זוכר נמחקות (אייוועלט)

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

yn.NY האט געשריבן:שכח פאר'ן אראפרענגן!
"
די שרייבער איז א גוט'ן לץ, און ברענגט ארויף אזא "קאנטערוואסיעלע" נושא מיט אזא תמימות, אז מ'קען מיינען אז ער ער איז א תמיומותדיגע בחור...

באמערקונג, די שרייבער דרייט זיך דא אויף קאווע שטיבל, זעה זיינע ווערטער: (אויף אייועלט זאגט מען "דא אויףן וועלטל")

עצי שטים האט געשריבן:וואס איז פשט אז די גמרא שרייבט אזעליכע זאכן? ווען איך לערן די סארט גמרות גייט עס מיר ממש נישט אריין אין קאפ וויאזוי רבינא אדער רב אשי האבן בכלל געשריבן אזעליכע זאכן, אין אונזער היינטיגע סיסייעטי וואלט עס נישט געווען אנגענומען, און ווי געשריבן, אויב וואלט איך געעפנט א אשכול ווי איך גיב אהן אזא עצה אדער איך פארצייל אזא מעשה דא אין שטיבל, וואלט איך גלייך געווארן פארשפארט אויף אייביג, דאס איז קלאר, (גאנץ מעגליך אז אפילו די אשכול וועט ווערן פארמעקט)


ביי אינז פלעיגט מען זאגן.
"מאכט א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד"
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שמן למאור האט געשריבן:היינט איז פאר א קורצע צייט געווען א אשכול אויף אייוועלט מיטן קעפל 'פארוואס שרייבט די גמרא זאכן וואס וואלט פארמעקט געווארן אויף אייוועלט'?
די אשכול איז פארשטייט זיך ביז געציילטע מינוטן געווארן פארמעקט, אבער עס איז מיר געלונגען צו פאראייביגען די ווערטער פונעם שרייבער

Omg
דער שרייבער איז זעכער א לץ, וואס האט ער פונטקליך געוואלט? איך גלייב אז זיי האבן עים פארשפארט אויך.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

איך האלט אז ער האט עס יא געמיינט ערנסט, ער וואלט נישט איינגעשטעלט זיין ניק. זיין( תמימות'דיגע) טעות איז געווען אז ער האט געמיינט אז אייוועלט איז שוין א טראפ אפען, און מיטן מקדים זיין א התנצלות אז תורה היא וללמוד אני צריך, וועט עס מפייס זיין די מנהלים למפרע, און מסיר זיין די חרון אף וואס אזא שאלה קען ברענגען.
דערווייל האט עס בעקפייערט.
די תירוץ איז זייער פשוט: א"וו איז געבויעט אויף צביעות. זיי האבן נישט קיין לאגישע תירוץ. און מיטן אויסמעקן די אשכול אדער אויסשפארן יענעם, האבן זיי אלעס פארענטפערט. יענעם איז זיכער שוין גארנישט שווער.
וכל ישראל ישמעו ויראו.
דאס פארמעקן, מאכט עס אויסקוקן ווי קנאות, און פאר א פעיקער איז דאס גענוג.
די תגובות פון די מעמבערס וואס באדאנקען זיך פאר די גוטע און שנעלע שריט דעמאנט מיך פון די נארט קאריענס וואס האבן געוויינט און געיאמערט ווען זייער פירער איז געשטארבן, אויס מורא אז מ'וועט קומען נאך זיי אויב זיין וויינען נישט.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

Btw @שמן למאור, ווער איז די ניק וואס האט עס געשריבן?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

שליחה דורך פאליטיקאנט »

נישט נאר די גמרא שרייבט זאכן וואס וואלט פארמעקט געווארן אינעם איי הטיפשות, די תורה הקדושה (תורה, נביאים וכתובים) איז פול דערמיט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כפתור האט געשריבן:איך האלט אז ער האט עס יא געמיינט ערנסט, ער וואלט נישט איינגעשטעלט זיין ניק.


וואס עפעס, פארוואס מיינסטו אז ער האט נישט קיין בעקאפ ניקס, וואס ווען מען וויל שרייבן עפעס קאנטראווערסיאל שרייבט מען מיט יענע ניק אזוי שפארט מען נאר אויס עפעס א ניק וואס ער ניצט נישט און גלייך נאך דעים עפענט ער נאך אפאר דיספאוזעבל ניקס.

נישט בחינם עפענט אינזער מנהל דא יעדע וואך 20 ניקס און אפשר איינס פון 50 זענען אקטייו, נאר וואס די עולם פיל זיך אן די טאשן מיט ניקס על כל צרה שלא תבוא.

איעדער מיינט אז נאר זיי איז איינגעפאלן די טריק, כהאב אייך נייעס איעדער טיט עס. (שששש כ'האף אז די מנהל ליינט נישט די תגובה....)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אקעי, נאכן לאזן די עולם ווארטן, וועל איך מגלה זיין די אמת, כ'האב נאר געווארט צו זען אויב איינער וועט קענען ציען א פארעלעל פון יענע שרייבער צו מיין שרייב ווערק, זעט אויס אז נישט,
(קומטס נישט זאגן יעצט אז 'יא כ'האב טאקע חושש געווען... :lol: )

יא! איך בין עס געווען...! די תמימות'דיגע שרייבער!
כ'מיין אז אלע קשיות און אפשאצינגען פאלן אוועק

כ'האב געוויסט אז מען וועט עס פארמעקן, און כ'האב עס גלייך פאראייביגט, כ'האב נאר געהאפט אז עס וועט פארבלייבן פאר א שטיק צייט ביז מען וועט עס כאפן, אבער למעשה איז עס געווארן אראפגעפליקט ביז געציילטע מינוטן, די צענזור ארבייט זייער פיין דארטן

די ניק איז נישט געווארן אויסגעשפארט, און כ'האב נישט מורה געהאט אז מען וועט מיר אויסשפארן ווייל כ'האב נאך ניקס...!!!

און פאר די אלע צדיקים'לעך וואס האבן דארטן געשריבן לויב ווערטער צום מנהל פארן מעקן, און די אלע וואס כ'האב זיך ארימגע'טענה'ט דארטן אין אישי (כ'ווייס אז ענק ליינען אלע קאווע שטיבל) יא כ'האב מיר געמאכט ווי א תמים פאר ענק, כ'האב ענק סתם אויסגענארט, היפיקריטן וואס ענק זענען,
קיינער פון ענק האבן נישט גערעדט צום דבר, חוץ שרייען משכיל און שגץ פאר בלויז שפעקעלירן וואס וואלט געווען ווען איך ברענג ווען חלילה א גמרא אין אייוועלט וואס שטימט נישט אינגאנצן מיט ענקער פארקאקטן סיסטעם, אויך מיר א תורה...
(אגב ווי אויסגעשמועסט אפאר מאל דא, זענען אלע דארטן היפאקריטן, דא פאטשן זיי זיך אין באכל אז זיי פאלגן נאך די אדמורי''ם אויף יעדע טריט און שריט, אבער למעשה איז יעדער דארטן אויף אינטערנעט שלא לצורך פרנסה...כ'האב געמיינט אז עס איז גע'אסור'ט דורך אלע רבנים? ווי איז די היתר פון אייוועלט נישט צו פאלגן די רבנים?)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קהל'ס נער האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:איך האלט אז ער האט עס יא געמיינט ערנסט, ער וואלט נישט איינגעשטעלט זיין ניק.


וואס עפעס, פארוואס מיינסטו אז ער האט נישט קיין בעקאפ ניקס, וואס ווען מען וויל שרייבן עפעס קאנטראווערסיאל שרייבט מען מיט יענע ניק אזוי שפארט מען נאר אויס עפעס א ניק וואס ער נישט נישט און גלייך נאך דעים עפענט ער נאך אפאר דיספאוזעבל ניקס.

נישט בחינם עפענט אינזער מנהל דא יעדע וואך 20 ניקס און אפשר איינס פון 50 זענען אקטייו, נאר וואס די עולם פיל זיך אן די טאשן מיט ניקס על כל צרה שלא תבוא.

איעדער מיינט אז נאר זיי איז איינגעפאלן די טריק, כהאב אייך נייעס איעדער טיט עס. (שששש כ'האף אז די מנהל ליינט נישט די תגובה....)

דארטן איז סאך ערגער ווי דא
איך גלייב נישט אז מען דארף דא האבן עטליכע ניקים, זעלטן וואס מען שפארט אויס איינעם, איך האב נאר איינס

אבער אויף אייוועלט האט יעדער צען ניקים איינס פרימער פונעם צווייטען, ער מיז האלטן חשבון וועליכע ניק איז מער פרים און וועליכע איז אביסל ווייניגער, און אמאל צעמישט מען זיך און עס ווערט א חורבן,
איך אליין האב דארטן פינעף ניקים...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

[.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמן למאור האט געשריבן:אקעי, נאכן לאזן די עולם ווארטן, וועל איך מגלה זיין די אמת, כ'האב נאר געווארט צו זען אויב איינער וועט קענען ציען א פארעלעל פון יענע שרייבער צו מיין שרייב ווערק, זעט אויס אז נישט,
(קומטס נישט זאגן יעצט אז 'יא כ'האב טאקע חושש געווען... :lol: )

יא! איך בין עס געווען...! די תמימות'דיגע שרייבער!
כ'מיין אז אלע קשיות און אפשאצינגען פאלן אוועק

כ'האב געוויסט אז מען וועט עס פארמעקן, און כ'האב עס גלייך פאראייביגט, כ'האב נאר געהאפט אז עס וועט פארבלייבן פאר א שטיק צייט ביז מען וועט עס כאפן, אבער למעשה איז עס געווארן אראפגעפליקט ביז געציילטע מינוטן, די צענזור ארבייט זייער פיין דארטן

וואס איז געווען דיין ציל?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

הייסט עס אז די חברה דארט זענען נישט געווען אזוי אףף ווען זיי האבן געשריגן אז דאס איז א אונטערגעציפטער אויבער חכם וואס מיינט עפעס אנדערש פון תורה הוא וללמוד אני צריך......
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מיליאנער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:אקעי, נאכן לאזן די עולם ווארטן, וועל איך מגלה זיין די אמת,
יא! איך בין עס געווען...! די תמימות'דיגע שרייבער!


וואס איז געווען דיין ציל?


קודם כל, איז האבן פאן און אנדרייען א קאשע א ציל פאר זיך, דאס איז ערשטנס,

צווייטענס, איך האב געמיינט אז עס וועט דארטן זיין פאר א שעה אדער מער, און אפילו אויב איין פארמאכטע קאפ עפענט זיך, האט זיך אלעס געלוינט,
(כ'האב געפרעגט און אישי פאר איינער וואס האט אויסגעלויבט די מנהל'ס 'פלינקע ארבייט', וואס איז געווען די פראבלעם פונעם ארטיקל? האט ער געזאגט אז ער האלט נישט ביים רעדן צו מיר דערוועגן, האב איך אים געענטפערט, אז אויב ער וויל נישט רעדן איז נישט, איך צווינג נישט קיינעם, און ער זאל גוט ארימנעמען זיין קאפ מיט נאך א דיקע שיכט פון סערען רעפ)

אין די צייטן פון די קאלטע קריג, האט אמעריקע אינוועסטירט מיליאנע דאלארן פאר פרא מערב וועלט ראדיא פראפעגאנדע וואס זיי האבן אויפגעשפילט ביי די גרעניצן פון רוסלאנג מיטן האפענונג אז עס הערט זיך אריין אינעווייניג,
פאר יארן האבן זיי נישט געהאט קיין אנונג אויב אפילו איינער הערט עפעס, אפשר האט עס די KGB געבלאקט און עס איז אלעס געארבייט פאר גארנישט,
אבער נאך וואס די סאוויעטישע באנד איז געפאלן, זענען די אמעריקאנער געוואר געווארן אז למעשה האבן עס מיליאנער מענטשן געהערט און עס האט געהאט א השפעה אויפן טוישן די דעת הקהל און געהאלפן די ענגילטיגע ענדינג צום סאוויעטישן באנד און גרויס סוקסעס,
יעצט טוט מען די זעלבע אין נארט קאריע, אפשר וועט עס אויך האבן א השפעה

און איך פראביר די זעלבע מיט מיינע אידישע ברידער וואס זענען נעבעך פארכאפט אין א פאלטשע אידישקייט פראפעגאנדע מאשין,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

תרמב האט געשריבן:הייסט עס אז די חברה דארט זענען נישט געווען אזוי אףף ווען זיי האבן געשריגן אז דאס איז א אונטערגעציפטער אויבער חכם וואס מיינט עפעס אנדערש פון תורה הוא וללמוד אני צריך......

אףף זענען זיי זיכער נישט געווען, אבער אליבה דאמת האב איך טאקע געוואלט עס זאל ווערן א שמועס, איך האב געוואלט הערן תריצים,
איך בין נישט איינער וואס איז פארקנאקט מיט א שיטה און מען קען מיך נישט בייגן, איך בין אפען פאר דיעלאג און איך האב געוואלט באמת הערן א גיטן תירוץ
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שמן למאור איך האב געהאט אזא פילינג ווייל געווענליך מאכט מען א סקרינשאט נישט מען ברענגט אראפ יעדן ווארט וויזוי האסטו געדענקט אזא לאנגע שטיקל ...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קאצקע ציקער האט געשריבן:שמן למאור איך האב געהאט אזא פילינג ווייל געווענליך מאכט מען א סקרינשאט נישט מען ברענגט אראפ יעדען ווארט וויזוי האסטו געדענקט אזא לאנגע שטיקל ...
כ'האב געמאכט קאפי פעיסט אויף די ווערטער, און עס געסעיווט אלץ א אימעיל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

עצי שטים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:עצי שטים איך האב געהאט אזא פילינג ווייל געווענליך מאכט מען א סקרינשאט נישט מען ברענגט אראפ יעדען ווארט וויזוי האסטו געדענקט אזא לאנגע שטיקל ...

כ'האב געמאכט קאפי פעיסט אויף די ווערטער, און עס געסעיווט אלץ א אימעיל

איך פארשטיי. אבער ווען דו ביסט ווען נישט די שרייבער וואלסטו פלעין געמאכט א סקרינשאט...
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

שליחה דורך החוקר »

קאצקע ציקער האט געשריבן:שמן למאור איך האב געהאט אזא פילינג ווייל געווענליך מאכט מען א סקרינשאט נישט מען ברענגט אראפ יעדע ווארט
אקוראט מיינע מחשבות. און נאכמער, פונקט דער זעלבער ניק וואס האט 'באמערקט' די אשכול אין די פאר מינוט פאר עס איז פארמעקט געווארן דארטן, האט דא געעפנט אן אשכול איבער די זעלבע גמרא א טאג פריער.

צופאל? דאונט טינק סאו...

נאר היות שמן למאור האט געבעטן אז מען זאל נישט זאגן אז מען האט געוואוסט, האב איך גארנישט געשריבן ביז איך האב געזען מיינע מחשבות געשריבן דורך א צווייטן.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מה קשר סקרינשאט, קאפי פעיסט איז אויך אן אפציע. מ'דארף נישט געדענקן יעדע ווארט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

החוקר האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שמן למאור איך האב געהאט אזא פילינג ווייל געווענליך מאכט מען א סקרינשאט נישט מען ברענגט אראפ יעדען ווארט
אקוראט מיינע מחשבות. און נאכמער, פונקט דער זעלבער ניק וואס האט 'באמערקט' די אשכול אין די פאר מינוט פאר עס איז פארמעקט געווארן דארטן, האט דא געעפנט אן אשכול איבער די זעלבע גמרא א טאג פריער.

צופאל? דאונט טינק סאו...

נאר היות שמן למאור האט געבעטן אז מען זאל נישט זאגן אז מען האט געוואוסט, האב איך גארנישט געשריבן ביז איך האב געזען מיינע מחשבות געשריבן דורך א צווייטן.

אקעי מסכים, ענק האבן יא געוויסט.. ;)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

דאס איז געווען דארט פארטאגס פאר א שעה צוויי

IMG-20220228-WA0321.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

שליחה דורך כרם זית »

זעט אויס אז די ארונים זענען אויף קאווע שטיבל...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית: איך קען (לכה"פ) 3 שטארקע ארוינים אויף קאווע שטיבל...!

הלור המה (מיט'ן אזלא גרש טראפ)...גאלד, גאנצל און , (פארשטייצעך) בערל בעל עגלה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט האט געשריבן:נישט נאר די גמרא שרייבט זאכן וואס וואלט פארמעקט געווארן אינעם איי הטיפשות, די תורה הקדושה (תורה, נביאים וכתובים) איז פול דערמיט.

פאליטיקאנט: זיי מאכן 2 מאל א יאר א סיום הש"ס. חוץ וואס דף היומי איז פסול.

זיי האבן ארויסגעשניטן פון די גמרא אלע פלעצער וואו ס'רעדט זיך פון (רעליגיעזן) ציונות. און אפילו די פלעצער וואו (אונזער) גמרא רעדט פון די שבח פון די פירות פון מדינת ישראל. (אזוי ווי הרב סענדער דייטש זייכער צאדיק וועקאדעש ליבראכעה ) האט אמאל געשריבן אז ערליכע אידן זאללן נישט קויפן קיין מדינת ישראל אתרוגים. כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז אין מדינת ישראל וואקסן אתרוגים...!
פארשפארט