האט מען דען א בחירה?
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
האט מען דען א בחירה?
איז מעגליך אז א מענטש זאל נישט האבן קיין בחירה, איך האב אלעמאל געוויסט אזוי, לב יודע מרת נפשו, יא ווי שטארק איך האב געוואלט זיין ערליך, בין איך דארך געפאלן, איך האב מיך ממש געשלאגן מיטן יצר הרע, כ'האב געפילט אז איך פשוט נישט קיין בחירה, ס'געקימען א פוינט ווי כ'האב פשוט אויפגעגעיבען, כ'האב קיינמאל חרטה געהאט פארן אויפגעיבען ווייל כ'האב געוויסט אז איך האב געטרייט די מערסטע וואס איך קען, און איך רעד נישט פון איין נסין, איך רעד פון יארן טאג איין טאג אויס, איך האב מיך אייביג געמיטשעט מיט "אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו" קיין אפיקורוס האב איך נישט געוואלט זיין האב איך אלעמאל געטראכט "מסתם איז עס העכערע זאכן" איך בין געוועין רואיג אז אויף יענע וועלט וועל איך זאגן "אבינו שבשמים, ווער נאך ווי די ווייסט וויפיל איך האב מיך געשלאגען מיט מיין יצר הרע, און ער האט אלעמאל געווינען, איך האב נישט געהאט קיין בחירה, איך בין נישט שילדיג"
למעשה לערן איך היינט דף היומי און איך זעי א אינטערעסאנטע גמ'
כל העובר עבירה בסתר כאילו דוחק רגלי שכינה, איני, והאמר ר' אילעה אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירים אותו וילבש שחורים ויתעטף שחורים ויעשה מה שלבו חפץ, לא קשיא, הא דמצי כייף ליצריה הא דלא מצי כייף ליצריה.
זעי איך אז די גמ' איז מסכים מיט א מציאות פון "לא מצי כייף ליצריה" ער קען נישט דערדריקען זיין יצר הרע.
זאל עס זיין א חיזוק פאר יעדער וואס סטראגעלט מיט דעים און שלאגט זיך א אומזיגבארע מלחמה, זאלסט וויסן אז, ניין ביסט נישט קיין שייגעץ, ביסט א נערמאלע מענטש, און די האסט נישט קיין בחירה, גיי לעיב א פרייליך לעיבן.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואס איז טאקע פשט? איז די גמרא א סתירה צו בחירה?
לכאורה איז פשט אזוי, לא מצי כייף ליצריה- ער פילט ביי זיך אז ער קען זיך נישט מתגבר זיין, און ער האלט עס ביים טון, זאל ער עס כאטש טון ווי מען דערקענט אים נישט, אז עס זאל נישט זיין קיין חילול השם,
אבער באמת האט ער יא א בחירה און ער קען זיך יא מתגבר זיין אויב וויל ער באמת...

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
נמחק, ע"פ בקשת הכותב.
(ס'פילט זיך גיט צי קענען מעקן
)
הק' קהל'ס
(ס'פילט זיך גיט צי קענען מעקן

הק' קהל'ס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
היסטאריע האט געשריבן:פארפאלען, קהל האט געטראפן א גמרא וואס האלט ווי די דעטערמיניסטען.
און לויט די גמרא קומט אבער אויס אז אסאך מאל קען מען יא זיין כייף, און מיט דעם איז עס אנדרעש ווי די בעלי הדטערמיניסטען וואס האלטען אז קיינמאל האט א מענטש נישט א בחירה.
איז קומט אויס, אז אמאהל קען א מענטש יא, אמאהל נישט.
איך וואלט געזאגט אז דער מענטש אליין ווייסט נישט אויב ער קען יא אדער נישט, נאר פין הימל ווייסט מען, און מען איז אים דן אויב האט ער יא געקענט אדער נישט.
קומט אויס, קענען זיך ארום דרייען צוויי מענטשן, איינער איז א גרויסער צדיק, דער צווייטער א רשע, און באמת איז גאר פארקערט, ווייל דער צדיק האט נישט קיין בחירה אויף אלע זיינע עניני צדקות, אפאר נסיונות האט ער, און דוקא די נסיונות פאלט ער אדורך, ווען ער קומט ארויף, איז ער א רשע גמור. און דאס זעלבע איז פארקערט, דרייט זיך איינער א בעל עבירה, און האט נעבעך נישט קיין בחירה אויך אלע עבירות, חוץ אפאר קליינע נסיונות וואס די נסיונות איז ער זיך יא מתגבר, און ער גייט גלייך אין גן עדן.
און מיט דעם איז פארענטפערט צדיק ורע לו.
עס איז דא נאך גמרות און מדרשים וואס זענען מרמז אויף דער שיטה.
זייער גיט געשריבען.
אבער איך האלט אז א מענטש ווייסט יא ווען ער פארלירט די בחירה, לב יודע מרת נפשו.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
לגבי די גאנצע שמועס, ווענד זיך אויך וואס די רעכענסט בחירה, כלומר, ווען די בחירה הייבט זיך אהן. למשל, די זאגסט ביסט אדורך געפאלען, לאמיר משער זיין אז די רעדסט וועגן זרע לבטלה, האבן געלערנט מוסר יענער טאג? עס שטייט שוין אין אוה"ח אז לגבי עריות, ווען דער נסיון איז לפניו איז שוין נישטא קיין בחירה. די גאנצע מצוה איז די הכנה אן דרך החיים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
Re: האט מען דען א בחירה?
שטארקע חיזוק און אני כשל עצמי הקטן, ווען איך האב זיך נאר געפלאגט, אדער פלאג זיך מיט סיי וואספארא נסיון, און ח''ו פאל אדורך, הייבט מיר אן דאס הארץ קלאפן. איך באקום א שפיר ווי איך וואויר אן מיין פרנסה קוואל, די השפעות גייען זיך אט אט אויף הערן. מאן דכר שמיה אז אין די זעלביגע טאג האט מען א ביזנעס שוועריקייט. עה וועגן דעם האסטו די שוועריגקייט וכ''וקהל'ס נער האט געשריבן:איז מעגליך אז א מענטש זאל נישט האבן קיין בחירה, איך האב אלעמאל געוויסט אזוי, לב יודע מרת נפשו, יא ווי שטארק איך האב געוואלט זיין ערליך, בין איך דארך געפאלן, איך האב מיך ממש געשלאגן מיטן יצר הרע, כ'האב געפילט אז איך פשוט נישט קיין בחירה, ס'געקימען א פוינט ווי כ'האב פשוט אויפגעגעיבען, כ'האב קיינמאל חרטה געהאט פארן אויפגעיבען ווייל כ'האב געוויסט אז איך האב געטרייט די מערסטע וואס איך קען, און איך רעד נישט פון איין נסין, איך רעד פון יארן טאג איין טאג אויס, איך האב מיך אייביג געמיטשעט מיט "אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו" קיין אפיקורוס האב איך נישט געוואלט זיין האב איך אלעמאל געטראכט "מסתם איז עס העכערע זאכן" איך בין געוועין רואיג אז אויף יענע וועלט וועל איך זאגן "אבינו שבשמים, ווער נאך ווי די ווייסט וויפיל איך האב מיך געשלאגען מיט מיין יצר הרע, און ער האט אלעמאל געווינען, איך האב נישט געהאט קיין בחירה, איך בין נישט שילדיג"
למעשה לערן איך היינט דף היומי און איך זעי א אינטערעסאנטע גמ'
כל העובר עבירה בסתר כאילו דוחק רגלי שכינה, איני, והאמר ר' אילעה אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירים אותו וילבש שחורים ויתעטף שחורים ויעשה מה שלבו חפץ, לא קשיא, הא דמצי כייף ליצריה הא דלא מצי כייף ליצריה.
זעי איך אז די גמ' איז מסכים מיט א מציאות פון "לא מצי כייף ליצריה" ער קען נישט דערדריקען זיין יצר הרע.
זאל עס זיין א חיזוק פאר יעדער וואס סטראגעלט מיט דעים און שלאגט זיך א אומזיגבארע מלחמה, זאלסט וויסן אז, ניין ביסט נישט קיין שייגעץ, ביסט א נערמאלע מענטש, און די האסט נישט קיין בחירה, גיי לעיב א פרייליך לעיבן.
האט מיר אמאל א גוטער איד ערקלערט.
טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו, אפי' איך, מיט אלע מיינע דורך פעלער אין די נסיונות.
אבער פארט איז די קשיא גאר א שטארקע קשיא. היעלה כל הדעת אז די גמ' זאגט גיי זיי מזנה מיט אן אשת איש אין א פלאץ ווי מען קען דיך נישט, מיטן תנאי אז די ביסט אנגעטוהן אין שווארצען ?
האב איך אמאל געקלערט זייער א זיסער געדאנק וואס איז ניתן להאמור.
די נאטור פון אונז מענטשלעך קוקן אן אונזער ארומיגע און ווערן געדשאדזשט ביי זײער אנגעטועכץ.
א שיינער רעקל, גלעזער, הוט זייגער און שיך וכ''ו
ווי אזוי זענען מיר מחליט אויף א מושחת צו ער איז א מושחת צו נישט ווייטער ביי זיין לבוש (גראדע נישט בארעכטיגט, אבער דאס איז די מציאות) זעהט מען א בחור מיט דזשינס הויזן, און א פאל אויבער, א קליינער קאפעל אויפן קאפ, די בארד און פיאות געטרימט, די מחשבה שיקט א מעסעדזש, ער גליטשט ער איז נישט מיט אונז.
און עס קומט דער צייט דער דזשינס תאוה האט אויס געוועפט, און דוקא איז ער נישט קיין מושחת, א וואוילער ערליכער נאר אביסעל קילער געוועזען. אין ארדער צו ווייזען אז ער איז ערליך גייט ער דארפן אויסער זיך אנטוהן צוריק די הוט און רעקל און מער חסידישע שיך. גייט ער אויך דארפן דאווענען לענגערע שמונה עשרה'ס מיט מאכען קענטליכע הויות אז די ארומיגע זאלן מערקן אז ער איז דוקא יא א וואוילער ערליכער בחור / אינגערמאן.
אויף דעם זאגט די גמ' אזוי. אזא עצה אזא.
בלייב מיט די חסידי'שע לבוש (שחורים)טויש נישט צו דזשינס און א פאל אויבער וילך למקום שאינו מכירו. וואס ער טוהט בצנעה איז דאך בינן לבין קונו. און אויף די לבוש איז ער דאך נישט ניכר אז ער איז עפעס אנדערש ווי א יעדעם ממילא קומט אויס אז סיי ווי ער גייט איז ער כאילו אין א מקום שאינו מכירו. און קיינעם פאלט נישט איין אז דער חסידישער איז גאר א טיפער זינדיגער בעל תאוה. (משא''כ דער וואס גייט מיט די דזשינס). אפי' ער זינדיגט נישט, איז ער כסדר אין א מקום מכירו. (און מענטשען זאגען אז ער איז א זינדיגער) ויעשה און (דער אינו מכירו מיט די חסידי'שע לבוש) טוהט כל מה שליבו חפץ וואס ער וויל ווען ער וויל, און פארט וועט מען נישט וויסען ווייל עס איז דאך בצנעה.
דער מיט די דזשינס איז כסדר אין די מקום מכירו און מען האלט אים פאר א זינדיגער ווייל ער גייט דאך אנגעטוהן כאחד הגוים. ממילא וועט דער חסידישער לבוש בחור/אינגערמאן נישט האבן קיין הארד טיים טא סטעי אין סאסייעטי און ווייטער זיך משדך זיין מיט כדומה לו און נישט זיין קיין אפגעפרעגטער אזוי ווי דער דזשינס טרעגער וואס איז באמת אסאך ערליכער פונעם חסידישער, בצנעה, ובפהרסיה וכ''ו. דוק ותשכח.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל