וואלסטו געגאנגען צו ר' חיים קנייבסקי זצוק"ל לויה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

איך האב גערעדט היינט מיט א איד וואס וואוינט אין ירושלים, און איך פרעג איהם צו ער איז געווען ביים לויה, זאגט ער מיר אז ניין, פרעג איך איהם פארוואס נישט? האט ער געזאגט ווייל ער האט נישט געפילט אז ס'איז וויכטיג צו גיין, פרעג איך איהם אויב וואלט עס געווען אין ירושלים וואלסטו יא געגאנגען? זאגט ער, קען זיין אויך נישט. דהיינו אז זיין נישט גיין איז נישט געווען ווייל ס'איז געווען שווער צו פארן אויף ב"ב, נאר סתם ווייל He didnt feel like it.
האב איך געטראכט, וואס וואלט איך געטון, וואלט איך געגאנגען אדער נישט?
איז די שאלה איז איינגעטיילט אין אפאר חלקים.
א) קודם כל איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה אלס גדול הדור? און אויב יא פון ווי ווייט דארף מען קומען? אפשר אויך פון אמעריקע?
ב) נניח אז עס איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה ווען א גדול הדור גייט אוועק, ווער איז מחליט אויב יענער איז א גדול הדור? אויב ביי מיר איז א צווייטער גדול הדור, אפשר זאל יעדער דארפן גיין צו מיין גדול'ס לויה?
ג) אויב איז נישט דא קיין חיוב מצד הלכה, אפשר איז עס א אידישע געפיל אז ווען א גדול בתורה גייט אוועק,(אפי' ער איז נישט מיין גדול), דארף זיך פון זיך אליין פילן א צער דערפון, און מ'זאל פון זיך אליין וועלן זיך גיין משתתף זיין,
איז אויב האב איך נישט די געפיל דיין דארף איך ווייטער נישט גיין?!? (מ'קען אפשר יא גיין כדי צו ארבעטן אויף זיך צו יא באקומען די געפיל, אדם נפעל לפי פעולותיו).
ד) סתם למען המצב והטראסק, צו זען טויזנטע אידן, און סתם אזוי ווייל יעדער פארט?!?
איך גלייב אז האלב פון די עולם איז געווען דארט וועגן סיבה ד', די אנדערע האלב זענען רוב געווען וועגן סיבה ג', און א קליינע פערצענט וועגן סיבה א'.
אדער קען איך נישט גוט די ליטווישע עולם אין א"י.
האב איך געטראכט, וואס וואלט איך געטון, וואלט איך געגאנגען אדער נישט?
איז די שאלה איז איינגעטיילט אין אפאר חלקים.
א) קודם כל איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה אלס גדול הדור? און אויב יא פון ווי ווייט דארף מען קומען? אפשר אויך פון אמעריקע?
ב) נניח אז עס איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה ווען א גדול הדור גייט אוועק, ווער איז מחליט אויב יענער איז א גדול הדור? אויב ביי מיר איז א צווייטער גדול הדור, אפשר זאל יעדער דארפן גיין צו מיין גדול'ס לויה?
ג) אויב איז נישט דא קיין חיוב מצד הלכה, אפשר איז עס א אידישע געפיל אז ווען א גדול בתורה גייט אוועק,(אפי' ער איז נישט מיין גדול), דארף זיך פון זיך אליין פילן א צער דערפון, און מ'זאל פון זיך אליין וועלן זיך גיין משתתף זיין,
איז אויב האב איך נישט די געפיל דיין דארף איך ווייטער נישט גיין?!? (מ'קען אפשר יא גיין כדי צו ארבעטן אויף זיך צו יא באקומען די געפיל, אדם נפעל לפי פעולותיו).
ד) סתם למען המצב והטראסק, צו זען טויזנטע אידן, און סתם אזוי ווייל יעדער פארט?!?
איך גלייב אז האלב פון די עולם איז געווען דארט וועגן סיבה ד', די אנדערע האלב זענען רוב געווען וועגן סיבה ג', און א קליינע פערצענט וועגן סיבה א'.
אדער קען איך נישט גוט די ליטווישע עולם אין א"י.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ביו״ד סימן שמג איז משמע אז ס׳איז נאר ״בעיר״ (חוץ ב״נשיא״ וכדלהלן בסימן שדמ סעיף חי), וממילא ווען עס איז ווען אין ירושלים וואלט ער ווען יא בעצם לכאורה געדארפט גיין וכלהלן בסימן שסא סעיף א. אויך, אויב ס׳איז נאר אלס עצלות גייט דאס דאך לכאורה אריין בגדר המתעצל בהספדו של חכם וכבשבת קה: והובא ברמב״ם הל׳ אבל פי״ב ה״ב ע״ש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אונז פארגעס מיר אז תורה (טעירעה) אליין איז נישט געניג. די עיקר איז אידעאלאגיע/שיטה. הרב שלמה גורן און הרב שטיינמאן האבן געקענט לערנען. און זענען געווען פאררעכנט אלס (גרויסע) תלמידי חכמים. אבער זייער לערנען איז גארנישט ווערד געווען. ווייל זייער אידעאלאגיע איז נישט געווען אויפ'ן ריכטיגן פלאץ...!
ביסט אויך מודה אז א אפיקורוס א ת"ח איז זיין תורה גארנישט ווערד
די מחלוקה איז נאר ווער עס איז א אפיקורוס, אבער תורה אליין איז זיכער נישט קיין גדלות
איך מיין ח"ו נישט קיינעם, נאר דער געדאנק, אבער צאמשטעלן גורן מיט הרב שטיינמאן זצ"ל איז א בזיון פאר רב שטיינמאן
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך קען נישט זאגן דעת תורה ווייל איך בין נישט קיין דיין, אבער מסברא מיין איך אז אויב האט מען נישט געהאט קיין שום געפיל צו א מענטש בחייו, און דו וואלסט צב"ש נישט געגאנגען צו יענעמ'ס שמחות, איז נישט פאראן קיין שום ענין צו גיין צו יענעמ'ס לוי'.
נאכאמאל, איך רעד נישט השקפה אדער הלכה, אוודאי איז הלויית המת א מצוה פאר זיך, בפרט א גדול בישראל איז זיכער חשוב'ער, מען זעט דאך אין חז"ל אז אויף א אדם חשוב איז א גרעסערע חיוב מספיד צו זיין כהלכה, און צומאל א חכם בפניו אפילו אין חודש ניסן, עכ"פ דאס לאז איך פאר די דיינים, איך זאג נאר וואס איך שפיר אלס מענטשליכקייט.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
פאר'ן דאווענען האט געשריבן:איך האב גערעדט היינט מיט א איד וואס וואוינט אין ירושלים, און איך פרעג איהם צו ער איז געווען ביים לויה, זאגט ער מיר אז ניין, פרעג איך איהם פארוואס נישט? האט ער געזאגט ווייל ער האט נישט געפילט אז ס'איז וויכטיג צו גיין, פרעג איך איהם אויב וואלט עס געווען אין ירושלים וואלסטו יא געגאנגען? זאגט ער, קען זיין אויך נישט. דהיינו אז זיין נישט גיין איז נישט געווען ווייל ס'איז געווען שווער צו פארן אויף ב"ב, נאר סתם ווייל He didnt feel like it.
האב איך געטראכט, וואס וואלט איך געטון, וואלט איך געגאנגען אדער נישט?
איז די שאלה איז איינגעטיילט אין אפאר חלקים.
א) קודם כל איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה אלס גדול הדור? און אויב יא פון ווי ווייט דארף מען קומען? אפשר אויך פון אמעריקע?
ב) נניח אז עס איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה ווען א גדול הדור גייט אוועק, ווער איז מחליט אויב יענער איז א גדול הדור? אויב ביי מיר איז א צווייטער גדול הדור, אפשר זאל יעדער דארפן גיין צו מיין גדול'ס לויה?
ג) אויב איז נישט דא קיין חיוב מצד הלכה, אפשר איז עס א אידישע געפיל אז ווען א גדול בתורה גייט אוועק,(אפי' ער איז נישט מיין גדול), דארף זיך פון זיך אליין פילן א צער דערפון, און מ'זאל פון זיך אליין וועלן זיך גיין משתתף זיין,
איז אויב האב איך נישט די געפיל דיין דארף איך ווייטער נישט גיין?!? (מ'קען אפשר יא גיין כדי צו ארבעטן אויף זיך צו יא באקומען די געפיל, אדם נפעל לפי פעולותיו).
ד) סתם למען המצב והטראסק, צו זען טויזנטע אידן, און סתם אזוי ווייל יעדער פארט?!?
איך גלייב אז האלב פון די עולם איז געווען דארט וועגן סיבה ד', די אנדערע האלב זענען רוב געווען וועגן סיבה ג', און א קליינע פערצענט וועגן סיבה א'.
אדער קען איך נישט גוט די ליטווישע עולם אין א"י.
אזוינע שאלות וואלסטי געדארפט פרעגן ר' חיים'ן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
די אלע וואס זענען געגאנגען און געשטאנען שעות אויף די סטעפס אריינצוגיין קוקן אויף ר' חיים און זיך בילדערן מיט אים וואלטן געגאנגען צו די לוויה ווייל זיי ווילן עס דעקן, און ארץ ישראל איז א לוויה אזא שטיקל כינוס כלל ישראל ווי יעדער לויפט און וויל עס נישט פארפאסן, ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האב איך געהאפט אז ס'זאל זיך מאכן עפעס א היסטארישע לוויה וואס איך זאל קענען דארט זיין, פארדאן מיר פאר דע לענגוויזש.., למעשה רב שטיינמאן'ס לוויה האב איך פארפאסט, ווייל די לוויה איז געווען צו שנעל, אבער איך בין געווען ביי די לוויה ר' שמואל אויערבאך, איך האב זיך געשפירט א שטיק היסטאריע, איך האב צוגעקוקט מיט גרויסע אויגן ווי מ'שטופט זיך אנצוכאפן די ווען, איך האב געקוקט מיט שטוינונג אויף די שווארצע מאסן וואס זענען געווען פארשפרייט אויף עטליכע גאסן, וואס איך פלעג אלץ זעהן אויף די בילדער.