וואסער האט געשריבן:
@שמעון וואלף. כך דרכו של מיליאנער ער פרובירט צו רעדן שטותים א גאנצן צייט, און ווען מען ווייזט אים אויף שווארצ אויף ווייס אז ער איז נישט גערעכט נעמט ער איין א שטילקייט.
קוק צוריק און דעם אשכול כמה פעמים.
איך האב עס לצטענס געהאט ווען ער האט געוואלט פארדרייען פאקטן מיט די פראצענטן דורך צולייגן די בני יואל תלמידות צו די חתן-כלה ליסטע און אראפנעמען אלע חתונות פון עטרת מאיר צבי. נאכדעם וואס איך האב אים אנגעוויזן ווי ער ווי פארדרייען די פאקטן איז ער נעלם געווארן.
אזוי אויך דא ווען ער האט געוואלט פארדרייען הלכה פאקטן פונעם רמב"ם...
גראדע איז די עפראטש פון די ארונים געוואלדיג, יעדע חתונה וואס איינע פון די בני המשפחה וועלן זיין מסדר קידושין וועט מען זינגען "רשות". און אויב די ליסטע וועט וואקסן וועט מען אראפנעמען אלע פריערדיגע חתונות מיטן אויסרייד אז מען האט איבערגעמאכט. אזוי אויך יעדע מחותן וואס ביים קומענדיגן קינד וועט ער געבן א זון צו א וויליאמסבורגע/מאנסי מחותן וואס ווי פארשטייט זיך אז דעמאלט וועט די חתונה פארקומען אינדרויסן פון שטאט וועט מען אויך אראפנעמן די פריערדיגע חתונות. און אזוי וועט טאקע זיין 1+1=חלה דעקל...
אוטש.... אויף אזא אטאקע האב איך מיך נישט געראכטן, נאך דערצו אזא הארבע באשולדיגונג, איבער עפעס וואס איך האב אייביג געהאלטן פונקט פארקערט, אז איך שטיי און ענטפער פאר יעדן איינעם ווי א באצאלטע ארבעטער (אזש שמעון וואלף האט שוין טאקע געמיינט אז איך באקום א טשעק) אין די צייט וואס דער עולם בלייבט שטיל ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן, העכסטנס ווארט מען אז אז א צווייטער זאל ענטפערן... איך שטיי דא אבער איינער אליין אזויווי סאטמארע רבי ז''ל בשעתו און איך ענטפער פאר יעדן ווי א טאטאלע, סאו איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן אזא באשולדיגונג.
אדרבה ווייז מיר ווי איך האב מיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און איך וועל דיר ענטפערן בלי''נ איי געסס עס איז געווען נאכן שוין ארומגיין אין סירקלס אדער בין איך געווארן פארנומען צו ענטפערן א צווייטן.
איך בין נישט אזא תלמיד חכם ווי עצי שטים (איך שעץ אים באמת פאר דעם) איך האב געדארפט האבן צייט צו נאכקוקן וואס די פוסקים נעמען אן ביי א בן הנדה ממילא האט עס גענומען צייט, וויל איך מיך טאקע טיף אנטשולדיגן פאר הער וואסער.
גענוג מיט די דעפענס, יעצט לענינינו.
איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך, האמער געכאפט א בליק וואס ער פסק'נט לגבי בן נדה, זאגט ער אין תשובות והנהגות חלק א' סימן תשל''ג וואס ער האט אליין געהערט פונעם חזון איש, וז''ל: שבקיום תורה ומצות רוחצים הפגם לגמרי! מען קען תשובה טון און עס ווערט אינגאנצן אפגעווישט! ווייטער אין חלק ה' סימן שי''ג ברענגט ער נאך די זעלבע זאך פון כרתי ופלתי, תורת השלמים, ברכת שמואל, כולם פה אחד אז תשובה העלפט אינגאנצן אפילו פאר א פסול וואס איז געבוירן געווארן פגום.
אויף אזוי ווייט אז ר' משה פסק'נט אז מען דארף נישט דערציילן ביפאר א שידוך פאר די אנדערע צד אז די מדובר האט א פראבלעם! לפי''ז איז זיכער אז מען דארף נישט האלטן קיין פנקס פון אזעלכע וואס האבן תשובה געטון, וואס די ציל איז בעצם פאר שידוכים.
לגבי די רמב''ם וואס איך האב גערעדט, האט מיך דער עולם נישט פארשטאנען, קוקטס איבער מיינע ווערטער וזה לשוני (לויט ווי איך געדענק) "די רמב''ם זאגט פונטקליך וואס תשובה מיינט און צוריקציען ביי די צווייטע קינד פיט אריין פונטקליך אינעם רמב''ם'ס פראפאזעל" קוקטס נאך אין רמב''ם הלכות תשובה וואס תשובה מיינט ווי קבלה על העתיד, תשובות המשקל, עד שיעיד עליו יודע תעלומות וכו' וכו' פשטות איז צוריקציען ביים צווייטן קינד א כשר'ע תשובה.
אבער הרב וואסער, דו ספעשעלייזט זיך דאך און ענטפערן, איז לאמיר דיך פרעגן, הזאת יקרא דורכפאל? לאמיר שוין זאגן אז עס איז א נארישקייט פון די ארוינים אויסצומעקן האלב נעמען, אבער דאס איז א פאקט אז אין עטרת מייזעלס איז פארגאנגענע ווינטער געווען בלויז 16 חתונות, און אויף קומענדיגע זומער איז דא 12 חתונות! חוץ פון דעם האבן האלב עבריינים צוריקגעצויגן ביים צווייטן קינד אדער איבערגעמאכט די קידושין אזויווי די ארוינים פארלאנגען, און דאס הייסט א דורכפאל פאר די ארוינים?
דו האלטסט אז אויב קומענדיגע יאר וועלן די ארוינים ארויסשניידן 'אלע' נעמען פונעם פנקס ווייל ''יעדער'' האט צוריקגעצויגן ביי די צווייטע קינד, וועט עס זיין א ענדגילטיגע געווינס פאר די זאליס ווייל די ארוינים האבן גענדיגט מיטן פנקס....? דו כאפסט וואספארא נארישקייט דאס איז צו זאגן, אז יעדער האט געמיינט אז מען גייט ציטערן פון די פנקס און דערווייל שניידן די ארוינים ארויס נעמען פון דעי וואס האבן אויפגעהערט, וואס ממש דאס איז דאך געווען די ציל פונעם גאנצן פנקס.... און ווען איך שריי געוואלד! דו נעמסט די סוקסעס פון די ארוינים און דו טרייסט דעי זעלבע סוקסעס צו אראפמאלן ווי א דורכפאל, דאן ווער איך פלוצלינג א ספינער, ווייל איך מוז יעצט נאר ענטפערן אויב עס מאכט יא סענס אדער נישט סענס צו אראפנעמען נעמען....
האלט קאפ! מען האלט שוין תשפ''ב, מהרז''ל איז שוין רבי קרוב צו צוואנציג יאר, און מען שטייט און מען מוטשעט זיך צו חתונה מאכן אן מהר''א! און עס גייט נישט! און דאס איז א דורכפאל פאר וועם? פאר די ארוינים!