הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

היסטאריע האט געשריבן:עס איז דא נאך טענות אויף אוקריינא, אז עס איז נישט באמת געוועהן אזוי פריי און דעמאקראטיש. זעלענסקי זעלבסט האט איינגעזעצט דער וואס איז געלאפען אקעגען אים. און בכלל אויב זיי האבען געוויסט אז רוסלאנד איז א סכנה, האבען זיי געמעגט אויפבויען א בעסערע מיליטער. זיי זענען אזוי קאראפטירט אז זיי האבען זיך קוים גערירט פאראויס.

רוסלאנד איז מער קארופטירט און ווייניגער דעמאקראטיש ווי אוקריינע, מיין פריינט!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

זאל זיין, רוסלאנד איז ערגער, אבער אוקריינא איז נישט אזא צדיק אז מען זאל אריין שיקען טרופען צו טוהן ווער ווייסט וואס זיי צו ראטעווען.
און טאקע ווי מען האט געזעהן, אז דער מערב האט געזאגט פאר זעלענסקי זאל הייבן הענט, און הייבן פיס און אנטלויפן. דער גאנצער מלחמה איז שטיקעל נוצלאז, וואס פראטעקטַ מען דא אין אוקריינא? א קאראפציע?

אוקריינא איז נישט גרייט, גרייט וואלט געמיינט אז רוסלאנד זאל טראכטען צוויי מאל פאר זיי גייען אריין. זיי זאלען האבן א לופט כח אז זיי קענען באמבאדירן די רוסן אז זיי זאלען נישט חלומ'ן פין גיין ווייטער. נישט אז רוסלאנד זיצט א וואך ווי גולמים אויף א אפענע ראוד, פערציג מייל לאנג, און דער איינציגסטער סיבה זיי זענען נישט געווארען אנולירט איז ווייל אוקריינא האט נישט קיין עראפלאנען און א מאכט זאל זיך מיט זיי שלאגן ַ

דער ערשטער זאך אין אזא מדינה איז א מיליטער, אזוי ווי ארץ ישראל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אמת אז אוקריינע מוטשעט זיך פאר יארן מיט קארופציע, שריים פון איר סאוויטישע און רוסישע פארבינדונגן. אין די זעלבע צייט האט אוקריינא גענומען פיל שריט פאראויס, אויפן פארלאנג פון איירופער און אמעריקער רעגירונגן, צו אויסרייניגן קארופציע. אוקריינע זיכט זיך צו דערווייטערן פון רוסלאנד און פוטין און איר קארופציע און אנטי דעמאקראטישע אנשואונגן. ועל זה יצא הקצף של פוטין וועלכער איז אנטשלאסן איר צו אונטערטעניגן און פארשקלאפן אונטער זיין קארופטירטער סיסטעם. ווען אוקריינע וואלט נישט געהאט קיין חשק, מחשבות זרות און און ראיות אסורות צו די מערב וועלט, עקענאמישע און דעמאקראטישע טרוימען פון די EU און מיליטערישע פראטעקציע פון נאטא, ווען די אוקריינער באפעלקערונג וואלט נישט ארונטערגעווארפן דאס דאנמאלסדיגער קארופטירטער פרעזידענט וועלכער האט געארבייט מיט פוטין צו אפהאלטן די מארש קיין איירופע אין 2014, וואלטן מיר נישט געהאט היינט א פוטין אינוואזיע. מיר האבן אויף איין זייט א באפעלקערונג וועלכע דראפעט זיך אויף גראדע ווענט פאר צענדליגע יארן צו געווינען דעמאקראטיע און עהרליכקייט אין גאווערענמענט, און אויף די אנדערע זייט האבן מיר דעם אוטוקראט אדער גאר דיקטאטור פוטין וועלכער שלעפט אוקריינע כסדר צוריק צו קארופציע וואס דינט אים. ס'איז קאפויער צו פארווארפן אוקריינע פאר די קארופציע וואס פוטין לאזט איר נישט זיך באפרייען פון. דאס גאנצע רעזשים טויש אין קיעוו וואס פוטין זיכט איז צו צוריקשטעלן קארופציע און עס קאנטראלירן, און צו אפווארפן די באפעלקערונג'ס רצון.

משל למה הדבר דומה, א גענג וועלכע פארכאפט פרויען און מיט צוואנג פארשקלאפט זיי פאר זונות פון וואס די גענג ווערט רייך. ווען די פרויען זיכן צו אנטלויפן צו פרייהייט, פארשפרייט די גענג פראפאגאנדא אז די פרויען זענען זיך אויך ווערט דאס געלט. זיי האבן א טונקעלע פארגאנגענהייט. זיי שטעלן אן א פנים פון נרדפים אבער טאג איין טאג אויס האבן זיי פארפלייצט די גאסן און אנגערייצט אומשולדיגע מענער, צובראכן שטובער און פארשפרייט קרענק. און דער עולם גולם באמבעלט נאך די גענג'ס פראפאגאנדא.

אוקריינע איז קלאסיפיצירט דורך דעמאקראסי אינדעקס רעפארטס אלס א געמישטע רעזשים וועלכע גייט אונטער א טויש, און שטייט שוין פיל בעסער פון מערערע געוועזענע סאוויטישע לענדער אין די ראיאן.

ווי אן ארטיקל אין די וואשינגטאן פאוסט ענדיגט איר פעקט טשעקינג:

Ukraine is a flawed democracy — though one with aspirations to improve its standing if it is allowed to break free of Russian meddling in its affairs.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

פון ר' ברוך יהודה קליין.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

אביסל אוקריינישע היסטאריע

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=30
בן עיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 9:42 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך בן עיר »

יואליש האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:...איך רעד נאר צו סאיז דא א מקום צוזאגען אז ״די אומה הנקרא אוקריינע״ כאפט יעצט צוריק פאר זייער נאטור און קולטור.


ס'איז די נאטור גאר? וועלכע אומה אין די היסטאריע האט נישט א רעקארד פון שנאה, רציחה ביז גענעסייד? דאס איז די נאטור פון זיין א בעל חי. אין די (אומ)ריכטיגע מצבים האבן מיר אלע די פאטענציעל צו זיין דער אגרעסאר. די היילונג דערקעגן איז אריינלייגן די עבודה קשה צו נידערען און אויסרייסן פון זיך די רעטאריק פון שנאה, נקמה און פאלשע גלויבונגן אין נאטורליכע עטנישע און ראסע אונטערשיידן און דרגות. יעדע גענעסייד אין היסטאריע איז געקומען אויסגעבעט מיט א בארעכטיגונג צו די שנאה געפרעדיגט ביי די רייזמאן פון זייער שבט, אומה און גלויבונג.

דיין תגובה דערמאנט מיר פון א יערות דבש וואס שרייבט אז מזאל טאקע נישט האלטן קיין שנאה קעגן אנדערע אפילו אויף המן טייטש ער עד דלא ידע בין ארור המן וכו אז מזאל זיך אויפפירן גוט אפי' צו המן
פארשפארט