[justify]כי הנה הסתו עבר הגשם חלף הלך לו, הנצנים נראו בארץ עת הזמיר הגיע וקול התור נשמע בארצנו...
נאך לאנגע צוויי יאר פון ברוטאלע באהאנדלונג פון די ליבעראלע סאדיסטן, נאך יארן פון ווירטואלע דערנידערונגן פון די קאמוניסטן, קומט ענדליך אריין די גאר גינסטיגע נייעס, אז מיר קענען זיך שוין אט אפגעזעגענען פון די לינקע עבודה זרה מאסקעס. די פארפאלגונגען און די נאכגעשרייעכצער פון "מאסקע מאסקע וואו איז דיין מענטש?" קומט ענדליך צו אן ענדע, און דאס מענטשהייט גייען ענדליך צוריק באקומען זייער אוועק גערויבטע זעלבסט-רעכטן צו קענען טאן מיט זייער קערפער וואס אימער עס געפעלט זיי, אן די צושטומונג פון קאמיסאר ביידן און קלאפטע נעסטי פעלאוסי און אלע אנדערע קאמוניסטישע קאמיסארן...
די אלע וועלכע האבן געדינט די קאוויד עבודה זרה פאר גאנצע צוויי יאר, כאפן נאך אריין די סאמע לעצטע מינוטן, מיט זיך גוט אויסצושוויצן אונטער די שווארצע און בלויע מאסקעס. לקיים רצון קדשו פון דעם איטאליענער קאוויד גלח, זיין הייליגטום אַנטאַני פאָוטשי...
די הייליגע קאוויד דינער האבן דערשמעקט אז די מידטורם וואלן דערנעטערט זיך מיט א האסטיגע שנעלקייט, און דאס פארשקלאפטע מענשהייט וועלכע קענען שוין נישט טראגן די לאסט פון זייער קאוויד עבודה זרה גייען זיך לאזן הערן ביי די שטימע קעסטלעך אין גרויסן, האבן זיי ספאנטאן א שלעפ געטאן דאס מיסטעריעזע סייענס הענטל, און דעקלערט אז דער הייליגער סייענס האט זיך דראסטיש געענדערט, און מ'מוז זיך שוין מער נישט פאר'חזיר'ן דאס געזוכט מיט אן עבודה זרה מאסקע...
ס'איז נישט צו באגרייפן ווי דאס אנגסט פון פארלירן מאכט קען ענדערן הייליגע סייענס איבער נאכט... אין צוגאב איז ארויסגעקומען א באריכט פון די פרעסטיזשפולע זשאן האָפּקינס אינסטוטוציע אז די מאסקעס און די פארשפארונגען, און די אנדערע עבודה זרה מיטלען פון די קאמוניסטן, האבן בלויז אויפגעטאן צו נידערן די ציפערן פון די אנגעשטעקטע פונעם אונטערגאנג ווי פאר א טויטן באנקעס... ס'איז בלויז גוט געווען פאר א בארואיגונגס מיטל פאר די צארטע קאוויד עבודה זרה דינער, און אויף איינצוטיילן דאס אלגעמיינע מענטשהייט וואס צו טאן...[/justify]
מ'קען שוין אויסטאן די מאסקעס?
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
פיינעלי מען קען שוין אויסטין די מאסק.....וואס מאסק......פון וואס רעדט מען?.............א די מאסק וואס כ'האב לעצטע מאל אנגעטין פאר 2 יאר ציריק דעיס קען איך שוין אויסטין...... פאוטשי נחמתני פאוטשי נחמתני.......
ווי א שירעם נאך א רעיגן....
ווי א טשולנט נאך א coke.....
ווי א מאסק נאך א קאוויד.....
ווי א שירעם נאך א רעיגן....
ווי א טשולנט נאך א coke.....
ווי א מאסק נאך א קאוויד.....
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קורקלענד האט געשריבן:גארנישט צו טוהן מיט די מידטורמס, זיי האבן די וואלן און קאנדידאטן (רעכטס און לינקס) סייווי אין די האנט. זעהט אויס אז זיי האבן מער מורא אז ס'וועט אט ווערן דא א רעוואלוציע פונקט ווי אין קאנאדע. דעמאלט פארלירן זיי קאנטראל. זיי קענען נישט נעמען קיין שאנסן.
לדעתי האט עס אסאך צעטון מיט די מידטערמס,
מורפי פון ניו דזערסי האט שיעור נישט פארלוירן זיין פארזיכערטן זיץ אין די דעמאקראטישע פעסטונג, און א טראק דרייווער האט געוואנען א זיץ קעגן א אלטגעזעצענער פאלעטישן
און אין ווערדזיניא האט גלען יאנקין באזיגט דעם דעמאקראטישע אלטגעזעסענער מעקאלעף אין א מאכטפולער זיג
זיי האבן געכאפט דעם רמז
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
אזעלכע רשעים, כאטש אויף נאך פורים האבען זיי נישט געקענט לאזן די מאסקע?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים