א שארף ציפעדיגע ווארט פונ'ם קאצקער...
ביי די חטא העגל, האבען די איד'ן זיך געזארגט פאר משה און דער שטן האט זיי געוויזען ווי ער איז טויט. האבען זיי געזוכט א נייע משה און נאכען מאכען די עגל האבען זיי געשריגען אלה אלוהך ישראל.
איז וואס האבען זיי געזוכט א נייע רבי אדער א נייע ג-ט ?
נאר אויב דער רבי איז א בהמה (עגל) מאכט מען איהם פאר א ג-ט...
פרשת תשא - עגל
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שאלה...
ווער האט זיך משתתף געוועהן ביי די חטא העגל?
די ספרדים? זיי האבען געקוקט אין הימעל מיט זייער מקובלים און באבא'ס און געוויסט אז ער איז אין הימעל
חב"ד ? זיי האבען געזאגט אז ער לעבט
ברסליו? זיי האבען געזאגט אז מען דארף בכלל נישט א לעבעדעגע רבי
סאטמר? זיי האבען סתם פיינט געהאט משה ווייל ער האט ליעב געהאט ארץ ישראל
אמשיניו? זיי האבען געזאגט אז מען קען נאך ווארטען אפאר טעג
גור? די "נשים" אין גור האבען נישט קיין צירינג.
נו איז ווער איז יא דארט געוועהן?
אפאר ליטוואקעס וועליכע האבען געשריגען נו, נו, עס איז שוין די שקיעה

אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!

- קבצו זקנים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
ווען משה רבינו איז געשטארבן זאגען חז״ל אז די יידען האבען עז נישט געגלייבט, האט מען זיי געויזען דעם בעטל ווי סי ליגט משה אונד דעמאלס האבן זיי אונגעהויבן צי קלאגען אונד באוויינען אזוי ווי סי שטייט (דברים לד, ח) וַיָּמָת שָׁם מֹשֶׁה... וַיִּבְכּוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת מֹשֶׁה שְׁלֹשִׁים יוֹם.
פרעגט זיך די קשה, מה נשתנה מיט וואס איז דאס אנדערזש ווי ביים עגל וואס דעמאלס ווען יידען האבן געזעהן דעם בעטל מיט משה רבינו אונד געמיינט אז ער איז געשטארבן שטייט אין פסוק (שמות לב, ו) וַיֵּשֶׁב הָעָם לֶאֱכֹל וְשָׁתוֹ וַיָּקֻמוּ לְצַחֵק?
לויט דעם שיינען פשט וואס האט געברענגט אינזער חבר פאלאצ'ינטא קען מען זאגען אויף דעם אופען אז אין פרשת וזאת הברכה איז משה גיווען אינזער 'רעבי' וואס האט אינז געלערנט תורה אונד וועט געריפען ׳משה רבינו׳ אונד ווען דער רבי שטארבט, וויינען די תלמידים. אבער ביים עגל איז משה נאר געווען א מנהיג אונד א אדמו״ר אונד האט אינז נאכנישט געגבען/אויסגעלערנט די תורה, אונד אז א מנהיג שטארבט עסט מען אונד טרינקט מען אזוי ווי סי שטייט 'וַיֵּשֶׁב הָעָם לֶאֱכֹל וְשָׁתוֹ וַיָּקֻמוּ לְצַחֵק'.
פון דא נעמט זיך אינזער מנהג (מלשון מַנְהִג און דאס זענען די זעלבע אותיות ווי 'גהנם') אז ביי א יאהרצייט סעודה פון א אדמו״ר טרינקט מען א שארף בראנפען אין עסט זיך אהן געשמאקה פאלאצ'ינטא, והוא רחום יכפר..

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
זאגט דאך ר' לעבאוויטש פין וואודרידזש אז וועגן דעם איז לא ידע איש קבורתו ווייל ער האט נישט געוואלט מען זאל מאכן א פלאץ צו פרעסן און זויפען.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים