דו האסט נישט געהערט די לעצטע נייעס? נישט פון אוקראינע און רוסלאנד. נייערט פון די קאפל ליאור שליין און מרב מיכאלי. די עלטערן פון אורי...!
לאמיר צוערשט אנהייבן מיט דערציילן א ביסל דעם יחוס פון ביידע זיינע עלטערן. דער טאטע ליאור שליין שליט"א איז א ..."זשורנאליסט"... ס'הייסט ער האט א טי.ווי. שאו. וואו ער מאכט ליצי ליצנות פון אלץ און אלעמען. אנגעהויבן פון (געוועזענעם) פרעמיער בנימין נתניהו ביז, להבדיל הרב חיים קאניעווסקי שליט"א. און ער איז זייער שטארק מצליח. זיין שאו האט זייער הויכע רעיטינגס. דער יחוס מצד האם איז , אז די רעבעצין מיכאלי תליט"א איז אן אייניקל פון רודאלף קאסטנער. דער פון די באן פון סאטמאר'ע רבי'ן זי"ע. עטץ זאלט נישט מיינען אז זי האט נישט קיין יחוס עצמה. זי איז פון די הויפט אנפיהרערין'ס פון די וואמענ'ס ליבערעישן מאוומענט. אויך פון די ל.ג.ב.ט. קיו.קאנסטיטשוענסי.
דער אבי הבן, ליאור האט זיך אייביג בארימט אז ער איז אן אטהעאיסט און ער האלט נישט פון ברית מילה. יעצט ווען ס'איז געקומען צו זיין אייגענעם זון האט ער איהם געלאזט מאכן א ברית כדת וכדין.נאר איין זאך בארואיגט אונז ר' ליאור הי"ו. דער ברית איז נישט פארגעקומען מיט די געוויינליכע צערעצמאניעס פון אייער קיכל מיט הערינג. און די באטייליגונג פון רבנים.
אונז וועללן דא נישט אריינגיין אין די גאנצע ..."זוגיות"...פון די2 אויפגעקלער'טע מענטשן. די פאן טרעגערס פון דעם פאוסט ציוניזם פון דעם העכסטן שפיץ. אויך פון פאוסט נארמאטיווע מענטשליכקייט. אויך צי דער יונגל איז עפ"י הלכה זיין זון. געבוירן דורך אן אם פונדקאית. א סוירראגעט מאמע. ווייל די מאמע האט איהם נישט געקענט (אדער געוואלט) געבוירן דעם נאטורליכן וועג. אבער אין מדינת ישראל פון 2022 פארט אלעס געשמירט. די קאפל זענען מאן און ווייב. דער יונגל איז זייער קינד. אבער די גאנצע מדינה איז אויפגערודערט. אלעס גייט כאדאראם. ער, ליאור און זיין ..."ווייב"... די געשוואוירענע אטהעאיסטון און אנטי רעליגיע פראפאנענטן, זיי זאללן מאכן א ברית פאר זייער קינד. דאס איז שוין נישט צום אויסהאלטן...!
אבער אונז זאג מיר (ושכינה מה אומרת.)...אפילו פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון...מענטשן וועלכע האלטן נישט ביי גארנישט. נאר ווען ס'קומט די ..."רגע האמת"...ווי די איזראעלי מידיא רופט עס אן, קענען זיי ביי זיך נישט פועל'ן נישט צו מאכן א ברית מילה פאר זייער קינד.
נ.ב.: הרב חיים שלמה בערגער שליט"א. ביטע זאג מיר וואו די ציוניס'טן זענען?
ווער ס'האט עפעס צו צו געבן אדער מוסיף צו זיין ווערט געבעטן זיך אנצורופן...ויישר כח למפרע...!
...אן ערדציטערניש אין ארץ ישראל...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
לויטן חתם סופר טאר מען נישט מאכן קיין מילכיגע ברית, און לויט די וואס האלטן אז מהר"א איז מרא דאתרא איז די קידושין נישט חל אן זיין רשות, מילא קען מען אויך זאגן אז די ברית איז נישט חל אויב מען סערווירט מילכיגס, און מסתמא האבן די עיטיסטס סערווירט מילכיגס, מילא קימט אויס אז די ברית האט נישט חל געוועין, און מען דארף איבערשניידן דעם קינד.
האבן מיר א ציוני פאר הרב בערגער.........
האבן מיר א ציוני פאר הרב בערגער.........
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
שכ'ח רעב בערל פארן ברענג דאס נייעסל, כ'וויל נאר צולייגן אז ס'דא א דאפלטע שאק. סיי דאס עצם ברענגען א קינד אויף דער וועלט דורך ליאור און מירב, וויבאלד רעבעצן מיכאלי האט יארן לאנג מלחמה געהאלטן מיטן די גאנצע מערידזש עסטעבלישמענט, און די גאאנצע מושג פון ברענגען קינדער אויפן וועלט, זי האט נישט איינמאל און נישט צוויי הייס צוגעזאגט אז זי וועט נישט ברענגען קיין קינדער און נישט אויפציען קיין קינדער און דא ברענגט זי א קינד (טאקע נישט דורך איר אבער פארט האט זי קודם יא פראבירט צו ווערן פרעגנענט און נאר ווען ס'נישט געלונגען איז געגאנגען אויפ'ן אנדערן וועג פון פונדקאות, וואס אגב איז זי שארף ארויס דערקעגן אין די עבר). און דערצו מאכן זיי א ברית מילה אויך, וואס טאטע ליאור האט שארף פארדאמט במשך אלע יארן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער האט געשריבן:לויטן חתם סופר טאר מען נישט מאכן קיין מילכיגע ברית, און לויט די וואס האלטן אז מהר"א איז מרא דאתרא איז די קידושין נישט חל אן זיין רשות, מילא קען מען אויך זאגן אז די ברית איז נישט חל אויב מען סערווירט מילכיגס, און מסתמא האבן די עיטיסטס סערווירט מילכיגס, מילא קימט אויס אז די ברית האט נישט חל געוועין, און מען דארף איבערשניידן דעם קינד.
קהל'ס נער: במחכת"ה האסטו פארזעהן א בפירוש'ן פי האתון. דער מחבר זצוק"ל מאכט א חילוק פון קידושין וואס זענען נישט תופס ביז א ברית . ביי קידושין קענמען איבערמאכן די קידושין כבקשת מהר"א שליט"א. אבער ביי א ברית, איז זייער שווער איבערצומאכן די מצוה. אויסער לויט טייל ליטווישע פוסקים איז עס א ספק ברכה לבטלה. (אבי נישט עפעס אנדערש, וד"ל) . איי וועסטו וועללן זאגן אז מ'קען מאכן הטפת דם ברית. דאס וועט אבער נישט העלפן אין אונזער פאל.
האבן מיר א ציוני פאר הרב בערגער.........