Marriages in our Society

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: Marriages in our Society

שליחה דורך מי אני »

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:ווי אויך קען מען לפי״ז טענה׳ן אז היינט צוטאגס איז עס א גרעסערן פראבלעם ווי אמאל אז מ׳האט חתונה אינג ווען מ׳איז נאך נישט אינגאנצן אנטוויקלט. דהיינו, די העכערע באדערפענישן זענען דאך פסיכיאלאגישע באדערפענישן, משא״כ די נידיריגערע. די פסיכיאלאגישע באדערפענישן ווערן דאך לכאורה בעיקר אנטוויקלט אין די צוואנציגער יארן; עכ״פ לכאורה מן הנמנע פאר די צוואנציג יאר.

דער מענטש בויט זיין איידענטעטי בעיקר 17-24 (בערך, נישט נאכגעקיט יעצט) אויב האט מען חתינה שפעט רעדט מען פין צוויי הארטע אויסגעבויטע כאראקטערס, אויב האט מען חתונה אינגער קען זיין אז איינער בויט דעם צווייטען - ציזאמען

צו אביסל מער מסביר זיין מיין פונקט דא, דער באקאנטער פסיכאלאג דר. עריק עריקסאן האט ווי באקאנט אראפגעלייגט זיינע סטעידזשעס פון פסיכאלאגישע דעוועלאפמענט. אין דעם האט ער געזאגט אז די יארן פון אַדאָלעסענס איז די סטעידזש אין ווען די מענטש נויטיגט זיך צו שאפן זיין ״אידענטיטעט״. די שאלה איז ווען פונקטליך ענדיגט זיך דאס און עס קומט די נעקסטע סטעידזש פון אַדאָלטהוּד? דאס איז בעצם ווען דער מענטש האט חתונה, טרעפט א דזשאַבּ, וכו׳; די זאכן וואס גיבן אים טאקע די ריכטיגע רעספּאַנסיביליטיס פון אַדאָלטהוּד. היינט צו טאגס טאקע, אין די אלגעמיינע וועלט, שלעפט זיך די תקופה לענגער, עכ״כ אז דער סאציאלע פסיכאלאג דר. דזשעפרי ארנעט האט דאס א נאמען געגעבן עמערדזשינג אַדאָלטהוּד.

קען מען אבער דעריבער טענה׳ן אז ביי אונז וואו מ׳מאכט חתונה פריער, וממילא קומט שוין אטאמאטיש די סטעידזש פון אַדאָלטהוּד אן, אז מ׳האט נאך נישט די אידענטיטעט פון די אַדאָלעסענס יארן אויסגעפארעמט כדבעי קען דאס שאטן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:מאידך גיסא קען מען אפשר טענה׳ן אז דער חסיד׳ישע שידוך סיסטעם, ווען utilized ריכטיג [די עלטערן קימערן זיך טאקע מיט וואס איז פאסיג פאר׳ן קינד, קוקען נישט אז עס מוז זיין א ״שיינע זאך״ צוגעפאסט פאר׳ן גאס און זייער סאציאלע שטאטוס וכו׳], ארבעט מער אין איינקלאנג מיט פינקעל׳ס טעאריע. דהיינו, אז עלטערן, אלס ערוואקסענע וואס האבן (האפענטליך) מער לייף עקספיריענס און זענען מער מיושב׳דיג וכו׳, קענען בעסער אפשאצן דער/די טיפ וואס איז דאס בעסטע צוגעפאסט פאר זייער זון/טאכטער, כדי אנצוקומען און צוצוהעלפן אויך פאר די העכערע שטאפלען פונ׳ם היארכיע. ועוד זאת אז דאס קינד אליין, זייענדיג אינגער, איז מער עלול נשפע צו ווערן פון infatuation (צו פון שיינקייט, force of personality, צו אנדערע פאקטארן) הגם דאס איז נישט באמת צוגעפאסט פאר אים/איר.

עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די שטודיע (גראדע איז דר. אלי פינקעל,פון די פריערדיגע שטודיע וואס איך האב ציטירט אין די אשכול, איינע פון די שטודירערס אין/פון די שטודיע) וואס טענה'ט אז מענטשן קענען אליין נישט גענוג פונקטליך דעפינירן די פאזיטיווע קוואליטעטן אין א פארטנער וואס זיי ווילן אז דאס איז וואס זיי גייען ליבן אין א צווייטן אויף זיך צו פארליבן אין זיי מער ווי א צווייטער. מיינענדיג אז זיי זענען (בערך) פונקט אזוי אומשטאנד זיך צו פארליבן אין א פארטנער וואס א צווייטער האט געוועהלט פאר זיי מיוסד אויף וואס יענער צווייטער האט געהאלטן זענען די פאזיטיווע שטריכן אינעם פארטנער וואס זענען געאייגענט פאר זיי, ווי ווען זיי וועהלן א פארטנער מיוסד אויף (מער פונקטליכע סארט) פאזיטיווע שטריכן וואס זיי אליין וועהלן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין די לעקציע [27:47-31:00] רעדט דר. ראַבּערט סאַפּאָלסקי איבער דעם אז די געדאנק אז ראָמענס זאל פארבלייבן מיט׳ן ספּאַוּס דורכאויס דאס גאנצע לעבן איז ס״ה 40-60 יאר אלט. ער רעדט אויך ארום, און דורכאויס די לעקציע, איבער דאס געדאנק פון ווי ווייט פונקטליך דאס מענטש איז בכלל אויסגעשטעלט צו זיין מאַנאַגעמאָס. (פון 1:02:06 רעדט ער ארום איבער די האָרמאָנען אַקסיִטאָסין און וועסאָפּרעסין און זייערע פעולות אויף דעם.)

אין די נעקסטע לעקציע [1:29:54-1:30:50] דערמאנט ער אז ביי פּריימעיטס אין פּאַליגאמאס טאָרנעמענט מינים וועלן זיי האבן גרעסערע ביצים צו פראדוצירן און פארשפרייטן ווי מער פון זייער זרע, משא״כ ביי מאַנאַגאמאס מינים וואו זיי האבן או דארפן נאר קליינע. דאס מענטש׳ס גרויסקייט אין דעם איז ערגעץ אינצווישן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס׳איז מיר אויסגעקומען צו ליינען דא וואס איינער ״לייביש הכהן״ האט געשריבן:
הקדמה: א חתן פון יוראפ האט מיר געלאזט גאר א הארץ רייסענדע וואויס נאוט פון וואס עס הערן נישט אויף פליסען טרערן פון מיינע אויגן!!!

איך הייס חזקי ד. (נאמען געטוישט) איך קום פון א בעל בית׳ישע משפחה, און כ׳האב געלערנט ביז ממש לעצטנס אין א פרומע ישיבה אין ענגלאנד. ביי אונז אין די משפחה זענען אלע געגאנגען ביי די 18. יעדער רייסט זיך צו משדך זיין מיט מיין טאטע, און טאקע ווי נאר כ׳בין געווארן 18 האט די טעלעפאון אנגעהויבן קלינגען נאן-סטאפ.

איין טאג האט מיין מאמע מיר געזאגט אז סאיז דא גאר א גוטע שידוך אויפן טיש, זי האט מיטגעטיילט אלע אינפארמאציע מיט מיר, און שמועסנדיג אזוי, נעמט זי ארויס א בילד פון די מיידל און ווייזט מיר דאס. אזא שיינע יפת תואר האב איך אין מיין לעבן נאכנישט געזען. נישט נאר האט זי פארמאגט די יורעפעיאישע שיינקייט מיט אלע מעלות וואס ווערט אויסגערעכנט אין שיעור השירים, נאר האט אויך פארמאגט דעם ונמצא חן פון וואס מיר בעטן ביים בענטשן אויפן נעקסטן לעוועל…..! פון מיין זייט בין איך געווען גרייט שוין שידוך צו שליסן אבער אבער פארשטייט זיך אז מען דארף דורך גיין א פראסעס די שידוך זאל ווערן.

מיין מאמע האט זיך זייער געפרייט אז ס׳געפעלט מיר און זי האט געמאלדן פארן שדכן אז פון איר זייט איז זי גרייט פאר א בעשאו.

נאכען רעדן צום צווייטן זייט איז באשטימט געווארן ווען די בשאו זאל פאר קומען. ס׳האט געהייסן אז דינסטאג 5:00 נאכמיטאג וועל איך זיך טרעפן מיט איר. דינסטאג צופרי בין איך געגאנגען אין ישיבה ווי געהעריג כהאב געהאט א בילד פון איר ביי מיר אין טאש זיך נישט קענענדיג אפשדיין דערפון אפי׳ פאר קיין רגע…

סאיז געווען בערך 1:00 כ׳בין ארויס פון בית מדרש נעמען א קאווע. ביים קעסל האב איך זיך געפינען אליינס ציזאמען מיט א שואל ומשיב א משפיע וואס ביי אונז אין ישיבה איז געווען די סטייל אז א געלונגענע בחור קלעבט און ווייקט זיך צו איהם. ס׳גייט אויף אזוי ווייט אז פורים האט מען זיך ספעציעיל אנגע׳שיכור׳ט כדי אים צו קענען אויסזאגען אלע עבירות וואס מען האט געטאן אגאנץ יאר. אז ווען די וויין שפילט זאל די בושה זיין קליין, און הערן פון אים הדרכה וויזוי זיך צו פארבעסערן…..!

שטייענדיג נעבן איהם איז מיר פליצלינג געקומען צו מאכען א האפטשא און כהאב געדארפט א טישא אמערדזשענסי. אזוי באטאפטן׳דיג מיינע קעשענעס, ארויס שלעפנדיג אן אלטע אויסגעבלאזענע טישו איז דאס בילד מיר ארויס געפאלן פארענט פונעם א.ג. משפיע. מיין משפיע זעענדיג דאס בילד האט מיר געפרעגט מיט ווינדער מה פשט, האב איך אים געזאגט אז איך האלט יעצט פאר א שידוך און דאס איז א בילד פון איר….

דער משפיע האט מיר געבעטן ארויף צו קומען אין א צימער ער וויל רעדן צו מיר… ער הייבט מיר אן מסביר זיין אז דאס מיידל זעט אויס ווי א פרוצה. דאס איז נישט פאר דיר. מען איז נישטא אויף דעי וועלט חתונה צו האבען פאר פאן. מיט אזא מיידל וועסטו קיין אידישע שטוב נישט בויען.

הקיצור. דער האט מיר מסביר געווען פאר איין אין אהאלב שעה פארוואס איך זאל אזא שידוך חלילה נישט טאן!

איך זייענדיג א יונגע בחור קוים ארויס געקומען פונעם איי, נישט וויסענדיג די אמת׳ע סיבה פארוואס מען ברויך חתונה האבען, און נאך זייענדיג א מבקש וואס זוכט גוטס, האב איך זיך גרינג געלאזט פארפירן פון זיין מח שווענקעריי אז זאל זיין וואס זאל זיין, כ׳וועל טאקע גיין צום בעשאו אבער כ׳וועל נאכדעם זיך ארויס דרייען מיט א תירוץ פארוואס נישט צו טאן דעם שידוך.

כ׳בין געזיצן אינעם צימער ווארטענדיג אז דאס מיידל זאל אריין קומען, ווען פליצלינג דרייט זיך דאס הענטל, עס קומט אריין א מיידל וואס פארמאגט די שיינקייט פון הונדערט מיידלעך! ווי שיין זי האט נאר אויסגעזען אינעם בילד איז דאס קיין פארגלייך נישט געווען זיך טרעפענדיג דא מיט׳ן היינטיגע אסתר המלכה לייוו…

איך האב געשמועסט מיט איר עטליכע מינוט די ערקאנדישן האט געארבעט אויף די מעקס אבער א שרעקליכע היץ האט דאס מיידל ארויס געגעבן פון זיך, יעדעס ווארט, יעדעס אטעם, איז געווען בבחינת כל נשימה תהלל… די וועג וויזוי זי האט זיך באוואויגען מאכענדיג דיירעקטע איי קאנטעקט און שאקלענדיג מיט די הענט בשעת׳ן רעדן האט געהאט א שטארקע השפעה אויף חלקים פון מיין גוף. אזש כ׳בין געווען גרייט צו מאכן אויפן פלאץ א בורא מיני מזונות אין אריין בייסען…

פליצלינג איז דאס בילד פון מיין משפיע ווי ארויף געקומען פארענט פון מיינע אויגן, א שטימע אין מיר האט פארגליכענט דאס מיידל צו אשת פוטיפר און מיך צו יוסף הצדיק, און דאס דמות פונעם שואל ומשיב האט מיר ווי געזאגט. ״חזקי פון הימל ביסטו יעצט אויף פראבע, די גאנצע פמליא של מעלה, מלאכים שרפים וכו׳ קוקן זיך צו אויב וועסטו טאקע ביישטיין דעם נסיון.״

פון איין מינוט צום צווייטן האב איך זיך געמאכט ווי א לעמעלע גולם און נאך עטליכע מינוט נישט קענענדיג ציען די שמועס געהעריג האט זי זיך אויפגעהויבן און ארויס. איך בין ארויס צוזאמען מיט איר, די שדכן האט אונז געלאזט וויסן אז מען וועט זיין בקשר שפעטער ביינאכט.

הקיצור, די אנדערע זייט האט אונז שפעטער טאקע געלאזט וויסן אז די שידוך איז אויס. מיינע עלטערן זענען געווען אויסער זיך. קיינער האט אבער נישט פארשטאנען פארוואס זיי זענען נישט מסכים אויסער איך!

די נעקסטע טאג אין ישיבה זאגט מיר מיין משפיע אז אויף יענע וועלט וועל איך זיכער זיצן במחיצת פון יוסף הצדיק וכו׳… כ׳האב מיר געפילט ווי א מיליאן דאלער. כ׳בין אזוי ווייטער אנגעגאנגן מיטן סדר הישיבה ווי געווענליך.

אפאר וואכן שפעטער איז אויפגעקומען א פרישע שידוך. און דא האב איך שוין געפרעגט מיין משפיע צו איך זאל טאקע גיין ווייטער מיט דעם און ווען ער האט מיר געגעבן דאס גרינע ליכטל איז דאס שידוך טאקע געווארן.

דאס מיידל איז טאקע קיין יפת תואר נישט געווען. אבער מען האט געזאגט אויף איר אז זי איז זייער אן ערליך מיידל וואס דאווענט דריי מאל א טאג און ווייסט וויזוי צו באקען און קאכען און פירן א אידישע ווערטשאפט… איך ווי געזאגט נישט וויסנדיג בכלל די סוד פון דעם עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד. בין איך געווען העכסט ציפרידן און שטאלץ וואס כ׳האב געטאן!

ממש יעצט נאך פסח בין איך געגאנגן קיין מירע ישיבה לערנען, און דארט בין איך געוואויר געווארן די סוד פון ״ודבק באשתו״. ס׳האט מיר אזוי צוריק געשמיסן אין פנים אריין דאס אז איך האב גאר ארויס געלאזט א בריליאנט און עס פארטוישט מיט א פשוטע שטיין. כ׳בין שנעל געלאפן גיבן א בליק אויף א בילד פון מיין יעצטיגע כלה אבער כ׳האב בשום אויפן נישט געזען א וועג וויזוי עס וועט מיר קענען זיין קמה אלומתי…

אינגאנצען אובד עצות בין איך געגאנגען צו קברי צדיקים צינדען ליכט לעילו נשמתם און געלייגט דאס בילד אויף זייער ציונים. כ׳האב איין געריסן זי זאל געפינען חן אין מיינע אויגן, סהאט אבער גארנישט געהאלפן. אפי׳ יעצט שוין זייענדיג צוריק אין יוראפ בין איך געגאנגען צום שאצער ציון ערב שבת. כ׳האב זיך מקבל געווען צוויי קבלות טובות אלץ לזכות כ׳זאל ליב האבען מיין כלה. אבער דערווייל זעה איך נישט קיין ישועה. כ׳בין געווען אזוי פארצווייפעלט אז כ׳האב אנגערופען מיין משפיע און אים פארגעהאלטן היתכן וואס ער האט געטאן מיט מיר. האט ער מיר געענטפערט אז אהבה שתלויה בדבר אינה מתקיימת, ממילא האב איך זייער גוט געטאן אז כ׳האב נישט געטאן דעם פריערדיגן שידוך. אבער יעצט מיט מיין יעצטיגע כלה איז נאך דא שאנסען...!

רבותי! כ׳גלייב אז גאט האט געמאכט ס׳זאל פונקט ארויס פאלען דאס בילד ממש פאר איך ברויך זיך טרעפן מיט איר און דער משפיע זאל עס קאליע מאכן. אבער טייערע ברודער איך האלט יעצט עטליכע וואכן איידער כ׳האב חתונה. איך שפיר זיך ממש ווי א גרוש וואס גייט זאגן אונטערן חופה אנשטאטס הרי את מקודשת, הרי את מגורשת. כ׳ווייס באמת נישט וואס צו טאן כ׳בין אזוי פארלוירן. כ׳זעה נישט וויזוי כ׳זאל בכלל קענען וואוינען מיט איר. זי האט נישט קיין פינטל חן אין מיינע אויגן!!! ביטע אויב איינער האט אן עצה פאר מיר, שרייבט דאס אין די קאמענט׳ס פון אינטען כ׳וועל דאס ליינען. אדאנק!
דא זענען אפאר הערות וואס כ׳האב געטראכט בנוגע די סיפור (שעכ״פ יכול להיות אמת):
 
1). ווי פארשטענדליך, איז דאס וואס מאכט א מאן און ווייב קאָמפּעטיבּל און אז די זיווג זאל זיך אנהאלטן, איז נישט אנגעוואנדן נאר אין די ווייב'ס שיינקייט. נישט נאר דאס איז וואס באדארף איר צו געבן דעם מציאת חן אין איר מאן'ס אויגן, וואס כידוע וועפּט דאס אויס נאך אפאר יאר אין די מאן'ס אויגן און אפילו דאס ווערט "בּאָרינג" – פארפאלן, די יוּמען קאָנדישען.
 
2). דאס געבט שטאף פאר די באקאנטע טענה אז וואטשן פּאָרנאַגרעפי ברענגט אונטער מערידזשעס. דאס איז ווייל מ'זעהט שענערע פרויען (און מ'איז דאך שוין אפשר אויך "בּאָרד" כנ"ל) אין א סעקשוּעל סעטינג וואס די ווייב קען נישט נאכקומען. איך גלייב אז מען פארשטייט אז אזא מאן וואס איז אזא סארט אז דאס גייט טאקע נעגעטיוולי אפעקטן זיין מערידזש און דאדורך גייט ער מער נישט פאָקוסן אויף זיין ווייב'ס פּאזיטיווע חלקים (פּראָוויידעד אז ס'בעצם א סטאבילע מערידזש וואו די ברכה קען חל זיין, סוי טוּ ספּיק), אז ער איז א שוואכע כאראקטער.
 
3). איז מיין שאלה אזוי: אחוץ איר אומגעהוירע שיינקייט איז די ערשטע מיידל געווען קאָמפּעטיבּל מיט חזקי? איז איר כאראקטער און פּערסאָנעליטי קאָמפּעטיבּל מיט חזקי'ס? זענען זייערע לייף גוילס ענליך? אא"וו אא"וו. (איה"נ אז רעלידזשיאַסיטי איז אויך איין מעטריק אין וואו זיי דארפן ענדלען.) ועוד יותר: אויף די סארט מעטריקס, וועלכע פון די צוויי מיידלעך זענען טאקע מער קאָמפּעטיבּל מיט אים און דעריבער מער צוגעפאסט? אויב איז די תירוץ די צווייטע דאן דארף ער טוהן יענע שידוך, הענדס דאַוּן. און אויב איז עס די ערשטע דאן דארף ער טוהן די ערשטע אפגעזעהן פון ווי שיין זי איז. אויב אבער אין דעם אלעם זענען זיי די זעלבע (אָנלייקלי, און ניטאמאל פאָקוּסט מען דא אויף דעם...) דאן זאל ער טאקע שליסן די שידוך מיט די וואס איר גוף געפעלט אים בעסער.

העווינג סעד דעט, דאס איז ברור אז דער משגיח האט נישט ריכטיג געטוהן, סיידן אויב ער האט באמת געהאלטן אין גוּד-פעיט אז ווי אזוי דאס מיידל גייט אָנגעטוהן איז נישט צוגעפאסט צו דעם ״חזקי׳ס״ מהות און כאראקטער וכו׳.
 
4). מ'קען טענה'ן אז אפילו טאמער די צווייטע איז מער צוגעפאסט פאר אים ווי פריער מיט איר כאראקטער אא"וו, אבער פארפאלן, מכח'ן איר נישט זיין אזוי שיין ווי די פריערדיגע טרעפט זי פשוט נישט קיין חן אין זיינע אויגן. איז אחוץ פון דעם פריערדיגן קריטיק איבער דאס צושטעל צו פּאָרנאַגרעפי, איז ער לענ"ד נאך נישט גענוג מעטשוּר צו חתונה האבן און בויען א מערידזש בכלל – עס איז נישט שכל וואס דיקטירט זיינע באשלוסן נאר זיינע עדאָלעסענט האָרמאָנס (טאקע א פראבלעם אין אונזער שידוך סיסטעם בכלל). דאס אז ער שליסט א שידוך מיט א מיידל אין בּעד-פעיט, בשעת ער האט ביי איר יא חן (לכאורה ככל הנראה) און זי ווייסט נישט אז פארקערט איז נישטא, ווייזט אויך אויף דעם. אל תחרש על רעך רעה והוא יושב לבטח אתך.

די אַבּדזשעקטיפיקעישאן פון מיידלעך בכלל דא איז אָף-פּוּטינג (איך ווייס וואס די גמרא זאגט בתענית לא. שאין האשה אלא ליופי).
 
5). אנעקדאָטעלי קען מען אפשר זאגן אז עס איז אפשר מער פּראַבּעבּל אז א "מאדעל"-אויסזעהנדע מיידל זאל זיין א בּיטש ווי איידער איינע וואס זעהט נישט אויס אזוי. דאס איז ווייל זי פיהלט מער ענטייטעלד מיט איר שיינקייט. אויב אזוי האט איר מאן דערנאך (נאך די אינפעטשוּעישאן וועפּט אויס) א גיהנום.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: Marriages in our Society

שליחה דורך כרם זית »

געפעלט מיך ווי ער לייגט די בילד ביי קברים.

נאך א מזל די מיידל איז נישט אזוי שיין. ס'וואלט געקענט זיין 'יתנערו' שוכני עפר...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער פסיכאלאג דר. יהושע קאלמאן זאגט אויך ענליך אז די געדאנק פונעם אינסטיטוט פון מערידזש/הייראט בכלל האט עוואלווד פון עקאנאמישע סארט ראלעס איבער וואס א מאן און ווייב דארפן טוהן אין א מערידזש, צו זיין ״צופרידן״ און צוקומען צו happiness; מ׳איז געגאנגען פון א פרעימווארק דערין פון ״ראלע״ צו ״זעלבסט״. ער זאגט אז די מיינדסעט קען ברענגען צו חרטה און טראכטן וואס וואלט געווען מיט ״אנדערע״ און איז אומגעזונט.

ער צייכענט צו א שטודיע/סורוועי וואס טוהט (כנראה) צייגן אז דאס׳ן פארבלייבן פארהייראט ״וועגן די קינדער״ מאכט עס מער מצוי אז די קינדער ווען זיי ווערן עלטער וועלן בלייבן נאנט און שלום מאכן מיט די עלטערן, ווי ווען זיי גט׳ן זיך. (בפרט כהיום וואו די פּאראדיים פון כיבוד אב ואם איז שוואכער און די קינדער האבן זיך דערפון אויך גערוקט צו א ״זעלבסט״ מהלך.)

עס איז אינטרעסאנט וואס ער זאגט:
I also have friends and clients who have had distant or unsatisfying partnerships for years yet – since becoming grandparents – have discovered a form of meaning and togetherness unavailable to them as romantic partners. While they may always be mismatched romantically, they find shared grandparenting deeply satisfying and rewarding. Would they have been happier with other people? Would their children have been happier if they had divorced? Their grandchildren?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

וויאזוי דארף א פרוי הענדלען מיט א מאנס רעליגיע קריזיס, און א טיפערע בליק אין די מערידזש בכלל.
https://iyun.org.il/en/sedersheni/handl ... us-crisis/?
fbclid=IwAR2MF-srgKRAgKR6JxM2F1lKIuCBkcg2S5AU1VIe_nJTnaRUCZU6-XS0R5U
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז וואס משה לייב לילינבלום האט געשריבן אין זיין אָטאָבּיאָגראַפיע ״חטאת נעורים״. אַן עילוי וואס מ'האט אים געהאט חתונה געמאכט ביי די 15, צו א כלה וואס מ'האט זי משדך געווען צו אים 2-3 יאר פריער (ווען זי איז געווען 11!):
אבי, כרוב שלומי אמוני ישראל שבשבילם נברא העולם, הקדישני לתורה ולא למדני שום חכמה או מלאכה שאתפרנס בהן בעולם שהוא הוא הביאני לו ושלא נברא אלא בשבילי ובשביל בני עמי, נתן ריחים על צוארי בבלי דעת ובבלי חשבון בטרם מלאו לי שש עשרה שנה, והיה נכון בעיניו שתהיה אשתי גדמת או חגרת, בתנאי שיהיה לי חלק יפה בעולם שכלו דמיון שלא ראוהו לא הוא ולא אחרים! אבי נתן לי אשה – וכי אפשר הוא שיבחר אדם בעד אדם אחר דבר שטעמו ויפיפותו מסור ללב? גלוי וידוע הוא שגם שכלו של אדם זה אינו דומה לשכלו של חבירו; ומה עם השכל הבונה חקירותיו על תולדות מעשים (פאקטען) ומתבונן בכל גזרותיו ונתון תחת משפט הבקורת – כך, הלב שאינו יודע לחקור, אינו משועבד לשמוע קול הבקורת ואין לו אלא הרגשתו ונטיתו הנטועות לו בטבעו או על ידי החנוך – על אחת כמה וכמה שאין חברי רשאי לבקש שירגיש לבי מה שלבו מרגיש! הרבה מיני פירות יש בעולם שאני מוצא בהם טעם וחכי נהנה באכילתם וחבירי, אדם כמותי מהפך פניו מהם בגעל-נפש, וכן להיפך: הרבה בני-אדם יש שלבי מרגיש להם איזו נטיה ולב חברי אינו מרגיש להם כלום, או מתרחק מהם, ואין דין ומשפט לא עלי ולא על חברי, מפני שמדתם של בני אדם כל היא וכל אדם יש לו רשות שלמה שיישר בעיניו איזה דבר המסור להרגשת הלב אף-על-פי שאלפי בני-אדם אינם מוצאים בו לא נעימות ולא יופי, וכן להיפך. אחרי כל אלה, איך היה אבי יכול לבחר בעדי אשה? אם גם היתה אז אשתי עלמה בת דעת, שהתפתחה די צרכה והיה בה איזה דבר שלקח את לבו של אבי, מאין ידע אבי שלבי כלבו לענין הנאה ונטיה, ושגם אני ארגיש איזו נטיה להעלמה שמצאה חן בעיניו? קל וחומר עתה – שהיתה אשתי בשעת השידוך ילדה כבת אחת עשרה שנה ולא ניכר בה שום דבר אז שיכול למשוך לו לב איזה אדם! וכי אפשר הוא, שאבי שלא ראה מאורות עולם מימיו ואין לו בעולמו אלא ארבע אמות של הבלים ודברי רוח, רפה-כח, חסר תבונה ובחייו קרוי מת בעולם החיים והמעשה, – הוא יבחר לי חלקי ויקשור לנצח את לבי, היודע עתה רגשי חיים וזכות האדם, לדבר שמצא חן בעיניו הטרוטות והכהות? היש לך תועבה גדולה מזו, תועבה שאי אפשר לי לא למסור עליה דין לפלילים ולא לתקן קלקלתה.

כציץ עברו ימי עלומי, ובכתבי שיחה זו הנני בן שלשים שנה (פחות שני חדשים ואיזו ימים) אב לשלשה ילדים חיים ולבן אחד מת. אך במה כליתי ימי עלומי? לא ישבתי בסוד משחקים ואעלוז, מפני יד אבי ופראות חנוכי בדד ישבתי בחדר סגור ומסוגר והתנועעתי על מסכת דפוס ווילנא, הייתי משים לילות כימים להתנמנם מיושב על הגמרא ולהתחזק לעמוד על משמרתי לגמור שיעור ידוע, אף-על-פי שהתחזקות זו גרמה הרבה להחליש כחי וגופי, כמובן ממילא! בנוהג שבעולם: נער בן שש עשרה שנה בעל כשרונות, האמון אצל הורים בעלי דעה, לומד בבית-ספר ומחכה כי בעוד שתים שלש שנים יבא אל האוניווערזיטעט או ישלים חק למודיו בבית-הספר לסוחרים או למודדים וכו‘. יותר מחצי היום הוא נותן ללמודיו ושאריתו – לטיול, למשחק ולכל דבר הממלא את חיי העלומים. בהיותו כבן עשרים או יותר ישבע (לפעמים) נעימות עולם מיד האהבה, שאף-על-פי שבאחריתה תוריש על פי הרוב מכאובים נאמנים לאיזו שנים, מכל מקום הרי הוא רואה חיי אור ונעימות בלי מצרים בטרם תכזב תוחלתו, בהיות ידידות נפשו לנגד עיניו, ימינו תחבקנה, תחליק שער תלתליה, עיניה ירחיבו לבו, קולה יחַיה רוחו ופיהו ישקנה, ושוה הוא העונג הרוחני הרם הזה לסבול בשבילו אחרי כן מכאובים נעימים במשך איזה שנים, בהיותו לאיש בין אנשים ובצאתו לעולם המעשה, אף-על-פי שהוא נפצע בהרבה אבני נגף המונחות תמיד על דרך החיים מכל מקום הרי הוא איש באנשים, מכובד בעיני עצמו ובעיני הבריות, חי חיי-החיים במלא מובן המלה, מתענג בחברת אנשים כערכו ובחברת משפחתו וזכרון הימים שעברו לא יהיה לו למכשול לב אבל לקורת-רוח, כדרך כל זכרונות קדומים, האוצרים בקרבם איזה דבר נעים. אך מה אני? מה היו חיי? ומה חיי עתה? בהיותי כבן שש עשרה שנה כבר היו ריחים על צוארי בלי דעת, בלי חשבון ובלי נטיה פנימית כל שהיא לריחים ההם; חי הייתי באויר של מות, סגור בד’ אמות של הלכה מעופשת, דבר לא היה לי עם העולם כלו וכל מחמדיו, וכל עולמי לא היה אלא דברי שטות שכתבו והפיצו איזו אנשים שכבר נרקב עפרם? מי ישיב לי עתה את ימי עלומי שכלו בחלומות של תהו ולא התענגתי עליהם כלל, כחרש מלידה שאינו מתענג על קול זמרה ושירים. מי ישיב לי עתה את כחותי החמרים והשכלים ומנוחת לבי בימים ההם, שבם הייתי יכול להכין לי עולמי על ידי לימוד חכמה וידיעה המחיה את בעליה בעושר ובכבוד? ומה מר הוא לאיש בחצי ימיו כמוני להתיאש בעצמו לדעת מן העולם כלו ומכל מחמדיו, בידעו כי אבדו כשרונותיו ואבדו חייו ועוד עשרות שנים שלו יכלו בעמל ובמכאובים ולא יראו בטובה, כי כבר עבר המועד להיטיב לעצמו בעולם העיקרי והַקַיָם באמת הוא העולם הזה! אילו הייתי מחכה לעולם של גלגול או לעולם אחר הייתי יכול להתנחם על אבדן עולמי זה; אבל עתה שאבדתי את עולמי האחד מי מביא לי תמורתו?!
:cry:

ס'איז בלי ספק בעסער כהיום, אבער עס איז נאך ליידער דא וואו זיינע אַבּזערווירונגען זאלן חל זיין אפילו כהיום. :(

ער שרייבט שפעטער:
עוד הפעם, צריך האדם שיהיה לו שותף בחייו. הואיל וטבעה הטבע שהגבר והאשה יכולים להתחבר בידידות יחדו יותר ממה שיכולים שני אנשים או שתי נשים להתחבר בידידות, לפיכך, אדם נושא לו אשה, כלומר: לוקח הוא לו שותף שיחלוק עמו את חייו. לא שתהיה לו משרתת או עביט של שופכין, כדרך שגסי השכל חושבים, אלא שיהיה לו שותף! זהו שאמרה תורה: ״אעשה לו עזר כנגדו״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך דרויסענדער »

מי אני האט געשריבן:ס׳איז מיר אויסגעקומען צו ליינען דא וואס איינער ״לייביש הכהן״ האט געשריבן:
הקדמה: א חתן פון יוראפ האט מיר געלאזט גאר א הארץ רייסענדע וואויס נאוט פון וואס עס הערן נישט אויף פליסען טרערן פון מיינע אויגן!
מיינסט עס ערנסט, לייביש אליינס, דער גרעסטער פאנטאזירער וואס זייגט ארויס מעשיות פון זיין פינגער געוואנדן אויף וואס ער האלט וועט איהם ברענגען פאלאוערס, און ווען ס'איז נישט געגאנגען האט ער געקויפט עטליכע טויזענט, ער האט אליינס געשריבן? דער זעלבער וואס איז איין טאג געווען א קינד וואס גייט אין גלות אין אוקריינע און די נעקסטע טאג האט ער געהאט א מיידל שוין ביי די 13 יאר נאכן וואוינען אין אמעריקע זייטן געבורט?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וועגן דעם האב איך אָנגעהויבן מיט'ן שרייבן דארט:
מי אני האט געשריבן:דא זענען אפאר הערות וואס כ׳האב געטראכט בנוגע די סיפור (שעכ״פ יכול להיות אמת)
ואגב, שרייבט דארט משה לייב לילינבלום לגבי א שיינע פרוי:
אין הכוונה במלה “שותף טוב” אשה נאה. לא, כל איש שיש לו מוח בקדקדו לא יחליף חכמה ומשכלת שאינה נאה במאה בהמות נאות… במלת “שותף טוב” הכונה אשה כזו, שאינה מסוג אותן הנשים שאי אפשר לדבר עמן אלא על אדות בישול ארוחת-הערב, חליבת הפרה, התפרצות המרק ממעל לגדות הפרור על ידי הרתחה וכיוצא בזה, אך אשה כזו שתהיה באמת שותף לבעלה, כלומר: אשה שתבין כל מה שבעלה הוגה וחושב, שתרגיש מה שהוא מרגיש, שתהיה שותף בהגותו וברגשותיו, שתדע שאיננה לא משרתת ולא עביט של שופכין לבעלה אלא אשה ורעיה, עזר ושותף, שתדע ערך עצמה, שיהיו לה ראש, לב ופה. ראש – לא להניח עליו פאה נכרית וסמרטוטים, אלא להכיל בקרבו דברים יותר נכבדים מחליבת הפרה; לב – לא להרגיש רושם מדִבָּה ריקנית ומרכילות המצויות בפי מוזרות בלבנה, אבל להרגיש את החיים, להרגיש מה שהבעל מרגיש, להרגיש ענינים כאלה החשובים בחיים ובעולם; פה – לא לקלל אך לדבר באמץ רוח במסבת חברה נכבדה, לקבל אורחים בסבר פנים יפות ולשיח עם הבעל בתבונה בשעה שהם לבדם. אך באופן כזה חיי שניהם חיים, אז המה שותפים אמתים, אז לבותיהם דבוקים, לבו נתון לה ולבה נתון לו לנצח!

אם אין הבעל והאשה במצב כזה, אם הבעל עומד למטה בערכו מאשתו או להפך (הרבה רואים אנו בחיי אחינו בני-ישראל מחזות משני האופנים האלה) הנה שניהם אמללים, ועל כזה יאמר ההמון: “חיי הכלבים”!

. . .

‏אדם מישראל הירא וחרד צריך שישא אשה בשביל שלשה דברים: לצאת ידי חובתו כנגד התאוה הטבעית, להוליד בנים, שזוהי הנחמה היותר גדולה אצל בני ישראל, וכדי שתהיה לו עקרת הבית (כלומר: שפחה) לגדל את בניו, להביא ולהכין לו מאכל ולכבס בגדיו וכו'. לא אחת שמעתי מפי אנשים פחותים כדברים האלה: אדם מישראל צריך שיהיו לו שלשה דברים: בית הכסא, עביט של שופכין ואשה. המשל הזה יעיד עד כמה פחותה היא האשה בעיני נבזים ושפלים כאלה! היפלא כי היה משל בפי כסילים כאלה לאמר: “מי שמתה עליו אשתו כאילו נשרף בית-המרחץ בימיו”, או במלות אחרות: “אין בין מיתת אשה לשרפת בית-המרחץ כלום” (כי משרפת בית-המרחץ של צבור אין אדם פרטי מרגיש לא צער ולא נזק) במלה אחת: אדם מישראל הירא וחרד אינו צריך שתהיה לו אשה ורעיה, אלא עביט של שופכין, ומשרתת שתבשל לו ארוחת הערב ותנענע את “הקדישים” שלו.

כתוב בתורה, שבשעה שראה האל את האדם הראשון שהוא לבדו אמר: “לא טוב היות האדם לבדו אעשה לו עזר כנגדו”. הרואָה את שלא רצה האל לעשות לאדם עביט של שופכין ולא משרתת אלא עזר! אך מהו עזר? המתיני מעט ותשמעי.

מי שאינו ירא וחרד, כלומר: מי שאינו בכלל בהמה אלא בכלל אדם, אינו צריך כלל שיקח אשה בשביל שלשה הדברים שזכרתי. לצאת ידי חובת התאוה הטבעית אינו צריך שיקח אשה, “קדיש” אין נחוץ לו, מפני שהוא יודע שאמירת קדיש, הזכרת נשמות, “יאָהרצייט” יועילו למתים כמו שתועיל אמירת התחנות לחיים… כל אדם שיש לו בנים חפץ הוא שיחיו, מפקיר כחותיו בעדם ובוכה ומילל בשעה שאחד מבניו מת עליו; אך לישא אשה לכתחילה כדי להוליד בנים אין זה אלא מעשה שטות… איזו נחת יש לנו מן הבנים? כמה דמעות נוריד בחלות אחד הבנים, כמה נפחד בשעה שהוא בריא, שמא תארע לו תקלה, וכמה צער יש לנו מבנינו בשעה שהם נעשים גדולים ואינם כפי רצוננו או שהם עניים וסובלי לחץ? אהה, כמה דמעות מוריד אבי האמלל עתה לעת זקנותו על אחריתו של בנו היחיד שהיה מובטח בו שיהיה גדול בישראל!… במלה אחת, כל מי שיש לו בנים הרי הוא אוהב אותם כחייו, אך לקחת אשה לכתחלה כדי להוליד בנים, למען יהיה לנו את מי לאהוב וממה לסבול צרות נוראות, הרי היא סכלות גדולה!… ארוחת-הערב יכולה משרתת שתבשל בעד איזו שקלים לשנה, ולנענע את הילדים ולכבס את החלוק יכולה גם אחת מבנות הארץ! "בתלמוד מסופר, כי אחד מחכמי התלמוד יעץ לדודו שיגרש את אשתו שהיתה רעה ועל זה ענה לו דודו: דיינו שמגדלות בנינו ומצילות אותנו מן החטא (יבמות ס"ג), כלומר: צריך הוא שתהיה לו משרתת ועביט של שופכין! אך אם ראויה תשובה כזו בפי קדמונינו, מכל-מקום איש מדור החדש, שיש לו רגשות אחרות ושכל אחר, אינו יכול שיתן את לבו למשרתת ולעביט של שופכין!

עתה תשאלי: אם לא בשביל בנים ובשביל ארוחת-הערב למה לו לאיש מן הדור החדש לקחת אשה? שמעי ואגידה לך.

דרכו של אדם, שגם בעת שמחתו גם בעת עצבונו צריך הוא שיהיה עמו עוד אדם, לחלוק עמו מורשי לבו. בטוב לו – לא יתענג כל כך על טובו אלא אם כן עוד אחר נהנה עמו; בצר לו – צריך הוא שיעזרהו זולתו לשאת בצרתו. האדם צריך שיחיה עם עוד בני-אדם, הנהו עמל כל היום ובבואו לערב או לפנות-ערב לביתו צריך הוא שיהיה לו חבר עם מי לדבר דבר, לא כמו שאני יושב עתה בשעה הראשונה אחר חצות הלילה וסביבי ארבעה כתלים מתים, שני כסאות, שלחן ומטה. אם במצב כזה יחיה איש יכול הוא שתטרף דעתו עליו; לא, צריך אדם שיהיה לו חבר, שיגיד לפניו את כל הנוגע בלבו, ושירגיש עמו בלבו כל מה שהוא מרגיש. בקיצור צריך האדם שיהיה לו שותף, שיחיה עמו בשותפות ושיחלוק עמו את חייו, את מטרתו, את רעיונותיו ואת רגשותיו.

. . .

אי-אפשר לאהבה בין שני בני אדם אלא אם-כן שוררת הארמאָניע ביניהם גם ברעיונותיהם, ששכלם של שני הנאהבים לא יהיה כחמר-גמל, שזה מושך אילך וזה מושך אילך, אלא שיעלה אצל שניהם למקום אחד.

. . .

אבי הכניסני לחופה בהיותי נער, – בשעה שלא ידעתי לא את תכונתי ולא את נטיותי ולא התפתח בי אפילו כח אחד מכחותי הפנימים. אחרי איזו שנים מצאתי את עצמי קשור באשה שאין לבבי ולבבה נוגעים זה בזה אפילו כמלא נימא, וחיי הפנימים והחצונים אינם יכולים להתחבר ולהתדבק עם חייה, כמו שאי אפשר שיתחברו, למשל, לחם וזכוכית יחדו, ויהי לבי ריק לא לבד מכל רגש אהבה אלא אפילו מכל רגש נעים של חיי-משפחה. הריקנות הזו היתה סבה שילך לבי שבי לפני עלמה שהתפעלתי ממנה ומלאה את לבי הריק רגשות נעימות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זיין גאנצע מגילה אין איין ווארט: עמאשענעל קאנעקשאן.
וירח ה' את ריח הניחוח
נישטקייןאנונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 17, 2022 7:57 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך נישטקייןאנונג »

איך ווייס נישט ווי עס צו פרעגן ממילא פרעג איך עס דא

איינער ווייסט פון א גוטע ביכל פאר א פרוי וואס ווארט אויף א קינד?
נישטקייןאנונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 17, 2022 7:57 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך נישטקייןאנונג »

שכוח פון פאראויס
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

מי אני האט געשריבן:ס׳איז מיר אויסגעקומען צו ליינען דא וואס איינער "לייביש הכהן" האט געשריבן:
ביי די וועי לייבוש וואלט ווען געקענט זיין גאר א גוטע שרייבער אין מאחורי אבער עס זעט אויס לויט זיין סטייל שרייבן אז ער איז א בחור ממילא איז עס נישט שייך.....
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין די לעקציע [34:06-34:58] איבער ראציאנאלקייט במשנתו של מאקס וועבער זאגט דר. איוואן שזעלעני:
Anyway, these are traditional orientation, where you act out of tradition. Well some people actually still believe in arranged marriages. Certainly if you are Islamic, or even if you are an Orthodox Jew, you probably want to choose your partner through an arranged marriage. You go to the rabbi and the rabbi will arrange the marriage for you. You have to be pretty orthodox, but there are some Orthodox Jews who do. There are many Muslims who do that. Is it irrational? No, it’s not irrational. Actually one can say romantic love is not all that bloody rational. The whole idea that you see somebody, fall in love, and next day you propose, that seems to be a pretty silly thing to do. Is not it is much better to go to the rabbi who knows you, who knows your potential partner, and arranges the marriage for you?

Anyway, the point is tradition can guide your action. And that's again not irrational. It is only irrational if it is completely unthinking. I think that's very important to say. If it is self-conscious, you know what you do. I do it because I am a Jew. If you follow this way, then you are acting rationally; or not acting irrationally, to put it more precisely.
(כמובן רעדט ער אין א פאַל וואו די רב/שדכן וכו׳ קען טאקע ביידנ צדדים און ווייסט/קלערט אז ס׳איז טאקע קאָמפּעטיבּל מצד די מדובר ומדוברת. ווי אויך אז לעומת זה האבן די אהובים חתונה ווי א סארט אימפּאָלסיוו חתונה.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

מי אני האט געשריבן:ס׳איז מיר אויסגעקומען צו ליינען דא וואס איינער ״לייביש הכהן״ האט געשריבן:
.
5). אנעקדאָטעלי קען מען אפשר זאגן אז עס איז אפשר מער פּראַבּעבּל אז א "מאדעל"-אויסזעהנדע מיידל זאל זיין א בּיטש ווי איידער איינע וואס זעהט נישט אויס אזוי. דאס איז ווייל זי פיהלט מער ענטייטעלד מיט איר שיינקייט. אויב אזוי האט איר מאן דערנאך (נאך די אינפעטשוּעישאן וועפּט אויס) א גיהנום.
אוי ווי אמת די סטעטמענט איז... מיטגעהאלטן עטליכע אזעלכע סיטואציעס לעצטענס,
איין אזא סיטואציע שווימט מיר יעצט ארויף, געשעהן עטליכע חדשים צוריק, א בחור, א חבר מיינער, איז א חתן געווארן ב"ה מיט א שיינעם מיידעלע, הויעך געשטעלט, בלאנדע האר... די רעסט קענט איר ענדיגן אין אייער פאנטאזיע... בקיצור א מלכת היופי.
נאכן זיין חתונה געהאט א קורצע צוויי וואכן האבן זיך די ריכטיגע קאלירן אנגעהויבן ארויסשטעלן... זי, וואס איר איינציגסטע מעלה איז באשטאנען פון שיינקייט, וחוץ מזה גארנישט... די עקסייטמענט פון די שבע ברכות איז אויסגעלאפן... און זי האט אנגעהויבן לויפן אויף איר שיינקייט ווי אויף אויף א טרעדמיל, און געפאדערט זאכן איינס נאכן צווייטן, איך בין דאך שיין און ס**קסי ממילא מעג איך פארלאנגען וואסעכוויל ווייל דו וואלסט דאך קיינמאל נישט געקענט באקומען אזא שיינע מיידל, ממילא אז איך האב מסכים געווען צי חתונה האבן מיט דיר מיינט אז איך מעג בעטן וואס איך וויל... בקיצור מיט דעי מיינדסעט האט זי געריטן אויף אים מיט פשוטע אכזריות, אנגעהויבן ביי פאדערן צי שעיוון פון קאפ ביז פוס (דער בחור איז א טיפיקעל בחור, נאטהינג ספעשיל, א לב זהב א שמייכל צו יעדעם, גייט מיט היט און רעקל, דאווענט מיט מנין דריי מאל א טאג, גייט אין מקווה, וואס זאלעך זאגן, טיפיקל!) און ער שעמט זיך, ער גייט נאך אין מקווה יעדען טאג, און אריינשפאנען אינעם הייסן בור אפגעגאלט פון קאפ ביז פוס איז נישט אזוי איינגענעם...
פאדערן צי גיין מיט טייטע דשינס הויזן אין א טישורט ווען ער פארברענגט נאך יעדן טאג מיט זיינע חברים פון ישיבה...

מקווה נאכט האט ער אנגעגרייט די גאנצע הויז, דעקארירט פון דאך ביז פלאר, מיט ראמענטיק לעכט.... (דא העט איר אויך דארפן ניצן אייער חוש הדמיון)... בקיצור פינעווע צופרי שפאנט זי אריין... ווי ביסטע געווען? פרעגט ער. איך האב געווארט פאר דיר אזוי לאנג, אנגעגרייט די גאנצע הויז..... אה, כ'האניש געהאט קיין נערוון אהיימצוקומען צי דיר, כ'האב געספענדט די נאכט ביי א פרענד.... במילים אלו!

דער אינגערמאן האט מיר אנגערופן שפעטער מיט בכיות, כהאב גארנישט געקענט טון מער ווי מיטוויינען מיט אים,

ער האט גענומען נאך א דשאב צוויי שעה צופרי (פאר כולל) פשוט צו קענען אקאמאדירן אירע עקספענסעס פאר גיין שאפינג יעדן טאג.... ער איז אויפגעשטאנען יעדן טאג פאר ביים עלות צו גיין קויפן פרישע ראלס, די ספעציעלע וואס זי האט ליב... סז'אל זיין גרייט ווען זי שטייט אויף... (דאס האט זי נישט געבעטן, איך פארצייל עס פשוט צו צייגן וואס פארא גאלדן הארץ ער פארמאגט און ער האט געטון יעדע זאך אויפן וועלט איר צו צופרידן שטעלן און מאכן העפי, און ניטאמאל א שקויעך האט ער באקומען פון איר.... ווייל אלעס קומט זיך מיר ווייל איך בין שיין און ס**קסי !
"איך עקל מיר צי וואשן דיינע וועש! וואש עס אליינס"! איז געווען די טעגליכע סטעיטמענט פון די טאג ממחרת החתונה...
דאס איז אחוץ די התעללות וואס ער איז אריבער טאג טעגליך שא"א לפורטם.

נישט אלעס איז שייך ארויסצוברענגען אין פובליק (די מנהלים העלן מיר נאך מעקן די תגובה און מיר ארויסשטויסן אויף א מיסיל אויב איך שרייב די אלע דעטאלן...) איך בין מגלה טפח ומכסה אמה, די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אסאך מאל וואס זי נעמט עדווענטעדש פון איר שיינקייט און די מאן פאלט א פשוט קרבן לעזאזל, במלא מובן המלה, אין יעדן הינזיכט.

דאס פארשטערקערט אביסל אונזער מהלך וואס די עלטערן קוקן קודם אויף די חפצא און אויף די מידות און הארץ און דאן לאזט מען די בחור מחליט זיין (ווי איידער לאזן די בחור פאלן קודם פאר די שיינקייט... וד"ל)
צפוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך צפוני »

ס'זעהט זייער שטארק אויס אז זי איז א BPD (Borderline personality disorder) ליידענע, איך ווינדער מיך טאמער זיי זענען נאך צוזאמען, מיט א בי. פי. די. ליידענער איז זייער שווער צו וואוינען אויב מ'באקומט נישט די ריכטיגע גיידענס ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי.
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

נעע, זיי האבן זיך ברוך השם גע'גט נאך א פאר וואכן (צי זיין מער פונקטליך, א חודש א האלב).
ער איז שוין א חתן און זי האט געדעיט איינעם אנדערש פאר צוויי חדשים און ער האט אפגעבראכן,
בקיצור ס'קען זיין אז סגעווען BPD, די געדאנק איז אבער אז די הויכע שיינע ס*קסי מיידלעך האבן א גרעסערע פראצענט פון זיין ביטשעס און רייטן אויף א תמימות'דיגע בחור וואס איז אריינגעפאלן (און ס'איז נישט גרינג נישט צו ווערן פארבלענדעט פאר די צוקערדיגע שמייכל און שיינעם געבוי, והמציאות יוכיח.)
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

נעקסט לעוועל האט געשריבן:נעע, זיי האבן זיך ברוך השם גע'גט נאך א פאר וואכן (צי זיין מער פונקטליך, א חודש א האלב).
ער איז שוין א חתן און זי האט געדעיט איינעם אנדערש פאר צוויי חדשים און ער האט אפגעבראכן,
בקיצור ס'קען זיין אז סגעווען BPD, די געדאנק איז אבער אז די הויכע שיינע ס*קסי מיידלעך האבן א גרעסערע פראצענט פון זיין ביטשעס און רייטן אויף א תמימות'דיגע בחור וואס איז אריינגעפאלן (און ס'איז נישט גרינג נישט צו ווערן פארבלענדעט פאר די צוקערדיגע שמייכל און שיינעם געבוי, והמציאות יוכיח.)
אויב פארשטיי איך גוט, איז דיין טענה אז עס איז דא א גרעסערע פראצענט בארדערליין פערסאנעליטי דיסארדער
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:
נעקסט לעוועל האט געשריבן:נעע, זיי האבן זיך ברוך השם גע'גט נאך א פאר וואכן (צי זיין מער פונקטליך, א חודש א האלב).
ער איז שוין א חתן און זי האט געדעיט איינעם אנדערש פאר צוויי חדשים און ער האט אפגעבראכן,
בקיצור ס'קען זיין אז סגעווען BPD, די געדאנק איז אבער אז די הויכע שיינע ס*קסי מיידלעך האבן א גרעסערע פראצענט פון זיין ביטשעס און רייטן אויף א תמימות'דיגע בחור וואס איז אריינגעפאלן (און ס'איז נישט גרינג נישט צו ווערן פארבלענדעט פאר די צוקערדיגע שמייכל און שיינעם געבוי, והמציאות יוכיח.)
אויב פארשטיי איך גוט, איז דיין טענה אז עס איז דא א גרעסערע פראצענט בארדערליין פערסאנעליטי דיסארדער
בעצם דארף עס נישט קיין נאמען, פשוט א ביטש!
מהאלט זעך שיין, צי רייך, צי קלוג איז מער מצוי צי פארלירן סביסל מידות
גאט איט ?
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

נעגעל וואסער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 9:23 pm קען זיין אז ער וויל זיין מצוי כתרנגול און זי קוקט איהם אהן ווי א האן אין בני אדם.

