לחיים ולברכה! לחיים טובים ולשלום!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

לחיים ולברכה! לחיים טובים ולשלום!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

לחיים! לחיים! ווער ווייסט דען נישט צו זאגן פון דעם אלעמען באקאנטן ווארט "לחיים"?? גרויס און קליין, זכרים און נקבות, אן בערד מיט בערד, ווער נישט?
 
לחיים גייט אינאיינעם מיט אלקאהאלישע געטראנקען. כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט אז מ'זאל זיך רייכן די האנט אדער ווייזן די האנט אין די לופטן סתם אזוי אין א פאסט טאג ווען די לעפצן זענען פארטריקנט פונעם זיסן (ביטערן, הא לן והא להו) טראפן, אפילו אויף א גוטן פאסטראמע סענדוויטש פון גאטליעב'ס האב איך נישט געהערט ווינטשן לחיים, און ניטאמאל ווען מ'טרינקט צו דערנאך א גוטן שטעכיגן גרעבטצווערטפולע סעלצער, ניטאמאל אויף א פרישן הארטנעקיגן עפל שטרודל פון סאנדערס בעקעריי, ומכל שכן אויף א סושי. איז אויף וואס יא? נאר אויף אלקאהאלישע געטראנקען! וויין, די ערשטע אלקאהאלישע געטראנק. ביר, ברוינפן. אוודאי וועלן שטענדיג זיין עטליכע אמעראצים און שוואכלינגען וואס האבן מורא פאר יעדע זאך וואס ציפט אביסל, כאילו מ'איז געקומען אויף דער וועלט שטענדיג צו לעקן האניג, אבער אין אלגעמיין פארשטייט דער עולם צו א גוטן טרינק.
 
שוין טויזענטער יארן וואס די מענטשהייט איז זיך מחי' מיט אט דעם געטראנק אין סיי וועלכן פארעם ס'איז אריינגעמישט, כל זמן ס'ליגט דערין אלקאהאל און מ'קען אוועקפארן דערמיט אויף א הויכן טריפ, קען מען שאקלען און רייכן מיט די האנט און אויסשרייען לחיים. סיי בעידן דחדוותא און סיי פארקערט ווען א מענטש איז אין פארביטערטע מצב, ווי דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי: תנו שכר לאובד "ויין למרי נפש", אלעמאל האט דאס מענטשהייט געוואוסט אז דארט אין טיפעניש פון די בריאה האט גאט צוגעגרייט א רפואה, א מעדיצין, מיט וואס די מענטשהייט זאל זיך קענען בארואיגן, און ווי דוד המלך זאגט שוין אין תהלים, ויין ישמח לבב אנוש.
 
מ'קען אפשר אויך פארטייטשן דעם פסוק דארט אין פרשת בראשית ב' י"ב. וזהב הארץ ההוא טוב, שם הבדלח ואבן השהם, קען זיין דאס מיינט אויך דער פסוק וזהב הארץ ההוא טוב, אויף די גאלדענע געבענטשטע וואסער, שם, איינמאל מ'איז דארט מ'האט טועם געווען דערפון, הבדולח ואבן השהם, קען מען שוין פאנטאזירן פון דיימאנטן און פערל שטיינער. איי לאמיר כאפן נאך א זיפ! וויאזוי גייט נאר די ניגון, כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענער וועלט וועט מען אייך נידט געבן. יא יא ס'ליגט א שטארקע אמת אין דעם ניגון, ווייל אויף יענער וועלט איז קיין וואדקע ניטדא צו באקומען, דארט וואו ס'דא רחמים פשוטים איז ניט פארהאן קיין מקום פאר וואדקע, נאר פאר די גאלדענע געבענטשטע וואסער. איי וועט איר אוודאי פרעגן, אין קטיגור נעשה סניגור? איז דער תירוץ דערפאר, אז דארט אויבן איז מען למעלה מן הזמן ואין מוקדם ומאוחר בתורה, און פאר'ן עגל הזהב.
 
תיכף נאכן מבול, ווען גאט ב"ה האט געפיילט א טשעפטער סעווען מיט כמעט די גאנצע מענטשהייט און חרטה געהאט פונעם גאנצן געשעפט, האט ער אבער אינזינען געהאט און חונן דעת געווען פאר נח איש צדיק תמים ער זאל אומבאדינגט אריינשווערצן אינעם תיבה צווייגן פון טרויבן, כדי צו פארזיכערן פאר די קומענדיגע נייע וועלט אלקאהאלישע געטראנקען. וואס האט נח געטוהן תיכף ומיד נאכן ארויסקומען פונעם תיבה? ער האט איינגעפלאנצט די טרויבן צווייגן, נאך איידער נח דער וועלטס-פארמער האט עספיעט עפעס צו טוהן צו גוט מאכן פאר'ן נייעם וועלטל נאכ'ן מקריב זיין קרבנות און דאנקען גאט, האט אונזער גרויסער פארמער איינגעפלאנצט די טרויבן צווייגלעך כדי זיכער צו מאכן אז ס'זאל מיט וואס נאס צו מאכן די לעפצן נאך א טאג שווערע ארבייט, מיט וואס זיך צו בארואיגן אין א אנגעצויגענע מאמענט. אדער סתם אזוי צו זיין פרייליך, אהן אן עקסקיוז.
 
פון שטענדיג אן האט דער זיסער טראפן פארמאגט אן עהרע און חשיבות. ווי למשל וויין אינעם אידישן רעליגיע, אין בית המקדש ביים מקריב זיין קרבנות. חז"ל האבן מתקן געווען א ספעציעלע ברכה אויף וויין, און אפילו אויף אנדערע אלקאהאלישע משקאות וואס פארמאגן נישט קיין עקסטערע ברכה, פארמאגן זיי אבער אויך א ספעציעלע חשיבות, ווי מ'זעהט אז אויף ביר אדער ברוינפן קען מען אויך קידוש מאכן, ביי א נזיר וואס טאר נישט טרינקען קיין וויין טאר אויך נישט טרינקען פארשידענע אלקאהאלישע געטראנקען, וכדו'. ס'קומט צו ענדיגן א שידוך שטעלט מען ברוינפן און מ'מאכט א לחיים, און אזוי איז ביי א יארצייט נאכ'ן דאווענען. איך האב כמה וכמה פעמים אליין מיטגעהאלטן און געזען ווי ערליכע אידן חסידים ואנשי מעשה נאכ'ן זיך אנ'תיקונ'ען און בא'לעקיכ'ן, נאכ'ן האבן שוין טועם געווען פון כל מיני קוכן און בלאסע ספאנדזש קעיקס, נאכן אויסהערן און מיטהאלטן יעדן רעבישן מופת פון עשר צחצחות, נאכן צוקייען די זוימען פונעם ווייסן ווייכן קאווע גלעזל און זיך אויסגרעבצן פון די פיינע ראפאגאש סלייסעס קאקאש קעיק איז צייט צו מאכן אן על המחיה, אבער קודם קומט דאך מים אחרונים, נאר אזויווי ס'נישט ממש ברויט וואסי געמאכט מיט וואסער נאר פת הבא בכיסנין ערלויבט מען זיך אפצווואשן די שפיצן פון די אצבעות מיט די לעפצן פון די נארוואס באשמירטע קלעבעדיגע זיסע קאקאו מיט איבערגעבליבענע שליוואוויץ אדער סטראפקאווע וואדקע ממש ווי מיט מים אחרונים, א פרישע מצוה.

דערפאר, פאר אזא וויכטיגע זאך אין לעבן איז זייער אינטערעסאנט זיך אריינצולייגן דערין און זעהן און שטודירן די מסכת אלקאהאל, די היסטאריע דערפון, וויאזוי איז דאס צוזאמען געשטעלט, און ווי אויך די רעליגיעזע אספעקטן וואס נעמען איר ארום. צו שרייבן אן ארטיקל אויף אלע מיני אלקאהאלישע געטראנקען איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים. אפילו בלויז אויף איינע פון די מינים, צום ביישפיל וויין, וואס אין דעם אליין זענען פארהאן מינים ממינים שונים ומשונים, דהיינו זיסע, זויערע, פרוכטיגע, טרוקענע, פון וועלכע לאנד, קלימאט, קולטור וכו' וכו', און דאס זעלביגע איז אויך ביי ביר און ברוינפן.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, אלזא האב איך אפגעמאכט ביי מיר שוין א לענגערע צייט צוריק זיך צו נעמען צו דער ארבייט, און אנהויבן ערגעץ וה' הטוב יהי' בעזרי. איך האב אויסגעוועלט ברוינפן בכלל און בורבאן בפרט פאר מיין ערשטע ארטיקל פון דעם סעריע, היות איך בין א אמעריקאנער געבוירענער און דאס איז אריינגעקריצט אין מיין קולטור שוין פאר הונדערטער יארן, ווי מ'זעהט אפילו די מסירות נפש פון די אמעריקאנער עמך ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען ווען ס'אנגעגאנגען די באקאנטע פראהיבישן געזעצן, וואס קיין שום נארמאלער רעכטדענקיגער מענטש קען אנווייזן די ריכטיגקייט דערפון, און טאקע פון די פראהיבישן געזעצן תקופה קען מען טאקע זעהן ווי שטארק דער שטן האט זיך פארלייגט, אזויווי אויף יעדע גוטע זאך.

**** הודעה חשובה****
כ'וויל בעטן דעם עולם ווער ס'האט אן אינטערעסע איבער דעם פארצווייגטע סוגיא פון מסכת אלקאהאל זאל שרייבן און מיטטיילן כמיטב ידיעתו.
אויך וויל איך בעטן דעם עולם היות בטבע בין איך נישט קיין מעקער, ביטע פארדרייט נישט דעם אשכול מיט אנדערע ענינים, ביטע זיך האלטן צום שמועס. סיי וואס ס'האט צוטוהן מיט אלקאהאלישע געטראנק איז וועלקאמד, היסטאריע, רעקאמענדאציעס, וויצן (אבער נאר געשמאקע וואס קאסט א הילכיגע אויספלאצערישע געלעכטער) וכו' וכו'

פארזעצונג אי"ה בקרוב ממש בלי"נ!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער גאלדענער אדלער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

זייער שיין!
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ביי א נזיר וואס טאר נישט טרינקען קיין וויין טאר נישט טרינקען קיין שום אלקאהאלישע געטראנקען, וכדו'.

דאס איז נישט ריכטיג, א נזיר איז נאר אסור במה שיוצא מגפנים, והנה לשון הרמב"ם:
שלשה מינין אסורין לנזיר הטומאה והתגלחת והיוצא מן הגפן בין פרי בין פסולת פרי אבל השכר של תמרים או של גרוגרות וכיוצא בהן מותר לנזיר ושכר זה שנאסר עליו בתורה הוא השכר של תערובת היין.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: לחיים ולברכה! לחיים טובים ולשלום!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

תוהו ובוהו האט געשריבן:זייער שיין!

גערעכט, אבער ס'פארהאן ברוינפן למשל ברענדי, אדער קאניאק וואס ס'געמאכט פון טרויבן, וואס א נזיר טאר נישט טרינקן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

פאראכטן! ייש"כ

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ציריק צים מעין טאפיק.
איך זעי ביסט א בורבאן ליבהאבער, וואס איז די אויפטי פון בורבען זיי מסביר ביטע, איך קען נאר טרינקען סקאטש, בורבען פארברענט מיך די האלדז, (אדער אפשר זיי בעסער נישט מסביר ווייל כ'טרינק שוין ציפיל אלכוהול אזוי אויך....)

איז דא עפעס צי פארשטיין אין וואדקה, אדער ס'איז פשוט א ביליגע וועיג פון פראדעצירן אלכוהול?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

BB342732-1346-4966-9C12-0F34A2B4E4B1.jpeg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

קהל'ס נער האט געשריבן: צוריק צום מעין טאפיק.
איך זעי ביסט א בורבאן ליבהאבער, וואס איז די אויפטו פון בורבען זיי מסביר ביטע, איך קען נאר טרינקען סקאטש, בורבען פארברענט מיך די האלדז, (אדער אפשר זיי בעסער נישט מסביר ווייל כ'טרינק שוין צופיל אלקוהול אזוי אויך....)

איז דא עפעס צי פארשטיין אין וואדקה, אדער ס'איז פשוט א ביליגע וועג פון פראדעצירן אלכוהול?

איך וועל דיר זאגן, א וואדקא וואס קאסט אונטער א מאה'לע קען נאר קומען אייז קאלט ווייל אז נישט פילט עס א שטארקע עקל.
די געשמאקייט איז פערזענליך פאר מיר די האלבע מינוט נאכן טרינקען פילט זיך א שטארקע ווארעמקייט. גוטע מעסעדזשעס קומען אין קאפ. אביסל אנדערע מינע מעסעדזשעס ווי שבת ביינאכט נאכן מאכן קידוש אויף א כוס וויין.

ווען איך טרינק פון א גאר טייערע וואדקא באטל (געווענטליך ביי יענעם ווייל איך ערפארד מיר עס נישט) קען עס זיין ווארעם און איך פיל גאר א געשמאקע גלאטקייט, עס גליטש אריין ווי ברענד ניו זאק אין א פוס...
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

ס'איז דאך ידוע די מעשה, (לוי פאלקאוויטש זונגט עס שיין אפ אינעם סידי טוב השם), אז ביים צמח צדק ביי א פארברענג איז אויסגעלאפן די משקה, האט ער געשיקט א חסיד זוכן משקה, און דער חסיד האט געטראפן איוואן דער שיכור, און ער האט איהם מציע געווען אסאך געלט פאר די משקה וואס ער האט געהאט, אבער איוואן האט עס נישט געוואלט פארקויפן, האט דער חסיד געפרעגט איוואן אז ער פארשטייט נישט פארוואס ער פארקויפט נישט, מיט די געלט קענסט דאך איינקויפן א האלבן דארף, האט איהם איוואן גענטפערט, אז ווען ער טרונקט אויס די ברוינפן ווערט גאנץ פעטערבורג זיינע!!!
:lol: :lol:
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אלץ אן אלקעהאליקער האב איך נישט ליב די מאמר, אבער, די הייליגע בית יוסף'ס מגיד האט אים געזאגט, אז עס הייסט יין שרף, ווייל ששורף את הגוף ושורף את הנשמה.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: לחיים ולברכה! לחיים טובים ולשלום!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אלע צוזאמען האט געשריבן:אלץ אן אלקעהאליקער האב איך נישט ליב די מאמר, אבער, די הייליגע בית יוסף'ס מגיד האט אים געזאגט, אז עס הייסט יין שרף, ווייל ששורף את הגוף ושורף את הנשמה.
מן הסתם האט עס דער מגיד נישט געגליכן, אויב איז בכלל געווען אזא מגיד. קען זיין יוס'לה גולם איז פשוט מגלגול געווארן אין דעם מגיד.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:זייער שיין!
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ביי א נזיר וואס טאר נישט טרינקען קיין וויין טאר נישט טרינקען קיין שום אלקאהאלישע געטראנקען, וכדו'.

דאס איז נישט ריכטיג, א נזיר איז נאר אסור במה שיוצא מגפנים, והנה לשון הרמב"ם:
שלשה מינין אסורין לנזיר הטומאה והתגלחת והיוצא מן הגפן בין פרי בין פסולת פרי אבל השכר של תמרים או של גרוגרות וכיוצא בהן מותר לנזיר ושכר זה שנאסר עליו בתורה הוא השכר של תערובת היין.
גערעכט, אבער ס'פארהאן ברוינפן למשל ברענדי, אדער קאניאק וואס ס'געמאכט פון טרויבן, וואס א נזיר טאר נישט טרינקן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

וואס איז דער זיכערקייט? עס קען זיין א סברא פין זיעה בעלמא.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

וויאזוי ווערן גויים שיכור פון ביר? :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן:ציריק צים מעין טאפיק.
איך זעי ביסט א בורבאן ליבהאבער, וואס איז די אויפטי פון בורבען זיי מסביר ביטע, איך קען נאר טרינקען סקאטש, בורבען פארברענט מיך די האלדז, (אדער אפשר זיי בעסער נישט מסביר ווייל כ'טרינק שוין ציפיל אלכוהול אזוי אויך....)

איז דא עפעס צי פארשטיין אין וואדקה, אדער ס'איז פשוט א ביליגע וועיג פון פראדעצירן אלכוהול?

בורבען איז מער א לויטערע אבער פולע פלעיווער. ס'קען זיין שארפער ווי סקאטש און ווייניגער זיסלעך, אבער אז מ'לייגט זיך אריין אין דעם (כלומר, די דעם אין די זיך...) װערט מען אין לאוו מיט דעם.

לייג נישט די בראנפען אין די פריזער. טרינק עס סטרעיט אפ. ניטאמאל אן די ראקס.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

סוף ספר דברי ישראל מהרה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר זצוק"ל:

83650_383png.png
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ציריק צים מעין טאפיק.
איך זעי ביסט א בורבאן ליבהאבער, וואס איז די אויפטי פון בורבען זיי מסביר ביטע, איך קען נאר טרינקען סקאטש, בורבען פארברענט מיך די האלדז, (אדער אפשר זיי בעסער נישט מסביר ווייל כ'טרינק שוין ציפיל אלכוהול אזוי אויך....)

איז דא עפעס צי פארשטיין אין וואדקה, אדער ס'איז פשוט א ביליגע וועיג פון פראדעצירן אלכוהול?

בורבען איז מער א לויטערע אבער פולע פלעיווער. ס'קען זיין שארפער ווי סקאטש און ווייניגער זיסלעך, אבער אז מ'לייגט זיך אריין אין דעם (כלומר, די דעם אין די זיך...) װערט מען אין לאוו מיט דעם.

לייג נישט די בראנפען אין די פריזער. טרינק עס סטרעיט אפ. ניטאמאל אן די ראקס.

וואלווי: איך בין מסכים מיט דיר 100% (נישט 100 פרוף.). איך בין אויך א חסיד פון בוירבאן. ווען איך האב נישט קיין בוירבאן איז סקאטש אויך גוט. טאמער איז סקאטש אויכעט נישטא. דאס מיינט ס'איז כלו כל הקינצן. דאמאלס בלית ברירה וועלל איך טרונקען וואדקא. ווייל פטור בלא כלום אי אפשר. איך קען מיר נישט פארשטעללן א שבת אינדערפריה (נאך קריאת התורה) אן קידוש אויף בראנפן...!

אמאל האביך (בטעות) געמיינט אז ווען מ'לייגט בראנפן אין פריזער האט עס א בעסער'ן טעם . די פארקערטע איז אמת. ווען מ'לאזט עס אויף רום טעמפערטשור קומט ארויס די גאנצע פלעיוואר...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ר' בערל, ווי אזוי איז געווען קידוש דע וואך?

בד"וו, פארוואס מאכסטו נישט קידוש אין מיט'ן לייענען?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: קידוש איז געווען ב"ה זייער גוט. איך האב טאקע די וואך (היינט) נישט געהאט קיין בוירבאן. האביך קידוש געמאכט אויף סקאטש. (טאמינטואל).

אמאל פלעג איך מיך נוהג זיין צו מאכן קידוש אנפאנג אדער אינמיטן ליינען. אבער לעצטנס ביניך געווארן גבאי שני אין מיין (גרויס) ביהמ"ד. ממילא קען איך נישט אוועקגיין ביז נאכ'ן ליינען. נאר גלייך וען מ'גייט הגבהה גלילה, לויף איך אריין אין קידוש שטיבל צו מאכן קידושא רבא...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פשיהה. גארנישט אזא בעל עגלה. א גבאי שני גאר...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: קידוש איז געווען ב"ה זייער גוט. איך האב טאקע די וואך (היינט) נישט געהאט קיין בוירבאן. האביך קידוש געמאכט אויף סקאטש. (טאמינטואל).

אמאל פלעג איך מיך נוהג זיין צו מאכן קידוש אנפאנג אדער אינמיטן ליינען. אבער לעצטנס ביניך געווארן גבאי שני אין מיין (גרויס) ביהמ"ד. ממילא קען איך נישט אוועקגיין ביז נאכ'ן ליינען. נאר גלייך וען מ'גייט הגבהה גלילה, לויף איך אריין אין קידוש שטיבל צו מאכן קידושא רבא...!

פארוואס ביסטו נישט אריבער געקומען צו מיר?? כ'פארמאג פיינע גאלדענע סחורה, נישט פון די שחוטי חוץ, נאר פון די היימישע אמעריקאנער ווארע! כ'האב עטליכע מאל קידוש געמאכט דעם שבת, יעדעס מאל אין אנדערע גלעזלעך.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

[tag]דער גאלדענער אדלער[/tag], יעצט לאדענסטע למפרע...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט