קהל'ס נער האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:סביב העולם האט געשריבן:קען מען זיך גרייטן אויף א פרישע רונדע פון באנקעטן, נסיעות אויף פריוואטע פליגער, און פילייכט אפילו א באזוך ביי פינטו, אלעס מיטן ציל צו ראטעווען די יהדות אוקריינא.
מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וויפיל פון זיי האבן מיט יהדות דוקא, וויפיל מצוות וועלן געטוהן ווערן מיט די געלטער וואס מען וועט צושטעלן (על הצד ס'געלט וועט אנקומען בכלל), אבער קודם ווייסט מען אז נאר מיין רבי האט א שוואכקייט צו ראטעווען פרעמדע אידן.
אויף צי ראטעווען יודן פון ציונות (אפילו נישט-יודן) האט זיך אלעס געלוינט
הייסט דו האלטסט אז סאטמאר האט מורא אז די אוקריינע אידן וועלן ווערן פלאצירט אין בעלזא אדער אין וויזניץ און זיי גייען ווערן פארכאפט אין ציונית?
ר' איד, אין לויף פון היסטאריע האבן רוב פון די פארוואגעלטע אידן וואס די ציונים האבן ארויפגעברענגט במשך די יארן געווארן פריי אדער כמעט פריי! ממילא אפילו דו באלאנגסט צו א חסידות וואס איז ליידער א שטיק פון די מדינה, און דו האסט נישט קיין פראבלעם אז אידן ווערן ציונים, בין איך אבער נייגעריג אויב דו האסט א פראבלעם אויב אידן ווערן פריי, אויב יא דאן זינט בעלזא רבי דאגהט נישט אויף די מינוט פאר די אוקריינע אידן דאן ביטע זיי דיך משתתף פאר די סאטמארע קאמפיין. זארג דיך נישט, זיי גייען נישט ווערן קיין סאטמארער.....
תזכו למצוות.
די רעדסט ווי א וויליאמסבורגער אין די מ' יארן, מ'זאגט בעלזא ציוני און האסט מיך אפפגעפרעיגט.
ווען סאטמאר זאגט ווען אז די געלט גייט פאר הומעניטירישע הילף אוואדאי וואלט איך געגעיבען, אבער זיי זאגן קלאר אז ס'גייט פאר זייער פאליטישע אג'ענדע, זאלן זיי עס אליינס פינאנסירן.
האסט מיך צוריק געשאסן, סאטמארער, מ' יארן, אן זיך באציען צו מיין נקודה.
סאטמאר (מהר''א זיכער, אבער דאכט זיך אפילו מהרז''ל) זאגט זייער קלאר אז די געלט גייט פשוט צו ראטעווען אידן און צושטעלן וואס פעלט זיך אויס בגשמיות.
די מציאות איז אבער אז מדינת ישראל העלפט אויך ארויסנעמען אידן פון דארט, און סאטמאר וועל זיכער מאכן אז אנשטאט די אוקריינישע אידן זאלן ארויסגענומען ווערן דורך די ציונים און דאן מעגליך טיילן די זעלבע גורל ווי די טויזענטער טויזענטער עלנדע אידן וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן דורך די סוכנות במשך די יארן און זענען פריי געווארן. און איך גלייב אז דאס רייסט דאס הארץ פון יעדע בעלזער חסיד.... גייען זיי ארויסגענומען ווערן דורך סאטמארע עסקנים, וואס וועלן זיי פלאצירט און צושטעלן וואס זיי דארפן, כדי זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די ציוניסטישע הענט ווי זיי האבן ריזיגע שאנסן צו פריי ווערן אינגאנצען.
איך גיי עס נאכאמאל איבערזאגן, עס מאכט אפילו נישט קיין סענס צו זאגן אז סאטמאר וויל אז די אוקריינישע אידן זאלן נישט פארכאפט ווערן אין ציונית... אז וואס? סאטמאר האט מורא אז די אוקריינישע אידן וועלן גיין צום כותל און בחירות? און וואס פונקטליך איז זייער פלאן דאס צו פארמיידן?
# סטאפ די נאנסענס