:lol: :lol: :lol: :like

איך לאך נישט ח״ו פון די ׳פעין׳ ה״י. אבער די אויסדריק איז א גוטץ...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re:

שליחה דורך yesiknow »

[quote="נעקסט לעוועל" post_id=509087 time=1663263214 user_id=5499]
[quote="מי אני"]ס׳איז מיר אויסגעקומען צו ליינען [url=https://t.me/chillwithlibish]דא[/url] וואס איינער ״לייביש הכהן״ האט געשריבן: [quote].
5). אנעקדאָטעלי קען מען אפשר זאגן אז עס איז אפשר מער פּראַבּעבּל אז א "מאדעל"-אויסזעהנדע מיידל זאל זיין א בּיטש ווי איידער איינע וואס זעהט נישט אויס אזוי. דאס איז ווייל זי פיהלט מער ענטייטעלד מיט איר שיינקייט. אויב אזוי האט איר מאן דערנאך (נאך די אינפעטשוּעישאן וועפּט אויס) א גיהנום.[/quote][/quote]
אוי ווי אמת די סטעטמענט איז... מיטגעהאלטן עטליכע אזעלכע סיטואציעס לעצטענס,
איין אזא סיטואציע שווימט מיר יעצט ארויף, געשעהן עטליכע חדשים צוריק, א בחור, א חבר מיינער, איז א חתן געווארן ב"ה מיט א שיינעם מיידעלע, הויעך געשטעלט, בלאנדע האר... די רעסט קענט איר ענדיגן אין אייער פאנטאזיע... בקיצור א מלכת היופי.
נאכן זיין חתונה געהאט א קורצע צוויי וואכן האבן זיך די ריכטיגע קאלירן אנגעהויבן ארויסשטעלן... זי, וואס איר איינציגסטע מעלה איז באשטאנען פון שיינקייט, וחוץ מזה גארנישט... די עקסייטמענט פון די שבע ברכות איז אויסגעלאפן... און זי האט אנגעהויבן לויפן אויף איר שיינקייט ווי אויף אויף א טרעדמיל, און געפאדערט זאכן איינס נאכן צווייטן, איך בין דאך שיין און ס**קסי ממילא מעג איך פארלאנגען וואסעכוויל ווייל דו וואלסט דאך קיינמאל נישט געקענט באקומען אזא שיינע מיידל, ממילא אז איך האב מסכים געווען צי חתונה האבן מיט דיר מיינט אז איך מעג בעטן וואס איך וויל... בקיצור מיט דעי מיינדסעט האט זי געריטן אויף אים מיט פשוטע אכזריות, אנגעהויבן ביי פאדערן צי שעיוון פון קאפ ביז פוס (דער בחור איז א טיפיקעל בחור, נאטהינג ספעשיל, א לב זהב א שמייכל צו יעדעם, גייט מיט היט און רעקל, דאווענט מיט מנין דריי מאל א טאג, גייט אין מקווה, וואס זאלעך זאגן, טיפיקל!) און ער שעמט זיך, ער גייט נאך אין מקווה יעדען טאג, און אריינשפאנען אינעם הייסן בור אפגעגאלט פון קאפ ביז פוס איז נישט אזוי איינגענעם...
פאדערן צי גיין מיט טייטע דשינס הויזן אין א טישורט ווען ער פארברענגט נאך יעדן טאג מיט זיינע חברים פון ישיבה...

מקווה נאכט האט ער אנגעגרייט די גאנצע הויז, דעקארירט פון דאך ביז פלאר, מיט ראמענטיק לעכט.... (דא העט איר אויך דארפן ניצן אייער חוש הדמיון)... בקיצור פינעווע [b]צופרי[/b] שפאנט זי אריין... ווי ביסטע געווען? פרעגט ער. איך האב געווארט פאר דיר אזוי לאנג, אנגעגרייט די גאנצע הויז..... אה, כ'האניש געהאט קיין נערוון אהיימצוקומען צי דיר, כ'האב געספענדט די נאכט ביי א פרענד.... במילים אלו!

דער אינגערמאן האט מיר אנגערופן שפעטער מיט בכיות, כהאב גארנישט געקענט טון מער ווי מיטוויינען מיט אים,

ער האט גענומען נאך א דשאב צוויי שעה צופרי (פאר כולל) פשוט צו קענען אקאמאדירן אירע עקספענסעס פאר גיין שאפינג יעדן טאג.... ער איז אויפגעשטאנען יעדן טאג פאר ביים עלות צו גיין קויפן פרישע ראלס, די ספעציעלע וואס זי האט ליב... סז'אל זיין גרייט ווען זי שטייט אויף... (דאס האט זי נישט געבעטן, איך פארצייל עס פשוט צו צייגן וואס פארא גאלדן הארץ ער פארמאגט און ער האט געטון יעדע זאך אויפן וועלט איר צו צופרידן שטעלן און מאכן העפי, און ניטאמאל א שקויעך האט ער באקומען פון איר.... ווייל אלעס קומט זיך מיר ווייל איך בין שיין און ס**קסי !
"איך עקל מיר צי וואשן דיינע וועש! וואש עס אליינס"! איז געווען די טעגליכע סטעיטמענט פון די טאג ממחרת החתונה...
דאס איז אחוץ די התעללות וואס ער איז אריבער טאג טעגליך שא"א לפורטם.

נישט אלעס איז שייך ארויסצוברענגען אין פובליק (די מנהלים העלן מיר נאך מעקן די תגובה און מיר ארויסשטויסן אויף א מיסיל אויב איך שרייב די אלע דעטאלן...) איך בין מגלה טפח ומכסה אמה, די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אסאך מאל וואס זי נעמט עדווענטעדש פון איר שיינקייט און די מאן פאלט א פשוט קרבן לעזאזל, במלא מובן המלה, אין יעדן הינזיכט.

דאס פארשטערקערט אביסל אונזער מהלך וואס די עלטערן קוקן קודם אויף די חפצא און אויף די מידות און הארץ און דאן לאזט מען די בחור מחליט זיין (ווי איידער לאזן די בחור פאלן קודם פאר די שיינקייט... וד"ל)
[/quote]

סדא ליידער נישט אזעלכע שיינע מאדעלס ווי יענע פרוי וואס קענען אויך זיין גיט ביטשי דאס איז א בחינה פון תרתי גיהנום .

מען קען חתונה האבען מיט די תורה אין איגנארען די פרוי אויב איז נישטא קיין ברירה אסאך מאל איז באשערט צו ליידען אין מען דארפ מקבל זיין באהבה.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
פארשפארט