קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
[NAMELESS]

קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאכדעם וואס די פורים אויסגאבע פון די קרית יואל אויסגאבע "וואכנשריפט" האט אפגעשפעט פון פארשידענע איבלען אין שטעטעל, איז די הנהלת הקהילה ארויסגעקומען מיט א שארפע מלחמה קעגן די אויסגאבע "שפער פיו באופן נורא והוסיף חטא על פשע נגד כל הקדוש לנו".
בייגעלייגטע פיילס
6565.jpg
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

וואספארא סארט איבלען? איז די אויסגאבע אוועילעבל ערגעצוואו אנליין?

כ׳גלייב ס׳נישט געווען ערגער פון די פורים אפטיילונגען אין בלאט בשנים קדמניות, מ׳ווארט מיר נאך אלע אויף א עפענטליכע תשובה פון יענע רעדאקציע אויכעט.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

איז עס נישט די זעלבע ארויסגעבער פון דער בלאט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט ארויסגעשיקט אן אנטשולדיגונג, קיקט אויס אז דעי טעראריסטן האבן געהאט עפעס ערענסט אים צי סטראשענען,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מונטסורי האט געשריבן:וואספארא סארט איבלען? איז די אויסגאבע אוועילעבל ערגעצוואו אנליין?

כ׳גלייב ס׳נישט געווען ערגער פון די פורים אפטיילונגען אין בלאט בשנים קדמניות, מ׳ווארט מיר נאך אלע אויף א עפענטליכע תשובה פון יענע רעדאקציע אויכעט.

נישט געווען ערגער פין די גאנץ יעריגע בלאט בשנים קדמניות, אפגערעדט פין די פורים אפטיילונגען,

די קרית יואלע טעראריסטן זענען זייער סענסיטיוו אויב ממאכט חוזק פין זייער דיקטאטורשע שטעטל, מימלא זענען זיי געווארן ווילד,
https://drive.google.com/file/d/1IMqD-C ... p=drivesdk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

C/p

די ארוינישע בית הוראה האטליין האט נארוואס צוגעלייגט נאך א קעסטל!
נאך די אפציע צוצוקומען צום ועד סידור קידושין, איז צוגעלייגט געווארן א קעסטל
צוצוקומען צום דיין פונעם "ועד הא'וואכנשריפט" צו וויסן ווען מ'מעג דארט
עדווערטייזן...
אדער א זיידע וואס האט א סטאר און זיין אייניקל וואס איז די מענעדזשער איז
איינגעשטעלט ביי די זאליס צו ער מעג יא..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

החלטת
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20220322_002922_091.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאנץ קינדעריש געווען פון די וואכנשריפט זיך אזוי אראפצולאזן, אבער נאכמער איז נאריש די רעאקציע פון דעם קריטישן בית דין וואס מען האט געשטעלט אים אונטערצוברענגען.

די מעלה איז אז קהל ייטב לב ד׳מאנרא והגלילות דרייט זיך ווידעראמאל מיט אראפגעצויגענע הויזן.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

יהורם האט געשריבן:גאנץ קינדעריש געווען פון די וואכנשריפט זיך אזוי אראפצולאזן, אבער נאכמער איז נאריש די רעאקציע פון דעם קריטישן בית דין וואס מען האט געשטעלט אים אונטערצוברענגען.

די מעלה איז אז קהל ייטב לב ד׳מאנרא והגלילות דרייט זיך ווידעראמאל מיט אראפגעצויגענע הויזן.

אפשר ביסטו מסביר וואס איז נאריש צו אפשטעלן א צייטונג פון חוזק מאכן פון די הנהגה, אפילו זאכן וואס איז ביי די שרייבערס הייליג, (זמן ר"ת, די תקנת העיר) מאכט מען ליצנות ווי די אמאליגע משכילים

עס ווייזט נאכאמאל אז רז"ל און זיינע מענטשן וואס זענן די אזויגעריפענע נועם המדות פארטיי, גייען נאך אן אויפ'ן זעלבן וועג ווי די אמאליגע בלאט/איד/אלגעמיינער/פנים חדשות און נאך, בשעת ווען צד מהר"א האט שוין יארן לאנג ניטאמאל א פיפס געגעבן וועגן צד שכנגד

