זעלטענע ווערטער אין די מגילה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
זעלטענע ווערטער אין די מגילה
זעלטענע ווערטער אין די מגילה
וואס מיינט א זעלטענע ווארט? אין רש"י און אנדערע מפרשים איז דא דער אויסדרוק, אין לו דמיון, אדער אין אבן עזרא מלה זרה, מלה זרה בדקדוק, וואס דאס מיינט אז הגם דער ווארט איז באקאנט פין אנדערע פלעצער, איז עס לויט דקדוק א מלה זרה. אין רש"י איז אויך דא אין לו דמיון און עס מיינט אין דקדוק. צו מיט דער ספעציפישער טייטש. אלזא, די מגילה איז פיל מיט ווערטער וואס געפינען זיך נאר אין די מגילה. פארוואס? קענט איר אליין שפעקעלירען. אונז וועלען דא אביסל פראבירן צו ברענגען די ווערטער, פין דער ערשטער קאפיטעל, וואס זענען סיי פרעמד מחמת דער ווארט געפינט זיך נישט אין ערגעץ, און דערפאר איז זייער טייטש נישט זיכער, און סיי אזעלכע וואס דער אפטייטש, דער וועג וויאזוי דער ווארט ווערט געניצט איז זעלטען. דער מגילה איז געבענטשט מיט אזעלכע ווערטער. ווי אויך ווערטער וואס ווערען יא געניצט אין אנדערע מקומות, אבער גאר ווייניג, וועלען מיר אויך צומאל ברענגען. קאמענטארען זענען וועלקאם.
מֵהֹ֣דּוּ. הודו איז א נאמען פין א פלאץ, א מדינה (זעה ווייטער), און ווערט נישט געברענגט נאר אין די מגילה. רש"י לויט די גמרא זאגט אז הודו איז גלייך נעבען כוש. כוש געפינט זיך מערערע מאל אין תנ"ך. דער א"ע זאגט אז מען ווייסט נישט אויב הודו איז א פלאץ, אדער אפשר נאר דער נאמען פין א פאלק, און דער גמרא זאל נאר זיין א דרש. און ערוך (הודו) ברענגט ער אז דער תרגום יונתן אין ישעיה טייטשט אויף כוש, הודו, (און אויך הנדאה) כאילו זיי זענען באמת איין זאך, און דאס מיינט אפשר דער א"ע צו זאגען, אז הודו איז א פאלק וואס וואוינט אין כוש.
מדינה. כאטש עס שטייט מערערע מאל מדינה, דא שטייט אין מפרשים וואס דער גדר פין מדינה איז, דער א"ע זאגט א שטאט וואס האט א חומה. דער רלב"ג זאגט א מחוז, פראווינץ, וואס האט אין זיך אסאך שטעט.
בְּשׁוּשַׁ֥ן הַבִּירָֽה. חוץ אין די מגילה שטייט עס אין דניאל ח, וַאֲנִי֙ בְּשׁוּשַׁ֣ן הַבִּירָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בְּעֵילָ֣ם הַמְּדִינָ֑ה. איז שושן אין עילם. דער א"ע זאגט אז שושן הבירה און שושן זענען אין גאנצען צוויי אנדערע פלעצער, שושן הבירה איז טאקע אין עילם (וואס איז געווארען איינגענומען דורך פרס), אבער שושן איז דער נאמען פין א מדינה וואס איז נאנט צו עילם. און רוב איינוואוינער דארט זענען געוועהן אידן. ע"כ. דער ווארט בירה, איז אויך נאר פארהאן אין אסתר דניאל און נחמיה. בירה אהן א שטאט ווערט דערמאנט אין דה"י א כט, און עס מיינט א פאלאץ, און דארט דער בית המקדש. אין ערוך איז אויך דא אן אריכות וועגען דער ווארט בירה אין די גמרא.
ג. הַֽפַּרְתְּמִ֛ים. רש"י זאגט איז אין פרס'יש מיינט עס געוועלטיגערס, שלטונים. דער א"ע איז נישט אזוי זיכער, אויב דער ווארט איז עברית אדער פרס'יש. און לויט דער א"ע מיינט עס מיוחסים וואס שטאמען פין דער משפחה פין דער מלוכה. דער ווארט איז נאר אין דער מגילה און אין דניאל. דער רד"ק אין שרשים שרייבט בשם זיין טאטע אז עס מיינט די פחוות, לכאורה הערן געוועלטיגערס, וואס וואוינען אויף דער אנדערע זייט פין טייך פרת. און דער ווארט נעמט זיך פין דער טייך פרת. אינטרעסאנט צו צולייגען אז עס איז געוועהן א מדינה אין יענער ראיאן וואס האט געהייסען פרתי.
ד. יְקָ֔ר. לויט ווי עס שטייט אין מפרשים מיינט עס דא, כבוד. און אזוי אויך אין די אנדערע מקומות אין די מגילה, מיינט דער ווארט כבוד. לעשות יקר, חפץ ביקרו. און איך מיין (נישט זיכער) אז אין אנדערע מקומות אין תנ"ך מיינט דער ווארט נישט כבוד, און די מגלה איז א אויסנאם אז עס מיינט כבוד. עס קען מיינען געלט, טייער, אפילו די נשמה (תהלים), אבער כבוד וואלט מיר געוועהן א חידוש צו זעהן א פסוק נישט אין די מגילה.
ה. בִּיתַ֖ן. רש"י זאגט אז גנת מיינט א פלאץ ווי מען זייעט איין ירקות, און ביתן איז א פלאץ מיט ביימער. דער ר"י קרא ועוד האלטען אז דער ווארט קומט פין בית, וואס מיינט אינעווייניג, אזוי ווי מבית ומחוץ, און דער ביתן איז געוועהן א חצר פין אינטער די הויז. דער א"ע האלט אז עס קומט פין בית וואס מיינט אז דער בית איז געוועהן פין דער קעניג'ס הויז. איך שיהיה איז דער ווארט נאר דא אין די מגלה. אין מחברת מנחם זאגט ער (לויט איין וועג) אז ביתן איז א נאמען, כלומר, עס דארף נישט א פשט.
ו. ח֣וּר׀ כַּרְפַּ֣ס וּתְכֵ֗לֶת. תכלת שטייט אסאך מאל אין די תורה, און עס איז וואל, ווי באקאנט. דער קאליר פין תכלת זאגט רש"י (תרומה) ירוק, און דער תורה ברורה איז מאריך אז רש"י האלט גרין, לעומת אלע אנדערע וואס האלטען בלוי. חור און כרפס, זאגט רש"י אז עס מיינט קאלירטע בגדים, וואס מען האט גערופען מיט דער נאמען. דער ר"י קרא האלט "חור" איז זייד, פין דער ווארט "חורי הארץ" וואס דאס מיינט אנשים חשובים, און היות זיי ניצען זייד אסאך, ווערט עס גערופען אויף זייער נאמען "חור". דער א"ע האלט אז "חור" מיינט דער קאליר ווייס, ווייל אויף אראמיש איז ווייס חוור. כרפס, דא זאגט רש"י אז עס איז א בגד צבוע, אבער אין רש"י אויף כתונת פסים אין חומש ברענגט ער דער פסוק דא, און איז משמע אז ער האלט אז עס איז זייד. און אזוי האלט אויך דער ר"י קרא, אז כרפס איז אזוי ווי חור, א מין זייד. דער א"ע לשיטתו אז חור כרפס און תכלת, אלע דריי מיינען קאלירען, האלט אז כרפס איז דער קאליר גרין, ווייל אויף אראביש איז כרפס (מיט א פ"ה רפה) וואס אונז רופען מיר "סעלערי", און סעלערי איז דאך גרין. לגבי דער קאליר פין תכלת זאגט דער אבן עזרא אז דער קאליר איז באקאנט.
גְּלִ֥ילֵי כֶ֖סֶף. דאס ווארט גלילי, שטייט נאר דא און אין שיר השירים (ה יד) יָדָיו֙ גְּלִילֵ֣י זָהָ֔ב. אין ביידע פלעצער זענען אלע מפרשים מסביר אז עס מיינט רינדיגע שטעקענעס, מוטות עגולים. לויט דעם איז גלילי אז לשון אזוי ווי וגללו האבן, קוילערען, און א שטיין וואס איז נישט בטבע נישט מרובעת, קוילערט זיך. אדער פין דער ווארט גלגל. ביידע ווערטער זענען מצוי אין תנ"ך. זעה ווייטער ביי דער ווארט עמודי שש א אנדערע פשט אויף גלילי, וואס לויט דעם איז עס נישט פין דער לשון גלל אדער גלגל.
עמודי שש. אין ר"י קרא שטייט אז שש מיינט דא שיש. לכאורה איז נאר אין די מגלה דא, וואס שש זאל מיינען שיש. שיש שטייט אויך נאר אין דה"י א, כט ב. וְאַבְנֵי־שַׁ֖יִשׁ, און דער תרגום זאגט וְאַבְנֵי מַרְמוֹרַיָא. מארמאר, אדער מארבעל שטיין. אין עזרא ח-ה וְה֤וּא מִתְבְּנֵא֙ אֶ֣בֶן גְּלָ֔ל, און רש"י דארט, גלל – מרמרא בלעז. ע"כ. לויט דעם קען זיין אז גלילי כסף מיינט אויך מארמאר שטיין, באדעקט מיט גאלד, ענליך צו עמודי שיש. און די גמרא סוכה נא, שטייט אין רש"י דער חילוק פין שיש און מרמרא אז זיי האבען אנדערע קאלירען, שיש צווישען גרוי און ברוין, מרמרא איז ווייסע שיש.
בַּהַט־וָשֵׁ֖שׁ וְדַ֥ר וְסֹחָֽרֶת. שש איז דער זעלבע שיש פין פריער. בהט דר סחרת, איז דא דרשות אין די גמרא. נישטא קיינער וואס טייטשט וועלכע מין שטיינער דאס זאל זיין. חוץ איין ספר, פין ר' יהודה אריה מודינא, עס הייסט גלות יהודה, וואס שרייבט ווערטער אויף איטאליא'ניש. בהט, זאגט ער א שטיין וואס הייסט אויף ענגליש porphyry, וואס קומט פין גריכיש, פורפירא, עס מיינט דער קאליר פערפעל. דער שטיין איז באקאנט. דר – chalcedony דער שטיין ווערט היינט נאר געניצט פאר סגולות וכדומה. סחרת, alabaster דאס איז אויך באקאנט און מען קויפען טיילס פין דעם. דער ריא"ם איז געוועהן פין די גרויסע גדולים בזמנו, און האט מעמיד געוועהן אסאך תלמידים, און איז אויך געוועהן א שטארקע בקי אין חכמות העולם.
כַדָּ֖ת. שטייט אין די מגילה בערך צוואנציג מאל. עס מיינט געזעצען, ווי עס שטייט יודעי דת ודין. און איין מאל אין עזרא. אין די תורה שטייט אשדת למו. דער קרי איז אש דת. דער תורה וואס איז געגעבן מיט פייער.
אֵ֣ין אֹנֵ֑ס. אונס שטייט נאר דא אין די מגילה, און איין מאל אין דניאל אין אראמיש, כל רז לא אנס ליה. דא אין רשב"ם האלט ער אז דער לשון משנה איז א לשון פין חמס און דא מיינט עס לשון גניבה. דער א"ע זאגט א לשון פין מכריח זיין. דער לשון אונס וואס אונז זענען געוואינט מיט.
תם ונשלם פרק א.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
שלום עליכם! געוואלדיגע ארבעט!
אפאר קליינע הערות כרגע
"יקר" אין איר אראמישע ווערסיע מיינט טאקע אויך כבוד (דמוקיר רבנן).
דאס ווארט "אונס" אינעם קאנטעקסט פון צווינגען איז שוין א אלטע, וכלשון הר"י כספי: "והנה האונס הפך הרצון כמו שהתבאר בספר המדות לאריסטו".
נאך א אינטערסאנטע דקדוק ערשיינונג, די מגילה איז לכאורה די ערשטע פלאץ ווי דער אייגענארטיגע מבנה פון תִּתֵּנָּה (פאר נקבות עתיד נסתר) איז פארטוישט געווארן צום מער פשוט'ן זכר'דיגע ווערסיע פון יתּנו:
(אין היינטיגן עברית נוצט דער המון עם נאר די זכר'דיגע ווערסיע)

וְכָל הַנָּשִׁים יִתְּנוּ יְקָר לְבַעְלֵיהֶן
(אין היינטיגן עברית נוצט דער המון עם נאר די זכר'דיגע ווערסיע)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תוהו ובוהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: זעלטענע ווערטער אין די מגילה
נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען, אבער אז איך זעה א פרישער אשכול מיט אן ארטיקל אויף א שיינע נושא גיבט מען גלייך א לייקל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
דוראק האט געשריבן:„מתקיף לה רבינא אטו אנן האחשתרנים בני הרמכים מי ידעינן?” (מגילה יח, א)
אינטערעסאנט ווי אלע מפרשים טייטשען רמכים פין פרדות, אויך אראביש הייסט עס רמך. און עס איז אויך א לשון משנה. אחשתרנים איז דא א אינטערעסאנטע פירוש פין ר'"י קמחי
. ועתה אפרש לך מה הם: אע"פ שאמר ורבנן לא הוו ידעי מהו בני הרמכים (אסתר ח':י'), ראיתי בפירוש רבנו סעדיה הגאון כי בג' מקומות במגלה נמצא אחש מורכב: אחשורוש – פרושו גדול וראש, אחשדרפני – גדול דר פנים, דר בפנים ורואה פני המלך, אחשתרנים – גדול מתרי מינים, והם הפרדים שהם תרנים מתרין מינים מחמור וסוסיה, והיא הרמכה בלשון ערבי, וזהו בני הרמכים (אסתר ח':י'), ופרוש אחש בלשון מדי – גדול
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תוהו ובוהו האט געשריבן:שלום עליכם! געוואלדיגע ארבעט!
אפאר קליינע הערות כרגע
"יקר" אין איר אראמישע ווערסיע מיינט טאקע אויך כבוד (דמוקיר רבנן).
דאס ווארט "אונס" אינעם קאנטעקסט פון צווינגען איז שוין א אלטע, וכלשון הר"י כספי: "והנה האונס הפך הרצון כמו שהתבאר בספר המדות לאריסטו".
נאך א אינטערסאנטע דקדוק ערשיינונג, די מגילה איז לכאורה די ערשטע פלאץ ווי דער אייגענארטיגע מבנה פון יתּננה (פאר נקבות עתיד נסתר) איז פארטוישט געווארן צום מער פשוט'ן זכר'דיגע ווערסיע פון יתּנו:וְכָל הַנָּשִׁים יִתְּנוּ יְקָר לְבַעְלֵיהֶן
(אין היינטיגן עברית נוצט דער המון עם נאר די זכר'דיגע ווערסיע)
תוהו ובוהו: ייש"כ. א קליינע הערה אויף דיין הערה. ס'איז דא א פלאץ און א צייט פאר דעם ווארט יתננה. דאס איז גארנישט קיין סתירה, און נעמט גארנישט אוועק פון ווען מ'נוצט יתנו. דאס ערטע (יתננה) איז א סוף פסוק. ווען מ'ווייסט וואס און פאר וועם מ'וועט עס געבן. משא"כ ..."יתנו" איז אייביג מחובר צו נאך א ווארט, וואס עקלערט ווער אדער וואס מ'וועט געבן. אזוי ווי אין די מגילה..."יתנו"...יקר לבעליהן. אויך אין חומש..."זה יתנו כל העובר על הפקודים"...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: ייש"כ. א קליינע הערה אויף דיין הערה. ס'איז דא א פלאץ און א צייט פאר דעם ווארט יתננה. דאס איז גארנישט קיין סתירה, און נעמט גארנישט אוועק פון ווען מ'נוצט יתנו. דאס ערטע (יתננה) איז א סוף פסוק. ווען מ'ווייסט וואס און פאר וועם מ'וועט עס געבן. משא"כ ..."יתנו" איז אייביג מחובר צו נאך א ווארט, וואס עקלערט ווער אדער וואס מ'וועט געבן. אזוי ווי אין די מגילה..."יתנו"...יקר לבעליהן. אויך אין חומש..."זה יתנו כל העובר על הפקודים"...!
איר זענט גערעכט, כ'האב בטעות געשריבן די נישט ריכטיגע ווארט.
כ'האב געמיינט צו שרייבן תִּתֵּנָּה וואס דאס איז די ריכטיגע ווארט פאר נקבות רבות עתיד נסתר, און נישט יִתְּנוּ וואס איז פאר זכרים עתיד נסתר. שוין פארראכטן, ייש"כ.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
כדי צו דערמאנען דער אבן עזרא אויף יתנו, וואס זעהט אויס עס קוועטשט אים, און ער זאגט אז עס גייט ארויף אויף דער "כל" הנשים. ער ברענגט א ראיה פין וכל הארץ באו, לכאורה אז באו איז זכר, און ארץ נקיבה. אבער באמת איז ארץ נישט א זיכערע נקבה, רש"י איז זיך סותר וועגן דעם אין חומש.
אין דער ענגלישער איבערזעצונג איז פארהאן דער פאלגענדע הערה
יתנו יקר – שב אל מלת כל איש (אסתר א':כ"ב[/quote
אבן עזרא במלת יתנו שבה אל כל כמו וכל הארץ באו מצרימה (בראשית מ"א:נ"ז).
אין דער ענגלישער איבערזעצונג איז פארהאן דער פאלגענדע הערה
Our verse reads: ve-khol ha-nashim yittenu yekar. Nashim is feminine; yittenu is masculine. Thus our verse should have read tittennah. Hence Ibn Ezra points out that the word kol can be used with the masculine and with the feminine. Hence a masculine is not out of place in our verse. See Mishaly and Zipor.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
תוהו ובוהו האט געשריבן:שלום עליכם! געוואלדיגע ארבעט!
אפאר קליינע הערות כרגע
"יקר" אין איר אראמישע ווערסיע מיינט טאקע אויך כבוד (דמוקיר רבנן).
וועגען יקר קוקט דא אז די גמרא אין סנהדרין און מגלה זאגט תרגום שכתבו מקרא, אז יקר איז אראמיש אין די תורה, און די גמרא ברענגט פין יתנו יקר, פין די מגלה, און תהלים ולי מה יקרו . דער שואל פרעגט א באמבע קשיא, אויב יהושע האט געמאכט עלינו, וויאזוי זאגט ער ומושב יקרו.
אויף די גמרא איז שווער אז ער ברענגט פין די מגלה דער צווייטע מאל עס שטייט יקר, יתנו יקר, נישט יקר תפארת. אבער פארשידענע מפרשים טייטשען דער ערשטער יקר מלשון טייער. לויט דעם איז פארענטפערט.
- עגלה ערופה
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
לכאורה איז די מגילה געשריבן געווארן פיל שפעטער פון אלע אנדערע ספרי קודש, וועגן דעם טאקע זעהט מען פיל זאכן וואס מ'זעהט נישט ערגעץ אנדערש.
אויך זעהט מען די ערשטע מאל נעמען פאר חדשים, וואס מ'זעהט נישט פארדעם. געווענלעך זאגט מען פשוט דער מספר פונעם חודש, למשל, חודש העשירי; אזויווי ביי טעג פונעם וואך אחוץ שבת וואס האט נישט קיין נעמען.
די נעמען פונעם חדשים און אויך די נעמען פונעם מזלות און רוב זאכן וואס ווערן דערמאנט אין גמרא וועגן אסטראלאגיע (וואס היינט ווייסט מען אז אסטראלאגיע איז שטויות במיץ), קומען בעצם פון די בבליים. אבער היינט איז עס שוין געווארן פארהייליגט און ס'ליגט שוין העכערע כוונות אין די נעמען. אזויווי כתב אשורי וואס קומט פון די בבליים און היינט איז עס שוין פארהייליגט געווארן.
אויך זעהט מען די ערשטע מאל נעמען פאר חדשים, וואס מ'זעהט נישט פארדעם. געווענלעך זאגט מען פשוט דער מספר פונעם חודש, למשל, חודש העשירי; אזויווי ביי טעג פונעם וואך אחוץ שבת וואס האט נישט קיין נעמען.
די נעמען פונעם חדשים און אויך די נעמען פונעם מזלות און רוב זאכן וואס ווערן דערמאנט אין גמרא וועגן אסטראלאגיע (וואס היינט ווייסט מען אז אסטראלאגיע איז שטויות במיץ), קומען בעצם פון די בבליים. אבער היינט איז עס שוין געווארן פארהייליגט און ס'ליגט שוין העכערע כוונות אין די נעמען. אזויווי כתב אשורי וואס קומט פון די בבליים און היינט איז עס שוין פארהייליגט געווארן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
איך וואלט נישט געזאגט שפעטער פין אלע ספרי קודש, דאס הייסט עזרא איז לכאורה שפעטער אין זמן. און די גמרא בבא בתרא שטייט אז אסתר איז געשריבען געווארען אין ארץ ישראל פיל שפעטער. פין די חדשים אליין זאגט דער גמרא אויך אז עלו עמהם מבבל. אבער אין די מגילה זעלבסט איז דא ווערטער וואס שטייט אין מפרשים אז עס קומט פין לשון פרסי, אדער לשון מדי (זעה פריער דער ר"י קמחי אויף אחשתרנים, אז אחש מיינט גרויס אין לשון מדי). ממילא איז דער מגילה אנדרעש פין אנדערע ספרי קודש אז עס האט ווערטער פין לשון פרסי און לשון מדי, און אויך מער תרגום ווערטער.
בכלל איז לשון כתובים אנדערש פין אנדערע ספרי קודש.
איוב איז א אייגענע שפראך כמעט, אבער דארט קען מען עס תולה זיין ווייל עס איז געשריבען אויף גאר א הויכע לעוועל, ווייל דער דין ודברים איז געוועהן צווישען פיליזאפען.
בכלל איז לשון כתובים אנדערש פין אנדערע ספרי קודש.
איוב איז א אייגענע שפראך כמעט, אבער דארט קען מען עס תולה זיין ווייל עס איז געשריבען אויף גאר א הויכע לעוועל, ווייל דער דין ודברים איז געוועהן צווישען פיליזאפען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
תוהו ובוהו האט געשריבן:נאך א אינטערסאנטע דקדוק ערשיינונג, די מגילה איז לכאורה די ערשטע פלאץ ווי דער אייגענארטיגע מבנה פון תִּתֵּנָּה (פאר נקבות עתיד נסתר) איז פארטוישט געווארן צום מער פשוט'ן זכר'דיגע ווערסיע פון יתּנו
נאכקוקנדיג אביסל מער האביך געטראפן נאך צוויי מאל אין תנ"ך (מעגליך פארהאן נאך..), דאס ערשטע איז גאר אין פרשת ויצא (בראשית ל לט): "וַיֶּחֱמוּ הַצֹּאן אֶל הַמַּקְלוֹת וַתֵּלַדְןָ הַצֹּאן". די צווייטע איז אין שופטים (כא כא): "אִם יֵצְאוּ בְנוֹת שִׁילוֹ לָחוּל בַּמְּחֹלוֹת".
דער אב"ע אויף וַיֶּחֱמוּ הַצֹּאן שרייבט: "ואל תתמה בעבור שאמר על הצאן לשון זכרים, כי משפט הלשון להפריש בין זכרים לנקבות בלשון יחיד, רק בלשון רבים לא יחושו".
אב"ע אויף וְכָל הַנָּשִׁים יִתְּנוּ האט געשריבן:מלת יתנו שבה אל כָּל, כמו "וכל הארץ באו מצרימה"
די אב"ע איז א חידוש ווי ער האלט אז דאס ווארט "כָּל" פארענטפערט דעם באנוץ פון זכר (די זעלבע שרייבט ער אין ישעיה לב יב עיי"ש, קרדיט: המהדורה המדעית ע"י אוניברסיטת בר אילן).
דער צושטעל צו "וכל הארץ באו מצרימה" איז נאכמער מאדנע ווען דער פראבלעם אין יענעם פסוק איז אז ארץ איז 'יחיד' און ס'וואלט געדארפט שטיין "וכל הארץ באה מצרימה" נישט "באו" לשון רבים, געווענליך פארענטפערן די מדקדקים די סארט שאלות מיטן זאגן אז ס'פעלט די ווארט 'יושבי' (וכל [יושבי] הארץ באו..), צו זאגן אז די ווארט כָּל מאכט עס פאר א רבּים איז זייער זייער מאדנע, און אין פי' הראשון שטייט טאקע נישט די פסוק.
בלשן האט געשריבן:לכאורה אז באו איז זכר, און ארץ נקיבה
דער פראבלעם דארט איז נישט זכר/נקבה (ארץ איז אוודאי נקבה, אבער "באו" איז סיי פאר זכרים און סיי נקבות) נאר דער פראבלעם איז דער יחיד/רבים ווי פריער געשריבן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
איר זענט נישט דער ערשטער וואס פרעגט אויף דער אבן עזרא
גענומען פין דא
This comment is difficult. Ba'u is both masculine and feminine. Hence there is no problem with ve khol ha'aretz ba'u. There is a manuscript that omits "And all (ve-khol) countries came (ba'u) into Egypt". See See Abraham Ibn Ezra's Two Commentaries on Megilat Esther, Edited by Ayala Mishaly and Moshe Tzipor, Bar Ilan Press 2019, p. 126 n. 108.
גענומען פין דא
- עגלה ערופה
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
נאך ערגעץ ווי מ'זעהט לשון זכר ווען מען רעדט פון נקבות איז שיר השירים. איעדער מאל ער רעדט צו בנות ירושלים רעדט ער בלשון זכר.
למשל: הִשְׁבַּעְתִּי אֶתְכֶם בְּנוֹת יְרוּשָׁלִָם אִם תִּמְצְאוּ אֶת דּוֹדִי מַה תַּגִּידוּ לוֹ. "אתכם", "תגידו" און "תמצאו" זענען אלע לשון זכר, און לשון נקבה וואלט געדארפט שטיין עפעס אזוי: "אתכן", "תגדנה" און "תמצאנה".
אינטערעסאנט איז אז נאר ווען ער ניצט די לשון 'בנות ירושלים' רעדט ער בלשון זכר, אבער ווען ער ניצט די לשון 'בנות ציון' רעדט ער יא בלשון נקבה ווי ער זאגט "צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן".