דו ביסט אבער געווען סטאק כאילו פראביביליטי איז די איינציגסטע סברא, און כאילו דו קענסט בלויז פארשטיין פארוואס די תורה גייט מיט פראביביליטי, עד כדי כך אז ווען די תורה זאגט פאסיביליטי קוקסטו עס אן ווי אוועקגעגאנגען פון די אייגענע פארשריפטן.
אויף דעם איז מיין ענטפער אז ניין. ביידע זענען אקצעפטירטע סברות. און די תורה זאגט דא אזוי און דארט אזי.
היסטאריע האט געשריבן:טאמער מען וויל זאגן א סברא, איז עס ווייל ביי א דבר הניכרַ איז נישטא קיין ביטול. עס איז דא א נו"ב ווען איינער ווייסט וועלכע שטיקעל פלייש איז חזיר, און איך ווייס נישט, אויב איז שייך ביטול בכלל. בקיצור, רוב איז נאר אויף א אמת'ע ספק. ממילא, ביי קבוע וואס איז ניכר במקומו איז דא א חומרא עס זאל נישט העלפען קיין רוב.
יא, די סברה זאגט מען אין די ישיבות די פראבלעים איז נאר אז ס'נישט אמת אז די ספק ווערט אין געשעפט, ווייל ווילאנג ער איז אין געשעפט ווייסט ער צי די געשעפט איז כשר צי נישט, סנאר ווען ער קימט ארויס געשעיט די ספק אז ער געדעינקט נישט פון וועלכע געשעפט ער איז ארויס ועוד, אז עס האט מיט חשיבות, עס איז זיכער דא קבוע דרבנן וואס האט מיט חשיבות, אבער דער דאורייתא קען אויך זיין עס נעמט זיך פין חשיבות, און א דבר חשוב לא בטל. פארדעם ווען דער ספק הייבט זיך נישט אהן במקום הקבוע, איז עס יא בטל. דעיס זאגט מען אויך אין כולל. אבער ס'שטימט אויך נישט וויילאיך צי נישט מבטל צי זיין די געשעפט איך בין מבטל די פלייש פון די געשעפט
קהל הקודש איך האב הנאה ווי די צולייגסט, איין סברא זאגט מען אין ישיבה, איין סברא זאגט מען אין כולל. און יעצט וואס ווילסטו? ק"ש סברות? לאמיר טראכטען. אה. עס פאלט מיר ביי נאך א סברא. ממון בעלים ווערט נישט בטל. און אין דער חניות באלאנגט עס דאך נישט צו דיר. ממילא ווערט עס נישט בטל. איי תשע צבורין? דאס איז שוין משום לא פלוג.
ריכטיג האט געשריבן:דער פותח האשכול איז עפעס סטאק אז פראביביליטי איז די איינציגסטע סברא, הוא ואין זולתו.
מען דארף געדענקן אז אויסער פראביביליטי וואס איז ניינציג-צען, איז אויך דא א סברא פון פאסיביליטי וואס איז פופציג-פופציג.
דעיס קענסטו פינקט אזוי זאגן ביי כל דפריש.
קהל'ס נער: אויף דעם דארף מיר די גמרא. צו זאגן ווען יא און ווען נישט. (כל דפריש. און כל קבוע.). און די גמרא שטימט מיט סייענס...! דאס גלייב איך באמונה שלימה. ווייל ...שוין לאמיר נישט גיין ווייטער. כדי נישט צו געבן א פתחון פה פאר די אפיקורסים וכופרים.
ביי מיר איז די אמונה (ב"ה) זייער קלאר. אויב די חכמים האבן געזאגט..."כל דפריש, מרובא פריש. און כל קבוע, כמחצה על מחצה דמי"... איז עס אויסגעהאלטן סטאטיסטיש און סייענטיפיש...!