וואסער האט געשריבן:נאך א נקודה למחשבה.
איך ווייס נישט ווי קראנט דיינע נומבערס זענען מיט די 12 חתונות אויפן זוממער.
אבער לויט די נומבער קומט אויס א גרויסע פארצענטואלע שפרינג אויף ארויף.
במשך'ן זוממער איז דא אן ערך פו 45 טעג צו קענען חתונה מאכן.
אראפרעכענדיג פון פסח ביז שבועות (חוץ ל"ג בעומר), פון שבעה עשר בתמוז ביז י אב, און אזוי אויך סוף חודש סיון, אב, אלול
דאס איז 26% וואס איז א 6% שפרינג.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!
קודם כל איז עס מיוזיק צו מיינע אויערן ווי נאך צענדליגע בלעטער דא ווי מ'האט זיך געשוואוירן ביי אלעם הייליג אז די בוקינגס זענען עד לב השמים, און יעדער האט געהערט פון קראנטע מקורות אז אויף קומענדיגע ווינטער איז יעדע נאכט דא א חתונה דארף מען יעצט צוקומען צו יעדע מעגליכע חיזוק.
און נאכדעם קומט מיר צו שמייכלען ווי מען קען נעמען א ציפעדיגע בזיונותדיגע נאמבער און עס דרייען און דרייען אזוי לאנג ביז פון איין ענגל דארף עס ווייזן א שוידערליכע סוקסעס...
אבער לאמיר צונעמען דיין חשבון.
איך ווייס נישט ביי וועם דו האסט געלערנט מאטעמאטיק קוקט אויס ווי דו ביסט געווען פון די טענדשערין ווארפערס... אבער דיין חשבון איז זייער א נארישע חשבון.
עס קומט בכלל נישט אריין דא וויפל טעג עס איז דא חתונה צו מאכן אין זומער.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז עס וועט זיין זייער א נארישע ארגומענט פאר קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג צו זאגן אז 'זיי זענען כמעט ליידיג זומער ווייל עס איז דא ווייניגער דעיטס וואס מען קען חתונה מאכן', ווייל מענטשן האבן געטון שידוכים אויפן זעלבן טעמפא זומער ווי ווינטער און אויב איז דא ווייניגער דעיטס וועט מען סך הכל מוזן מער אויסציען די אינגעידשמענט אבער דאס איז זיכער אז די דעיטס וואס מען קען חתונה מאכן ווערט בכלל נישט בארירט פון דעם וואס עס איז דא ווייניגער טעג.
עס איז אזויווי עס זאל ווען זיין אז די אלע צוועלף חתונות פון עטרת מייזעלס זאלן ווען זיין יעדע נאכט פון י''א אלול ביז כ''ג אלול (לאכטס נישט) און דו זאלסט קומען דא טריאומפירן אז עס איז דא דריי און צוואנציג טעג אין אלול וואס מען קען חתונה מאכן און פון דעם האט עטרת מייזעלס צוועלף חתונות, וואס איז כמעט פיפציג פראצענט... ווייל יעדער פארשטייט אז דו קענסט אויך נעמען בלויז פון י''א אלול ביז כ''ג אלול און זאגן אז מען האלט שוין ביי הונדערט פראצענט פול...
אינטערשטע שורה, די וועג פון רעכענען איז נישט דורך נעמען א געוויסע צייט אפשניט און ציילן די טעג, די ריכטיגע וועג איז דורך רעכענען די סך הכל שידוכים וואס זענען געשלאסן געווארן אין קרית יואל און זען וויפל פראצענט דערפון גייען חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס.
איז לאמיר טאקע מאכן די חשבון: אין די פריעדיגע מעסעדזש האב איך אראפגעברענגט די חשבון אז עס איז געווען יעצט ווינטער 200 ארונישע שידוכים און פערציג זאלישע שידוכים און לאמיר זאגן אז עס איז געווען צוואנציג בני יואל שידוכים (כ'קען מאכן מער אבער עס וועט אראפברענגען די פראצענטן) קומט אויס א סך הכל פון 260 שידוכים און פון דעם איז דא צוועלף חתונות אין עטרת מייזעלס וואס קומט אויס כמעט פינף פראצענט.....
המקום ינחם אתכם.....