33,107
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
33,107
כ'בין פארבעיטן געווארען עס צי פאוסטן, ע"י אחד מאנ"ש דקהל בית קפה דקאווע שטיבל והגלילות.
צפון קאריע ערב שבת קודש,
שנת 33,107 למספרם.
חלק א.
פיאנגיענג ווירבלט מיט טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה, דער פרינט נאך ארויס א שטיקל פלייש פונעם עסן מאשין און אנדערע טוען נאך פרימיטיוו מעביר סדרה זיין אין פיזישע ביכער כמנהג טייוואן, מאנכע צייגן אן אז די מנהג קומט נאך אזוי פרי ווי פון די צייטן וואס אידן האבן געוואוינט אין פלארידע, ס'דא וואס גייען ווייטער און זאגן אז הרב קרויס ז"ל אליין האט שטארק מקפיד געווען אויף דעם.
די אידן וואס זענען שטארק מקפיד אויף הדסים פלאנצן שנעל ארויס ארגינעלע הדסים.
די פרויען זענען מחויב אויפצורוימען כאטש א טפח אויף צוויי טפחים לויט ווי די הלכה טוהט פאדערן און זיך נישט באנוצען מיט ראבאטן, אדער דארפן זיי קאכן פרימיטיוו כאטש איין מאכל ס'קען זיין אפילו אן איי, דאס איז א קלארע הלכה מען זעהט עס שוין מרומז דורך ר' ליפא שמעלצער אין מסכת בבליפא.
די טראנסגענדערס האבן א מנהג פון גיין באזוכן עלטערע שכנים, אזוי האט זיך געפירט הצדיקת שטיין אויף די עלטערע יארן.
כאטש זי פערזענליך איז נישט געווען אנגענומען ביי יעדן, זעהט מען אבער אז די מלכות בית בן גביר האט דאס שטארק מחזק געווען בערך אכציג יאר פאר בנין בית המקדש השלישי, ס'איז שפעטער פארגעסן געווארן.
אבער בערך פאר דריי הונדערט יאר צוריק אין די קורצע וויילע וואס אידן האבן זיך אויפגעהאלטן אין די פיליפינען, האט דאן געהערשט א גרויסע גזירה אויף כלל ישראל, האבן די ארטיגע רבנים אין יענע דור, ר' יוחנן קאנג ז"ל און ר' שמואל ס ַא ז"ל צוריק אויפגעפרישט דער אור-אלטע מנהג, וויבאלד די טראנסג'ענדערס זענען די וועלכע לאזן זיך שניידן אלץ כדי צוריק אנצוקומען צום שורש הנשמה, נאר אין זייערע זכיות קען מען אפשלאגן די ביטערע גזירה.
אין די ענדע זענען טאקע אלע ראבאטן וואס זענען געקומען אנפאלן די אידן, אטאקירט געווארן דורך א מאסיווער סייבער אטאקע, ביז וואס ווען ווי זענען די אידן אנטלאפן קיין קאריע ווי מען לעבט אין פרידן ביזן היינטיגן טאג.
היינט ערב שבת איז א גרויסע טאג אין קהלת קָאנג, מען גייט דאס ערשטע מאל דורכפירן א ברית אויף א בער, דער בער איז געבוירן געווארן גענוי אכט טאג פריער און די היסטארישע וואהאן לאבעטאריע צו זיינע צוויי חשובע טאטעס ר' ניסן בער סַאן און ר' יואל בער סַאן, מזל טוב. נאך שווערע דעבאטעס אינעם קאנגע בית דין, האט דער בית דין פארעפנטליכט דער פסק דין אז בערן ווערן פאררעכנט ווי געהעריגע מענטשן און אויב א בער איז זיך מגייר ווערט ער פאררעכנט אלס א איד לכל דבר, און נישט ווי ביז היינט ווען בערן האבן געהייסן כלפי תורה און מצוות ווי פרויען.
אין א פארעפנטליכע מח-בריוו טוט בית דין ד'קאנג זיך אויסשמועסן מיטן ציבור שרייבענדיג אז א בער האט די זעלבע הלכה ווי א מאלפע, און אז פאר פיר טויזנט יאר צוריק נאך וואס טעכנעלאגיע האט צושטאנד געברענגט אז מאלפעס זאלן קענען קאמיוניקירן און רעדן מיט מענטשן, האט מען דעמאלט מתיר געווען פאר מאלפעס זיך צי מגייר זיין, דער היתר קען מען ניצן אויך פאר בערן, ווי אויך שרייבט בית דין אז דאס איז נאר פאר פריש געבוירענע בערן, די אלע וואס האבן זיך ביז יעצט מגייר געווען בלייבן ווייטער פארעכנט כלפי אידישקייט ווי פרויען, נאך האט בית דין צוגעלייגט אז דאס שטעלט זיך נישט אפ דא, נאר סיי וועלכע באשעפעניש עס קומט אן צו די מדריגה פון מדבר ווערט פארעכנט ווי א מענטש, כאטש אפילו זיי רעדן נישט מיטן מויל, אבער וויבאלד היינטיגע צייטן רעדן מענטשן שוין כמעט נישט מיט די מויל נאר מען באניצט זיך מיט מח'גרַאם ווערט מח'גרַאם באצייכנט ווי רעדן.
בית דין פירט אויס מיט אט די ווערטער (איבערגעטייטשט פון קאריע'שע מוח'גרַאם שפראך) ווי הערליך שיין איז אונזער תורה וואס האט שוין מרומז אלעס וואס גייט געשעהן, אזויווי עס שטייט שוין אין פסוק ויפתח ה' את פי האתון.
עד כאן.
משה שיקט א מח'גרַאם צו זיינע צוויי מאטארן אז ער וויל אין בית המדרש גיין, ביז א פערטל נענאו סקונדע האבן די צוויי קליינע מאטארן איהם אנגעכאפט זיינע ארעמעס און ביז דריי סקונדעס האט ער זיך געטראפן אינדרויסן פון שוהל.
דער גרויסע חצר פונעם בית מדרש האט געטוהן ווירבלען מיט טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן א גרויס, חלק פון זיי מאלפעס, פאר די בערן וואס זענען ביז יעצט געווען האלבע אידן האט מען דעזעגנירט א ספעציעלן "ווי איי ּפי" ארט כדי זיי זאלן קענען מיטהאלטן דעם היסטארישן ברית מילה, ווי אויך האט טייוואן וואס איז היינט-צו-טאג פארעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידן שטיצער אראפגעשיקט אירע צוויי ערשטע דַאלפין פיש ווָאס מען האט נארוואס ערמעגליכט צי קאמיוניקירן מיט זיי, טייוואן טיט דאס ספעציעל ארויסציווייזן סאלידאריטעט פאר די היסטארישע מעמד ווען אידן אנערקענען אלע באשעפענישן ווי איינס, די דַאלפינס ווָאס זענען די געשפרעך פון טאג איבער די גארער וועלט וועלן באקומען ַאן אויבן אן זיץ אויף א ספעציעל שיינע פיש-טַאנק, איבריג צו זאגן אז די שמחה ביי די בערן איז גרויס ביז גאר, אלע בערן זענען אין א לעבעדיגע גיסטע און א ליבליכע שטימונג נעמט זיי ארום.
די צוויי הויפט אידישע מידיע נעצן דער וועקער און קאווע שטיבל, ליפטערן די אוונט פון אנהייב ביז'ן סוף און ווערן מיטגעהאלטן דורך אידן פון אלע פלאנעטן, אויף דער הימל קרייזט ארום א ריזיגן האלאגראם בילד פון א בער, אנגעטאן מיט די אור-אלטע אמאליגע חסידישע לבוש און דאס ברענגט ארויף א שמייכל אויף די שוין ביז יעצטיגע פרייליכע צושויער.
יעדעמס מוח איז פארבינדן צום הויפט סיסטעם פונעם בית מדרש. ביז דערווייל וואס דער עולם שטייט און ווארט, לאזט מען אויפשפילן ביי יעדעם אין קאפ דעם נאסטאלגישן הייליגע ליד "טאנץ צוזאמען די הויכע קדושה" פון ליפא הצדיק.
.
שמעלקא גייט ארום צום ציבור זיך ווארעם באגריסן, פשי הא הייבט שמעלקא זיינע אויגן ברעמען צו איינע פון זיינע בער חברים, איך זעה אז דו האסט זיך געלאזט וואקסן פיאות, זייער שיין אבער פארוואס קניּפסטו, איז עס נישט שענער אראפגעלאזט?
בער: אז מיין ווייב וויל אזוי זאל זיין אזוי, וואס טוהט מען נישט פאר שלום בית!
שמעלקא: כ'הער, זייער גוט, כל הכבוד, זאג נאר בערל, די מוסדות מאכט דיר נישט משוגע פארן גיין מיט א הַאלאגרַאם קאפל?
בער: הער אויס משה איך האב מיט דעם סיסטעם גארנישט, אויב ס'געפעלט נישט איינעם וויאזוי איך גיי אנגעטון, גייט מיר דאס אן ווי די פאריעריגע שניי.
שמעלקא: וואס?? וואס מיינט שניי?
בער: אמאליגע צייטן ווען רעגן פלעגט ווערן אייז איז געווען אזא אויסדרוק.
שמעלקא: איך בין נישט אריינגעטאן אין היסטאריע, אבער כ'האב שוין טאקע געהערט אמאל דערוועגן, איז דאס אמת, אדער ס'איז אזויווי מען פלעגט מיינען אז מענטשן קומען פון מאלפעס?
בער: ניין ניין, וואס עפעס, מ'זעהט עס שוין אין גמרא, עס הייסט שלג.
שמעלקא: נישט אלעס וואס שטייט אין גמרא מיינט כפשטו, עס קען זיין אז דאס איז נאר א משל.
בער: ניין, דאס איז קלאר אז עס פלעגט זיין אזא ערשיינונג אין געוויסע פלעצער אויפן וועלט, פינקטליך וויאזוי דאס האט אויסגעזען וועט מען קיינמאל נישט וויסן.
שמעלקא: כ'ווייס נישט אויב דו ליינסט די וועקער אבער ס'איז לעצטענס דארט ערשינען אן ארטיקל וואס טענה'ט, אז פאר די דריטע וועלט מלחמה זענען שוין געווען געהעריגע קאמארעס און אלעס פלעגט זיין רעקארדירט, אבער די רוסן האבן אלעס אויסגעמעקט אין א סייבער אטאקע.
בער: נארישקייטן! דאס איז סתם א קאנספיראציע טעאריע ארויסגעזויגן פון פינגער, זיי נישט אזא תמים און גלייב נישט יעדע שטות וואס איינער פארקויפט דיר.
שמעלקא: בקיצור איך זעה שוין, דו האלסט דיך זייער אויפגעקלערט, דו לערנסט גמרא כפשטו, און ווען...
נאך איידער ער האט געקענט ענדיגען זיין זַאץ האט די מוזיק זיך איבערגעהאקט און געלויטעט אז די הויפט רב פון פיאנגיענג רב שמעון זַאוועשענסקי שליט"א גייט אויפטרעטן מיט עטליכע קורצע דיבורים, איז געווארן שטאק שטיל מען האט נאר געהערט די ווינט פראסקענען אין די אויערן, רב זַאוועשענסקי איז די עלסטע איד אינעם דור ער איז שוין קרוב צו צוויי טויזנט יאר אלט, אלץ צדיק הדור נאך אין זיינע אינגע יארן איז ער געווען די ערשטע איד צו באקומען די שטארבן-ענדע איינשפריצונג.
דער עולם איז נישט ספעציעלן פרייליך ווען ער לאזט זיך הערן, ער איז זייער עקסטרעם און אמאליג, ער איז אלץ פארנומען אז מען זאל נישט לערנען קיין גמרא ווייל דאס קען ברענגען צו אפיקורסות, אויך האלט ער אז מען דארף בויען א פערטע בית המקדש, אבער די עולם ווייזט ארויס ווייניג אינטערעסע פאר דעם געדאנק, נאך אלעם האט מען פאר איהם גרויס כבוד און שעצונג.
איך גיי נישט דא אראפברענגען זיין גאנצע דרשה ס'איז נישט געווען איבריג אינטערעסאנט, די ציבור האט געשפירט היפש לאנגווייליג, איך וועל ליבערשט זיך לאזן צום צווייטן רעדנער.
דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער דַאלפין. זיינע רייד האבן געלויטעט ווי פאלגנד, איבערגעטייטשט פון מח-גרַאם, ס'איז מיר א כבוד און א עהרע צו רעדן צום אידישן געמיינדע, א פאלק וואס זייער גלויבן גייט צוריק מיט צענדליגער טויזנטער יארן, א פאלק וואס לאזט זיך נישט פון גארנישט נאר שטייט פעלזן פעסט מיט זייערע מאראלן פרינציפן און אמונה, ענק האבן איבערגעלעבט פינעף וועלט מלחמות אזויפיל צרות אזויפיל פיין און אזויפיל ליידן, מיין שעצונג צום אידישע פאלק איז זייער גרויס, וויסן זאלן ענק אז מיר קוקן ענק שטארק ארויף, איך ווייס אז דאס וואס איך גיי דא מעלדן וועט זיין ווי א סייבער אטאקע אבער דאס איז וואס איך שפיר און דאס איז וואס איך וויל, נאכן זיך איבערטראכטן א שטיק צייט, בין איך מיט מיין באליבטע ווייב קעני, געקומען צום מסקנא אז מיר ווילן זיך מגייר זיין כדת משה וישראל!
א דריזל פון שאק געמישט מיט פרייד האט ארומגענומען אלע באטייליגטע, די מידיא קאמערעס האבן אלע פאוקאסירט אויף די צוויי טייוואנע דַאלפינס, און געליפטערט פארן גאנצע וועלט די ברעכעדיגע נייעס, די מזרח אידן האבן אנגעהויבן ציען הארעלעך פון זייערע בערד, און זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן מיט דילעמע,
וואס טוען מיר מיט דעי דַאלפין קאפל?
וויאזוי קענען זיי ווערן אידן?
וויאזוי גייט מען זיי מַלען?
וואס טוהט זיך מיט ציצית? קאפל? וויאזוי וועלן זיי לייגן תפילין?
זיי אפהאלטן פון גיור איז אויך נישט קיין אפציע, דאס וועט אויפברויזן טייוואן און ברענגען א פלייץ פון אנטיסעמיטיזם, ווי אויך האט שוין בית דין ארויסגעגעבן די פסק אז אלע באשעפענישן קענען זיך מגייר זיין.
חלק ב' קומט אי"ה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
תשרי 55,110
דאס וואס די רב ה'דאלפונס-48 ברענגט צו אין זיין טשיפ תורות פון די וואך, געדריקט דורך הערשעלשרייבער2022 טראסט. ווי זיי זאגען עס נאך פון יאר 33,107 - ווערט שוין דערמאנט אין ספרים אין יאר 22,709 למספר באבוב-ענגלענדער-46. און די לצני ה'אקטופוס האבן שוין דעמאלס שוין חוזק געמאכט פון די תורות אמת.

- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: וואסי מיט דיר? דו ביסט אלטמאדיש. היינט (נאך וואס ס'האטציך ארויסגעוויזן זייער גאנצע טעאריע צו זיין פאלש) פאסט שוין נישט צו זאגן גלאובל ווארמינג. אמער. מ'זעהט דאך אז ס'נאך דא גרויסע פרעסטן. און א סאך שניי. די היינטיגע סאפיסטיקירטע מענטשן זאגן ...,קליימעט טשעינדזש".. דאס איז אזא שם הכולל...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
היינט אין מקוה פאר'ן דאווענען, שטייענדיג אונעם שאוער, אונטערן הייסע וואסער שטראם, האב איך מיר פארטראכט אינעם יאר 33,107, אזוי טראכטנדיג איז מיך איינגעפאלן א שיינע פשט.
אזוי ווייסט מען, אז דער מענטש איז העכער פון א בע"ח, ווייל דער מענטש איז א מדבר, און די בע"ח איז נישט, אבער לפי דעם אשכול, קען זיין דאס איז פשט, ומותר האדם מן הבהמה אין, דער מענטש איז גארנישט בעסער פונעם בהמה, ווייל כי הכל הבל, מ'נוצט שוין נישט די כח הדיבור, נאר מ'רעדט מיט הבלים (waves), די מוחות רעדן דורך מח'גראם!
טראכטענדיג ווייטער האב איך מיר געגעבן א שמייכל אונטער, (עיין כאן), דער עולם ארום האט מיר אנגעקוקט אביסל מאדנע, אבער איך האב ווייטער געשמייכלט, אז דער עולם כאפט נישט אז אזוי גייט עס אויסזען אין יאר'ע 33,107, עס גייט אריינקומען אין מח א נייע דשאוק פונעם מילתא דבדיחותא אשכול, און יעדער גייט זיך אונטערשמייכלען צו זיך!!
אזוי ווייסט מען, אז דער מענטש איז העכער פון א בע"ח, ווייל דער מענטש איז א מדבר, און די בע"ח איז נישט, אבער לפי דעם אשכול, קען זיין דאס איז פשט, ומותר האדם מן הבהמה אין, דער מענטש איז גארנישט בעסער פונעם בהמה, ווייל כי הכל הבל, מ'נוצט שוין נישט די כח הדיבור, נאר מ'רעדט מיט הבלים (waves), די מוחות רעדן דורך מח'גראם!
טראכטענדיג ווייטער האב איך מיר געגעבן א שמייכל אונטער, (עיין כאן), דער עולם ארום האט מיר אנגעקוקט אביסל מאדנע, אבער איך האב ווייטער געשמייכלט, אז דער עולם כאפט נישט אז אזוי גייט עס אויסזען אין יאר'ע 33,107, עס גייט אריינקומען אין מח א נייע דשאוק פונעם מילתא דבדיחותא אשכול, און יעדער גייט זיך אונטערשמייכלען צו זיך!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
דער עולם איז נישט ספעציעלן פרייליך ווען ער לאזט זיך הערן, ער איז זייער עקסטרעם און אמאליג, ער איז אלץ פארנומען אז מען זאל נישט לערנען קיין גמרא ווייל דאס קען ברענגען צו אפיקורסות,
זייער שטארק, עס איז בערך אזוי ווי מען לערנט אונז נישט אויס נ"ך!
נאך א נקודה, מ'זעט ווי אונזער מח איז מוגבל, אז אפי' ווען מען דמיונ'ט אויפן העכסטן פארנעם, בלייבט עס נאך אלס "בערך" פון וואס אונז לעבן יעצט. דהיינו אז מ'רעדט דא פון כמעט דרייסיג טויזנט יאר ארום, וואס אויב די וועלט האט געמאכט אזויפיל פארשריט און די לעצטע פינף הונדערט יאר,איז דאך דא 60 מאל אזוי סאך יארן, און ווער ווייסט וואס גייט בכלל זיין דעמאלטס, אבער אעפ"כ אונזער מח קען נאר טראכטן פון זאכן וואס אונז קענען, און צולייגן אויף דעם (טאקע פי כמה), און מ'קען נישט טראכטן פון זאכן וואס זענען בכלל נישט קיים.
לדוגמא, אז ס'גייט נאך זיין דעמאלטס די זעלבע ברואים, (בערן, דאלפינס). זיי גייען טאקע קענען רעדן מיט אונז, אבער ווער זאגט אז מ'גייט בכלל רעדן איינער מיטן אנדערן דעמאלטס,(וואס דאס איז ווייטער "בערך" רעדן, נאר אנשטאטס יא 'רעדן' איז געווארן נישט 'רעדן'),ועוד.
נאר וואס דען, דאס איז די מאקסימום וואס אונז קענען טראכטן.
אבער אויב אונזער מח קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, איז דאך דאס דער כח הדמיון וואס אונז קענען נוצן און ענדזשויען, און וועגן דעם האב איך שטארק הנאה געהאט פונעם דמיון דא אפי איך ווייס אז ס'איז מוגבל, ווייל אויב וואלט עס געווען מער פון דעם, וואלט איך שוין נישט געקענט רילעיטן צו דעם, און איך וואלט נישט געקענט הנאה האבן דערפון, וק"ל.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: 33,107
אינטערעסאנט אז די עולם ווייסט נישט צי שניי איז אן אמת'ע ערשיינונג. אבער ווער מרת שטיין איז געדענקט מען יא...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: 33,107
ווי די פאריאריגע שניי...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: 33,107
ער שרייבט גראדע 'ווי די פאריעריגע שניי' מיט א ע', איך קלער אז מען קען דאס פארענטפערן מיט - דברה תורה כלשון בני אדם...כרם זית האט געשריבן:ווי די פאריאריגע שניי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
יעצט מיט אזוי פיהל רעבעס וועליכע האבן בלע"ה 10 12 קינדער און זיי אלע האבען אויך בלע"ה און איעדער פון זיי מוז למע"הש אויך ווערען א רעבאה. וועט נישט גדויערן 6 טויזענט נאר אסאסך אסאך שנעלערצוזאמגעדרייט האט געשריבן:ער האט פארגעסן אז די וועלט ווערט חרוב נאך 6 טויזענט יאר.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!