באפעלקרונג וואס האט אויסגעמאכט 75 פראצענט פון די טויטע, און יעצט זענען 90 פראצענט פון זיי וואקסינירט, מיינט דאס אז בערך 67.5 פראצענט פון וויפיהל טויטע ס'וואלט ווען געדארפט זיין זענען יעצט וואקסינירט, און אויב די וואקסין ארבעט טאקע אויף אזא שטארקען פארנעם וואלט דאס געדארפט פארמינערן די טעגליכע טויט צאל מיט כאטש 50 פראצענט, (און נאכמער ווייל א גרויס חלק פון די אינגערע עולם וואס האבן אויסגעמאכט די איבריגע 25 פראצענט זענען אויך וואקסינירט). ביזדערווייל איז עס ממש בכלל נישט געפאלן, לויט דעם קומט אויס אז די נייע וועריענטס זענען כאטש 2 מאל אזוי שעדליך ווי די ארגעניעלע וויירוס, וואס דאס קען זיין אבער איז אודאי א גרויסע חידוש אז פונקט נאכן ענדיגן וואקסינירן רוב באפעלקרונג האט זיך דער ווירוס פארשטארקעט אויף אזא פארנעם אז מ'זאל בכלל נישט דערקענען א חילוק אז רוב עולם איז שוין וואקסינירט, נאכאמאל ס'קען זיין ס'איז טאקע אזוי אבער ס'איז נאכאלס אינטערסאנט עס ארויסצוברענגען.
(נ.ב. דאס וואס איך פרעג האט גארנישט מיטן מפוקפק'דיגן לינק פון די דאטע פון קאנאדע וואס איך געברענגט אויבן, דאס אלעס איז פון דאטע וואס יעדער האט).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?
ביי דעם פאל פעלט נישט אויס קיין קריטיקעל טינקינג, עס איז א פשוט'ע ליגנט, די עכטע וואקסינעישאן ראטע אין קאנאדע איז איבער אכציג פראצענט, און ביי עלטערע מענטשן איז עס איבער ניינציג פראצענט.יואליש האט געשריבן:אויף דיין צווייטע קשיא, וועלכע באציט זיך צו די תמיה ווי קען זיין אז 300k שטארבן, לו יצוייר אז דאס קומט פון די עלטערע קאהארט מיט א קליינע פראצענט אומוואקסינירט, אויבנאויף וואלט איך געפרעגט איז נישט די פאקט אז מ'רעדט פון א פרישע וואריענט מ'קען נישט מדמה זיין עפלעך צו עפלעך. דאס איז כו"ע מודה אז ס'איז פיל מער קאנטעזשיעס און אז די אריגענעל וואקסין דעזאנט פאר אלפא איז פיל ווייניגער עפאקטיוו קעגן אינפאקציע פון אמיקראן. מיר רעדן פון צוויי באזונדערע עפאכעס.
(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.
https://health-infobase.canada.ca/covid ... -coverage/
דאס איז אבער יא אמת אז די גאווערמענט טשארט וואס זיי ברענגען איז היבש מיסליעדינג, ווייל עס הייבט אן רעכענען פון דעצעמבער ווען 99% קאנאדער זענען נאכנישט געווען וואקסינירט, אבער די גאווערמענט דארט געט אויך ארויס אן עדזשאסטעד נאמבער וואס ווייזט נאכאלץ אז וואקסינירטע זענען 80% ווייניגער לייקלי צו שטארבן פון קאוויד, טאקע היבש שוואכער ווי סי די סי נאמבערס אבער נאכאלץ זייער שטארק.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
קורקלענד האט געשריבן:העניך האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:העניך האט געשריבן:קאוויד מאכט נאך ליידער חורבנות, אבער וואקסינען העלפן ב"ה.
פון אקטאבער ביז נאוועמבער זענען יעדע וואך געשטארבן פון קאוויד:
78 פון יעדע מיליאן אומוואקסינירטע;
6 פון יעדע מיליאן וואקסינירטע;
1 פון יעדע מיליאן מיט בוסטערס.
פון וואו זענען דו נומערן? כ׳וואלט עס זייער געוואלט נוצן אין א וויכוח כ׳ערווארט שפעטער היינט ביי א וואכנאכט
https://twitter.com/Yascha_Mounk/status ... 9969758214
פון וואנעט נעמט יענער די דאזיגע ציפערן?
ס'דא פאר יעדעם מוציא'ס. די נומערס איז נאר פאר מענטשן וואס ווילן דאס גלייבן. עס מאכט זיכער היבש לייכטער אויפן געוויסן פאר די וואקסינירטע.
טיף אריין ביים ענדע פון די קומענדע סענטרי וועט מען זיך נאך טענהען אויב די וואקסין איז עפל דזשאס, א פּלאסיבא עפעקט, א פראטעטייפ אויף די מענטשהייט, אדער א ישועה מן השמים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
העניך האט געשריבן:א פלא'דיגע זאך אז אין די לעצטע וואכן זייט די אלגעמיינע קאוויד ציפערן אין לאנד האבן זיך שטארק גענידערט, האבן די נפטרים בלעטער פון די היימישע צייטונגען אויך אנגעפאנגען ווערן היבש שיטערער.
אויב זאל דאס זיין דער פאקט דאן
זעט אויס ס'האט נישט גארנישט איינגעלייגט מיט מאסקס\טעסטס און אימיאזעשען - וואס אינזער ציבור האט נישט גענימען ערענסט נישט אמאל און נישט היינט
תנחום איז מיר גראדע יא געפאלן נאך וואס איך האב פארשטאנען וואס ליגט אינטער זיין דשאק איך בין נישט זיכער ער האט צי דעם מכוון געווען
און יין שרף האט אויך געענפערט צי דער זאך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?
האלטסט נאך חשבון אויף די נאמבערס אין די איד יעדע וואך?העניך האט געשריבן:א פלא'דיגע זאך אז אין די לעצטע וואכן זייט די אלגעמיינע קאוויד ציפערן אין לאנד האבן זיך שטארק גענידערט, האבן די נפטרים בלעטער פון די היימישע צייטונגען אויך אנגעפאנגען ווערן היבש שיטערער.
איך מיין עס איז שוין צייט פאר אן אפדעיט מיט די פונקטליכע נאמבערס די לעצטע איינס אהאלב יאר.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
יהורם האט געשריבן:מען קען גארנישט טון דערצו. ס׳מערסטע איז א וואקסין און א תפילה צו גאט.
און די מאסקעס נישט פארגעסן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל