הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קריינא דאיגרתא: פוטין איז גארישט קיין צודרייטער. ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל. און ויאזוי דאס צו דערגרייכן. איי, טויזנטער מענטשן וועללן שטארבן אויפ'ן וועג. אלס געבוירענער ק.ג.ב. אגענט און קאמוניסט בארירט דאס איהם זייער ווייניג. ער מאכט מיט דעם נאך דעם צורר כל היהודים היטלער, ימ"ש. ער וויל צוביסלעך איינשלינגען נאך און נאך טעריטאריע. נאר דער איינציגער חילוק איז אז פוטין איז בפירוש נישט קיין שונא ישראל. אדרבה. ער העלפט און שטיצט אידישקייט אויף א גרויסן פארנעם. נאר זיין סטראטעגיע איז ענליך צו די פון היטלער, ימ"ש. ווען מ'קוקט צוריק אויף די געשעענישן וועלכע האבן געפיהרט צו די צווייטע וועלט מלחמה זעהט מען אז אויב ענגלאנד און פראנקרייך, די צוויי גרויסמאכטן פון יענע צייט וואלטן זיך אקעגנגעשטעלט דעם צורר ישראל, ימ"ש וואלט אפשר די וועלט מלחמה פארמיטן געווארן.

די פראבלעם איז אז די גרעסטע וועלטמאכט, אמעריקע האט זייער א שוואכן פיהרער. און אייראפע אליין איז אויך נישט גרייט זיך איינצורייסן מיט רוסלאנד. אמת אז די רוסישע מיליטער כאפט געזונטע קלעפ אין אוקראינע. אבער ווען פוטין זאלל באשליסן צו גיין בכל הכח, קען ער צובלאזן גאנץ אוקריינע אין זייער א קורצע צייט...!.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון זיין דרשה האט נישט אויסגעזען ווי ער איז באוואוסטזיניג צו די פאקטן, חוץ מזה בין איך זייער סקעפטיש איבער זיין חכמה שוין א לענגערע צייט. אויב קען ער רעדן אזוי גלייכגילטיג איבער אוקראינע ווען עס זענען דא דארטן טויזענטע אידן (כ׳רעד נישט פון די מיליאנען אומשולדיגע מענטשן) איז ער א פשוט׳ער קאקא.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ער האט שוין היינט תשובה געטון, ביים היינטיגע שיעור
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ער האט שוין היינט תשובה געטון, ביים היינטיגע שיעור

וואס האט ער געזאגט?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p3410591
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך בין טאקע געווען שאקט ווען איך האב עס געהערט פון אזא נארמאלע קליגער יוד נאכדערצו מיט אזא passion
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דער גאנצע שטות-טענה איז ראוי פאר קליינע קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. פוטין זוכט צוריק צו ברענגן די אלטע אוקראינישע רעגירונג צום מאכט. זענען זיי דען נישט קיין אייניקלעך פון די א. ג. אוקראינישע רוצחים?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אין דער ערשטער דרשה טענה'ט ער, אויף וואס בעהט מען נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך אויב נישט אויף דעם.

מצד שני פארט ארום א וואס נאט פין קלויזענבורגער זי"ע וואס זאגט פין דברי חיים אז די אומות העולם וועלען צורייסן דער רוס אויף פיצלעך.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:קריינא דאיגרתא: פוטין איז גארישט קיין צודרייטער. ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל. און ויאזוי דאס צו דערגרייכן. איי, טויזנטער מענטשן וועללן שטארבן אויפ'ן וועג. אלס געבוירענער ק.ג.ב. אגענט און קאמוניסט בארירט דאס איהם זייער ווייניג. ער מאכט מיט דעם נאך דעם צורר כל היהודים היטלער, ימ"ש. ער וויל צוביסלעך איינשלינגען נאך און נאך טעריטאריע. נאר דער איינציגער חילוק איז אז פוטין איז בפירוש נישט קיין שונא ישראל. אדרבה. ער העלפט און שטיצט אידישקייט אויף א גרויסן פארנעם. נאר זיין סטראטעגיע איז ענליך צו די פון היטלער, ימ"ש. ווען מ'קוקט צוריק אויף די געשעענישן וועלכע האבן געפיהרט צו די צווייטע וועלט מלחמה זעהט מען אז אויב ענגלאנד און פראנקרייך, די צוויי גרויסמאכטן פון יענע צייט וואלטן זיך אקעגנגעשטעלט דעם צורר ישראל, ימ"ש וואלט אפשר די וועלט מלחמה פארמיטן געווארן.

די פראבלעם איז אז די גרעסטע וועלטמאכט, אמעריקע האט זייער א שוואכן פיהרער. און אייראפע אליין איז אויך נישט גרייט זיך איינצורייסן מיט רוסלאנד. אמת אז די רוסישע מיליטער כאפט געזונטע קלעפ אין אוקראינע. אבער ווען פוטין זאלל באשליסן צו גיין בכל הכח, קען ער צובלאזן גאנץ אוקריינע אין זייער א קורצע צייט...!.

זייער שיין אבער וואס זיכט דאס אין די אשכול?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס'איז עים געלונגען, למעשה רעדט מען פון עים, ער איז געוועין פאפולער פאר 5 יאר ציריק, היינט איז ער בכלל נישט אזוי באקאנט ווי אמאל, מילא דארף ער זאגן צידרייטע זאכן, ווי די מאמר החכם: נישט קיין חילוק צי די זאגסט א גיטע זאך צי א שלעכטע זאך, די עיקר איז אז מען רעדט וועיגען מיר.....
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

הוגה האט געשריבן:דער גאנצע שטות-טענה איז ראוי פאר קליינע קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. פוטין זוכט צוריק צו ברענגן די אלטע אוקראינישע רעגירונג צום מאכט. זענען זיי דען נישט קיין אייניקלעך פון די א. ג. אוקראינישע רוצחים?


כאילו די רוסן האבן נישט גע'הרג'ט פאר הונדערטע יארן אידן. סיי אונטערן צאר און סיי ביי סטאלין.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

שליחה דורך כרם זית »

הוגה האט געשריבן:דער גאנצע שטות-טענה איז ראוי פאר קליינע קינדער, נישט פאר ערוואקסענע. פוטין זוכט צוריק צו ברענגן די אלטע אוקראינישע רעגירונג צום מאכט. זענען זיי דען נישט קיין אייניקלעך פון די א. ג. אוקראינישע רוצחים?

אויבנאויף זאגסטו א גלייכע סברא, אבער יש לעיין בזה. ווייל די תורה באפעלט דאך זכור את אשר עשה לך עמלק, און מען האט אויסגעפירט די מצוה יארן שפעטער.די ביאור איז לכאורה, אז פינקט ווי ביי אונז אידן ווערט אונזער מסורה איבערגעגעבן אויף א שטארקע פארנעם, און ישראל אף ע''פ דחטא ישראל. די זעלבע ביי די אומות, אע''פ דנראים כטובים חוטאים הם, וחסד לאומים חטאת.

אודאי איז עס נישט נוגע דא ווייל אין אקראינע וואוינען אידן אויך.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

אז מלערענט נביא איז זעכיר דא אזא זאך וואו א עונש פאר א אומה,צוקלאפען די מאראל פון די אומה אויב די אומה נוצט זייערע כוחות און אינטרעסען פאר שלעכטס,די קירכעס און אוקריינע זענען פיל מיט שלעכטס,די פאלק איז גארנישט אזוי אויסצוקישען.

כאב געזעען אמאל א באשרייבונג פון איינעם וואס האטסיך געדרייט און די עטנישע דייטשע און אוקריינע געגנטער פאר א לאנגע צייט, ער טעהנעט אז זיי לעבען און אטעמען אנטסימוטיוזים.
זיי זענען נאך פרימיטיוו און זיי גייען נאך און קירכע און מפיקוויט ווייטער שנאה און אכזריות.

און אוקריינע איז אנטיסימיטוזים געווען א חלק פון די די ענ עי פון די פאלק,דארטען זענען געווען בעיקר די המון עם וואס האבען באגאסען די בלוט פון אונזערע זיידעס.

ווער סהאט אפילו נאר אביסעל געליינט וואס די נאטור פון דיע אומה איז,וויאזוי זיי האבען רעגירט ביי באבי יאר, וויאזוי זיי האבען געשפרינגען פאר שמחה ווען מהאט געשאסען און צושפלינדערט קינדער און פארענט פון די עלטערען ווייסט אז רחמנות אויף זיי איז נישט און פלאץ,
זיי וועלען נישט טאנצען מיט אונזערע פענער ווען מרייסט פון אונז.

די פראבלעם פון נאציוזים איז אמת, די רעגירונג האט גראדע אריינגעלייגט כוחות און דעם אבער די פראבלעם איז אקטיוו און סוואקסט,
די פרייד פון אוקריינע אינטרעסירט מיר זייער ווייניג.

פארשטייטסיך אז פוטין איז א דענזשער פאר די וועלט,און א מלחמה איז א דענזשער, וואו אוכט זענען דא אומשולדיגע מענשטען וואס ווערען געהארגעט און אונז זענען אלע מתפלל בשלומה של מלכות,
און סאיז גאר שרעקעדיג צו צוזעען אז מענטשהייט בכלל און איראפא בפרט האט שוין פארגעסען וואס פאר א חורבן אונז ברענגען אויף זיך דורך זיך שלאגען פאר טערעטארי און פאוער,
אונז האבען אלע געמיינט אז דאס איז אזאך וואס געהערט צו די פארגאנגענהייט, און מענטשהייט האט שוין עוואלווד פון דעם, אבער ליידער פאטשט די מציאות און פנים, די מענשט האט ווייטער דעם באהאלטענע חיה און ווען דער חיה גייט ארויס פון זיין פאסטקע זעמיר זאל גאט שומר ומציל זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אספקלריה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

קענסט דרייען מיט די פינגער וויפיל די ווילסט. מיין gut און מיין געדערים זאגט מיר אז רב רייזמאן מיט דיר רעדן ווערטער וואס ס'איז אינו מן היושב און אזוינע וועג פון טראכטען וועט אונז צוריק טראגען צו די dark ages. אפשר איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר ענק. רח"ל.

איי עמלק? תיקו. וואס די זעסט אין נביא איז אפשר געווען נארמאל דעמאלס. מ'קען נישט גיין קעגען די conscious מיט האלבע ראיות פון נביא. די נביא שטערט דיר? וועל איך דיר געבן א לימוד אז ס'איז נאר בזמן שיד ישראל שולט על האומות און בזמן בית שני און ווייטער איז עס בטול געווארן.

אבער ס'איז זיכער נישטא קיין הוראה לדורות צו וועלן זען נקמה און די איר אייניקלעך פון א לאנג טויטע רשע. ק"ו בן בין של ק"ו אז די נוקם'ס זיידע'ס זענען די זעלבע רוצחים אויף די "עמלק וואגשאל".

וואסארא שווארץ יאר זענען די עלטער זיידע פויערן פון אוקריינא ערגער ווי די עלטער זיידע רוסישע קאנטעניסטען, צארישע פראגראמען און סיבורישע גולאגן? וויאזוי צוטיילט מען די לאגיק? ווייסעך נישט.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:קענסט דרייען מיט די פינגער וויפיל די ווילסט. מיין gut און מיין געדערים זאגט מיר אז רב רייזמאן מיט דיר רעדן שטותים.

איי עמלק? תיקו. וואס די זעסט און נביא איז אפשר געווען נארמאל דעמאלס. מ'קען נישט גיין קעגען די conscious מיט האלבע ראיות פון נביא. די נביא שטערט דיר? וועל איך דיר געבן א לימוד אז ס'איז נאר בזמן שיד ישראל שולט על האומות און בזמן בית שני און ווייטער איז עס בטול געווארן.

אבער ס'איז זיכער נישטא קיין הוראה לדורות צו וועלן זען נקמה און די איר אייניקלעך פון א לאנג טויטע רשע. ק"ו בן בין של ק"ו אז די נוקם'ס זיידע'ס זענען די זעלבע רוצחים אויף די "עמלק וואגשאל".

וואסארא שווארץ יאר זענען די עלטער זיידע פויערן פון אוקריינא ערגער ווי די עלטער זיידע רוסישע קאנטעניסטען, צארישע פראגראמען און סיבורישע גולאגן? וויאזוי צוטיילט מען די לאגיק? ווייסעך נישט.


ביידע כאפען יעצט מכות,
די שאלה איז צו זיי זענען אוחזים מעשה אבותיהם, זענען זיי אוכט אנגעפיקיוויט מיט שנאה, אויב גייסטו אריינפאלען און א קרעטשמע (קארטשמע רופען זיי עס) דארטען און הערען ווי זיי רעדען פון צופליקען א דזשיד וועסטו ווייטער האבען סימפאטיע?
זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב.
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

בנוגע עמלק האט שוין [tag]מי אני[/tag] דא צוגעברענגט דעם אבני נזר אז די גאנצע שנאה און נקמה איז נאר באוחזים מעשי אבותיהם. די זעלבע זאך שטייט אין חזון איש יורה דעה סימן קנ"ז אות ה' וז"ל:
ולא יניח ה' נין ונכד לעמלק הייינו בעושה מעשה עמלק, וכדאמרו ע"ז י: בקרא ולא יהיה שריד לבית עשיו בעושה מעשה עשיו.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווען איינער איז נישט א אייניקעל פין עמלק אבער טוט מעשה עמלק?

שיינע אבני נזר און חזון איש, און איך וויל אויך אזוי האלטען, אבער צו זאגן אז דאס איז דער אמת? נעה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אספקלריה האט געשריבן:ביידע כאפען יעצט מכות,
די שאלה איז צו זיי זענען אוחזים מעשה אבותיהם, זענען זיי אוכט אנגעפיקיוויט מיט שנאה, אויב גייסטו אריינפאלען און א קרעטשמע (קארטשמע רופען זיי עס) דארטען און הערען ווי זיי רעדען פון צופליקען א דזשיד וועסטו ווייטער האבען סימפאטיע?
זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב.


איך קען אסאך אסאך אידן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאה אויף כל מי שבשם ישראל לא יכונה, און כ'האלט נישט חלילה אז ס'קומט זיי טויט שטראף.., און ס'קומט אויך נישט קיין טויט שטראף פארן אוקראינער בחור'ל וואס זייגט אנטיסעמיטיזם ממעי אימו, ס'קומט פשוט פון א פארפוילטע חינוך און מ'דארף אוודאי טוהן וואס מ'קען צו טוישן די חינוך.

יעצט סתם זייטיגע חומר למחשבה: לויט דיין לאגיק זענען זיי גערעכט מיט זייער שנאה, ווייל ''אויב גייסטו אריינפאלן אין א קרעטשמע אין ב''פ (קאווע שטיבל רופן זיי עס) און הערן ווי זיי האבן הנאה אז אוקראינע קינדער און ערוואקסענע ווערן צופליקט וועסטו ווייטער האבן סימפאטיע צום דזשיד?''
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

היסטאריע האט געשריבן:ווען איינער איז נישט א אייניקעל פין עמלק אבער טוט מעשה עמלק?

שיינע אבני נזר און חזון איש, און איך וויל אויך אזוי האלטען, אבער צו זאגן אז דאס איז דער אמת? נעה.

ווי איך פארשטיי מיינט מען נישט ממש מעשה עמלק ווייל דעמאלטס איז ער דאך אליין א פרישע עמלק, נאר ער גייט בדרכיו ווי דער אבני נזר שרייבט דארט לגבי עמלקים "שגלוי וידוע לפני הקב"ה ששנאתם טמונה בלבם". למשל אין אוקריינע וואלט עס געמיינט א וויסטער אנטיסעמיט כאטש וואס ער אליין האט נישט געהארגעט קיין אידן איז מען שוין פוקד אויף עם עון אבותיו.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

שליחה דורך כרם זית »

צו קלארשטעלן: איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז מען מעג זיך נישט אנעמען אויף די אוקריינער. איך האב נאר געווילט מעורר זיין איבער די לאגיק פון תמחה את זכר עמלק, טאקע ווייל די סברא פשיטא איז בנים לא ימתו על אבות.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

שליחה דורך כרם זית »

יעצט טראכט איך אז ס'קען זיין אז תמחה את זכר עמלק איז כאילו א נבואה אז זיי וועלן קיינמאל גוט ווערן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

תוהו ובוהו האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:ביידע כאפען יעצט מכות,
די שאלה איז צו זיי זענען אוחזים מעשה אבותיהם, זענען זיי אוכט אנגעפיקיוויט מיט שנאה, אויב גייסטו אריינפאלען און א קרעטשמע (קארטשמע רופען זיי עס) דארטען און הערען ווי זיי רעדען פון צופליקען א דזשיד וועסטו ווייטער האבען סימפאטיע?
זיי האבען נאך מאנומאטען פון אלע יודען רוצחים, חעלמענעצקי מאמנומענט איז און צענטער פון קיוב.


איך קען אסאך אסאך אידן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאה אויף כל מי שבשם ישראל לא יכונה, און כ'האלט נישט חלילה אז ס'קומט זיי טויט שטראף.., און ס'קומט אויך נישט קיין טויט שטראף פארן אוקראינער בחור'ל וואס זייגט אנטיסעמיטיזם ממעי אימו, ס'קומט פשוט פון א פארפוילטע חינוך און מ'דארף אוודאי טוהן וואס מ'קען צו טוישן די חינוך.

יעצט סתם זייטיגע חומר למחשבה: לויט דיין לאגיק זענען זיי גערעכט מיט זייער שנאה, ווייל ''אויב גייסטו אריינפאלן אין א קרעטשמע אין ב''פ (קאווע שטיבל רופן זיי עס) און הערן ווי זיי האבן הנאה אז אוקראינע קינדער און ערוואקסענע ווערן צופליקט וועסטו ווייטער האבן סימפאטיע צום דזשיד?''


[tag]תוהו ובוהו[/tag]
איך פארשטיי נישט וואס דיין נקודה איז,
איך האב עפעס געזאגט אז שנאה איז מחייב טויט שטראף?
געזאגט האב איך עז פאלאוס,
אויב זייערע זיידעס האבען נישט סתם פיינט געהאט נאר זיי האבען זיך אויפגעפירט צו מיינע זיידעס מיטען גרעסטען מאס רשעות,און זיין אייניקעל איז אוחז באותו שיטה און האלט אז זיין זיידע האט גוט געטוהן, און ווען ער קען וועין וואלט ער עס אוכט געטוהן,דענסמאל שטעלט זיך מיר אביסעל אפ די רחמנות אויף דיינע אזויגערופענע אומשולדיגע אוקריינע בחורלעך.

סרייסט מיר ביים הארץ און סקראנקט מיך דיין צוגלייכען יודען וואס בלוטיגען און זענען דן וועגען זייערע זיידעס פארגאסענע בלוט,
און די גלייכסט דאס צו צו די אנגעפיקיוויטע רשעותדיגע שנאה וואס די חברה האבען צו אונז.

דיין תגובה געט מיר א שטופ צו לערענען מער מיט מיין קינדער וועגען די היסטאריע פון אנטיסימיטיזעם.
די נערישע איינרעדינעש וואס די ליבאראלען יודען האבען געהאט פאר די שואה אז די געשולטע דייטשע פאלק גייט נישט רצחענען נפשות.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אבער זיין פאונט איז אויך גילטיג, אויב איז דא א שנאה וואס איז מחייב מיתה, האט ער אויך א רעכט צו ווינטשן א איד דער טויט, ווייל ער האט אויך א שנאה צום גוי.

און דער אמת איז, אז קיין שום שנאה גייט נישט אוועק מיט שנאה, ממילא איז פשוט אז פאר אונז איז דער אמת'ער תירוץ אז מחיית עמלק איז נישט בפועל היינט, און אמאהל איז עס געווען וויכטיג, משום איזה טעם. אדער אזוי ווי דער שבע אומות, טאקע ווייל זיי האבן געדינט עבודה זרה מיט מעשה אכזריות דורך מקריב זיין מענטשן, אדער אין נאמען פין רעליגיע געטוהן מעשה אכזריות, האט דער אויבערשטער געהייסן אויסראטן.

איז ממילא ווען הרב מנשה ניצט רעליגיע מסביר צו זיין, און מעורר זיין שנאה אויף אנדערע בני אדם, איז עס היפוך דרך התורה, און טאקע דער נקום לעינינו, דער נקמה איז, אז זיי ווערען גוטע גוים, און טוהן זאכען פארקערט פין זייערע זיידעס. די זיידעס דרייען זיך איבער אין קבר, ווייל אין אוקריינא איז דא א איד פאר פרעזידענט. דאס איז נקמה. און רב מנשה איז דער ממשיך צו די רשעים ל"ע.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כרם זית האט געשריבן:יעצט טראכט איך אז ס'קען זיין אז תמחה את זכר עמלק איז כאילו א נבואה אז זיי וועלן קיינמאל גוט ווערן.

דאס צו קוואַליפייען איז ווי כ׳האב דא געזאגט איז דאס געדאנק איבער רוע מזגם בעצם. און דאס איז נישט דייקא קעגן בחירה ווי איך האב דא געשריבן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט