כל קבוע כמחצה על מחצה דמי, פארוואס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ריכטיג האט געשריבן:דער פותח האשכול איז עפעס סטאק אז פראביביליטי איז די איינציגסטע סברא, הוא ואין זולתו.

מען דארף געדענקן אז אויסער פראביביליטי וואס איז ניינציג-צען, איז אויך דא א סברא פון פאסיביליטי וואס איז פופציג-פופציג.


דעיס קענסטו פינקט אזוי זאגן ביי כל דפריש.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אה"נ, לעולם איז סיי כל דפריש און סיי קבוע גזה"כ.

דו ביסט אבער געווען סטאק כאילו פראביביליטי איז די איינציגסטע סברא, און כאילו דו קענסט בלויז פארשטיין פארוואס די תורה גייט מיט פראביביליטי, עד כדי כך אז ווען די תורה זאגט פאסיביליטי קוקסטו עס אן ווי אוועקגעגאנגען פון די אייגענע פארשריפטן.

אויף דעם איז מיין ענטפער אז ניין. ביידע זענען אקצעפטירטע סברות. און די תורה זאגט דא אזוי און דארט אזי.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך האב עס אייביג אנגעקוקט מיט די גזיה''כ גלעזער,
יא, מ'קען לומד'עווען וויאזוי מען זאגט רוב און אויף וועליכע אופן וכדומה, אבער, פארשטיין די עצם סברה?
אויב איז חזיר א פראבלעם, דאן פארוואס אויב עס פאלט אריין איין שטיקל חזיר אין צוויי שטיקלעך כשר'ס מעג איך עסן אלע דריי שטיקלעך? (מדין תורה, חד בתרי בטל) איך עס דאך זיכער חזיר דא? מען וואלט געדארט מסברה אסר'ן אלע דריי שטיקלעך? אלא מאי, הפה שאסור הוא הפה שהיתר, ער לאזט נישט עסן חזיר, און ער לאזט יא עסן ווען עס ווערט 'בטל ברוב'...
און ער זאגט אויך אז אויב איז עס קבוע דאן איז עס נישט רוב נאר כמחצה על מחצה, כ'מיין, גיי טענה דיך, אזוי איז עס און פארטיג, עס האט מיט שכל אדער מאטעמאטיק זילטש
כנלע''ד
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

קהל'ס נער האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:טאמער מען וויל זאגן א סברא, איז עס ווייל ביי א דבר הניכרַ איז נישטא קיין ביטול. עס איז דא א נו"ב ווען איינער ווייסט וועלכע שטיקעל פלייש איז חזיר, און איך ווייס נישט, אויב איז שייך ביטול בכלל. בקיצור, רוב איז נאר אויף א אמת'ע ספק. ממילא, ביי קבוע וואס איז ניכר במקומו איז דא א חומרא עס זאל נישט העלפען קיין רוב.

יא, די סברה זאגט מען אין די ישיבות
די פראבלעים איז נאר אז ס'נישט אמת אז די ספק ווערט אין געשעפט, ווייל ווילאנג ער איז אין געשעפט ווייסט ער צי די געשעפט איז כשר צי נישט, סנאר ווען ער קימט ארויס געשעיט די ספק אז ער געדעינקט נישט פון וועלכע געשעפט ער איז ארויס

ועוד, אז עס האט מיט חשיבות, עס איז זיכער דא קבוע דרבנן וואס האט מיט חשיבות, אבער דער דאורייתא קען אויך זיין עס נעמט זיך פין חשיבות, און א דבר חשוב לא בטל. פארדעם ווען דער ספק הייבט זיך נישט אהן במקום הקבוע, איז עס יא בטל.
דעיס זאגט מען אויך אין כולל.
אבער ס'שטימט אויך נישט וויילאיך צי נישט מבטל צי זיין די געשעפט איך בין מבטל די פלייש פון די געשעפט



קהל הקודש
איך האב הנאה ווי די צולייגסט, איין סברא זאגט מען אין ישיבה, איין סברא זאגט מען אין כולל. און יעצט וואס ווילסטו? ק"ש סברות?
לאמיר טראכטען. אה. עס פאלט מיר ביי נאך א סברא. ממון בעלים ווערט נישט בטל. און אין דער חניות באלאנגט עס דאך נישט צו דיר. ממילא ווערט עס נישט בטל. איי תשע צבורין? דאס איז שוין משום לא פלוג.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דער פותח האשכול איז עפעס סטאק אז פראביביליטי איז די איינציגסטע סברא, הוא ואין זולתו.

מען דארף געדענקן אז אויסער פראביביליטי וואס איז ניינציג-צען, איז אויך דא א סברא פון פאסיביליטי וואס איז פופציג-פופציג.


דעיס קענסטו פינקט אזוי זאגן ביי כל דפריש.

קהל'ס נער: אויף דעם דארף מיר די גמרא. צו זאגן ווען יא און ווען נישט. (כל דפריש. און כל קבוע.). און די גמרא שטימט מיט סייענס...! דאס גלייב איך באמונה שלימה. ווייל ...שוין לאמיר נישט גיין ווייטער. כדי נישט צו געבן א פתחון פה פאר די אפיקורסים וכופרים.

ביי מיר איז די אמונה (ב"ה) זייער קלאר. אויב די חכמים האבן געזאגט..."כל דפריש, מרובא פריש. און כל קבוע, כמחצה על מחצה דמי"... איז עס אויסגעהאלטן סטאטיסטיש און סייענטיפיש...!
פארשפארט