א גאנץ יאר פורים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

א גאנץ יאר פורים!

שליחה דורך תרמב »

גייענדיג אין גאס פורים נאכמיטאג האב איך באטראכט די גאנצע ארום האב איך געזעהן א אינטערסאנטע זאך היות פורים פארשטעלט מען זיך און מ'טרונקט זיך אן איז דא א געלעגענהייט צו זיין מער נאטורליך ווי א גאנץ יאר דהיינו א גאנץ יאר טוט מען זאכן וואס מ'וויל נישט מ'טוט זיך אן די פערפעקט דרעס קאוד וואס פאסט פאר די פאמיליע נאמען און די שטאנד אין די קהילה.

פורים טוט מען וואס מ'וויל עכט, ס'קען זיך דאכטן אסאך מאל אז פורים פארשטעלט מען זיך פאני, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז ס'איז פונקט פארקערט, א גאנץ יאר פארשטעלט מען זיך פורים גייט מען געהעריג, ס'איז דא מענטשן וואס האבן ליב א נעקטיי אדער א ספאדיק, א גאנץ יאר פאסט אים עס נישט, פורים האט ער א געלעגענהייט זיך אנצוטון וויאזוי אים שמעקט און קיינער גייט אים נישט אנקוקן פאני.

איך האב אנגעהאט פורים אזא קליינע זיסע בעל שם טוב שטריימל, איך האב געזאגט פאר מענטשן אז דאס איז בעצם מיין שטריימל פון א גאנץ יאר, איך טו עס נאר אן פורים ווייל יעצט קען איך זיך עס ערלויבן, א גאנץ יאר שלעפ איך זיך ארום מיט א הויכע טורעם וואס האט אפגעקאסט אינעם אלף השישי, א גאנץ יאר בין איך פארשטעלט, פורים איז דא א געלעגענהייט זיך אנצוטון וויאזוי מ'וויל עכט.

פורים צופרו קען מען ארויס קוקן פון פענסטער און מ'זעהט די וועטער, און זיך אנטון בגדים לויט די וועטער, א גאנץ יאר איז דא א פונקטליכע לבוש וואס מ'מוז זיך צושטעלן דערצו אז נישט ביזטו א אויבער חכם.

האב איך געקלערט אז אפשר וואלט געווען א גוטע עצה אז ס'זאל זיין פורים א גאנץ יאר, און פורים אליינס קען מען זיך פארשטעלן מיט שווארצע דיקע רעקלעך מיט רעזשוואולקעס אפילו אויב ס'איז הייס....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יא יא. ועכ״כ אז אין סאציאלאגיע איז דא די געדאנק פון רוֺיל טעאריע. והיינו, אז אקטיוויטעטן וכו׳ פון מענטשן ווערן נקבע לויט די ראלעס וואס דאס געזעלשאפט פארלאנגט און שטעלט צו צום אינדיווידואל אין די רעלאטיוו אומשטענדן און דאס וואס ער דארף ״אויסצושפילן״. פורים ווערט פשוט די פארלאנג פון שפילן א ״ראלע״ לויט ווי אזוי די נארמעס הכלל זענען אויסגעשטעלט, סוספּענדירט.

און נאך מער האט מיר ‏[tag]רביה״ק זי״ע[/tag] מעורר געווען אז אפילו די עצם אקטן וואס מ׳טוהט פורים גופא איז אויך א חלק פון די ראלעס וואס מ׳שפילט. והיינו, ״דו זאלסט יעצט שפילן וואס דו ביסט "עכט"״; ואפילו די "עכט" איז ל״ד דאס וואס ער איז טאקע, נאר ער איז דאך מחוייב צו שפילן עפעס א ראלע אשר בשם "עכט"קייט אדער ״אנדערש״ יכונה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

מי אני האט געשריבן:און נאך מער האט מיר ‏[tag]רביה״ק זי״ע[/tag] מעורר געווען אז אפילו די עצם אקטן וואס מ׳טוהט פורים גופא איז אויך א חלק פון די ראלעס וואס מ׳שפילט. והיינו, ״דו זאלסט יעצט שפילן וואס דו ביסט "עכט"״; ואפילו די "עכט" איז ל״ד דאס וואס ער איז טאקע, נאר ער איז דאך מחוייב צו שפילן עפעס א ראלע אשר בשם "עכט"קייט אדער ״אנדערש״ יכונה.


די לייק איז פאר די ליין, ליידער האט עס @רביה"ק זי"ע נישט געקענט אליין שרייבן, זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים, שפתותיו דובבות בקבר.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: א גאנץ יאר פורים!

שליחה דורך כרם זית »

אין 'מעלות' ביי דע מה שתשוב האב'ן זיי טאקע געברענגט א טענה פון א תלמוד פון דער פנים מאירות זצ''ל, נאך דעם וואס ער האט נישט געלאזט 'פארשטעלן', אז פורים איז קאסטיומ'ס די פשוט'ע לבוש...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט