די אנשיקעניש פון SMS און און וואטסעפפ ספעם מעסידזשעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

די אנשיקעניש פון SMS און און וואטסעפפ ספעם מעסידזשעס

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך בין זיכער אסאך פון אייך זענען באוואוסטזיניג צו דעם רעלאטיוו נייער פענאמענאן ביי אונזערע קהילות אוואו מענטשן קלייבן צוזאם סעלפאון אדער מאובייל נומערן פאר א.ג. אנשי שלומינו טעלעפאן ליסטעס אבער וואס אן אמת נוצן זיי די נומערן אייך צו באהאגלען מיט ספעם טעקסט מעסידזשעס וואס אנהאלטן כל מיני שטותים און אומוויכטיגע אינפארמאציע וואס פאראינטרעסירט אייך ווי די פאריעריגע שניי. אנגעהויבן ביי לוויות, תנאים און תהלים אפיעלן און געענדיגט ביי טיי אווענטס, מוסדות שנארערכצער קאמפיינס און סתם גראב און פראסט פראדאקט מארקעטינג, ווי די וואונדערליכע געשמיר, ר' ישעי'לעס חי ראטל און שמועסן ביי איינגערעדטע פסיכילאגן.

די חוצפה און עזות פון די עלעמענטן איז אין לשער. ווען זיי שיקן דיך ווען א טעקסט מעסידזש כאטש מיט א נומער פון וואנעט עס קומט און מיט אן אפציע עס צו סטאפן, איז א האלבע צרה אבער מערסטנס פון די SMS מעסידזשעס קומען מיט פשוט א ווארט אין די העדער (קעפל) און מיט קיין אפציע צוריק צו ענטפערן אדער אפילו זיי בלאקן אויף דיין אייגענע טעלעפאן.
שטעלט אייך פאר א מענטש קומט איעדן טאג, עטליכע מאל א טאג, קלאפן אויף אייער טיר און לויפט אוועק. און ווען איר עפענט די טיר צו זעהן ווער ס'איז דארט, געפינט איר א ליפלעט אויף דער ערד באצירט מיט א צענדליג פיצא פיקטשערס פון מעקדאנלדס – וואלט איר נישט ארויס פון אייער גלייזן אבער דאס איז פיהל ערגער, ווייל דער שיקער ברויך אפי' נישט מאכן די רייזע צו אייער היים; ער קוועטשט איין קנעפל און שיקט ארויס טויזנטע מעסידזשעס אויף א ריפיט סקעדזשול וויפיל מאל א טאג ער וויל און באקומט נאך פעט באצאלט דערפאר. אונזער וועלט איז גענוג דיסטראקטינג אז מיר זאלן נאך ברויכן דערצו די נודניקעס זאלן פלאָדן אונזערע טעלעפאנען מיט שטונק יעדע שטונדע נישט איבערלאזענדיג פאר אונז דער מעגליכקייט צו קאנצעטרירן אויף א טעסק פאר צו לאנג.

יעדע נארמאלע סאסייעטי האט געזעצן ארום פריוואטקייט. מ'קען נישט אינטרודן א מענטשנ'ס פערזענליכע ספעיס נאר ווייל דו זוכסט צו לייזן אפאר טאלער. אזוי ווי מען קען נישט הארעססן א מענטש אויפ'ן גאס מונדליך אדער מאכן פאני קאללס צו אייער היים טאג און נאכט, מעג מען נישט דיך טעראריזירן מיט דזשונק מעסידזשעס איבער יעדעס גרעבעכץ און פארץ וואס עמיצער אין די קהילה האט זיך דערשמעקט צו פאר-נפחהנען. אז איך וויל וויסן ווער ס'האט ארויסגעקוועטשט א זכר בונדל וועל איך נעמען דעם דבר יום ביומו, קוקן אין די צייטונג אדער זיך נאכפרעגן אין מקוה – שאָוו מיר עס נישט אין געזיכט אריין. די מענטשן וואס פארקויפן די סארט פראדוקטן און טרעידן מיט די נומערן ליסטעס זענען עתיד ליתן את הדין און ברויכן אין מיין אפיניען כאפן א קורה אין קאפ, וועלן זיי וויסן ווי זיי שטייען.

און דער אמת איז אז ס'איז נישט לעגאל צו טוהן. איז אבער די צרה אז ס'איז נישט קלאר פאר מענטשן ווי אזוי מען ברויך דאס באהאנדלען און די ספעמערס רייטן אויף מענטשנ'ס איגנאראנס, אומוויסנהייט אף טעכנעלאגיע און אומבאהאוונטקייט אדער אומציטרוי צו די אינטערנעט. אנדערש ווי ווען איינער רופט אייך אהן אויפ'ן טעלעפאן מיט סטראשונקעס און שיקט אייך העיט מעסידזשעס איז דאס נישט עפעס וואס דו קענסט תיכף איינמעלדן די פאליציי זאל אינפארסירן; אויך איז עס נישט עפעס וואס אויב דו רופסט דיין טעלעפאן קאמפאני, מיט א קאמפלעינט אויף דעם און מיט א פארלאנג צו קריגן די שיקער אדער אפילו זיין סערוויס פראוויידער (סעלפאון קעריער), זאלן זיי קענען דיין פארלאנג נאכגעבן. ווייל דיין טעלעפאון קאמפאני, מעג אליינס נישט עקסעסן די אינפארמאציע סיידן אויב זיי קריגן א פאדערונג פון די פאליציי און די פאליציי זעלבסט וועט נישט נאכגיבן דיין פארלאנג ווייל דאס איז א סיוויל קאמפלעינט און נישט אן אימינענט עמערדזשענסי אדער עפעס וואס לייגט דיך אין א סכנה.

אבער נישט געזארגט, עס איז דא פלענטי וואס מען קען אליינס טוהן (און מען דארף טוהן) זיך אפצושאקלען פון די פארשוינען אויסער טוישן די סעלפאון נומער (וואס איז נישט פעיר און וועט סייווי קיין סאך נישט אויפטוהן ווייל ווי דערמאנט קלייבן זיי צאם די נומערן פון חבירים און משפחה אדער מוסדות און עמיצער וואס זוכט זיין נומער צו באהאלטן ווייסט ווי שווער עס איז אזאנס צו טוהן בתוך אונזערע היימישע קאמיוניטיס.) אדער דאונלאודן א 3רד פארטי סאפטוועיר וואס אינקלודט עקסטערע פיטשערס זיך אנ'עצה צו געבן מיט אזעלכע סארט מעסידזשעס (?) וואס קאסטן מסתמא געלט אדער האבן אליינס אסאך עדווערטס און על כל זה האט אויך די חיסרון פון דארפן אוועק-שיפטן פון די נעיטיוו SMS עפפ און די קעיפיבילעטיס וואס זי אָפערט.

אלזא האב איך מיר דערטראכט צו מאכן א קליינער גייד מיט אנווייזונגען ווי אזוי פטור צו ווערן פאר זיך אליינס פון די אנשיקענישן און אפשר אז אסאך מענטשן וועלן דאס נאכטוהן וועלן די ספעממערס זיך טרעפן מיט אזא לאָך אין טאש פון פיינס און קנסים אז ס'ביזנעס וועט זיך זיי מער נישט לוינען, וועלן אלע מרוויח זיין. איך וועל עס שערן מיט אייך האפענטליך, שפעטער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: די אנשיקעניש פון SMS און און וואטסעפפ ספעם מעסידזשעס

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

איך מיין אז סיי אייפאן און סיי ענדרוד האבן אן אפציע פון mute notification פאר די נומערס וואס באדרען אייך...
בנוגע פליפ פאונס איז נישט צו סאך צו טוהן
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נאר פאר טעקסט מעסידזשעס וואס קומען פון א 'נומער' - איך רעד פון א סעלושן בעיקר פאר טעקסט מעסידזשעס וואס זענען אַנאָנימעס, הענס זיי קען מען נישט [אויף אנדרויד] מיוטן פון פאראויס ווייל זיי קומען יעדעס מאל מיט אן אנדער 'ווארט' העדער, כאטש וואס עס איז פון דער זעלבער שיקער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: די אנשיקעניש פון SMS און און וואטסעפפ ספעם מעסידזשעס

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

איך האב נאך נישט געהאט דאס פראבלעם. טובי׳ מאיר האט נאכנישט מיין סעל נומער. הגם וואס מיין הויז נומער האט יא און עס מאכט מיר שטארק נערוועז. אבער איך מוטשע מיר מיט די עקסטענדעד קאר וואראנטי. אויב איינער ווייסט פון אן עפפ אפילו פאר געלט צו פטור ווערן. וואס ארבעט סיי פאר מיין געהעריגע ליניע און סיי פאר גוגל וואויס אויך.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:איך האב נאך נישט געהאט דאס פראבלעם. טובי׳ מאיר האט נאכנישט מיין סעל נומער. הגם וואס מיין הויז נומער האט יא און עס מאכט מיר שטארק נערוועז. אבער איך מוטשע מיר מיט די עקסטענדעד קאר וואראנטי. אויב איינער ווייסט פון אן עפפ אפילו פאר געלט צו פטור ווערן. וואס ארבעט סיי פאר מיין געהעריגע ליניע און סיי פאר גוגל וואויס אויך.

ב״ה אז די רשעים האבן נישט מיין פאון נומער, אבער מיין סעקאנד ליין עפפ ווערט שטורמירט מיט קאר ווארענטי מעסעדזשעס, דעריבער וויל איך אויך בעטן אויב עמיצער קען ארויפלייגן א עפפ וואס קען מיר העלפן פטור ווערן פון דעם שטירן אפפאל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך האב א ענדרויד ס'דא א אפשען block spam and scam calls, ס'מאכט אז ס'זאל נישט קלינגען אויך קימט נישט קיין נאטיפיקעישען, אבער ווען מען גייט צי ריסענט קאללס אדער צי די טעקסט עפפ קימט עס ארויף און ס'שטייט blocked, איך ניץ עס שוין איבער א יאר ס'ארבעט א מחיה.

אין gmail איז דא א פשוטע עצה report spam, זיי גייען שיקן פון א אנדערע אדרעס, אבער ווען מע האלט אין איין רעפארטן ספעם הערט זיך עס אויף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אבער די סמ"ס קומט נאכאלס אריין און ס'קלאָגד אפ דיין אינבוקס, אפעקטירענדיג דיין סוירטש פיטשער'ס עפעקטיוונעס..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער די סמ"ס קומט נאכאלס אריין און ס'קלאָגד אפ דיין אינבוקס, אפעקטירענדיג דיין סוירטש פיטשער'ס עפעקטיוונעס..


גערעכט, מען דארף יעדע פאר וואכן אויס מעקן אלע ספעם מעסעדזשעס, די אויפטיה איז אבער אז די דארפסט נישט 30 מאל א טאג באקימען א קאל טעקסט אדער נאטיפיקעישען, אז איינער וויל דיך געיבן עקסטענטעד ווערינטי צי א נאכט אין הילטאן צי אנדערע שטותים, גענצליך בחינם און איר ברויכט בלויז געיבן אייער און אייער ווייבס סאשעל סעקיוריטי נאמבער......
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז דא א עפפ וואס הייסט מיסטער נאמבער, וואס כאפט (על פי רוב) אליין אויף אויב א נאמבער איז א מעגליכע ספעמע"ר, ס'איז עוויעליבעל אויף ענדרוי"ד און אויף IOS איך מיין אז ס'האט אויך א סענסערשי"פ טעקנאלאדש"י (וואס ליינט דורך די טעקסט מעסעדשעס אויב די ווערטער סאונדע"ן ווי ספע"ם) אבער ס'קאסט 4 דאלער א חודש
פארשפארט