ביי די ערשטע טריט אריין אינעם טויער פון חדר איז מיר א גערוך אנקעגען געלאפן, ס'האט געשמעקט פון ברוינע וויש פאפיר איינגעווייקט אין פּאָנטש, געטויסטע ברויט (מלמדים שטובל), בליטש, צעטרויטענע ביסלי, פאַרווע זופ, קינדער-צואה, צוזאמגעגאסענע מילעך, צוקוועטשטע ברויט, קעטשאָפּ, ועוד ועוד, עטליכע טעלערס האבן געשוועבט אויפן וואַנט נאכדעם וואס איינער האט זיי ארומגעדרייט אויפן שוויציג קאפ, קינדער האבן אויסגעדרייט גאַנצענע "ראולס" פון וויש-פאפיר איבער די קארידאר, נאסע טישוס זענען געפלויגן אומעטום...
גראָבע טאַטעלע גראָבע טאַטעלע, האט דער יונגע שַמשון געלויטעט דערביי האט ער געפאכעט מיט א צווייגל, שטונקער! האט ער מיט קוראזש ארויסגעשריגן, מיינסט ביסט מעכטיג ווייל די האסט א טול-באַקס? האט ער ווייטער פרובירט צו ליפטערן זיין היימישע רעטאריק, וויכטיג-קראַכער וויכטוג-קראַכער, כ'האב מיך גאנץ קנאַפ צוטון געמאכט און כ'האב פארגעזעצט מיט מיינע טריט, אבער ווי א קאזאַק האט ער זיך געשטעלט אינפארנט פון מיר אנטשלאסן מיט זיינע הענט אויף די לענדן, כ'האב פרובירט צו גיין זייט-וועגס אבער דער שַמשון ריקט זיך מיט ווי א שפיגל דערביי ווייזענדיג כינעזע סארט גרימאסן, ליי ליי ליי ליי האט ער א נאריש לידל געזינגען ווען אין די זעלבע צייט טייטלט ער מיט זיין ראציגע פינגער צו מיר אויף ארויף.
כ'האב געקלערט אז דער שַמשון איז אן איינצלענעם וואלף, עפעס א מיטגעמאכט קינד וועלכע זיכט אויפמערקזאמקייט צוליב א מאנגל אין ליבע, אבער מיטאמאל האב איך מיר דערזעהן אינעם צענטער פון א מאַסן דעמאסטראציע, איין פארנאכלעסיגט יונגל האט און א פרואוו ארויסצושטאַרצן פונעם געווענליכן סארט, אריינגעלייגט זיינע צוויי פינגער אין ביידע עקן פון מויל, ער האט דאס אויסגעצויגן אזש פון זיינע ליפן איז כמעט געגאנען בלוט און ציינער פונעם מיטל אלטער יארן האבן זיך אנטפלעקט, צוויי באזונדערע פינגער האט ער אריינגעשטעקט אינטער זיינע אויגן און דאס ארפגעצויגן דערביי האט ער געשאקלט זיין קאפ פון רעכטס צו לינקס, אויף מיין רעכטע זייט שטייט א קינד וועלכע זעהט זיך אויס קומט פון א גאר פרימע שטוב מן הסתם די ניינטער אין משפחה, אין א יונגן עלטער פון קוים צעהן יאר וואקסט אים שוין א שנאלץ, ער גייט אנגעטאן ווי א רבי פון טויזענטער חסידים און האלט אומשולדיג א גלעזל וואַסער אין די האַנט, א פערדע יונגל (גראדע אויסגעזען ווי א קלוגער) האט א שטופ געטאן זיין האנט און מיט גרויס צוזאמען ארבייט האבן זיי באוויזן צו נאַס מאכן האלב פון מיין קערפער, זיי האבן אפגעצויגן מיט געלעכטער...
די טיר פונעם מלמדים שטובל האט זיך געעפנט, נאך איידער א ליכט שטראַל האט געקענט דורכלויפן, זענען זיי ווי מייזלעך נעהלעם געווארן, דער טיר איז אפן בלויז עטליכע אינטשעס און ווערט שטייטלעך מער און מער געעפנט דורך די אונטערשטן חלק פונעם לאָנטש-רבי'ס גוף, איין ריזיגע האנט שטעקט זיך ארויס און גלעט די וואנט פינעם קארידאר אינדערצייט וואס דער לאָנטש-רבי שרייט אריין קולות אויף א צווייטע מלמד וועלכע זיצט נאך אין שטובל, עפעס וועגן ר' שאול אלטער.
