מאראל אהן רעליגיע
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
די שימפאנזיע מאנקיס וואס זענען געווענטליך ברוטאל. קענען אויך זיין גוט און טוהן אמאל א חסד אויב סאיז איינער פון זייער אייגענע גרופע. למשל אז א מאמע שטארבט און די קינד איז געבליבן א יתום וועט אין געוויסע פעללער וועט אים א צווייטע שימפאנזיע אדאפטירן און זיך זארגן פאר אים פונקט ווי א אייגען קינד. אין איין פאלל האט אפילו די אנפירער פון די גרופע, דער גרויסער פריץ גענומען די עול פון אויפוואקסן דעם יתומל, און אפילו געלאזט רייטן אויף זיין רוקן וואו ער גייט. א זאך וואס געווענטליך טוהן נאר מאמעס פאר אייגענע קינדער. סייענטיסן האבן געשטוינט ווען זיי האבן דאס געזעהן.
דאס איז אבער א חלק פון גוטסקייט וואס איז גוט פאר די דזשין, און פאר די גרופע. סאיז אויך דא אסאך מאל וואס מ׳האט געזעהן א באנאבא העלפן א פייגל.
דאס איז אבער א חלק פון גוטסקייט וואס איז גוט פאר די דזשין, און פאר די גרופע. סאיז אויך דא אסאך מאל וואס מ׳האט געזעהן א באנאבא העלפן א פייגל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אין אמתן קומט אלעס פון סעלפישקייט. אפילו העלפן א צווייטן און רחמנות האבן אויף יענעם קומט אויך ווייל מ׳האט זיך ליב און יענער וויל זיך אליינס מאכן פילן גוט וועט ער טוהן א חסד צו באפרידיגן זיינע אייגענע געפיהלן.
א טאטע האט ליב זיינע קינדער ווייל סאיז זיינע קינדער...
א קינד וואס איז נישט זיינס האט ער נישט אזוי שטארק ליב! וואס ווייטער סאיז פון אים און פון זיינע דזשענעטיקס אלץ ווייניגער וועט ער רחמנות האבן אויף דעם קינד.
טראכט גוט טיעף וועסטו זעהן אלעס שטאמט פון קודם זיך אליינס ליב האבן.
סאיז נאר דא מענטשען וואס האבן זיך זייער שטארק ליב און סאיז דא מענטשען וואס זענען נישט אזוי פארכאפט אין זעלבסט-ליבשאפט. אבער יעדע בע״ח איז סעלפיש סוכ״ס. און אלעס וואס אונז מענטשען טוהן איז וועגן אונז האבן זיך אליינס ליב אפילו חסד!
א טאטע האט ליב זיינע קינדער ווייל סאיז זיינע קינדער...
א קינד וואס איז נישט זיינס האט ער נישט אזוי שטארק ליב! וואס ווייטער סאיז פון אים און פון זיינע דזשענעטיקס אלץ ווייניגער וועט ער רחמנות האבן אויף דעם קינד.
טראכט גוט טיעף וועסטו זעהן אלעס שטאמט פון קודם זיך אליינס ליב האבן.
סאיז נאר דא מענטשען וואס האבן זיך זייער שטארק ליב און סאיז דא מענטשען וואס זענען נישט אזוי פארכאפט אין זעלבסט-ליבשאפט. אבער יעדע בע״ח איז סעלפיש סוכ״ס. און אלעס וואס אונז מענטשען טוהן איז וועגן אונז האבן זיך אליינס ליב אפילו חסד!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מאראל אהן רעליגיע
אט דאס ממש זאגט דער חובת הלבבות אין די פתיחה צו זיין שער עבודת האלוקים ע״ש.
*
אין די ענין פון א תורה׳דיגן/חסידי׳שן פערספעקטיוו פון בע״ח וואס טוהן חסד.
*
אין די ענין פון א תורה׳דיגן/חסידי׳שן פערספעקטיוו פון בע״ח וואס טוהן חסד.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מאראל אהן רעליגיע
מי אני האט געשריבן:אפאר הערות אויף דעם אשכול:
1). דר. דאווקינס אין זיין בוך The G-d Delusion טענה׳ט אויך אז אין די מער סעקולארע אטעיסט מדינות און ערטער איז מען מער מאראליש [לויט די Normative אפטייטש פון מאראליש; די נושא פונ׳ם אשכול] ווי אין די מער רעליגיעזע מקומות (איך ווייס אז ס׳אויך דא שטודיעס וואס צייגן אז רעליגיעזע מענטשן זענען יא מער מאראליש). ווי אויך ברענגט ער אראפ אנדערע טענות וואס זענען דא ערווענט געווארן, בנוגע די טענה אז רעליגיע [emoji3594] מאראלן.
2). דר. דעננעט, אין זיין בוך Darwin’s Dangerous Idea (מער צום סוף), געט אן עוואלוציאנישן הסבר פאר די אויפשטייג פון מאראלן אין דעם מענטשן׳ס באוואוסטזיין. (אגב, אן ענליכען סאציאלע עוואלוציאנערישן סיבה געט דר. בערינג אן פאר די innate געפיל פונ׳ם מענטש צו רעליגיע און די אובערנאטירליך.)
3). עס ווערט ערווענט אז פארוואס זאל איינער נישט גנב׳נען וכו׳ ווען ער ווייסט אז קיינער זעהט נישט און ער וועט נישט באשטראפט ווערן. עס דארף באהויפטעט ווערן אז דאס איז דעם ערשטען שטאפל פון דר. קאהלבערג׳ס דריי (שהן זעקס) שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג. https://en.wikipedia.org/wiki/Lawrence_ ... prov=sfti1 און איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל viewtopic.php?f=47&t=10286
4). די שמועס רירט אויך אן אויף די Euthyphro Dilemma; צו ווייל ג-ט האט באפוילן עפעס איז עס גוט/ריכטיג, אדער ווייל עס איז גוט/ריכטיג האט עס ג-ט באפוילן. https://en.wikipedia.org/wiki/Euthyphro ... prov=sfti1
אגב, דאס וואס מען פרעגט (צווייטע page) צו אן ג-ט׳ס ציווי וואלט מען נישט גע׳גנב׳עט, איז אפשר משמע אין קידושין לא. אז די סארט מצות שכליית וואלט מען מקיים געווען אפילו אן ג-ט׳ס ציווי (איך ווייס וואס רש״י דארט זאגט, וע״ש במהרש״א). אויך איז כדאי צוצוצייכענען די הקדמה פון דור רביעי אז ס׳דא מאראלישע מענטשליכע זאכן וואס מ׳פארשטייט אליין וואס די תורה האט נישט געדארפט אסר׳ן.
5). הגם איך בין מסכים מיט יואליש, בין איך אבער נישט זיכער אז די אלטרואיזם פון חיות איז א ראיה לנידון דידן (ערשטע page פונ׳ם אשכול). ווייל ווי ערווענט אין די וויקיפדיה ארטיקל צוגעצייכענט (און אזוי אויך אין די Introductory Biology course אין college; עכ״פ די בוך וואס איך האב געליינט), איז דא עוואלוציענישע, ד.ה. ביאלאגישע, הסברים פאר זייער אלטרואיסטישע אויפפירונג. אין אנדערע ווערטער, כעין סעלפישע סיבות דאס צו טוהן (איך פארשטיי אז די ״סעלף״ פונ׳ם בעל חי פארדינט גארנישט דערפון, אדרבה ער פארלירט), וואס דאס נעמט אוועק פון די מאראלישע חלק פונ׳ם אלטרואיזם (חוץ אויב מען גייט זאגן אז דאס בארואיגן דעם אייגענעם געוויסן נאכ׳ן טוהן דעם אלטרואיסטישן אקט, איז אויך/פונקט אזוי א בחינה פון סעלפישקייט).
Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני האט געשריבן:6). הרב סאלאווייטשיק זצ״ל, אין זיין מאמר ובקשתם משם, איז אויך נוטה צו דעם אז רעליגיע פעהלט אויס כדי קובע צו זיין מאראל ע״ש.
7). די סארט שמועסן רירן בכלל אן אויף דעם געדאנק פון מאראלישע ריעליזם/רעלעטעוויטיזם (ווי אויך אפשר מאראלישע קאגניטיוויזם).
בנוגע די שמועס איז דא די ארגומענט פון מאראליטעט וואס טענה׳ט אז דאס (אויב מ׳נעמט אן) אז עס איז דא אן אבדזשעקטיווע מאראליטעט איז מוכיח אויף די מציאות פון ג-ט און אז ער איז דער מקור דערצו. דאס איז אויך נכלל בתוך די טראנסאדענטעל ארגומענט פאר ג-ט וואס זאגט אז עס קען נישט זיין קיין מאראליטעט אדער לאגיק און וויסנשאפט אן ג-ט [ווייל ער שטעלט אפ דעם אינפיניט רעגרעס; און פון וואו ווייסטו דאס? און פון וואו... (ולגבי דעם אז ג-ט טוהט אפשטעלן די אינפיניט רעגרעס עיין בכעי״ז במו״נ ח״א פס״ט.)]. (דר. מיכאל לו מארטין האט גע׳טענה׳ט אז מ׳קען אויסדרייען די טראנסאדענטעל ארגומענט אויף פארקערט און זאגן אז די מושגים פון לאגיק וכו׳ ווייזן אויף פארקערט.)
דאס איז אונטער די מהלך/פעלד אין (בעיקר קריסטליכע) טעאלאגיע, פריסאפאזישענעל אפאלאגעטיקס/פריסאפאזישענעליזם, וואס נעמט אן (צווישן אנדערע) אז מ׳מוז אננעמען דאס עקזיסטענץ פון ג-ט און די תורה מעיקרא, ווייל אן די תורה האט דאס אלעס נישט קיין האפט און עס איז בכלל נישט שייך צו דן צו זיין און טראכטן במח ובשכל וכו׳. (כל הנ״ל קען ליידן פון צירקולער ריזענינג וכו׳).
*
דער שרייבער ארטור קלארק האט געשריבן אז ״איינע פון די גרויסע טראגעדיעס פון דאס מענטשהייט איז אז מאראליטעט איז געווארן געהיידזשעקט דורך רעליגיע״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מאראל אהן רעליגיע
מענין לענין באותו ענין, אינ׳ם סוגיא פון פאסקאל׳ס געוועט זענען דא די וואס טענה׳ן אז אפילו מ׳זאל שוין אננעמען אז פאסקאל איז גערעכט און מ׳דארף וועטן פאר ג-ט מכח ״ראציאנאל״, איז אבער מעגליך אז מכח ״מאראל״ קען מען נישט. דאס איז ווייל גלויבן אין עפעס אן עווידענס און פשוט אלס פראקטישקייט, ווי אויך דאס אז ג-ט גיבט כביכול עפעס נעגאטיוו (עכ״פ דאס נישט געבן די נצחיות׳דיגע צופרידנהייט) פאר די אומגלויבערס, פשוט פאר׳ן נישט גלייבן, קען אנגעקוקט ווערן ווי אומאראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: מאראל אהן רעליגיע
די מינוט די נעמסט אן rationally אז די דארפסט פאלגן ג-ט פאלט אוועק אלע ׳מאראל׳ ווארום מאראל אליין ווערט באשטימט דורך דעם ג-ט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מאראל אהן רעליגיע
מ׳קען זאגן אז דאס גייט אליבא הדוגלים במאראל ריעליזם און אין דעם הארן פונ׳ם יוטיפרוי דילעמא וואס זאגט אז ווייל מאראל איז גוט האט עס ג-ט באפוילן; עס איז אן אנטאלאגישע מציאות (so to speak) לכשלעצמו (ווי ערווענט פריער אינ׳ם אשכול). (לסבר קען מען עס אפשר א משהו צושטעלן און ממשיל זיין צו דעם אז ס׳איז ענליך צו דאס וואס מ׳פארשטייט אז איינמאל ראציאנאל איז אים מכריח אנצונעמען דעם טשויס פון דעם געוועט, מיינט עס אבער נישט אז יעצט וועט ער אננעמען אז אן ג-ט האבן נישט ראציאנאל און לאגיק קיין שום האפט מעיקרא וכעין פריסאפאזישיניליזם.)
מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער אז מ׳רעדט דאך דא אז ער ״גלייבט״ אין ג-ט נאר מכח דעם געוועט [ווייל ס׳לוינט זיך אים] - נישט מכח ווייל ער איז איבערגעצייגט אין דעם אויף קיין שום אופן. יעצט, קען אויסקומען אז אפילו אונז זאלן מיר זאגן אז מאראל און איר גאנצע מושג איז כל כל כולו לגמרי תלוי אין ג-ט און אין זיין ווילן כביכול, קען מען נאך אלס זאגן אז די -ג-ט אליין, אפילו ״ס׳לוינט זיך״ עפ״י ראציאנאל אנצונעמען זיין עקזיסטענץ, וואלט ער אליין כביכול נישט געוואלט אז מ׳זאל אננעמען זיין עקזיסטענץ אויף אזא מהלך שלא עפ״י הכרה כלל וואס (קען באטראכט ווערן, בכלל צו מכח תוצאותיו וכו׳, אז עס) איז אומאראליש, וממילא ״לוינט״ זיך עס אים [די געוועט כדי צו באקומען די שכר] שוין נישט. וואלטעיר האט געזאגט ענליך לגבי די געוועט.
מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער אז מ׳רעדט דאך דא אז ער ״גלייבט״ אין ג-ט נאר מכח דעם געוועט [ווייל ס׳לוינט זיך אים] - נישט מכח ווייל ער איז איבערגעצייגט אין דעם אויף קיין שום אופן. יעצט, קען אויסקומען אז אפילו אונז זאלן מיר זאגן אז מאראל און איר גאנצע מושג איז כל כל כולו לגמרי תלוי אין ג-ט און אין זיין ווילן כביכול, קען מען נאך אלס זאגן אז די -ג-ט אליין, אפילו ״ס׳לוינט זיך״ עפ״י ראציאנאל אנצונעמען זיין עקזיסטענץ, וואלט ער אליין כביכול נישט געוואלט אז מ׳זאל אננעמען זיין עקזיסטענץ אויף אזא מהלך שלא עפ״י הכרה כלל וואס (קען באטראכט ווערן, בכלל צו מכח תוצאותיו וכו׳, אז עס) איז אומאראליש, וממילא ״לוינט״ זיך עס אים [די געוועט כדי צו באקומען די שכר] שוין נישט. וואלטעיר האט געזאגט ענליך לגבי די געוועט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
מאראל אהן רעליגיע
טאמער איז די סארט ״בלית ברירה׳דיגע״ גלויבן נישט ווערד גארנישט כלפי ג-ט מוז זיין אז די צד השני פון דעם געוועט איז ׳יא צו גלייבן באמונה שלימה׳ ווארום אויב גלייבט ער נישט אזא סארט געגלייבעכץ איז דאך טייטש אז ער ״גלייבט נישט״ [די לעוועל פון גלייבן וואס פאדערט זיך מטעם דעם געוועט] ממילא איז ער ווייטער אויף די לאזינג סייד פון דעם געוועט.מי אני האט געשריבן:מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער אז מ׳רעדט דאך דא אז ער ״גלייבט״ אין ג-ט נאר מכח דעם געוועט [ווייל ס׳לוינט זיך אים] - נישט מכח ווייל ער איז איבערגעצייגט אין דעם אויף קיין שום אופן. יעצט, קען אויסקומען אז אפילו אונז זאלן מיר זאגן אז מאראל און איר גאנצע מושג איז כל כל כולו לגמרי תלוי אין ג-ט און אין זיין ווילן כביכול, קען מען נאך אלס זאגן אז די -ג-ט אליין, אפילו ״ס׳לוינט זיך״ עפ״י ראציאנאל אנצונעמען זיין עקזיסטענץ, וואלט ער אליין כביכול נישט געוואלט אז מ׳זאל אננעמען זיין עקזיסטענץ אויף אזא מהלך שלא עפ״י הכרה כלל וואס (קען באטראכט ווערן, בכלל צו מכח תוצאותיו וכו׳, אז עס) איז אומאראליש, וממילא ״לוינט״ זיך עס אים [די געוועט כדי צו באקומען די שכר] שוין נישט. וואלטעיר האט געזאגט ענליך לגבי די געוועט.
א״כ אפי׳ ווען מ׳רעדט פון איינער וואס גלייבט ׳נאר וועגן דעם געוועט׳, מוז עס אטאמאטיש טייטשן אז - טאקע מכח דער געוועט - גלייבט ער ׳באמונה שלימה׳ (און אויב איז עס נישט באמונה שלימה הייסט דאס אז ער האט גענומן דעם ערשטן צד אין דער געוועט דהיינו נישט גלייבן).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מאראל אהן רעליגיע
איה״נ.
די געוועט הייבט זיך אן אז מ׳מוז ״וועטן״ פאר ג-ט; אדער אויף יא אדער אויף נישט. דערנאך טענה׳ט עס, אז עפ״י יוטיליטי געינס פארדינט מען מער און עס לוינט זיך צו וועטן ״פאר״ ג-ט ווי איידער נישט. און אויב די ראציאנאלע זאך צו טוהן איז צו מאקסימירן די אייגענע יוטיליטי, דעמאלטס דארף מען פון א ראציאנאלישן שטאנדפונקט וועטן ״פאר״ ג-ט.
וואו אונז האלטן מיר יעצט טוהן מיר דעפינירן ״וועטן פאר ג-ט״ ווי גלייבן אין אים באמונה שלימה [לכאורה מיינט מען הכרה פנימית - אמת׳דיג], ווייל אויב נישט איז דאך יתכן לומר אז די אלע יוטיליטי געינס גייען נישט אן וכנ״ל בדבריך (דאס איז א חלק פונ׳ם מאראלישן טענה דערקעגן צו צוגיין אזוי מעיקרא וכנ״ל). דאס ערוועקט אבער צוויי נקודות:
1). אויב מ׳האט (עני סארט) הכרה פנימית פעהלט דאך נישט אויס די גאנצע געוועט מעיקרא [וואס גייט אן וואס עס ״לוינט זיך״? דער אמת איז דער אמת].
2). אז אויף דעם קען מען דאך ווייטער פרעגן, ווי אזוי איז שייך צו זאגן פאר איינעם, ״גלייב״ (באמונה שלימה), פשוט ווייל עס לוינט זיך דיר ראציאנאליש כנ״ל, בלי הכרה פנימית כל שהוא ורק מתוך יוטיליטי געינס (וכעין דאס וואס מ׳פרעגט [עיין בקובץ מאמרים להרב אלחנן וואסערמאן זצ״ל] אויפ׳ן מצוה (לויט׳ן רמב״ם) פון אמונה)?
אויף דעם זענען טאקע דא די וואס ענטפערן, מיוסד אויף וואס פאסקאל אליין שרייבט דארט, אז חדא מתורצת בירך חבירתה. דהיינו, אז די געוועט סברא ברענגט דערצו/זאגט אז מ׳זאל, עפ״י ראציאנאל, אנהייבן טוהן מעשים וואס ״ברענגען״ להכרה פנימית (וכעין דאס וואס מ׳ענטפערט אויף די קשיא פון מצות אמונה) פשוט ווייל עס לוינט זיך. און אפילו מ׳וועט מעגליך נישט אנקומען דערצו, איז דאס ״פרובירן״ אליין גענוג אויף צו באקומען די יוטיליטי געינס. דאס איז אזא סארט קנייטש אין דעם געדאנק פון מתוך שלא לשמה בא לשמה: מעיקרא הייבט זיך דאס אלעס אן אלס א ״שלא לשמה״ - א פשוט׳ן ראציאנאלישן חשבון פון אזא סארט err on the side of caution. אבער דאס אליין מוז דערנאך כולל זיין אויף פרובירן אנצוקומען צו ריכטיגע אמונה, ״לשמה״, וככל הנ״ל; די קלאוז פון ״לשמה״ ליגט אין די ״שלא לשמה״ מעיקרא. (דאמר רב יהודה אמר רב לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אף על פי שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה (פסחים נ ע״ב). ״יעסוק אדם״ עולה ״כפאסקל״... א״י אז דער מסילת ישרים (פט״ז) זאגט אז ״טהרה״ [במדות] מיינט אז מ׳טוהט לשמה ע״ש. ״כל טהור״ גימטריא ״פסקל״... א״י אז דער חינוך אין די הקדמה זאגט אז עס זענען דא 270 מצות וואס א איד איז מחוייב צו טוהן אן דעם וואס עס זאל זיין א סיבה דערצו (וואס וואלט אים געקענט פטר׳ן, כגון מצות מעקה לגג ווען ער האט נישט קיין הויז). ״פסקל״ איז גימטריא 270, ווייל די איידיע פון זיין געוועט איז צו טוהן די [מצות] מעשים אנצוקומען צו הכרת הבורא וככל הנ״ל...)

ס׳איז משמע פון וויליאם דזשעימס לגבי די געוועט, אין זיין The Will to Believe, אז איינמאל מ׳נעמט די ״ליעפ״ מחמת פראגמאטישקייט וועט אמונה ממש אטאמאטיש נאכפאלגן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין אמונה ובטחון להחזו״א (פ״ג אותיות ב ג י) אז ער נעמט אן לגבי מאראל/עטיקס (א ווערסיע פון) דעם דיוויין קאמאנד טעאריע/טעאלאגישע וואלונטעריזם: נאר דער באשעפער און זיינע געזעצן זענען קובע וואס איז ריכטיג [ס׳איז משמע אזוי פון זיינע ווערטער, עכ״פ לגבי גזל ורודף נדרף ע״ש].
(פארשטייט זיך אז די אשכול רירט בכלל אן אויף דעם ארגומענט פון מאראליטעט; אז דורך דעם מושג פון מאראליטעט וויל מען מוכיח זיין מציאת הבורא.)
(פארשטייט זיך אז די אשכול רירט בכלל אן אויף דעם ארגומענט פון מאראליטעט; אז דורך דעם מושג פון מאראליטעט וויל מען מוכיח זיין מציאת הבורא.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: מאראל אהן רעליגיע
דר. הערמאן [יחזקאל] כהן האט אויך געהאלטן אז דאס אידישע אמונת יחוד הבורא איז די מקור פאר מאראליטעט פאר כל העולם כולו [א מאראלישע ריעליזם].
ער האט אויך געהאלטן אז דאס וואס די (אידישע) יוגנט רוקט זיך אוועק פון אמונה בה׳ [רק אמונה; נישט שמירת התורה וכו׳ - ער אליין איז נישט געווען קיין שומתומ״צ] איז נישט מכח דעם ווייל זיי הייבן ארויס פילאזאפיע און דאס ציהט זיי אוועק דערפון, נאר, פארקערט, ווייל זיי טוהן נישט רעספעקטירן פילאזאפיע. דאס איז געגאנגען אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינע שיטה אז [ריכטיגע] רעליגיע/יהדות [איר ״עססענס״] און פילאזאפיע (בפרט דאס פון קאנט (הגם ער איז מודה אז ס׳איז נישט משמע אז קאנט אליין האט אזוי געהאלטן; ער׳ט זיך געהאט אויסגעדרוקט נעגאטיוולי קעגן יהדות. ער טוהט דאס פארענטפערן אבער אז זיין ״שיטה״ למעשה שטימט יא און אז קאנט האט נישט אזוי גוט פארשטאנען יהדות): זיין מהלך אין ראציאנאליזם/ריזען בכלל און זיין פארמולאציע בנוגע עטיקס בפרט. [א חלק דערפון בנוגע עטיקס: דאס נישט אננעמען יודעמאניזם [אז מאראל איז באזירט אויף ווי מצוי א (״גוטע״) מעשה איז צו ברענגען צופרידענקייט], אננעמען אז די מאראלישע פרינציפ איז געזעץ און בונדענד, און אין זעלבסט-שטענדיגקייט פונ׳ם מענטש אין דאס אלעס (וואס איז נישט קיין סתירה, עפ״י קאנט, צו דאס מציאות פון דעם סופרים ג-ט וואס טיילט איין די געזעצן וכו׳)]) זענען היינו הך [עכ״פ, לדעתו, בנוגע פילאזאפישע הומעניזם/יוניווערסעליזם, משיח׳ישע סאציאליזם, און שלום] (וכעין, להבדיל, שיטת הרמב״ם).
ער האט אויך געהאלטן אז דאס וואס די (אידישע) יוגנט רוקט זיך אוועק פון אמונה בה׳ [רק אמונה; נישט שמירת התורה וכו׳ - ער אליין איז נישט געווען קיין שומתומ״צ] איז נישט מכח דעם ווייל זיי הייבן ארויס פילאזאפיע און דאס ציהט זיי אוועק דערפון, נאר, פארקערט, ווייל זיי טוהן נישט רעספעקטירן פילאזאפיע. דאס איז געגאנגען אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינע שיטה אז [ריכטיגע] רעליגיע/יהדות [איר ״עססענס״] און פילאזאפיע (בפרט דאס פון קאנט (הגם ער איז מודה אז ס׳איז נישט משמע אז קאנט אליין האט אזוי געהאלטן; ער׳ט זיך געהאט אויסגעדרוקט נעגאטיוולי קעגן יהדות. ער טוהט דאס פארענטפערן אבער אז זיין ״שיטה״ למעשה שטימט יא און אז קאנט האט נישט אזוי גוט פארשטאנען יהדות): זיין מהלך אין ראציאנאליזם/ריזען בכלל און זיין פארמולאציע בנוגע עטיקס בפרט. [א חלק דערפון בנוגע עטיקס: דאס נישט אננעמען יודעמאניזם [אז מאראל איז באזירט אויף ווי מצוי א (״גוטע״) מעשה איז צו ברענגען צופרידענקייט], אננעמען אז די מאראלישע פרינציפ איז געזעץ און בונדענד, און אין זעלבסט-שטענדיגקייט פונ׳ם מענטש אין דאס אלעס (וואס איז נישט קיין סתירה, עפ״י קאנט, צו דאס מציאות פון דעם סופרים ג-ט וואס טיילט איין די געזעצן וכו׳)]) זענען היינו הך [עכ״פ, לדעתו, בנוגע פילאזאפישע הומעניזם/יוניווערסעליזם, משיח׳ישע סאציאליזם, און שלום] (וכעין, להבדיל, שיטת הרמב״ם).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: מאראל אהן רעליגיע
אין מאמר ג (פ״א) אין האמונות והדעות איז משמע אז ס׳וואלט יא געווען מאראל אן רעליגיע [שכליות], און נאר בנוגע די חוקים וואס הקב״ה האט באפוילן אויף דעם גייט ארויפגיין אז ״טוב״ איז וואס הקב״ה האט באפוילן און ״רע/מגונה״ איז וואס ער האט פארבאטן. הגם, ער זאגט דארט אז הקב״ה איז (פארשטייט זיך) דער וואס האט מטביע געווען די אייגענע פארשטאנד וכו׳ צו מצות שכליות בשכלינו. ער זאגט ווייטער (להלן בפ״ח) אז עס איז ניטאמאל שייך צו גלייבן א נביא וואס זאגט להיפך פון דעם [מה שיכשירהו השכל], אפילו ער ברענגט אותות ומופתים ע״ש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
רעדענדיג פון דיוויין קאמענד טעאריע איז דאס ווי אזוי דר. סיִמאָר פעלדמאן איז מסביר שיטת בעל העקידה לגבי מעשה העקידה:
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. סלאַוואָ זשיזשעק שרייבט:
דאס גייט צוזאמען מיט קאהלבערג׳ס דריטע שלב פון מאראלישע אנטוויקלונג.
[left]Fundamentalists do what they perceive as good deeds in order to fulfill God’s will and to earn salvation; atheists do them simply because it is the right thing to do. Is this also not our most elementary experience of morality? When I do a good deed, I do so not with an eye toward gaining God’s favor; I do it because if I did not, I could not look at myself in the mirror. A moral deed is by definition its own reward. David Hume made this point poignantly when he wrote that the only way to show true respect for God is to act morally while ignoring God’s existence[/left]
דאס גייט צוזאמען מיט קאהלבערג׳ס דריטע שלב פון מאראלישע אנטוויקלונג.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס ווענדט זיך אויך אין וואס מען דעפינירט אלס ״מאראלן״. דר. מיכאל מקאָלאָ אין די קאנטעקסט פון רעפּראדאָקטיוו-רעלידזשיאסיטי טעאריע, וואו די (עוואלושינערי) פונקציע פון רעליגיע, וממילא אירע מאראלישע מאָרס, איז נישט אזוי ווייט צו ברענגען קאאפּעראציע בתוך די גרופע, ווי צו ברענגען אייניגע מאָרעס אויף הייראטן און געשלעכטליכע באציאונגען אזוי אז די הייראט צווישן פּאָרן זאל שטערקער האלטן.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: מאראל אהן רעליגיע
צום עצם שאלת האשכול, קען מען פרעגן להיפך, היינו רעליגיע אן מאראל. אין אנדערע ווערטער אויב איינער איז איבערצייגט אין א רעליגע אז דאס איז גט'ס ווילן. קען ער ווילן זאכן אנטקעגן מאראל?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: מאראל אהן רעליגיע
ווי קען מען טרעפן דעם רמבםיאנקל האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכאורה מיינט ער דעם רמב"ם בשמונה פרקים פ"ו :
ע״ש.והוא שהרעות אשר הן אצל הפילוסופים רעות, אשר אמרו שמי שלא יתאוה אליהן יותר חשוב מן המתאוה אליהן ויכבוש את יצרו מהן - הם הענינים המפורסמים אצל כל בני האדם שהם "רעות": כשפיכות דמים, וגנבה, וגזלה, ואונאה, ולהזיק למי שלא הרע לו, ולגמול רע למיטיב לו, ולבזות אב ואם וכיוצא באלו. והן המצוות שאמרו עליהן החכמים ז"ל: 'שאילו לא נכתבו ראויות הן לכתב' (יומא סז:). ויקראו אותן קצת מחכמינו האחרונים אשר חלו חולי המדברים "מצוות שכליות". ואין ספק שהנפש אשר תכסוף לדבר מהם ותשתוקק אליו שהיא חסרה; ושהנפש החשובה לא תתאוה לאחד מאלו הרעות כלל ולא תצטער בהמנעה מהם. אבל הדברים שאמרו עליהם החכמים שהכובש את יצרו מהם הוא יותר חשוב וגמולו יותר גדול הם "התורות השמעיות". וזה אמת שאלמלא התורה לא היו רעות כלל. ומפני זה אמרו שצריך האדם שיניח נפשו אוהבת אותן ולא יהיה לו מונע מהן רק התורה. ובחן חכמתם ע"ה ובמה שהמשילו. שהם לא אמרו: "אל יואמר אדם: אי אפשי להרוג הנפש; אי אפשי לגנוב; אי אפשי לכזב, אלא: אפשי, ומה אעשה אבי שבשמים גזר עלי"' אבל הביאו דברים "שמעיים" כולם: בשר בחלב, ולבישת שעטנז, ועריות.