אמת אז אוקריינע מוטשעט זיך פאר יארן מיט קארופציע, שריים פון איר סאוויטישע און רוסישע פארבינדונגן. אין די זעלבע צייט האט אוקריינא גענומען פיל שריט פאראויס, אויפן פארלאנג פון איירופער און אמעריקער רעגירונגן, צו אויסרייניגן קארופציע. אוקריינע זיכט זיך צו דערווייטערן פון רוסלאנד און פוטין און איר קארופציע און אנטי דעמאקראטישע אנשואונגן. ועל זה יצא הקצף של פוטין וועלכער איז אנטשלאסן איר צו אונטערטעניגן און פארשקלאפן אונטער זיין קארופטירטער סיסטעם. ווען אוקריינע וואלט נישט געהאט קיין חשק, מחשבות זרות און און ראיות אסורות צו די מערב וועלט, עקענאמישע און דעמאקראטישע טרוימען פון די EU און מיליטערישע פראטעקציע פון נאטא, ווען די אוקריינער באפעלקערונג וואלט נישט ארונטערגעווארפן דאס דאנמאלסדיגער קארופטירטער פרעזידענט וועלכער האט געארבייט מיט פוטין צו אפהאלטן די מארש קיין איירופע אין 2014, וואלטן מיר נישט געהאט היינט א פוטין אינוואזיע. מיר האבן אויף איין זייט א באפעלקערונג וועלכע דראפעט זיך אויף גראדע ווענט פאר צענדליגע יארן צו געווינען דעמאקראטיע און עהרליכקייט אין גאווערענמענט, און אויף די אנדערע זייט האבן מיר דעם אוטוקראט אדער גאר דיקטאטור פוטין וועלכער שלעפט אוקריינע כסדר צוריק צו קארופציע וואס דינט אים. ס'איז קאפויער צו פארווארפן אוקריינע פאר די קארופציע וואס פוטין לאזט איר נישט זיך באפרייען פון. דאס גאנצע רעזשים טויש אין קיעוו וואס פוטין זיכט איז צו צוריקשטעלן קארופציע און עס קאנטראלירן, און צו אפווארפן די באפעלקערונג'ס רצון.
משל למה הדבר דומה, א גענג וועלכע פארכאפט פרויען און מיט צוואנג פארשקלאפט זיי פאר זונות פון וואס די גענג ווערט רייך. ווען די פרויען זיכן צו אנטלויפן צו פרייהייט, פארשפרייט די גענג פראפאגאנדא אז די פרויען זענען זיך אויך ווערט דאס געלט. זיי האבן א טונקעלע פארגאנגענהייט. זיי שטעלן אן א פנים פון נרדפים אבער טאג איין טאג אויס האבן זיי פארפלייצט די גאסן און אנגערייצט אומשולדיגע מענער, צובראכן שטובער און פארשפרייט קרענק. און דער עולם גולם באמבעלט נאך די גענג'ס פראפאגאנדא.
אוקריינע איז קלאסיפיצירט דורך דעמאקראסי אינדעקס רעפארטס אלס א געמישטע רעזשים וועלכע גייט אונטער א טויש, און שטייט שוין פיל בעסער פון מערערע געוועזענע סאוויטישע לענדער אין די ראיאן.
ווי אן
ארטיקל אין די וואשינגטאן פאוסט ענדיגט איר פעקט טשעקינג:
Ukraine is a flawed democracy — though one with aspirations to improve its standing
if it is allowed to break free of Russian meddling in its affairs.