ווען זיין פנים איז געקומען צו די עפענטליכקייט האב איך זייער גוט פארשטאנען די אנטלויף פון די קינדער, ממש א ים רויבער אזאנס וואס ווערט געשילדערט אין פונקציע ביכער, א לאנגע שנאָלץ וועלכע זעהט באמת אויס פאַלש, זיינע שווארצע ווייסע גלעזער זענען נישט געווען עפעס באזונדער גרויס אנקעגען זיין געשטאלט, דער פלאַכע היט איז געוועזן שיף ארויפגעריקט אלץ סימבאל פון אגרעסיע און איין האנט איז געווען אריינגעשטעקט אינעם כאלאט גארטל, דער צוויטע האנט איז לויז אראפגעהאנגען ווען צווישן זיינע פינגער האלט ער א שפילצייג\טשאטשקעלע וועלכע ער האט פארגנבעט פון אַן אָרעם קינד, די שיך מיט איין שטריך אין פארנט האט אנגעהויבן קומען נענטער צו מיך....
ממש א טיר גארטן...
שוין לאנג נישט געוועזן אין חדר...
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
שוין לאנג נישט געוועזן אין חדר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
וועלקאם בעק ברוינשטיין.
האמיר שוין,
ברוינשטיין די שיינע בחור, א חברה מאן וואס טריפט מיט מאלעסטערס.
ברוינשטיין די אלטע קאקער פון מושב זקנים, וואס ווערט נעגלעקטעט דורך די נורסעס.
און ברוינשטיין די הענדימען פון חדר, מיט די שמוציגע טלית קטן און ציבויגענע העלף-פרעים גלעיזער.
קיפ איט גאוינג, מיר קענען קוים ווארטן פאר די נעקסטע קערעקטער, (מיין סוגעסטציע, א אייוועלט שטיפער).
אגב, ווי ביסטו געוועין די לעצטע פאר וואכן, דא האט מען שוין גע'פחד'נט אז דיין משגיח האט דיך געפאקט מיט דיין סמארטפון, איינער אנדערש האט מציע געוועין אז די שיינע בחור איז געווארען מאלעסטעד....

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: שוין לאנג נישט געוועזן אין חדר...
מייסטערהאפטיג!!!
@יואב האט שוין יארן נישט געהאט קיין קאמפעטישן.
@יואב האט שוין יארן נישט געהאט קיין קאמפעטישן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שכח ברוינשטיין, ס'קומט דיר קרעדיט, נאך וואס די משגיח האט דיר געפאקט מיטן סמארטפאון, האסטו זיך ארויסגעשמוגעלט פון ישיבה צו א קיאסק אפצושרייבן די ארטיקל להנאות הציבור...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: שוין לאנג נישט געוועזן אין חדר...
האלאו יעדן איינעם כ'האב טאקע נישט געשריבן א שטיק צייט, ס'איז גוט צו זיין צוריק מיט ענק, כ'זעה אז די נאכפראגע איז גרויס אפשר וועל איך טאקע שרייבן עפעס וועגן די געפאקטע סמארט פאון
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך טראג אן פאר [tag]ברוינשטיין[/tag] אז ער זאל אראפלייגן אן ארטיקל פון דעם ישיבה בחור, אבער טאקע הארט נאכן קאפירן ליפא׳ס סידי אויף זיין רעקארדער אין טוילעט מיט די עירפאונס. ווי ער שטעלט עס אפ יעדע פופצן סעקונדעס, און ער קוקט ארויס פון דעם לאך אונטערן טוילעט טיר צו זען אויב דעם מנהל׳ס עקקא שיך דרייען זיך דארט.
אדער אפשר דעם כולל אינגערמאן, וואס קומט אן א שעה שפעט, לייגט אראפ זיין הוט אויפן שולחן ערוך און לאזט זיין חברותא ווארטן בעת ער לויפט אין כבוד שטיבל אריין צו הערן אויב זעלענסקי האט שוין אטאקירט פוטין, און אוודאי נישט בעפארן שיקן א טעקסט מעסעדזש צו יצחק שלמה דרעזדנער אז ער איז גרייט זיך צו לאזן אינטערוויואירן איבער די סיטואציע.
אדער איבערן מיינונגסזאגער וואס דרייט זיך ארבעטסלאז אין די גאסן, און ערנערט זיך פון די אכציג דאלאר טיפ וואס קול מבשר שיקט אים אריין פארן אריינזאגן א מיינונג אויפן טעלעפאן.