יא, ווען יענער פרובירט אינטערברעכן דיין הנהגה, מעג מען און מ' דארף ע"פ תורה טון וואס מ' קען, פונקט ווי צד רז"ל וואלט געטון ווען צד מהר"א וואלט אריינגעקומען אין ראדני אדער עני אנדערע מקום וואס איז ברשות רז"ל, אבער פאשקעווילן וכדומה זעט מען נאר ביי זאליס

דרך אגב, די לעצטע מאל וואס זיי האבן אונטערגענומען א מערכה קעגן דער איד און בויקאטירט, האט עס פיין געהאלפן, עד היום שרייבן זיי שוין נישט ווי אמאל, איך קויף און לייען דער איד יעדע וואך עס איז אמחי', דאס וועט זיין דא אויך מסתמא, סא טשאדעלע פריי דיך נישט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
דרך אגב, די לעצטע מאל וואס זיי האבן אונטערגענומען א מערכה קעגן דער איד און בויקאטירט, האט עס פיין געהאלפן, עד היום שרייבן זיי שוין נישט ווי אמאל, איך קויף און לייען דער איד יעדע וואך עס איז אמחי', דאס וועט זיין דא אויך מסתמא, סא טשאדעלע פריי דיך נישט

וואס?...
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם איז אזוי בייז.

די זכור האט געזוכט דראמא, אין טאקע דאס באקומען,
אין אנדערע שטעט וואלט ער געקענט קויפען פייער אינשארענס....

דיסקלעמער: איך בין נישט קיין סאטמערע
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

קידוש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם איז אזוי בייז.

די זכור האט געזוכט דראמא, אין טאקע דאס באקומען,
אין אנדערע שטעט וואלט ער געקענט קויפען פייער אינשארענס....

דיסקלעמער: איך בין נישט קיין סאטמערע

דער "זכר" האט בכלל נישט געזוכט קיין דראמא, ס"ה געמאכט א ביסל ליצנות.

כמיין אז עס איז זייער א ווילדע שריט אונטערצוברענגן איינעם, פאר א נערישע פורים ארטיקל, ואין עונשין אלא אם כן מזהירין
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

yn.NY האט געשריבן:

ווען די ליצנות איז פון דיין פארטיי איז עס אויך גארנישט

אזעלעכע שטותים צו רעדן, איין ארטיקל האט ער געשריבן? א גאנצע צייטונג אנגעפילט מיט איין סאבדזשעקט

און מ' האט אים געגעבן די ברירה צו אויסדריקן חרטה דערויף, און מ' געט אים נאך אלס די אפציע תשובה צו טון
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

חרטה האט ער זיך שוין אויסגעדרוקט און ווייסיך נישט וואס ער דארף טון תשובה צו טון.

סגוט מיט די ארונים, מצוקראצט זיך פון א זאלי וואס שרייבט פאשקעווילן אנטקעגן זיי. ווייזט אויף שוואכקייט און בעיבישקייט.

אז זיי קוקן אן אזא פאשקעוויל ווי א אטאקע לאזט מיר עס איבער מיט צוויי אפציעס. אדער אז זיי זענען אזוי שוואך אז זיי ווערן געשלאגן פון מינדערוויכטיגע אטאקעס. אדער אז זיי גלייבן אז דאס איז די וועג פון אטאקירן.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:חרטה האט ער זיך שוין אויסגעדרוקט און ווייסיך נישט וואס ער דארף טון תשובה צו טון.

ווי האט ער חרטה געהאט? דארף זיין באותו מקום און ברבים

קיינער איז נישט און ווערט נישט שוואך (חוץ די וואס שרייען אויף יענעם אגאנצן צייט בעביס)
עס איז דא א תורה וואס הייסט וואס צו טון אפילו די נועם המדות פארטיי לאכט דערפון
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:חרטה האט ער זיך שוין אויסגעדרוקט און ווייסיך נישט וואס ער דארף טון תשובה צו טון.

סגוט מיט די ארונים, מצוקראצט זיך פון א זאלי וואס שרייבט פאשקעווילן אנטקעגן זיי. ווייזט אויף שוואכקייט און בעיבישקייט.

אז זיי קוקן אן אזא פאשקעוויל ווי א אטאקע לאזט מיר עס איבער מיט צוויי אפציעס. אדער אז זיי זענען אזוי שוואך אז זיי ווערן געשלאגן פון מינדערוויכטיגע אטאקעס. אדער אז זיי גלייבן אז דאס איז די וועג פון אטאקירן.

ר' ליפא: א ייש"כ פאר דעם לייק. אונז ווייס מיר ממילא צו וועלכע פארטיי דו געהערסט. געזינטערהייט. דאס איז דעמאקראטיע (ביז א געוויסן פונקט.). נאר לאמיר'זשע טראכטן א מינוט. וואס דו ודכוותך וואלטן געזאגט ווען מ'נעמט דיין רבי'ן און דיין גרופ און מ'מאכט ליצי ליצנות פון די אלע תקנות וואס זענען איינגעפיהרט. יא. ס'איז טאקע פורים. אבער לאמיר זעהן וואספארא דעמאקראטישע, טאלעראנטע מענטשן עטץ וואלטס געווען. אדער זענטס...!

אויב דו וועסט מיר ברענגען (אמת'ע) פאקטן און מקורות אז ענקער גאנצע גרופ ומלככם בראשיכם האבן מעביר געווען על המידות. און נישט אפגעענטפערט אויף שטארקע פערזענליכע בזיונות. נאר געשמייכלט צו די ליצני הדור. און געזאגט. גיסטס נאך קיתונות של שופכין. נאך בזיונות. א מחיה. א ייש"כ...! האאאא...! דאמאלס טויש איך (בלי"נ. כאפטס מיך נישט ביים ווארט.) פארטייען...! נאר די זון דארף קודם אויפשיינען אויף מערב. און אונטערגיין אויף מזרח...!
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:חרטה האט ער זיך שוין אויסגעדרוקט און ווייסיך נישט וואס ער דארף טון תשובה צו טון.

סגוט מיט די ארונים, מצוקראצט זיך פון א זאלי וואס שרייבט פאשקעווילן אנטקעגן זיי. ווייזט אויף שוואכקייט און בעיבישקייט.

אז זיי קוקן אן אזא פאשקעוויל ווי א אטאקע לאזט מיר עס איבער מיט צוויי אפציעס. אדער אז זיי זענען אזוי שוואך אז זיי ווערן געשלאגן פון מינדערוויכטיגע אטאקעס. אדער אז זיי גלייבן אז דאס איז די וועג פון אטאקירן.

ווי האט ער חרטה געהאט? דארף זיין באותו מקום און ברבים

קיינער איז נישט און ווערט נישט שוואך (חוץ די וואס שרייען אויף יענעם אגאנצן צייט בעביס)
עס איז דא א תורה וואס הייסט וואס צו טון אפילו די נועם המדות פארטיי לאכט דערפון

ער האט ארימגעשיקט א אימעיל מיט א התנצלות
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מחצה''ק האט געשריבן:

איך במקום זיינע אימעילס, און איך האב גארנישט באקומען
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:וואספארא סארט איבלען? איז די אויסגאבע אוועילעבל ערגעצוואו אנליין?

כ׳גלייב ס׳נישט געווען ערגער פון די פורים אפטיילונגען אין בלאט בשנים קדמניות, מ׳ווארט מיר נאך אלע אויף א עפענטליכע תשובה פון יענע רעדאקציע אויכעט.

נישט געווען ערגער פין די גאנץ יעריגע בלאט בשנים קדמניות, אפגערעדט פין די פורים אפטיילונגען,

די קרית יואלע טעראריסטן זענען זייער סענסיטיוו אויב ממאכט חוזק פין זייער דיקטאטורשע שטעטל, מימלא זענען זיי געווארן ווילד,
https://drive.google.com/file/d/1IMqD-C ... p=drivesdk

ש׳כח פאר די לינק, טאקע טיפיקעל אלטע בלאט סחורה, קאפי פעיסט זעלבע סחורה מיט וואס אונז זעמיר אויפגעוואקסען אלץ אינגע ארונים׳ליך.

גראדע מיין איך אז די שלימיאל-שלימזל אז טאקע ממש קאפי פעיסט פון א אלטער פורים ארטיקל (אפשר אין דער פלאם ע״ה)?
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
איך במקום זיינע אימעילס, און איך האב גארנישט באקומען

קיק אין ספעם
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

ק/פ
האסט מיר געשיקט היינט אינדערפרי א אימעיל פיל מיט קוועשטן מארקס (????????) וואס עס גייט יעצט פאר אין קרית יואל מיט דעם היימליך

על מה אנו דנין??

מאנטאג שמיני איז פארגעקומען ביי אונז אין קרית יואל א קהל׳ס מיטונג איבער די לאנגיעריגע פאשקעוויל וואכנשריפט, דאס אז ער איז אריבער יעדע ליניע, בעסער געזאגט ער האט נישט קיין ליניע, דאס דארף ווערן אפגעשטעלט.

די ציבור פרעגט על מה אנו דנין? וואס האט באוויגען די קהלה זיך מטפל צי זיין דערמיט און ארויסגעבן די שארפע בריוו?? אט איז וויאזוי איך לערן דאס אפ

די פראבלעם איז בכלל נישט אז ער איז א פלאטפארמע פאר די אנדערע פארטיי, זאל יעדער האבן א נארמאלע שופר מיט זייערע נייעס, זיך בויען און הייבן וכו' לא על זה אנו דנין בכלל!

שרייבן קרית יואל רבתי, פיין.

מאכן 208 אלס די הויפט גאס פון קרית יואל, ביי מיר האסטו געפועל'ט.

שרייבן איבער דיינע חלומות פון 3000 מעמבערס…. האלט דיר דערמיט, רופן זלמן לייב מרא דאתרא קדישא הדין פיין זיי א בעיבי.

מאכן א ברענד פון ביהמ"ד ויואל משה די אפשר נאמבער 4 סייז ביהמ״ד אין קרית יואל, אויך אקעי.

אראפמאלן א בילד אז רביה"ק האט בטעות געוואוינט אין קרית יואל ווען באמת האט ער נאר געוואלט מקדש זיין בלומינגראוו, פארוואס נישט ווילאנג דיינע קעלבער ווערן העפי דערמיט.

אפילו אויף זאכן וואס איז יא א פראבלעם און א שיפלות, און נישט בגדר אנושי ונימוס נישט בין אדם לחבריו און נישט בין אדם למקום, א שטייגער ווי פארשפרייטן פאלטשע נייעס איבער אנדערע קהילות געפלאכטן מיט ליצנות גג על גג וואס אינגע און עלטערע צוגלייך כאפן נישט וואס דער פארשוין וויל דא, אזאנע מאדנע פראזן ווי צוועלפעטע רויט לייט אדער פופצענטע ווען, פארשפרייטן רומערס מיט שקרים, ארומלויפן מיט דראונס און קעמרעס ביי יענעם פריוואט, חושן און דרייען א קאפ אלעס מיט ביליגע ליצנות סטאטוס / סאשעל מידיא סטייל, עס איז נישט שיין, נישט עטיש, נישט מן הנימוס אבל לא על זה אנו דנין!

ועל אלה אנו דנין!

ליצנות מאכן פון מוצש״ק זמן ר״ת בבת עין פון רבינו הקדוש זי״ע, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

חוזק מאכן פון תקנות העיר ווי למשל איבער נישט ערליכע ליין מאטריאל לפי השקפותינו, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

מאכן ליצי ליצנות פון א קהלה קדושה און א הנהגה רוחניות וואס שטייט על המשמר ביי יעדע אידישקייט ענין, וואס געהאטן די שטאט אויף איר הויכע ניווא די לעצטע 35 יאר, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

מאכן ליצי ליצנות פון חופה וקידושין כדת משה בישראל, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

מאכן ליצנות פון א הימל שרייענדע ברענעדיגע דירות קריזיס, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

מאכן ליצנות אויף תקנות איבער סופרות און מזוזות, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

שרייבן די ערגסטע ליצנות די נידריגסטע סחורה כלפי א רב מובהק וואס איז שוין משמש ברבנות אין שטעטל פאר פופציג יאר, עד כדאי כך גיין ביליג און נידריג צו פארגלייכן יענעמ'ס רבי'ן/רב צו א אדם משוגע וחסר דעת, וכדאי בזיון וקצף, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

חוזק מאכן פון די די רבי זכרונו לברכה'ס תלמוד מובהק וגאון מפורסם הדומ"ץ קרית יואל שליט"א, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

זיין דער פאן טרעגער פון הפקירות אז קרית יואל וועט נישט האבן קיין דעת תורה איר צו פירן, נאר ליבעראלע לאו לייפ'ס, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

מאכן ליצי ליצנות פון דעם ענין אז יסוד קדושתן וטהרתן של ישראל גייט צי מיט די שטערקסטע הצנע לכת (יא רח״ל פון דעם האט דער חצוף ליצנות געמאכט, וכדאי בזיון וקצף!) ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א!

קענסט ווייטער פארקויפן שקרים, קענסט שרייבן ווי גרויס ענקער דירה אויף גארפיעלד איז.

ווי מעכטיג און דינאמיש ענקער ענערגישער אדמיניסטראטאר איז.

ווי ענק שרייען צען מאל א טאג אלקא דרבינו יואל עינינו…

שרייבן קאנטראקטן און קויפן און מאכן פלענער פאר נאך א מיליאן בתי מדרשים און שטחים, לייגן בילדער וויאזוי אינגעלעך זיצן אויף א עסן באקס אין וואדבארי דזשאנקשאן.

און וואס דער נערישער רעדאקטאר וואס קען נישט קיין היסטאריע, קען נישט קיין פאקטן, האט נישט געלערענט די אלף בית פון סאטמאר/עדה/קנאות וכו', אבער איז א הוגה דעות פאר הונדערטער אידן וואס זענען פאנאטישע נאכפאלגער פונעם וואכנשריפט כאילו ס'וואלט געווען תורה מסיני.

אבער ביטע לאז געמאכט! חמול עלינו וטפינו! לאז אפ אידישקייט, לאז אפ תקנות, לאז אפ צניעות, לאז אפ קדושה וטהרה, זמן שב"ק, שיטה הקדושה (ווער ס'געדענקט ווען וויזניץ איז נאך געווען טרייף) האב רחמנות אויף אונזער עתיד! פארוואס דארפן טויזנטער קרית יואל׳ער קינדער שלא טעם טעם חטא פון אלע קרייזן זיך מעמיק זיין וועכענטליך און די טינופת און ליצנות מכל דבר שבקדושה???
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

נאך איינס ק/פ
איך פארשטיי וואס די שרייבסט מיר אז דאס איז נאר א פורים אפטיילונג. אבער נישט דאס איז וואס איך האלט נישט אויס, דאס איז נאר א פינטעל פון די בזיונות וואס מיר גייען כסדר אריבער מיט דעם חולה היימליך.

ר' אייזיק איך האב דיר שוין פאר עטליכע יאר צוריק געבעטן שאקל דיר אפ פון אים, ער ברענגט אינז נישט גארנישט, ער איז נישט מיט אינז בכלל, ער איז שטענדיג ביזי נאר מיט די ארונים, ער דעקט זיי יעדע וואך מער וויפל ער דעקט אינז, ווייל אזוי זאגט אים זיין צעדרייטע קאפ אז ער וועט זיי אונטערברענגען.

האסט מיר אוועקגעמאכט אז די האסט נישט בעסער וויאזוי מיר זאלן זיך בויען און קרית יואל און גלילות.

און יעצט שטייען מיר ב"ה נאכאמאל און א פלאנטער, וואס די פערגסט מיר וואס צו טאן. צו זאלן מיר אים לאזן ברעכן קאפ אליין, צו זאלן מיר אים ווייטער שטיצן??

איך בין נישט מער ווי א איינגעשטעלטע מלמד איך קעו דיר נישט איינטיילן, אבער וויסן זאלסטו, אז דער צייטונג האט זיי נאר מער אויפגעבויט, זיי האבן פון דעם אסאך מער ווי אינז האב מיר און וועל מיר באקומען,

און פאר אינז איז עס ביטערע ביזיונות אז אינז האב מיר נישט א צווייטע פארטרעטער עס שאד פאר די קינדער און בחורים, פארוואס דארפן מיר וויסן פינקטלעך יעדע בנין וואס זיי בויען, יעדע דרשה וואס אהרן האלט ביי זיי, יעדע תקנה וואס זיי מאכן, יעדע מסיבה וואס זיי האבן, ווי זייער מוקוה ווער איבערגעבויט, אלעס נאר ווייל דער שיכור מיינט אז ער ברענגט זיי אונטער ???

וועק דיך אויף אז מיר האבן נישט קיין נארמאלן צייטונג איז נישט. דער איד קען אינז דעקן פאר די זעלבע פרייז אויב נישט ביליגער.

דרך אגב, ביי מיר און שטוב לאז איך עס שוין לאנג נישט אריין, מיינע קינדער פלעגן כסדר רעדן א גאנצן טאג פון אהרן, נישט ווייל זיי האבן אמאל געזען דער בלאט, און נישט פון די בית מדרש ווי איך דאווען ביי זיי שבת, נאר פון אט די קלאמפישע קהילה צייטונג וואכנשריפט וואס ווערט אנגעפירט דורך פשוטער חולה.
פארשפארט