איה״נ. דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס [tag]לעיקוואד[/tag] איז מסביר אין
די צוויי שיעורים באריכות לגבי דאס וואס דער רמב״ם זאגט בהקדמתו לפרק חלק אודות דעות בני אדם בדברי חכמים. והיינו, אז אָננעמענדיג אז זיי זענען געווען חכמים פון דאס וואס מ׳זעהט פון די זאכן וואס זיי האבן געזאגט על הכלל כולו און זייער מהלך בהגיון בדזשוריספּרודענס וכדומה ונתבררה לחכמים מחכמתם, זענען די צוויי עקסטרעמע כתות מקצה אל הקצה וואס לערנען זיי אפ כפשטם, ביידע נישט גוט. והיינו, די ערשטע כת וואס לערענט זיי אפ כפשטם, גלייבן דאס מיט א תמימות, און טוהן דאס נאך פארשפרייטן, טויג נישט ווייל אזש עס פארשעמט אט די חכמים מיט דאס וואס זעהט אויס ווי דברים מוזרים וכו׳ וואס נארמאלע מענטשן, וכ״ש חכמים, קוקן אָן ווי סכלות. ווי אויך די צווייטע כת וואס לערענט זיי ווייטער אפ כפשטם ״וחשבו שלא כִוְּנוּ חכמים בו זולתי מה שמורה עליו פשט הדבר״ און זענען דאדורך טאקע מלעיג אליהם אז זיי זענען ״גרועי השכל״, טויג ווייטער נישט. וואס עס באדארף צו זיין איז זיי ריכטיג צו פארשטיין ״שאינם מדברים הֲתֻלִּים״, ווייל זיי זענען דאך בעצם
יא חכמים וכנ״ל, ולהבין בדבריהם דרך חידה ומשל ע״ש באריכות. און דעם איז אויך נכלל דאס אז מ׳באדארף זיי צו אפלערנען אינעם ריכטיגן קאנטעקסט: סיי בתוך הסוגיא און ווי אזוי עס קאָהערט מיט די ארומיגע הנחות פון דעם דיון, ווי אויך בכלל אין דאס היסטארישע קאנטעקסט פון זייערע צייטן.
אין אנדערע ווערטער, וואס דער רמב״ם מיינט איז אז לגבי דברי חכמים און סעידזשעס וואס זענען לכו״ע געלעגן אין חכמה וכו׳, באדארף מען זיי צו געבן דאס
פּרינציפּ פון טשעריטי. דאס מיינט אפטייטשן איינעמ׳ס ווערטער אין דאס בעסטע און מערסטע ראציאנאלע וועג מעגליך; דאס שטערקסטע מעגליכע מסתבר׳דיגע הסבר מ׳קען דאס נאר געבן. דאס איז בפרט אויף ווערטער פון א חכם וסעידזש וואס למעשה איז חכמה געווען אומנתו. פארשטייט זיך אז מ׳דארף נישט מסכים זיין מיט אים/איר אבער דאס מדחה זיין בשתי ידים מיט שפאט אלס שטותים איז נישט מדרך החכמים. ווי אויך איז טאקע מעגליך אז זיי האבן געזאגט און געגלייבט עפעס וואס היינט, 2,000 יאר שפעטער, קוקט מען דאס אָן אנאכראניסטיש ווי נאַריש - כדוגמת דאס אלגעמיינע שטאנד פון און ווי אזוי מ׳האט באטראכט פרויען, אמונה בשדים, אמונה ברפואות סגוליות, וכדומה. אבער ווי ערווענט איז א חלק פון אט די
פּרינציפּ פון טשעריטי דאס אלעס צו באטראכטן אין
אלע נויטיגע קאנטעקסטן - למשל דעמאלטס איז דאך דאס געווען די אלגעמיינע שטאנד והמדע, די ״סייענס״
(וואס איז אליינס אַן אנאכראניסטישע טערמין…) של זמניהם
(פונקט אזוי ווי אז אין 2,000 יאר ארום, אויב גייט דאס מענטשהייט נישט עקסטינקט און אָננעמענדיג אז די וואוקס אין מדע גייט ווייטער אָן אזוי צי גאר עקספּאָנענשאלי, וועט מען קענען שפעטן פון אונזער הבנה במדע, עטיקס, סאציאלע נארמעס וקאָנווענשאנס אא״וו, ופשוט. מיינט דאס דען אז חכמי זמנינו זענען נישט קיינע חכמים?).
ובכלל דארף מען אויך אין אכט נעמען אז די דרך חידה ומשל ורמז איז טאקע געווען דאן מער די נארמע ביי דברי חכמים ווי היינט.די פראבלעם איז אז במובן הפשוט וואס איז טאקע אסאך גרינגער צו טוהן, אָן דאס צו געבן די נויטיגע עיון וככל הנ״ל, זעהן טאקע אויס אסאך פון די זאכן אלס נאַריש והיתול. ובפרט וואו די מטרה איז טאקע אט דאס אז ס׳זאל אויסקומען א שפאט דערפון וד״ל.