איי געיס די צייט לויפט. כהאב געמיינט אז סאיז קוים א יאר צוויי.
כ׳ווייס נישט צו די וויצן שטייט שוין דא ערגעץ.
יארמער רב האט אמאל געגראמעט ביי א שבע ברכות אין די הויז פונעם ברך משה מסאטמאר זצ״ל. נאכן ענדיגן גראמען איז ער געגעאנגען נעמען לחיים פונעם רבין, האט זיך יארמער רב אנגערופן צום רבין: סאיז ב״ה אזא שיינע שמחה, אזוי שיין צוגעגערייט, איך וויל בעטן רשות צו איך וואלט געקענט עפעס אהיימנעמען פון די שמחה פאר מיין בני בית, זי וועט זיך זיכער זייער פרייען. און דער ברך רופט זיך אן: זיכער! בכבוד גדול! איר קענט נעמען וואס איר זעהט אויפן טיש. און ווי נאר יענקל הערט דאס הייבט ער אויף די צוויי ריזיגע זילבערנע לייכטער און ער הייבט אן ארויסצוגיין...
ער האט עס שנעל צוריקגעלייגט ווען משה גבאי האט אים אנגעהויבן נאכצולויפן.
מיט יאהרן צוריק פאר ער איז באוויסט געוועהן פאר אזא למ״ד צדי״ק. אין א דריי טאג יו״ט איז יארמער רב ארומגעגאנגען אין וויזניצער ביהמ״ד אין מאנסי צו אלע אידן מיט ווייסע בערד די דריטע טאג יו״ט ביי שחרית און ביים ליינען. און אריינגערוימט אין זייער אויערן אז ער וויל מיט זיי עפעס וויכטיג רעדן גלייך נאכן דאווענען, ממש צוויי ווערטער. ער האט זיי געבעטן זיך צו טרעפן מיט זיי אין פאליש ביי די לינקע שאפע. נאכן דאווענען שטייען פארזאמלט א שיינע ציבור אידן מיט שניי ווייסע בערד, און ווארטן פאר אים, ווילן שוין הערן וואס ער האט צוזאגן, ענדליך קומט ער צוגיין און רופט זיך אן הויך צו יעדעם איינעם:
גיט יו״ט. גיט יו״ט. גיט יו״ט. גיט יו״ט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius