מקומות הקדושים אין אמעריקא שנת 33,561 (חלק ב')

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

מקומות הקדושים אין אמעריקא שנת 33,561 (חלק ב')

שליחה דורך קהל'ס נער »

פאר חלק א' דריקט דא


פיאנגיענג קאריע, ליל ששי שנת שנת 33,561 למספרם.

עס הערשט א שטארקע ערנסקייט, מען עסט די טשולענט מיט גרויס דביקות און אהבת השם, שמעלקא פען איז א פשוט'ע קאָנג'ע חסיד דאנערשטאג נאכט ביי איהם אינדערהיים ווערט אפגעראכטן מיט א דערהויבנקייט און א ווארעמקייט, די ראבאטן ווערן באצירט מיט שיינע אנצוגן און טאנצן שיינע קעדאטשקעס לכבוד ליל ששי.

שמעלקא האט זיך נארוואס צוריק געקערט קיין פיאנגיענג פון זיין לאנג געפלאנטע נסיעה למקומות הקדושים אין די פארווארפענע אמעריקע, ער איז געפארן אליינס אן זיין משפחה צוליב זאָרגן פון די גרויסע סכנוס וואס הערשן דארט, אמעריקע איז טאקע גאר אן היסטארישער ארט, אבער די ווילדע רויטע גענאַק שבטים וואס דרייען זיך דארט ארום פראנק און פריי זענען זייער מסוכן און שטארק צוריק געשטאנען, זיי גייען מיט פיזישע קליידער און טראגן ארום מיט זיך גרויסע אייזערנע ביקסן, זיי רעדן פיזיש און באניצן זיך נאך מיט סעלפאוןס, קאמערעס און ריזיגע פלי מאשינען וועלכע פארטייבן דעם אויער

זיין נסיעה איז געווען אן אינטערעסאנטער, ער האט אהיים געברענגט מיט זיך א שיינע בינטל זיכרונות, אנגעהויבן האט ער זיין נסיעה אין ניו יארק וואו ער האט פארבראַכט צוויי פיינפולע אבער אינטערעסאנטע טעג, די הייזער דארט ווערן געבויט מיט מענטשליכע ארבייט'ס קראפט, יא מענטשן ארבייטן אז נישט האט מען נישט וואס צו עסן זיי זענען פונקט ווי חיות אין וואלד וואס מוטשען זיך פאר עסן און בויען נעסטן, ס'איז נישט אזויווי די איבריג חלק וועלט וואס מען גיבט זיך שטענדיג אפ מיט הנאה און פארגעניגן, און ראבאטן באדינען דיר ווען אימער און ווי אימער.

צווישן די הייזער לויפן אויסגעפלאסטערטע שטיין, מען רופט דאס שאסיי, אויף דעם פארן ארום גרויסע דרייוועלאזע קאַרן געטריבן דורך בעטערי ענערגיע, דאס אָרט איז זייער צוריק געשטאנען זיי האבן זיך כמעט נישט פארויס גערוקט אין די לעצטע דרייסיג טויזנט יאר.

ווען משה האט שפאצירט אויפן גאס האט ער כמעט פארלוירן באלאנס, כאטש וואס ער האט שוין חדשים פריער אנגעהויבן פראקטיצירן שטיין און וואקן איז דאס געווען פאר איהם א גרויסע טשעלענדזש.

זיין ערשטע טאג פארנאכטס האט ער געקענט שמעקן ווי די שבטים קאכן זייער נאכטמאל, ס'האט געשמעקט ארגינעל און נארהאפטיגע, ער האט דאס געזען ווי זייער א שיינע קולטורעלע אויפפירונג אבער ער האט נישט געהאט די קאראזש אריינצוקלאפן צו די אלט אויפגערעגטע דארפס שבטים, וועלכע קענען איהם שיסן פארן בלויזע חטא פון ארויפטרעטן אויף זייער פראפערטי.

אין אמעריקע איז נישט אזויווי אין די איבריגע וועלט ווי אלעס איז בחינם , נישט יעדער האט פון אלעס, דערפאר איז רויבערייען זייער אנגענומען און דאס טוט פארכטן די רויטע גענאַק שבטים וועלכע טוען פארטיידיגן זייערע האב-און-גוץ מיט ציין און נעגל.

איבער גענעכטיגט האט ער אין די מאנסי חב"ד הויז וועלכע איז נישט ווייט פונעם וויזניצער בית החיים, די חב"ד הויז שטייט אויף די פאנדימענט פון די אלטע מאנסי לאבאוויטשער שיהל אויף רוט 306.

זיין פרי מארגן איז געווען עפעס הערליך שיין עס האט געשמעקט פון פריש אפגעשניטענע גראז און געזעהן האט ער גרויסע קארן ארומפארן, די ארטיגע דארפס לייט האבן איהם אויפגעמערקט אז דא אין מאנסי גייען נאך די קינדער אין שולעס ווי זיי זיצן אויף סקרינעס און לערנען אכט שעה א טאג, ער האט דאס געזעהן אלץ פארנאטיש און פרימיטיוו, פון ווי משה קומט איז בכלל נישט וויכטיג צו לערנען, יעדעמס קאפ האט דאונלאודעט אלע אינפארמאציע פון די וועלט און ווי אויך איז נישט וויכטיג צו קענען א פאך, וויבאלד די טויזענטער קנעכט ראבאטן באדינען דיך ווי א קעניג.

די טיר פון משה'ס האטעל צימער עפנט זיך אויף און נישט מער און נישט ווייניגער א פיזישע מענטש ברענגט איהם אריין א קאווע וועלכע איז געמאכט פון ארגינעלע בונדלעך, נאך איידער משה האט געקענט נעמען דעם קאווע האט דער אלטע באבע וואס ארבייט אינעם חב"ד הויז איהם געוויזן מיט די צוויי פינגער אז זי דארף געלט, צוערשט האט משה נישט געכאפט וואס זי וויל אבער נאך א קליינע וויילע האט ער זיך דערמאנט אז דא אין אמעריקע ניצט מען נאך געלט באנקנאטן, ער האט שנעל ארויסגענומען פינף הונדערט דאלער וואס זיין ראבאט האט איהם נאך ארויסגעדריקט אין פיאנגיענג און דאס איבער געגעבן פארן עלטערן פרוי וועלכע פרייד זיך ביז גאר און באדאנקט איהם מיט די מויל גענוי אזויווי חיות און עופות, אויף א שפראך וואס מען ניצט די קול און מען שאקלט די ליפן ווי אויך האבן זיי ספעציעלע טעכניקן וויאזוי זיי מאנארווירן דעם צינג ארויס צוזאגן ווערטערַ.

קיין מנין איז נישט פארהאן עס זענען דא בלויז דריי אידן און מאנסי, ער האט פיזיש געלייגט טלית און תפילין וויבאלד ראבאטן זענען פארבאטן אין די פאראייניגטע שטאטן, און אטארעזירט זיין מוח צום דאווענען.

נאכן דאווענען איז ער ארויס אויפ'ן גאס ווי זיין טור גייד האט איהם אפגעווארט, זיי הויבן אָן אראפ שפאצירן די גאס און ריכטונג פונעם בית החיים, איידער זיי האבן דעגרייכט האבן זיי דורך שפאצירט די גוישע בית הקברות ווען פלוצלינג האט משה באמערקט ווי מען גראבט דארט א לאָך, פרעגענדיג זיין טור גייד וואס דא גייט פאר, האט איהם די טור גייד געענטפערט אז מען גייט דא באגראבן א טויטע, וואס הייסט? וויאזוי האט ער געקענט שטארבן? האט שמעלקא געפרעגט קלערנדיג אז די טור ביידע מאכט א וויץ, ס'האט גענומען היפש לאנג פארן טור גייד צי מסביר זיין פאר שמעלקא אז דא אין אמעריקע לעבט מען נישט אויף אייביג נאר פריער אדער שפעטער פארלאזט מען די וועלט, א פחד און א שרעק איז אים באפאלן זעהנדיג אן ארון מיט אלטע דארפס לייט ארום דעם יאמערנדיג פאר געוויין, בכלל האט ער נאך קיינמאל נישט געזעהן מענטשן וויינען.

דאס מאנסי בית החיים איז נאכגעלאזט, גראז און ווילדע געוויקסן באדעקן די צעבראכענע קברים מען קען נאך זעהן איבערבלייבענישן פון אן אלטע חומה וואס פלעגט ארומנעמען דאס ארט, א הייליגע געפיל האט ארומגענומען זיין הארץ זיך פרובירנדיג צו פארשטעלן אז דא אויף די ערד האבן ארום שפאצירט אזאלכע הייליגע צדיקים אין וואס אינז האבן ניטאמאל היינט קיין השגה , די פשוטסטע אידן אין יענע דור האבן גערעדט אויג צו אויג מיטן באשעפער און געווען אויסגעטון פון יעדן סארט דבר גשמי, אוי, האט זיין מח אטאמאטיש ארויסגעלאזט א קרעכטץ, זאלן די הייליגע צדיקים אויף אונז אראפשיינען און מילץ יושר זיין.

אן אלט פארדשאוועטען סייבער טרעקל האט איהם אפגעווארט ביים בית החיים טויער, דאס זעהט פאר שמעלקע ליבערשט אויס ווי אן אייזערנעם געצעלט, ער אינאיינעם מיטן טור גייד האבן זיך אריינגעזעצט דערינען און געמאכט זייער וועג צום ים.

אויפן ברעג האט ער שוין געקענט זעהן עטליכע וואלקן קראצער זיך ארויס שטעקן פונעם וואסער. ער איז ארויף אויפן שנעל שיפל און זיך אלאזגעטון טיפער אינעם אקעאן. ביי איין פונקט האבן איהם די מאנשאפט אנגעוויזן אז מיר שטייען יעצט העכער וויליאמסבורג און דאס איז די פאסיגסטע ארט אריין צו טויכן, ער האט זיך אנגעקליידערט מיט די ים טויכער אנצוג, און ער צוזאמען מיט די טור גייד אנגעהויבן אראפנידערן אין די טופענישן פינעם ים. אלטע בנינים וואס אויף דעם וואקסן גרינע ים געוויקסן האבן זיך אנפלעקט אינטער איהם, א סקרוך איז איהם פארלאפן אין די ביינער וויסנדיג אז דאס איז אמאל געווען א מעכטיגער עיר ואם בישראל.

אזוי דערציילנדיג פאר זיין ווייב איבערן דערהויבענע נסיעה האט ער געקענט באמערקן ווי עס שמעקט איר גאנץ קנאפ אז ער איז אוועק געפארן אן איר, שמעלקא האט גאנץ גוט געוויסט אז זי וואלט ענדערש געקענט באשטיין צו גיין מיט איהם צום ווארעמע אלאסקע און פארוויילן אין די ארטיגע רעזארט שטאט, שמעלקא האט זיך אנגערופן אוועקשטופענדיג דעם טשאלנט טעלער, לאמיר זינגען אביסל הייליגע ליל ששי זמירות, אייאייאוי ר' ישעי' בן ר' משה טירי ריי ריי ריי רוי ריי ריי, פועל פאר כלל......
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: דו האסט פארגעסן צו פארציילן איבער די גרויסע און וויכטיגע אסיפה וואס א יעדער איינער האט מיטגעהאלטן פון זיין פאלאץ. דער גאספאדינער רב שליטט"אא איז געווען דער הויפט מחשבה סטריעמער. ער האט בתוך המחשבות געאסר'ט די נייע, אומ'געפילטער'טע סטריעמינג קאנעקטארס וועכע זענען אימשטאנד זיך צו פארבינדן מיט דעם (טמא'נעם) ערגא-נעט. אפילו די מיט א מחשבה פילטער. נאר די אלטמאדישע פיליבאסטער מאשינקעס האט ער ערלויבט. די אסיפה איז פארגעקומען אין דעם הייליגן בערבעשטער רבינ'ס ביהמ"ד אויף די 3,456,000 'טע גאס. דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די שפעטע פארטאגס שעות מיט גאר געהויבענע געפיהלן...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צו וועלכע מקומות הקדושים איז ער געפארן?
קברי צדיקים? זיי זענען דאך שוין אלע אויפגעשטאנען תחיית המתים.
אלטע שולן? זיי זענען דאך אלע געפלויגן און נקבע געווארן אין ירושלים.
אתמהה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך זעה דער עולם פרעגט קשיות אויף א מעשה, בדרך כלל ענטפערט מען אזוי איז געווען די מעשה, וואס זאל איך יעצט ענטפערן, אזוי גייט זיין די מעשה? כ'בין אביסל צימישט דא.

איך וועל פאווערדען אלע קושיות צום שרייבער און העל מיר זעהן וואס ער וועט ענטפערן, איך טראכט אפשר אז מ'זאל מאכן א אינטערוויו מיטן שרייבער, אויף די אלע קושיות און פארוואס ער האט מורא צי פאוסטן אינטער זיין אייגענע נאמען.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: אויב דו ווילסט זיך פארבינדן גיך און גרינג צו דעם מחבר. (דיין חבר) ווייס איך וואו דו קענסט איהם תיכף טרעפן...!

גיי אריין אין דיין שלאפצימער. שטעל זיך בעפאר דעם גרויסן שפיגל און הייב אן רעדן. וועסטו זעהן אז דיין חבר וועט דיר ענטפערן.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: מקומות הקדושים אין אמעריקא שנת 33,561 (חלק ב')

שליחה דורך ברוינשטיין »

אזוי זיצט זיך שמעלקא ביים הייליגן ליל ששי סעודה און מאָנטשט די איבריגע ברעקלעך פון די חלה, נו, הייב אָן אַ ניגון האָט שמעלקא געזאָגט צו קלמן בשעת וואָס שמעלקא שלינגט נאָך אַראָפּ אַביסל לעמאָנאַדע כדאי צו באַנעצן דאָס מויל וועלכע איז געווען פאַרטריקנט פון די באַרכע ברעקלעך.

קלמן: איך װיל ליב האָבן אַ מיידעלע, עס בענקט מיין האַרץ איך וויל ליב האָבן אַ מיידעלע,.,.,.
[מ'ענדיגט די ניגון]

נאָך צוויי סעקונדעס פון וואַרעמע שטילקייט גיבט שמעלקא אַ הייב אויף זיין קאָפ און ריפט זיך אָן: ווי האָמיר אונז בכלל אַן השגה אין די הייליגע ווערטער פונעם ניגון, דאָס איז דאָך העכערע זאַכן, צו שרייבן אַזאַ ניגון האָט מען געמוזט זיין פון יענע אויסגעאיידלטען דור, מען רעדט דאָך פון אַזאָלכע אידן וועלכע האָבן געקענט מאַכן תחית המתים, איי חלילה וחס צו זאָגן אַז זיי האָבן האָבן באמת געמיינט צו זאָגן אַ מיידל, זיי האָבן גערעדט פון די כנסת ישראל כלה קרואה.

שמעלקא: חני, ביטע ברענג אריין די "דזשורקי" און לאָמיר ענדיגן די סעודה.

אַ האָלצענעם טעצל מיט פיין געבראָטענע דזשורקי האָט זיך באַוויזן אויפן טיש אַזוי ווי עס פאַסט זיך פאַר אַ היימיש חסידיש'ע שטוב, שמעלקע כאַפט אָן דעם עק פונעם קריספי שטיק דזשורקי און ריפט אויס הילכיג: לכבוד ליל ששי!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מקומות הקדושים אין אמעריקא שנת 33,561 (חלק ב')

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ברוינשטיין האט געשריבן:אזוי זיצט זיך שמעלקא ביים הייליגן ליל ששי סעודה און מאָנטשט די איבריגע ברעקלעך פון די חלה, נו, הייב אָן אַ ניגון האָט שמעלקא געזאָגט צו קלמן בשעת וואָס שמעלקא שלינגט נאָך אַראָפּ אַביסל לעמאָנאַדע כדאי צו באַנעצן דאָס מויל וועלכע איז געווען פאַרטריקנט פון די באַרכע ברעקלעך.

קלמן: איך װיל ליב האָבן אַ מיידעלע, עס בענקט מיין האַרץ איך וויל ליב האָבן אַ מיידעלע,.,.,.
[מ'ענדיגט די ניגון]

נאָך צוויי סעקונדעס פון וואַרעמע שטילקייט גיבט שמעלקא אַ הייב אויף זיין קאָפ און ריפט זיך אָן: ווי האמיר אונז בכלל אַן השגה אין די הייליגע ווערטער פונעם ניגון, דאָס איז דאָך העכערע זאַכן, צו שרייבן אַזאַ ניגון האָט מען געמוזט זיין פון יענע אויסגעאיידלטען דור, מען רעדט דאָך פון אַזאָלכע אידן וועלכע האָבן געקענט מאַכן תחית המתים, איי חלילה וחס צו זאָגן אַז זיי האָבן האָבן באמת געמיינט צו זאָגן אַז מיידל, זיי האָבן גערעדט די פון כנסת ישראל כלה קרואה.

שמעלקא: חני, ביטע ברענג אריין די "דזשורקי" און לאָמיר ענדיגן די סעודה.

אַ האָלצענעם טעצל מיט פיין געבראָטענע דזשורקי האָט זיך באַוויזן אויפן טיש, שמעלקע כאַפט אָן דעם עק פונעם קריספי שטיק דזשורקי און ריפט אויס הילכיג: לכבוד ליל ששי!
מיר רעדן פונעם זעלבן שמעלקע, אדער איז עס גאר צוויי אנדערע שמעלקעס נאר שמא קא גרים?? למעשה איז פארהאן א שטארקע קאראלאציע צווישן ביידע, ביידע זענען עהרליך מקיים דעם "כל עמל אדם לפיהו"

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: מקומות הקדושים אין אמעריקא שנת 33,561 (חלק ב')

שליחה דורך ברוינשטיין »

מיין שמעלקא איז גראַדע נישט אַזוי קרעיזי פאַר טשאָק איי, אָבער קען זייַן אויב ער וואָלט ווען געלעבט אין אזא דערהויבן דור ווי אונז, וואָלט ער [כביכול] יא ליב געהאַט טשאָק איי.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

ברוינשטיין האט געשריבן:אזוי זיצט זיך שמעלקא ביים הייליגן ליל ששי סעודה און מאָנטשט די איבריגע ברעקלעך פון די חלה, נו, הייב אָן אַ ניגון האָט שמעלקא געזאָגט צו קלמן בשעת וואָס שמעלקא שלינגט נאָך אַראָפּ אַביסל לעמאָנאַדע כדאי צו באַנעצן דאָס מויל וועלכע איז געווען פאַרטריקנט פון די באַרכע ברעקלעך.

קלמן: איך װיל ליב האָבן אַ מיידעלע, עס בענקט מיין האַרץ איך וויל ליב האָבן אַ מיידעלע,.,.,.
[מ'ענדיגט די ניגון]

נאָך צוויי סעקונדעס פון וואַרעמע שטילקייט גיבט שמעלקא אַ הייב אויף זיין קאָפ און ריפט זיך אָן: ווי האָמיר אונז בכלל אַן השגה אין די הייליגע ווערטער פונעם ניגון, דאָס איז דאָך העכערע זאַכן, צו שרייבן אַזאַ ניגון האָט מען געמוזט זיין פון יענע אויסגעאיידלטען דור, מען רעדט דאָך פון אַזאָלכע אידן וועלכע האָבן געקענט מאַכן תחית המתים, איי חלילה וחס צו זאָגן אַז זיי האָבן האָבן באמת געמיינט צו זאָגן אַ מיידל, זיי האָבן גערעדט פון די כנסת ישראל כלה קרואה.

שמעלקא: חני, ביטע ברענג אריין די "דזשורקי" און לאָמיר ענדיגן די סעודה.

אַ האָלצענעם טעצל מיט פיין געבראָטענע דזשורקי האָט זיך באַוויזן אויפן טיש אַזוי ווי עס פאַסט זיך פאַר אַ היימיש חסידיש'ע שטוב, שמעלקע כאַפט אָן דעם עק פונעם קריספי שטיק דזשורקי און ריפט אויס הילכיג: לכבוד ליל ששי!

די פארגעסט אז דזשורקי וועט שוין לאנג נישט עקזעסטירן, פלייש וועט מען שוין לאנג נאר מאכן אין לעב
פארשפארט