פאליטיקאנט האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן: נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.
מיין פראבלעם מיט ליבעראלן איז אז כאטש אסאך מאל איז די טענות גאנץ צו דער זאך, דאך וועלן זיי אלס אריינווארפן עפעס אן אנדערע אגענדע וואס הייבט נישט אן מאכן סענס.
נאך א משל איז דשאן קערי היינט מיט זאגן אז ער איז באזארגט אז די אוקריינא קריזיס גייט אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון די גלאבאלע אנווארעמונג אישו.
און מיין פראבלעם מיט קאנסערוועטיווע איז, אז ווען עפעס געפעלט זיי נישט זאגן זיי אז עס מאכט נישט קיין סענס-פינטל!-אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען!
שעפלע טייערע סאיז א אלטע פאקט!!! מלחמה- זאגט די רבי דזארדזש קארלין, מיינט פשוט “רייכע ווייסע מענטשען שיקן ארימע שווארצע אויפן שלאכטפעלד צו פראטעקטען אויף זייער פראפערטי און ריעל עסטעיט”
די שאלה איז נישט וואס מאכט סענס פאר דיר אדער נישט די שאלה איז צי סאיז אמת???
ביטע קוק אויף, פון אלע קאנגערסלייט און סענעטארס אין וואשינגטאן וואס האבן געשריגן אז אמעריקע זאל אטאקירן איראק, וויפל פון זיי האבן געשיקט זייערע קינדער אין מילטער?
אויב בוש האט געהאלטן אז סאיז אזוי וויכטיג אריינצוגיין אין איראק פארוואס האט ער נישט געשיקט זיינע צוויי טעכטער קיין איראק? זיי זענען געוועהן אין די יאהרן וואס מ׳גייט אין די ארמיי?
יענעמס קינדער?
כהאב ליב די נייע טונא-בייגל טראמפ-רעפובליקאנער. ס׳ארבעט אזוי: אלע פון זיי לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט, אלע פון זיי וואס איך קען האבן געכאפט קאוויד-געלטער- וואס קיין איינציגער רעפובליקאנער אין סענאט האט געוועהלט דערפאר! אלע פון זיי זענען מוראדיגע הייסע שטיצער פון מלחמה, געשימפט ווען ביידען האט ענדליך ארויסגענומען די אמעריקאנער טרופן פון איראק- נאך צוואנציג יאהר! שרייען אז אמעריקע דארף שוין זאפארט אריינגיין און זיך שלאגן מיטן רויסישען בער אבער קיינער פון זיי שיקט נישט די קינדער אין מיליטער!!!
אוואדי זענען זיי חסידים פון טראמפ, זענען פונקט אזעלעכע היפאקריטן ווי אים, און ס׳באדערט זיי נישט קיין היפאקראסיע.
איך וויל נאר פארשטיין ענקער חשבון. אמעריקע האט נאכנישט געוואונען קיין מלחמה ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט אין יענעמס טאפ, נישט אין וויעטנאם, נישט אין קארעא, נישט אין איראק, נישט אין אפגאניסטאן. און די אלע זענען קליינע צוריקגעשטאנענע לענדער פארוואס מיינט איר אז יעצט גייען זיי יא געוואונען? קעגן רוסלאנד? וואס האט אמעריקע געהאט פון די אלע מלחמות חוץ געקאסט געלט, בלוט, קרבנות, חובות, און אנגעמאכט שונאים אין די גאנצע וועלט?
גארנישט מיט נישט!
די רעפובליקאנער שלעפן גלייך ארויס די גאנס! זיי זענען אייביג גרייט זיך צושלאגן. ווייל זיי זענען אומציוויליזרטע חיות וואס לעבן מיט די אמאליגע שטייגער, על חרבך תחיה.