קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20220323_085158_366.jpg
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

חתם סופר האט געשריבן:.


די צעטיל זעט אויס פאלש

א קהלה בישראל שרייבט אז זייער גאנצער עקזיסטענס איז פון א צייטונג?, און זייער גאנצער כח שעפן זיי פון א יונגערמאנטשיק מיט א שמוציגע פעדער?

אזוי נידעריג און נאריש האלט איך זיי נישט

דאס מוז זיין פאלש
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:החלטת

די צעטל זעהט אויס פאלש
א קהלה בישראל לייגט ארויס פאשקעווילען אין בהמ“ד קעגן א נארמאלע צייטונג וואס האט לכבוד פורים לצנות געמאכט פין עפעס א טערעריסטישע לצנותדיגע תקנה וואס איז געמאכט געווארן דורך קלים וריקים וואס צוליב יענע תקנה האבן זיי געשאסען פאשקעווילען קעגן גדולי וצדיקי הדור פאר 10 יאר צוריק
אזוי נידעריג און נאריש האלט איך זיי נישט
דאס מוז זיין פאלטש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

5

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקקבבב: יישששר ככככח ( אנטשולדיגט פאר'ן קעקעצ'ן) פאר דיין לימוד זכות. אדער אפשר גאר לימיט זכות (קרעדיט: בערל בעל עגלה (ובזמן קריב). אבער דו ווייסט אליין וואו מ'וועט אנקומען מיט דעים...! ס'איז אייגנטליך דא א פסוק. רש"י ברענגט עס אראפ...(ערגעץ)
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

חתם סופר האט געשריבן:.

דער איד האט אריינגעלייגט די צעטל די וואך און דער איד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ייעעקקבב האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.

דער איד האט אריינגעלייגט די צעטל די וואך און דער איד

נאכאמאל, וועלכער איד האט אריינגעלייגט אין וועלכן איד?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

C/p

לגבי די סומאטוכע מיט די וואכנשריפט. איך וואס איך וואוין אין קרית יואל, און געהער אן צו די מוהרז"ל פראקציע, האט מיר זייער געבאדערט ווען  די וואכנשריפט האט ארויסגעגעבן זייער פורים צייטונג, און דערמיט זייער אפגעלאכט פון מוהר"א און זיין קהלה, טראכטנדיג צו מיר, עס דערמאנט מיר פון יארן צוריק ווען דער איד און דער בלאט פלעגן האבן אזעלכע ארטיקלעך, אבער עס איז שוין א אויסגעוואקסענע זאך, מען לעבט שוין היינט בשלום ושלוה, סוי וואס פעלט אויס אויפצעוועקן פריש בייז בלוט, און רעדנדיג מיט אנדערע גוטע ידידים, האבן זיי אויך אזוי געהאלטן.

אבער נאכן ליינען די מעסעדזשעס וואס עס איז ארומגעפארן מיט די קוועסשט’ן מארק'ס, און ליינענדיג די מעסעדזש, ווי יענער מיט זיין פעדער שרייבט גאנץ פיינע ליינ'ס, הייב איך מיר אן צו טראכטן, איין מינוט, וואס גייט דא פאר? פארוואס טאקע האט די וואכנשריפט דא געטון? וואס האט עם דאס אויסגעפעלט, שוין לאנגע יארן א סוקסעספולע צייטונג, לכאורה די שטערקסטע אויסגאבע אין קרית יואל, פארוואס האט עם אויסגעפעלט אריינצוטרעטן אין די בלאטע? 

אבער ווען איך קום אן ווי יענער שרייבט "מאכן ליצי ליצנות פון חופה וקידושין כדת משה בישראל, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו"א!"  הייב איך אן צו טראכטן, איין מינוט איז שוין טאקע שלום ושלוה דא ביי אונז אין קרית יואל? גערעכט, עס איז געווען די לעצטע פאר יאר שטיל, און מען קען אפילו זאגן מען האט זיך שיין ארויסגעהאלפן איינע די אנדערע, און די אלע יארן טאקע האט קיינער נישט עכט געשריבן איינע אקעגן די אנדערע, און יעדער האט פארשטאנען אז דנר צווייטער האט פלאץ דא אין קרית יואל, און ווי מען זאגט יעדער איינער איז וועלקאום.

אבער לאמיר איבערגיין וואס איז געשען די לעצטע פאר חדשים, "לאמיר אנהייבן מיט ליצי ליצנות פון חופה וקידושין!!!" וויפיל טעראר האבן זיי גענוצט די לעצטע פאר חדשים אויף די חופה וקידושין אויף חסידי מוהרז"ל וואס ווילן חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס? איך פארשטיי זייער גוט דיין מיינונג אז דו לאזט נישט דיינע חסידים דארט חתונה מאכן, אבער פארוואס טארן נישט אידן וואס געהערן נישט צו דיין קהלה, און האבן גארנישט מיט דיר דארט חתונה מאכן, פארוואס טעראריזירט מען משפחות נישט צו קענען גיין צו א געשוויסטער וואס האט דארט חתונה (מען רעדט משפחות וואס האבן נישט קיין געלט, ווייל אויב מען האט געלט לאזט דער ווילאמסבורגע רב יא גיין), עס איז דאך שוין שלום ושלוה?

די תירוץ איז אז די הנהלת הקהלה פון מוהר"א האט אפגעמאכט אז מען דארף ווייטער אונטערדרוקן די חסידי מוהרז"ל און זיי ווי מער ענג מאכן, זיי ווילן אפשטעלן דאס וואס מען לעבט שוין די לעצטע פאר יאר בשלום ושלוה.

ווער עס האט א זכרון וואס געדענקט אפאר חדשים, געדענקט אז די קהלה פון מוהרז"ל איז אריין אין קאנטראקט אויף א לאט אויף פארעסט בכדי צו קענען בויען דארט א נייע ביהמ"ד און צוגעהערן, און דאס איז געווען מיט צוזאמ'ארבעט פון געוויסע פון קהל מוהר"א, און יעדער האט פארשטאנען עס איז א מורא'דיגע טובה אז מען גייט דארט אהין אנשטאט ווי צו זיין אויף גארפיעלד, פאר עטליכע סיבות, צו וועגן די טרעפיק, עס זאל נישט זיין די צוויי צענטראלע בתי מדרשים אויף איין פלאץ, אלץ די פארקינג איז בעסער, וכו' וכו'.

אבער דא זענען ווייטער געקומען געוויסע פון די הנהלת קהל מוהר"א, און עד היום פרובירן זיי מיט אלע כוחות צו צושטערן די דיעל, און מען זאל נישט קענען קלאוזן, פרעגט זיך די פראגע פארוואס, מען לעבט שוין היינט בכלומר'שט בשלום ושלוה?

אבער די תירוץ איז, יא מען האט געלעבט טאקע בשלום ושלוה פאר אפאר יאר, אבער זעט אויס עס איז אריינגעקומען פרישע כוחות, און זיי ווילן אויף אלע געלטער זען אז די קהל מוהרז"ל אין קרית יואל זאל נישט עקזעסטירן, און וועלן טון כל מה שביכולת צו שטערן קהל מוהרז"ל צו וואקסן.

און איך מיין אז די וואס זיצן בראש פון קהל ומוסדות מוהרז"ל אין קרית יואל האבן נאך עטליכע עפיזאדן וואס זיי קענען פארציילן וואס איז פארגעגאנגען די לעצטע פאר חדשים.

