לעצטענס האב איך איבערגעבליקט א מעשה ווי איימיצער איז צוביסן געווארן דורך א שלאנג, דער פארמער איז אזוי ברוגז געווען אויפן קאברא, איז ער אים נאכגעלאפען, דערכאפט, און אים צוריסן מיט זיין נאקעטע ציין. א מעשה שהיה.
טראכט איך מיך דערוועגן, געטראכט און געטראכט.
וויל איך פארשטיין די לאדזשיק ביהיינד קנא ונוקם. טעג וועט קומען, גאט וועט זיך נוקם זיין אין די עוברי מצותיו, און די עובדי עבודה זרה, און פאר אלע וואס האבן זיך געוואגט טשעפענען מיט אונז. פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאלן זיך די פעלקער פארכטן פאר עונשים וואס זייער גוף בלא נשמה וועט ליידן ביי ריאינקארסינעישען? וואס איז שוין זיין באדי? פלייש און ביין? ביג דיעל! אפשר האט עס געדארפט ארבייטן און די ענשענט טיימס, ביי די פרימיטיווע פעלקער, אבער מיט היינדסייט, ווען מ'טראכט אריין, איז עס נישט אביסל סענסלעס? חאמעלנעצקי האט זיך געדארפט שרעקן אז טויזענט יאר דאון די ליין גייט מען איבערמאכן זיין בעג אף באונס, און די אייראפעאישע אידן, וואס גייען דעמאלס זיין חסידים און ברוקלין גייען אים צומאלן צוריק אויף אפס ואין?
נאכמער, פון אונזער זייט, ווי איז דאס א טרייסט געווען פאר אלע צרות? קוקט עס נישט אביסל אויס ווי די פארמער מיטן קאברא? מ'וועט לעבעדיג מאכן די זאק מיט ביינער, די שארב וואס איז געבליבן פון זיי, און מ'וועט אריין פראקן? נו, א מורא'דיגע נחמה.
א פארט פון מיין טראכטן איז געווען, אז דו טראכסט אריין, די יסוד פון נקמה איז געווען א שליסל צו אונזער סורווייוועל זייט גלות מצרים. דער פראבלעם איז אז די זאך האט נישט קיין הענט און פוס על פי דרך הפשט, אין מיין אמעריקאנע פאר'גוי'אישטע מגושמ'דיגע אויגן און שכל.
אין אמת'ן איז עס מיר גארנישט אזוי פשוט ביי אידן אויך נישט. אבער ביי אונז, מיט די נשמות, איז עס סאך מער דקות'דיג און פאר א אנדערע צייט.
ריווענדזש (נקמה)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
די מעשה פון די מקור.
זעע ווי די פירסט ריספאנדערס צי די אשכול רעדן בעיקר פון היטלער. עס זענען געווען גרויזאמע מערדער ביי כלל ישראל ביפאר אים וואס זענען שוין אינגאנצען פארגעסען געווארן. איך האף אז ער איז די לעצטע אבער די שכחה איז גרויס. דעס איז נאך א ריעזאן וואס די נקמה טרייסט האלט נישט דאס וואסער.
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... venge.html
זעע ווי די פירסט ריספאנדערס צי די אשכול רעדן בעיקר פון היטלער. עס זענען געווען גרויזאמע מערדער ביי כלל ישראל ביפאר אים וואס זענען שוין אינגאנצען פארגעסען געווארן. איך האף אז ער איז די לעצטע אבער די שכחה איז גרויס. דעס איז נאך א ריעזאן וואס די נקמה טרייסט האלט נישט דאס וואסער.
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... venge.html
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו פערינא
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז די אללע גויאישע רוצחים וואס האבן ברוטאל געהרג'ט אידן דורכאויס די היסטאריע וועללן זייערע נפשות מיט אללע סענסעס נישט צוריק אויפלעבן. חוץ פון דעם האב איך מחשבות, דו קענסט דאס אנרופן פאנטאזיעס צו נעמען נקמה מיט די זעלבע מאס אכזריות און ברוטאליטעט פון די רוצחים פון "העררען פאלק" וואס האבן געהארג'ט און געפייניגט אונזערע עלטערן און זיידעס און באבעס.