צוריק צום וואכנשריפט, יעצט נאך די אלע טענות, צי גיי איך געבן גערעכט פאר וואכנשריפט פארן ארויסגעבן זייער פורים צייטונג? ניין. איך האלט נאך אלץ אז ער האט געטון א נארישע מאוו, און איך האב הנאה ער האט ארויסגעגעבן א התנצלות. און איך פארשטיי וואס איז די יאר אנדערשט ווי אלע יארן ביז איצט.

אבער זיי זאלן וויינען און פארפירן ווי כאילו מען האט געטון דא א וועלטס עוולה, און ממש מען ברענגט אונטער די הייליגע שטעטל, מען לאכט אפ פון אלע הייליגע תקנות, מען צוברעכט א קהלה קדושה וכו' וכו', דאס איז ענקער אלטע פראבלעם, עטס זעהט'ס נאר ענק אלץ א קהלה קדושה, און די צווייטע קהלה עקזעסטירט נישט.

קהל מוהר"א איז א קהלה קדושה, און מוהרז"ל איז אויך א קהלה קדושה, און ווען מוהר"א פראסקעט קהלת מוהרז"ל און לאזט עם נישט עקזעסטירן, זאל ער אויפהערן צו וויינען אז די צייטונג פון קהל מוהרז"ל האט ארויסגעגעבן א פורים צייטונג, און מען מאכט דארט אביסל חוזק, קיינער ווערט נישט קאלט צו אלע תקנות, עס איז סתם אביסל ליצנות אויף א קהלה וואס טשעפעט די לעצטע פאר חדשים די אנדערע קהלה, וואס די צייטונג פארטרעט. און עס ווערט נאכנישט קיין משכיל'ישע צייטונג, כבר היו לעולמים פארקערט.

יעצט לגבי די מיטינג ביי די טובי הקהלה פון קהל מוהר"א

ביודעי ומכירי קאמינא אז די צייטונג איז שוין לאנג ווי א דארן אין זייערע אויגן, ווייל אזוי ווי זיי אונטערדרוקן קהל מוהרז"ל, ווילן זיי פאר אלע געלטער זעהן די צייטונג פארשפארט, און נאכדערצו אז עס עקזיסטירט היינט אין קרית יואל אלץ באמת א שטארקע געשמאקע צייטונג. און נאכמער ווען זיי האבן אנגעהויבן פאריאר זייער מערכה מיט צדקת העיר, האלטן זיי ממש נישט אויס אז צדקת העיר האט נאך געהעריג א פלאטפארמע, האבנדיג די וואכנשריפט ווי זיי קענען נאך געהעריג אדווערטייזן.

זיי זיצן שוין די לעצטע שטיק צייט אין ווארטן ווען וועט מען קענען ארויסקומען געהעריג אקעגן די צייטונג, און ב"ה עס איז זיי אונטערגעקומען יעצט די ריכטיגע מינוט, און מען האט שנעל אפגעמאכט אז מען גייט פאררופן א עמערדזשענסי מיטינג מיט די טובי הקהלה, און מען איז ארויסגעקומען אז קיינער זאל נישט ליינען די צייטונג, און אזוי אויך טאר מען נישט אדווערטייזן, און ווער עס וועט יא אדווערטייזן, וועט נישט קענען אדווערטייזן ביי זיי אין די בתי מדרשים, און ווי איך פארשטיי - נישט מאכן קיין קאמפיין ביי זייער בתי מדרשים, און נישט הענגן קיין מודעות ביי זיי אין די בתי מדרשים.

יעצט ווען מען קומט ארויס מיט א קו"ק אקעגין די וואכנשריפט וואלט איך נאך פארשטאנען. אבער דאס מיט וואס זיי קומען ארויס לגבי מוסדות און ארגאנאזאציעס אז זיי טארן דארט נישט אדווערטייזן, איז טעראר און רשעות.

 פארוואס דארפן זיי אריינמישן יעדע נייטראלע מוסדות, ארגאניזציע, ביזנעס, און זייער פאליטיק, וואס דארף יעצט למשל גמ"ח הצלה, חברה הצלה, רופא חולים, רפואה העלפליין, חיים מעדיקעל, וכדו' טון? זיי האבן נדבנים פון ביידע פראקציעס, יעצט אויב למשל זיי גייען ווייטער אדווערטייזן, קענען זיי נישט גיין קאמפיינען ביי די חסידי מוהר"א. גייען זיי אויפהערן צו אדווערטייזן, קענען זיי נישט גיין קאמפיינען ביי די חסידי מוהרז"ל אא"וו. געשעפטן אויב למשל דזשי ענד דזשי גייט אויפהערן צו אדווערטייזן, גייט ווערן א מאוומענט ביי קהל מוהרז"ל אז מען זאל נישט גיין צו עם קויפן, און נאר שטיצן די וואס אדווערטייזן יא. די זעלבע מיט גראסעריס וכדו'.

ווי נישט ווי זעט מען אז נעכטן אליינס איז געווען אפאר וואס האבן קודם נאכן באקומען טעראר פון קהל מוהר"א ארויסגענומען זייער עד'ס פון וואכנשריפט, און דערנאך ווען קהל מוהרז"ל האט זיי געזאגט אויב נעמסטו ארויס וועלן מיר דיר מער נישט שטיצן צוריקגעלייגט די עד.

איך וויל נאר ארויסברענגן ווי ווייט זיי מיינען נישט די כבוד פון מוהר"א, אדער די כבוד פון קהל מוהר"א, ווייל ווען זיי מיינע די כבוד, דארפן זיי זיך פרייען מיט די התנצלות פון די וואכנשריפט, און זיי קומען אפשר אויך ארויס מיט א קו"ק אקעגן דעם, און זאגן אפילו אז חסידי מוהר"א זאלן עס נישט ארייננעמען אין שטוב, און דאס וואלטן זיי געטון ווען זיי מיינען באמת אידישקייט און נישט קיין פאליטיק.

אבער דאס נעמען צו נעקסטן סטעפ, ווילן זיי מאכן א פייער און האפן אזוי צו פארשפארן די וואכנשריפט, און מיט דעם צוברעכן נאך א זאך פון קהל מוהרז"ל. איי אלע ארגאנאזאציע'ס און געשעפטן וועלן זיך ארוממוטשענען מיט זען וואס זיי דארפן טון, אבער וואס גייט דאס אן פאר א דיקטאטורישע קהלה? 

אבער וואס זיי כאפן נישט, אז קהל מוהרז"ל עקזעסטירט זייער שטארק אין קרית יואל, און זיי וועלן נישט האבן די כח צו צוברעכן די וואכנשריפט, ווייל ווי געזאגט אויבן, די ארגאנאזאציעס און געשעפטן וועלן דארפן זיצן און ברעכן קאפ וואס צו טון, ווייל אויב וועלן זיי מער נישט אדווערטייזן אין די די וואכנשריפט צוליב די טעראר פון קהל מוהר"א, וועלן זיי האבן קאנסקעווענצן פון חסידי מוהרז"ל, מילא עס וועט זיין זייער פראבלעם, אבער די וואכנשריפט וועט ווייטער בעז"ה ארויסקומען, און איצטערט וועלן אלע חסידי מוהר"א עס ליינען, און עס גוט דורכקוקן בכדי צו זען ווער עס אדווערטייזד דארט, צו וויסן נישט צו קויפן דארט, און קען זיין אינמיטן עס גוט דורכקוקן וועלן זיי זען אז קהל מוהרז"ל, און אזוי אויך בני יואל עקזעסטירן געהעריג

און פאר ענק טובי הקהלה פון מוהר"א זאג איך: גייטס אן ווייטער מיט ענקער טעראר, ענקער הצלחה שיינט, סיי אין בני ברק, ווי עטס האטס איבערגענומען די גאנצע קהלה. סיי מיט די סידו"ק, עטרת מאיר צבי, און עטרת מייזעלס האט עכט נישט קיין חתונות, נאר ממש געציילטע. אויך נאר ווען הרב שלמה יונגער גייט ארויס פון די בית הוראה פון קהל מוהרז"ל, ער זיצט נאר פלעין דארט יעדן טאג, אבער עכט איז ער ארויס.  און אזוי אויך גייטס ווייטער מיט ענקער טעראר אקעגן די וואכנשריפט.

נ.ב. ר’ יואל עפשטיין איז א געלט אינוועסטאר אין די נייע אויסגאבע "היימשטאט", איך בין זיכער אלץ א ערנסטע בעה"ב האט ער נישט קיין שום אייגענע נגיעות אקעגן די וואכנשריפט, ער מיינט נאר דאס חוצפה פון אונטערברענגען די הייליגע שטעטל.
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

די גאר אויפגעכאפטע הערליכע רייכע אויסגאבע די ברייט באקאנטע שופר פין קרית יואל די געלינגענע “קרית יואל וואכנשריפט“ וואס שטייט שוין יארן לאנג אלטס די צענטראלע מערסט אויפגעכאפט צייטונג אין קרית יואל מיט די הערליכע ריינע אויסגעהאלטענע נייעס ארטיקלען בילדער וכו' פין קרית יואל והגלילות און ווערט געליינט דורך גאנץ קרית יואל פין גרויס ביז קליין https://newspaper.kyweekly.com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך באלעק זיך ווען קאנטראלירער עסן זייער אייגענעם קארפעט. לויט ווי כ׳האב פארשטאנען טוט די וואכנשריפט אויספירן די מיסיע פון אראפווארפן פון זייערע פלייצעס דעם יאך פון די ארוינישע מיליציע און זיי פירן זיך וויאזוי זיי ווילן. כה לחי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טשאדעלע באדעלע: איך וואוין נישט אין קר"י. אבער וויאזוי דו לייגסט אראפ דעם מצב. פון דעים אליין זעה איך אז די מחלוקה וועט זיך (ח"ו) נאך מער צופלאקערן. אויב מ'שטעלט עס נישט אפ באצייטנס. פארגעס נישט ביי אונז איז נישט דא אזא זאך ווי דעמאקראטן און רעפובליקענס. די גרויסע פאליטישע פארטייען האבן נישט קיין תורה און קיין תקנות. און מ'דארף זיך (פשוט) האלטן צו די תקנות העיר...דאמאלס וועט זיין שלום...!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפ

שליחה דורך החוקר »

בערל, האט מיר געמאכט שמייכלען מיט דיין תמיתות'דיגע תגובה.

איך ווייס פון איינעם, חבר פוטין הייסט ער, וואס האט די זעלבע פארשלאג פאר זיין שכן.

עס איז א לענגערע מעשה. בקיצור נמרץ, ער זאגט אז ווי נאר זיין שכן ווערט אויס, איז ער תיכף ומיד מסכים אויף א פשרה למען השלום. יענער דארף אויך (פשוט) מסכים זיין.

וואס מ'איז אלס (יענער שטייטצעך) גרייט פאר שלום.
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

איינער האט מיר געשיקט וואס טשאדעלע שרייבט, אביסל פארבעסערט

בס"ד

האלטן מיר ביי יארע 2022 אדער יארע 2000 ?

לגבי די סוטמאמאכע מיט די וואכנשריפט. איך וואס איך וואוין אין קרית יואל, און געהער אן צו די קהל מורי"י, האט מיר זייער געבאדערט ווען די וואכנשריפט האט ארויסגעגעבן זייער פורים צייטונג, און דערמיט זייער אפגעלאכט פון מוהר"א און זיין קהלה, טראכט'נדיג צו מיר עס דערמאנט מיר פון יארן צוריק ווען דער איד און דער בלאט פלעגט האבן אזעלכע ארטיקלעך, אבער עס איז שוין א אויסגעוואקסענע זאך, מען לעבט שוין היינט בשלום ושלוה, סוי וואס פעלט אויס אויפצעוועקן פריש בייז בלוט, און רעד'ענדיג מיט אנדערע גוטע ידידים, האבן זיי אויך אזוי געהאלטן, ווי נישט ווי האלט מען ביי יארע 2022 וואס מעון טוט שוין נישט אזעלכע זאכן.

אבער נאכן ליינען די מעסעדזשעס וואס עס איז ארומגעפארן מיט די קוועסשטן מארק'ס, און ליינענ'דיג די מעסעדזש, ווי יענער מיט זיין פעדער שרייבט גאנץ פיינע ליינ'ס. הייב איך מיר אן צו טראכטן, איין מינוט וואס גייט דא פאר? פארוואס טאקע האט די וואכנשריפט דא געטון? וואס האט עם דאס אויסגעפעלט, שוין לאנגע יארן א סוקסעספולע צייטונג, לכאורה די שטערקסטע אויסגאבע אין קרית יואל, פארוואס האט עם אויסגעפעלט אריינצוטרעטן אין די בלאטע? פארוואס ביז היינט האט ער דאס נישט געטון, און פונקט יעצט יארע 2022 ווען די צייטונג איז ב"ה שטארק סוקסעספול טוט ער עס

אבער ווען איך קום אן ווי יענער שרייבט מאכן ליצי ליצנות פון חופה וקידושין כדת משה בישראל, ניין מיר זענען נישט מסכים בשו״א! הייב איך אן צו טראכטן, איין מינוט איז שוין טאקע שלום ושלוה דא ביי אונז אין קרית יואל? איז טאקע יארא 2022 ?, גערעכט עס איז געווען די לעצטע פאר יאר שטיל, און מען קען אפילו זאגן מען האט זיך שיין ארויסגעהאלפן איינע די אנדערע, און די אלע יארן טאקע האט קיינער נישט עכט געשריבן איינע אקעגין די אנדערע, און יעדער האט פארשטאנען אז די צווייטער האט פלאץ דא אין קרית יואל, און ווי מען זאגט יעדער איינער איז וועלקאום.

אבער לאמיר איבערגיין וואס איז געשען די לעצטע פאר חדשים, לאמיר אנהייבן מיט ליצי ליצנות פון חופה וקידושין!!! וויפיל טעראר האבן זיי גענוצט די לעצטע פאר חדשים אויף די חופה וקידושין אויף חסידי מוהרי"י וואס ווילן חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס? איך פארשטיי זייער גוט דיין מיינונג אז די לאזט נישט דיינע חסידים דארט חתונה מאכן, אבער פארוואס טארן נישט אידן וואס געהערן נישט צו דיין קהלה, און האבן גארנישט מיט דיר דארט חתונה מאכן?, פארוואס טערארזירט מען משפחות נישט צו גיין צו חתונות פון געשוויסטער וואס געהערן צו קהל מוהרי"י און מאכן דארט חתונה? איז טאקע אזוי שלום ושלוה? האלטן זיי טאקע ביי יארע 2022 וואס מען טוט שוין נישט זי זאכן?

ווער עס האט א זכרון וואס געדענקט אפאר חדשים, געדענקט אז די די קהלה פון מוהרי"י איז אריין אין קאנטראקט אויף א לאט אויף פארעסט בכדאי צו קענען בויען דארט א נייע ביהמ"ד און צוגעהערן, און דאס איז געווען מיט צוזאמ'ארבעט פון געוויסע פון קהל מוהר"א, און יעדער האט פארשטאנען עס איז א מורא'דיגע טובה אז מען גיט דארט אהין אנשטאט ווי צו זיין אויף גארפיעלד, פאר איטליכע סיבות, צו וועגן די טרעפיק, עס זאל נישט זיין די צוויי צענטעראלע בתי מדרשים אויף איין פלאץ, אלץ די פארקינג איז בעסער, וכו. וכו

אבער דא איז ווייטער געקומען געוויסע פון די הנהלת קהל מוהר"א, און עד היום פרובירן זיי מיט אלע כוחות, צו צושטערן די דיעל, און מען זאל נישט קענען קלאוזן, פרעגט זיך די פראגע פארוואס,? מען לעבט שוין היינט בכלומר'שט בשלום ושלוה עס איז שוין יארע 2022 וואס מען טוט שוין נישט אזעלכע זאכן

די תירוץ איז אז די הנהלת הקהלה פון מוהר"א איז צוריקגעגאנגען צו יארע 2000 און זיי האבן אפגעמאכט אז מען דארף ווייטער אינטערדריקן די חסידי מוהרי"י און זיי ווי מער ענג מאכן, זיי ווילן אפשטעלן דאס וואס מען לעבט שוין די לעצטע פאר יאר בשלום ושלוה, יא זיי זענען צוריק צו שנת 2000

און איך מיין אז די וואס זיצן בראש פון קהל ומוסדות מוהרי"י אין קרית יואל האבן נאך איטליכע עפיזאדן וואס זיי קענען פארציילן וואס איז פארגעגאנגען די לעצטע פאר חדשים, ווי געוויסע פון הנהלת קהל מוהר"א וויל צוריקגיין מיט 20 יאר צו יארע 2000

יעצט זיי זאלן וויינען און פארפירן ווי כאילו מען האט געטון דא א וועלטס עולה, און ממש מען ברענגט אינטער די הייליגע שטעטיל, מען לאכט אפ פון אלע הייליגע תקנות, מען צוברעכט א קהלה קדושה וכו. וכו. איז זייער אבסורד. דאס איז ענקער אלטע פראבלעים, עטס זעהט'ס נאר ענק אלץ א קהלה קדושה, און די צווייטע קהלה עקזעסטירט נישט. קהל מוהר"א איז א קהלה קדושה, און קהל מהרי"י איז אויך א קהלה קדושה, און ווען קהל מוהר"א פראסקעט קהלות מהרי"י און לאזט עם נישט עקזעסטירן, און פירט זיך אויף ווי מען האט זיך אויפ'געפירט 2000, גיבט ארויס די וואכנשריפט א פורים צייטונג, און נאר טאקע פורים אזוי ווי מען האט געטון 20 יאר צוריק און יארע 2000. און ווען קהל מוהר"א זאל זיך די לעצטע 9 חדשים אויפ'פירן ווי יארע 2022, וואלט די וואכנשריפט עס נישט געטון, אפילו פורים.

יעצט לגבי די מיטינג ביי די טובי הקהלה פון קהל מוהר"א

ביודעי ומכירי קאמינא אז די צייטונג איז שוין לאנג ווי א דארן אין זייער אויגן, ווייל אזוי ווי זיי אינטער'דריקן קהל מוהרי"י. ווילן זיי פאר אלע געלטער זעהן די צייטונג פארשפארט, און נאכדערצו עס עקזעסטירט היינט אין קרית יואל אלץ די שטערקסטע און מערסטע פאפלערסטע צייטונג. (און א קרישקעלע ווען זיי האבן אנגעהויבן פאריאר זייער מערכה מיט צדקת העיר, האלטן זיי ממש נישט אויס אז צדקת העיר האט נאך געהעריג א פלאטפארם, האבנ'דיג די וואכנשריפט ווי זיי קענען נאך געהעריג אדווערטייזן.)

זיי זיצן שוין די לעצטע שטיק צייט אין ווארטן ווען וועט מען קענען ארויסקומען געהעריג אקעגין די צייטונג, און ב"ה עס איז זיי אינטערגעקומען יעצט די ריכטיגע מינוט, און מען האט שנעל אפגעמאכט אז מען גייט פאררופן א עמערדזשענסי מיטינג מיט די טובי הקהלה (אינוועסטער'ס פון די היימשטאט אויסגאבע), און מען איז ארויסגעקומען אז קיינער זאל נישט ליינען די צייטונג, און אזוי אויך טאר מען נישט אדווערטייזן, און ווער עס וועט יא אדווערטייזן, וועט נישט קענען אדווערטייזן ביי זיי אין די בתי מדרשים, און ווי איך פארשטיי נישט מאכן קיין קאמפיין ביי זייער בתי מדרשים, און נישט הענגן קיין צעטילך ביי זיי איך די בתי מדרשים.

יעצט אולי מען קומט ארויס מיט א קו"ק פון קהל מוהר"א אקעגין די וואכנשריפט וואלט איך נאך פארשטאנע, און קען זיין עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך פון זיי צו טון.

אבער דאס מיט וואס זיי קומען ארויס לגבי מוסדות און ארגאנאזאציע'ס אז זיי טארן דארט נישט אדווערטייזן, איז טעראר און רשעות.

פארוואס דארפן זיי אריינמישן יעדע נייטראלע מוסדות, ארגאנאזציע, ביזנעס, און זייער פאליטיק, וואס דארף יעצט למשל גמ"ח הצלה, חברה הצלה, רופא חולים, רפואה העלפליין, חיים מעדיקעל, וכדו' טון? זיי האבן נדבנים פון ביידע פראקציע'ס, יעצט אויב למשל זיי גייען ווייטער אדווערטייזן, קענען זיי נישט גיין קאמפיינען ביי די חסידי מוהר"א. גייען זיי אויפהערן צו אדווערטייזן, קענען זיי נישט גיין קאמפיינען ביי די חסידי מוהרי"י אא"וו. געשעפטן אויב למשל דזשי בי, אדער דזשי ענד דזשי, וכדו' גייט אויפהערן צו אדווערטייזן, גייט ווערן א מאוומענט ביי קהל מוהרי"י אז מען זאל נישט גיין צו עם קויפן, און נאר שטיצן די וואס אדווערטייזן יא. די זעלבע מיט גראסערי'ס וכדו'

ווי נישט ווי זעט מען אז נעכטן אליינס איז געווען אפאר וואס האבן קודם נאכן באקומען טעראר פון קהל מוהר"א ארויסגענומען זייער עד'ס פון וואכנשריפט, און דערנאך ווען קהל מוהרי"י האט זיי געזאגט אויב נעמסטו ארויס וועלן מיר דיר מער נישט שטיצן האבן זיי נאר צוריקגעלייגט די עד

איך וויל נאר ארויסברענגן ווי ווייט זיי מיינען נישט די כבוד פון מוהר"א, די כבוד פון קהל מוהר"א, ווייל ווען זיי מיינע די כבוד, דארפן זיי זיך פרייען מיט די התנצלות פון די וואכנשריפט, און זיי קומען אויך ארויס מיט א קו"ק אקעגין דעם, און זאגן אפילו אז חסידי מוהר"א זאלן עס נישט אריינ'נעמען אין שטוב, און דאס וואלטן זיי געטון ווען זיי מיינען באמת אידישקייט און נישט קיין פאליטיק.

אבער דאס נעמען צו נעקסטן סטעפ, ווילן זיי מאכן פייער און האפן אזוי צו פארשפארן די וואכנשריפט, און מיט דעם צוברעכן די שופר פון קהל מוסדות מוהרי"י און קהל ומוסדות בני יואל. איי אלע ארגאנאזאציע'ס און געשעפטן וועלן זיך ארומ'מוטשענען מיט זען וואס זיי דארפן טון, אבער וואס גייט דאס אן פאר א דיקטאר'טורישע קהלה?

איך וויל חלילה נישט זאגן אז עס איז דא געוויסע פון די הנהלה פון קהל מוהר"א וואס האבן אינוועסטעד געלט אין די נייע צייטונג די היימשטאט, און זיי מיינען אייגענע נגיעות, און פרובירן צו אינטערברענגן די אנדערע אויסגאבע'ס פון די שטאט אויך, ווייל ווי נישט ווי רעדט מען עוסקים בצרכי ציבור באמונה, און איך גלייב שווער זיי מיינען זייער אייגענע אינטערסען.

און פאר ענק טובי הקהלה פון מוהר"א זאג איך גייטס אן ווייטער מיט ענקער טעראר, ענקער הצלחה שיינט, סיי אין בני ברק, ווי עטס האטס איבערגענומען די גאנצע קהלה. סיי מיט די סידו"ק. עטרת מאיר צבי, און עטרת מייזעלס האבן עכט נישט קיין חתונות, נאר ממש געציילטע, און אויך נאר ווען מען רופט הרב שלמה יונגער צו זיין מסד"ק, און ער גייט דעמאלטס ארויס פון די בית הוראה פון קהל מוהרי"י און ער ווערט א גאר נאנטע ידיד מיט מוהר"א פערעזענליך. (איי ער זיצט יא יעדן טאג אין בית הוראה, עכט איז עס דעמאלטס טאהש'ע בית הוראה)

א סאמערי אין אפאר ווערטער, יא מיר האלטן טאקע ביי יארע 2022, און עס קומט באמת נישט צו טון אזעלכע זאכן מער, און הלואי זאל מען לעבן אלע בשלום ושלוה. אבער ווען עטס האטס אפגעמאכט בערך א יאר צוריק, סיי מיט די סידו"ק, און סיי לגבי די בליה פון קהל ומוסדות מוהרי"י אין קרית יואל, אז עטס גייטס צוריק מיט אריבער 20 יאר צו יארע 2000, און ענק טוהען טעראר וואס האט מען האט געטון פאר 20 יאר צוריק. קום נישט און וויין מיט קראקידייל טרערן אז די וואכנשריפט איז ארויסגעקומען מיט א פורים אפטיילונג און חוזק געמאכט פון כל הקודש לנו, זאכן וואס ענק פלעגן טון יעדע יאר און יעדע וואך אין ענקער צייטונגען אין די יארן פון 2000 און ארויף.

אויב זענען ענק צוריק מיט 20 יאר, פארשטיי יענעם איינמאל א יאר פורים אז ער מעג אויך אויך צוריק גיין 20 יאר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער סך הכול פון די תגובות פון די חשוב'ע קהילת מוהרי"י אידן. בעסער געזאגט דער צד השוה שבהן איז אז זיי זאגן אז כאטש זיי באלאנגען צו קהילת מוהרי"י דאך האבן זיי (לכאורה) נישט געהאלטן אז דער וואכנשריפט איז גערעכט. וואס האט עס זיי אויסגעפעהלט?! נאר, לאחר עיון גדול זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז קהילת מהר"א האט זיך עס פארדינט. און ס'קומט זיי נאך א רעשט. ווי מ'האט געזאגט ביי אונז אין בודאפעסט...! לעומת די רדיפות נוראות פון קהילת מהר"א און די טובי הקהל איז עס נאך גארנישט...!

די אונטערשטע שורה איז אז זיי בארעכטיגן דאס אפשפעטן פון אלע תקנות נשגבות. און זיי וויללן ווייטער ממשיך זיין מיט זייער עקשנות. ווייל באמת וואס פארלאנגט מען דען פון זיי. און פון א יעדן בר דעת. האלט זיך צו די תקנות העיר. און דאמאלס וועט זיין שלום ושלוה...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער סך הכול פון די תגובות פון די חשוב'ע קהילת מוהרי"י אידן. בעסער געזאגט דער צד השוה שבהן איז אז זיי זאגן אז כאטש זיי באלאנגען צו קהילת מוהרי"י דאך האבן זיי (לכאורה) נישט געהאלטן אז דער וואכנשריפט איז גערעכט. וואס האט עס זיי אויסגעפעהלט?! נאר, לאחר עיון גדול זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז קהילת מהר"א האט זיך עס פארדינט. און ס'קומט זיי נאך א רעשט. ווי מ'האט געזאגט ביי אונז אין בודאפעסט...! לעומת די רדיפות נוראות פון קהילת מהר"א און די טובי הקהל איז עס נאך גארנישט...!

די אונטערשטע שורה איז אז זיי בארעכטיגן דאס אפשפעטן פון אלע תקנות נשגבות. און זיי וויללן ווייטער ממשיך זיין מיט זייער עקשנות. ווייל באמת וואס פארלאנגט מען דען פון זיי. און פון א יעדן בר דעת. האלט זיך צו די תקנות העיר. און דאמאלס וועט זיין שלום ושלוה...!

ערב בערל האט עס ארויס, איך מיין אז מקען אים שוין אויפנעמען אלס מרה דאתרא....
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ערעב בערל,
די דארפסט נעמען א סטעפ בעק און איינמאל פאר אלעמאל ארייננעמען אין קאפ אז די גאנצע מרא דאתרא'שאפט איז קאנטעסטעט. די קענסט ווייטער האלטן אז מהר"א איז די שטאטס רב און זיינע תקנות דארף מען פאלגן, אבער פארשטיי אז טויזענטע אידן האלטן אנדערש און לדעתם איז מהר"א'ס תקנות גארנישט מער ווי א קול קורא פון התאחדות.
מהר"א קען ווייטער הייסן זיינע חסידים טון ווי ס'שמעקט אים אבער ווען ער וויל זיך ארויפצווינגן אויף אנדערע איז דאס די גורם פאר מחלוקת
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

איך בין געקומען צו די מסקנה אז עס איז טאקע נאריש פון קהל מהר"א זיך צוטין מאכן פון די וואכנשריפט און זייערע שטיצער


די מציאות האט געוויזן אז דער אנדערדאוג וואס איז עווען דער לוזער די האבן זיך באניצט מיט האטליינס פאשקעווילן ליצנות און נאך נישט האבענדיג קיין אנדערע כח

אזוי איז געווען אנהויב תקופה פון ב"מ ז"ל ווען די דעמאלסדיגע שונאים (גערופן די רעבעצינ'ס מענטשן)
אזוי איז געווען מיט די בני יואל
אזוי איז געווען מיט צד מהר"א אנהויב ווען מ' אט זיי אלעס צוגענומען

און אזוי איז יעצט מיט רז"ל אין קר"י, נישט האבענדיג קיין כח אין ווילעדזש און אין די שטאדט, האבן זיי איין ברירה, אגאנץ יאר פיטערן זיי די קעלבלעך מיט דמיונות (ווילמשל זייע רוועד העירוב) און פורים שרייבן פאני דזאוקס אזוי ווי דער בלאט האט געטון ווען זענן געווען לוזערס
נישט דא ווער זאל לאכן, מהר"א שטערט זייער אפקויף?, עטס מעגטס שוין וויסן אז ר' יחזקאל בראך וויל ענק שוין נישט קענען, און ער וויל מער נישט טשעפן מיט מהר"א, אדרבה ער געט זיי גרויסע געלטער
סא, איך וואלט געראטן צד מהר"א, לאזט אים ליפן, זיי דארפן עפעס סיפפוק,סיפוק, געמאך

אקעי שוין שפעט, וועלמיר זיך נאך צוריקקערן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טשאדעלע באדעלע: אפשר פאר מרה דאתרא, יא. אבער נישט מרא דאתרא...לאל.

אין ריעל לייף. אפשר פאר פורים רב. ביזדערווייל קענסטו ליינען אלע מיינע דזשאוקס און פורים טוירעה'ס אין ...,מילתא דבדיחותא"... פון קאווע שטיבל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:ערעב בערל,
די דארפסט נעמען א סטעפ בעק און איינמאל פאר אלעמאל ארייננעמען אין קאפ אז די גאנצע מרא דאתרא'שאפט איז קאנטעסטעט. די קענסט ווייטער האלטן אז מהר"א איז די שטאטס רב און זיינע תקנות דארף מען פאלגן, אבער פארשטיי אז טויזענטע אידן האלטן אנדערש און לדעתם איז מהר"א'ס תקנות גארנישט מער ווי א קול קורא פון התאחדות.
מהר"א קען ווייטער הייסן זיינע חסידים טון ווי ס'שמעקט אים אבער ווען ער וויל זיך ארויפצווינגן אויף אנדערע איז דאס די גורם פאר מחלוקת

ערעב שמעון וואלף: איך וועלל איבערחזר'ן צום 5 מיליאנסטן מאל א זאך וואס איך האב שוין פון פריער געזאגט. און א יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט עס. אז מ'צווינגט קיינעם נישט צו וואוינען אין קרית יואל/פאלם טרי/ מאנרא. לו יצוייר ווען די גאנצע שקלא וטריא און פילפול של הבל וואלט זיך אפגעשפיעלט אין וויליאמסבורג, בארא פארק. מאנסי אדער לעיקוואוד. אז ר' אהרן וויל ארויפצווינגען זיינע תקנות (דו קענסט עס אנרופן משוגעת'ן) דארף מען איהם טאקע נישט פאלגן. משא"כ קר"י איז א שטאט וואס דער סאטמאר'ע רבי ה'בעל דברי יואל זצ"ל האט מייסד געווען. איז ווער ס'וויל דארט וואוינען מוז זיך אונטערווארפן די תקנות העיר. אויך איהם אננעמען אלס מרא דאתרא. זיכער אויב ער וועט הייסן אראפשפרינגען פון די דזשארדזש וואשינגטאן בריק אדער פון עמפייער סטעיט בילדינג איז מען איהם נישט מחוייב צו פאלגן. אבער א יעדע נארמאלע תקנה דארף מען יא אויספאלגן. ער קומט דאך נישט צו דיר אהיים קיין (טעיק יור פיק) און זאגט דיר וואס צו טון. נאר אויב דו וואוינסט אין מאנרא...! קעיס קלאוז'ד. אויך. קר"י איז נישט רוסלאנד. מ'לאזט א יעדן איינעם שליבו חפץ ארויסמאפן...!9
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

berlbalaguleh האט געשריבן: קר"י איז א שטאט וואס (וכו') ווער ס'וויל דארט וואוינען מוז זיך אונטערווארפן די תקנות העיר. אויך איהם אננעמען אלס מרא דאתרא

די חיוב פין אננעמען די טערעריסט פאר מרא דאתרא איז א דאורייתא אדער א דרבנן אדער 1 פין די תקנת העיר?
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

@kollelniyes דורכפאל פאר יואלי עפשטיין און בנציון גאלדמאן, נאך וואס מיילעך דייטש האט אפגעזאגט זייער פארלאנג צו פארמאכן זיין בלעטל “דזשורנאל“ (זייער ווילן אז די “היימשטאט“ זאל זיין די איינציגסטע לעגיטימע צייטונג אין קרית יואל) נאך אלס מעגליך אז די “צמד העשקנים“ גייען אפקויפן די “דזשורנאל“ פון מיילעך דייטש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקקקבבב: דו רופסט אן הר"ר אהרן טייטלבוים שליט"א א טעראריסט. דו מאכסט מיך לאכן.. דו ווילסט דיך פארהערן מיט איהם. אויב דו ווייזט מיר אויף אז ער קען נישט לערנען. ר'איז א געשוואלענער עם הארץ, פאר איך אריבער (בלי"נ)קיין מאנרא. און אונז עמיר גיין צוזאמען מוחה זיין פארנט פון זיין הויז און ביהמ"ד (הגדול) אויף די חוצפה אז א טעראריסט (כ'בין נישט זיכער אז ער ווייסט וויאזוי צוזאמצושטעללן א באמבע) און אן עם הארץ האט פארכאפט דאס רבנות אין אן עיר ואם בישראל. און ער רופט זיך מרא דאתרא. אבער ווילאנג דו ווייזסט מיר נישט אויף אזוי ווי אונז האמיר געשמועסט, מוז איך איהם אננעמען אלס מרא דאתרא פון קרית יואל והגלילות. און (ווען איך וואלט געוואוינט אין קר"י איך נעם מיך אונטער, (בלי"נ) אויסצופאלגן אלע תקנות העיר..(במאמר המוסגר)... און עטץ זאגטץ נאך אז עטץ ווילטץ שלום. און דער צד שכנגד ווילל מחלוקת. זיכער ווילט עטץ שלום. בתנאי אז מהר"א שליט"א זאלל אויפגעבן דאס רבנות און ווערן שמש אין נייעם ביהמ"ד. אדער אפשר גאר מקוה איד. דאמאלס וועט זיכער זיין שלום. פרעג נאר ביי הרב יוסף בן מרים . ער איז זיכער אויכעט מסכים צו דעים...!
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

איינער האט געזאגט אז ער איז א עם הארץ? איך האב געזאגט אז ער איז א טעראריסט עס איז נישט קיין שום סתירה א טעראריסט מוז נישט מיינען איינער וואס קען מאכן באמבעס א טעראריסט קען מיינען א רב וואס שיקט זיינע בחורים קראכן פענסטערס רעדלעך פין קארס צאמשלאגען מיט רציחה אומשילדיגע קינדער צוכאפען וועש אין מקוה פארברענען בנינים שלאגען תלמידי חכמים וכו' פאר ווער עס וויל נישט אנערקענען דעם שמיציגען בעל גאוה פאר רב און נאכדעם אנקימען מיט א תמימות איך בין מרא דאתרא און יעדער מוז פאלגען מיינע משוגעתן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

C/P
בס"ד
הנהגה אדער פאוע"ר?

   ליינענ'דיג די בריוו וואס קהל מוהר"א אין קרית יואל האט ארויס'געשיקט פאר די געשעפטן אייגענטומער וואס אדווערטייזן אין די אויסגאבע וואכנשריפט, שטיי איך און איך ווינדער מיר אויף וועלכע פלאנעט בין איך, קרית יואל איז אינטער טעראר, און זיי פרובירן צו עס מלבוש זיין אין א לבוש פון אידיש'קייט.

   הקדמה 1: באמת שרייב איך צו מיר אליינס, אבער פאר די אנדערע וואס וועלן עס ליינען, און קען זיין געוויסע פון חסידי מוהר"א וועלן עס אויך ליינען, וויל איך זייער קלאר זאגן, קהל מוהרי"י איז נישט א געוויסע קהלה און מוסד וויאזוי די בריוו שרייבער דריקט זיך אויס, עס איז א קהלה און מוסד פונקט ווי קהל ומוסדות מוהר"א. און חסידי מוהרי"י האבן א רבי'ן און הנהגה פונקט ווי חסידי מוהר"א האט, נישט קיין נפק"מ צו ער וואוינט אין ווליאמסבורג, אדער ער וואוינט אין קרית יואל.  און פונקט ווי אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, איז דא חסידי מוהר"א און חסידי מוהרי"י, און יעדער האט א באזינדערע רבי און הנהגה, און קיינער שטערט עס נישט. און ווילאנג קהל מוהר"א אין קרית יואל אנערקענען דאס נישט, זאלן זיי נישט וויינען מיט קראקידייל טרערן אז מען שטערט די הנהגה. עטס האטס א הנהגה, און מיר האבן ב"ה אויף א פיינע און ערליכע הנהגה, וואס שטערט בכלל נישט ענקער הנהגה, עס שטערט אפשר ענקע פאוע"ר.

   אבער לאמיר יא איבערגיין די בריוו און רעדן פון שטערן די הנהגה וואס באדערט זיי זייער שטארק, און איך גלייב אז זיי רעדן בכלל נישט פון קיין נגיעות, מען רעדט פון בלויז אידיש'קייט

   לאמיר רעדן די ליצנות פון קדושת העיר, וועגן די זמן רבינו תם. יעדע פארשטענדליכע חסיד מוהרי"י פארשטייט די פראבלעים פון האלטן זמן ר"ת, און אויך אז דא אין די גלילות פון א סאטמארע שטעטיל וואס רביה"ק האט געבויעט דארף מען האלטן זמן ר"ת, און ווי שטארק עס איז געווען בלבו פון רביה"ק די זמן פון ר"ת. די איינציגסטע חילוקי דיעות איז אפשר וויאזוי מען דארף אפעלירן צו די חסידי וויזניץ, און וויאזוי זיי בעטן צו האלטן די זמן ר"ת.

   די חסידי מוהרי"י האלט אז מען דארף זיך נארמאל אראפזעצן און שיין אויסשמועסן, אן קיין סטראשונען וכדו'. און אנדערע מקומות ווי לעיקוואד, וואס דארט האלט מען אויך די זמן ר"ת, האב איך געהערט אז חסידי וויזניץ שטעלט זיך  זייער שיין צו און האלטן די זמן ר"ת, און פארוואס דא זאל זיין אנדערשט.

   אפשר האלטן אויך חסידי מהרי"י אז עס איז נישט קיין פראבלעים אויב טוט ער א מלאכה ביי זיך אין ביהמ"ד, אדער ער פאסט אויס ביי א תענית ביי זייער זמן, וכדו', ווילאנג ער טוט עס נישט אויפן בפרהסיא אויפן גאס, איך ווייס נישט מען דארף רעדן צו יושבים על מדין ביי קהלות מהרי"י אפשר האלטן אויך חסידי מהרי"י אז עס איז נישט קיין פראבלעים אויב טוט ער א מלאכה ביי זיך אין ביהמ"ד, אדער ער פאסט אויס ביי א תענית ביי זייער זמן, וכדו', ווילאנג ער טוט עס נישט אויפן בפרהסיא אויפן גאס, איך ווייס נישט מען דארף רעדן צו יושבים על מדין ביי קהלות מוהרי"י

   און אויך ביי חסידי מוהרי"י איז אבסורד אז מען זאל זיך אויפשטעלן און רעדן אקעגין א קהלה קדושה בישראל און סטראשענ'ען מיט טעראר, פאר מען רעדט צו עם געהעריג, און מען ארבעט עס געהעריג אויס.

   און וועגן ליצנות, ווער מאכט ליצנות, איינער וואס שרייבט אביסל חוזק פון די דרשה אין זיין פורים צייטונג, וואס ביי עם איז אזא דרשה  היבש אינטערעסאנט, ווי אויבן דערמאנט. אדער דער וואס מוסדות סאטמאר מוהרי"י אין קרית יואל האט גענומען צו פירן זייער מכה בפטיש קאמפיין, און יענער האט געשפירט גאר וויכטיג אז אינמיטן די קאמפיין זאל ער נעמען אלע אימעיל אדרעס'ן, סיי פון די טיעמ'ס און סיי פון די נדבנים, אוןמען רעדט פון איטליכע טויזנט אימעיל אדרעסן, וואס רובא דרובע דערפון געהערן אן צו קהל מוהרי"י פון איבער די גאנצע וועלט, און זיי מזכה זיין מיט די דרשה פון מוהר"א ווי ער רייסט אינטער וויזניץ, וואס ביי חסידי מוהרי"י איז דאס ביליג און אפ'געפרעגט, און נאכדעם גייט ער ארום וויינען אז חסידי מוהרי"י מאכט חוזק פון מוהר"א, זאג די שנעל איבער ווער מאכט חוזק?

   לאמיר גיין ווייטער וועלכע פרעמדע קהילות קומען אין די גלילות, ער כאפט אן פרעמדע קהילות, אזוי ווי און אנפאנג די בריוו כאפט ער אן געוויסע קהילות, וועלכע געוויסע און וועלכע פרעמדע רעדט מען דא, מען רעדט פון עפעס א מאדערענע קהילה וואס וויל זיך באזעצן דא אין די גלילות, אזעלכע קהילות אזוי ווי עס איז דא איו עירמאנט אדער פאמאונע, אדער אפשר גאר פלעטבוש. אפשר רעדט מען פון  ליטאים וואס קומען דא אהער און בויען זיך ישיבות, קען נישט זיין מען רעדט פון דעם ווייל דארט איז הגאון רבי געציל געגאנגען רעדן, סוי דאס איז זיכער כשר וישר. מען דארף נאר טשעקן צו ביי הרב מונק אין ישיבה האלט מען די 72, קען זיין אז יא, איך פרעג  נאר.

   אה מען רעדט פון וויזניץ. וואס איז שלעכט מיט וויזניץ, ער איז דאך אליינס אריין צו מוהר"א פארדעם פרעגן רשות צו ער מעג אהער קומען, און ער האט זיי אויפגענומען מיט ביידע הענט. וואס איז פלוצלינג געווארן די פראבלעים? האלטן 72 האט מען שוין אויך געסאלווד. די חסיד מוהר"א וועט זאגן אז מוהר"א מיט זיין דרשה, און די חסיד מוהרי"י וועט זאגן, אז מוהרי"י האט עס אויסגעפירט מיט זיין בעטן נארמאל. עס איז נישט יעצט אזוי נוגע, די מציאות איז אז יעצט האלטן זיי 72, און ווי מען זעהט טאקע אז מוהר"א האט נאכדעם זייער שיין אויפגענומען הרב יצחק יוחנן, מילא פרעגט זיך די קושיא פון וועלכע פרעמדע קהלה רעדט מען?

און ווען מען טראכט אריין, ווייסט יעדער איינער, אז רביה"ק זצ"ל האט געזאגט אז ער בויעט א שטעטיל עס זאל זיין א אידישע שטעטיל, און נישט דוקא פאר סאטמארע אידן, ווי איך האב געהערט מכלי ראשון, אז ער האט דעמאלטס געזאגט פאר ווינע קהילה אז זיי זאלן ארויסקומען און בויען א בית מדרש ביי עם אין שטעטיל. זיכער האט ער געוואלט האבן מענטש וואס גייען אין זיין שיטה, און ווי איך פארשטיי איז וויזניץ וויליאמסבורג זייער רעכט געשטומט.

   קען אפשר זיין די פראבלעם איז, אז עס איז וויזניץ וואס איז אינטער הרב יצחק יוחנן וואס איז מער געשטומט צו מוהרי"י, און עס איז נישט די  וויזניץ וואס איז אינטער הרב ישראל? קען זיין עס איז ווייל די וויזניצע אידן וואס האבן זיך אהערגעצויגן שיקן די קינדער צו די מוסד פון מוהרי"י און נישט אין די מוסד פון מוהר"א? אולי ואולי.

   הקדמה 2: עס דארף דערמאנט ווערן אז פאר קהל ומוסדות מוהרי"י ביזדערווייל, און לעצטענ'ס נאכמער,  זינט עס איז אריינגעקומען פרישע און שטארקע כוחות ביי קהל מוהר"א, זייער שווער צו בויען אין קרית יואל. ווי מען האלט אליינס מיט מיט די לאט אויף פארעסט וואס מען איז אין קאנטראקט, און די פרישע כוחות טוה'ען אלעס וואס איז אין זיין יכולת עס צו צושטערן. און ווי איטליכע פון די שטארקע כוחות זאגן קלאר, אז אפילו די דיעל גייט אדורך, און קהל מוהרי"י וועט קלאוזן אויף די לאט,  וועלן  זיי זיכער מאכן צו לייגן ווי מער פיסלעך, בכדאי מען זאל נישט קענען בויען קיין בנינים דארט.

   משא"כ ווען עס קומט צו די גלילות פון קרית יואל, איבערהויפט אין בלומינג גראוו ווערן זיי אויפגענומען מיט ביידע הענט, און מען וועט זיי אקעגין קומען, און זען צו העלפן ווי מער, מילא דאס שרייען אז די וואכנשריפט שטיצט זייער אסאך די גלילות, איז אבסורד, ווייל יא אין די גלילות זענען חסידי מוהרי"י זייער וועלקאום, משא"כ אין קרית יואל גופא נישט, מילא איז ביי עם די גלילות א שטארקע זאך, און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס ביי קהל מוהר"א איז די גלילות א מיינוס, ווייל דארט פארלירן זיי זייער פאוע"ר, ( ליין הנהגה ) און זיי ווילן באמת אז קהל ומוסדות מוהרי"י זאלן נישט האבן ווי צו עקזעסטירן.  ע"כ הקדמה 2

   שרייבט ווייטער די בריוו שרייבער פון קהל מוהר"א צום געשעפט אייגענטומער. ער וויל קרית יואל זאל אויסקוקן ווי מאנסי, און די שרייבער האט זיכער געמאכט שטארק ארויסצוברענגן .,נישט ווי די גוטע חלקים אין מאנסי, נאר מיט אלע אירע הפקירות און פלאגענישן. קוקט אויס דאס איז א זאך וואס מען דרינגט ארויס זייער טיף פון די וואכנשריפט, און עס איז א טיפע סם, ווייל איך אין די וואכנשריפט האב איך עס נאכנישט באמערקט, נישט געלייגט קיין שום שלעכטע אדווערטייזמענט, זייער א אויסגעהאלטענע ערליכע צייטונג. איך זעה נישט אז מיט  וואס ער איז מחזק די גלילות, מיט דעם שטופט ער אז עס זאל אויסקוקן ווי מאנסי, ווי אויבנדערמאנט האט די וואכנשריפט א שטארקע געפיהל צו די גלילות, מיט גערעכטע סיבות, און ער פרובירט עס ווי מער צו ברענגן אין זיין צייטונג. אפשר די נייע מאדערענע מאלל'ס וואס מען בויעט אין די שטעטיל וועלן מאכן די שטאט אויסקוקן ווי מאנסי.

   און איך לאך ווי מען שרייבט אז די בעל הוואכנ'שריפט זאגט אז  איך בין נישטא צו בויען, איך בין דא צוצוברעכן די הנהגה, וועלכע הנהגה רעדט מען דא?

הנהגה פון טעראר, יא דאס איז מען דא צוצוברעכן! הנהגה פון איינטיילן ווער עס מעג יא און ווער נישט קויפן קיין לאט'ס צו בויען זייער מוסד או קהילה, דאס זענען זיי דא צו צוברעכן! הנהגה פון שטערן אידן צו גיין צו זייער געשוויסטער'ס אדער ידידים'ס שמחות, יא דאס זענען זיי אויך דא צו צוברעכן! הנהגה וועלכע גראסערי מעג יא אדער נישט מאכן געלט, דאס זענען זיי דא צוצוברעכן! און די ליסטע קען נאך ווייט ווייט אנגיין. אבער צייג מיר ווי איין הנהגה אין אידיש'קייט האבן זיי פרובירט צו צוברעכן.

   און ער שרייבט נאך מען דארף נישט צוקומען צו הודאת בע"ד, ווייל עס שרייט קלאר ארויס, אדרבה ווי שרייט עס אזוי קלאר ארויס?
   קען נאר טאקע זיין אז דאס וואס די וואכנשריפט שרייבט אזויפיל פון די גלילות דאס שפירן זיי צוברעכט זייער הנהגה, זיי שפירן עס עס שטערט די אני ואפסי כח פון קהל מוהר"א. מען רעדט נישט פון א הנהגה אין אידיש'קייט ווייל מוסדות מוהר"א און מוסדות מוהרי"י ובכן מוסדות בני יואל האבן די זעלבע סטאנדארטן אין אידישקייט, און קיינע פון די אויבנ'דערמאנטע מוסדות איז נישט קיין מוסד ווי אנדערע מוסדות ווי למשל אין מאנסי וכדו'  וואס מען קען טון וואס מען וויל, אלע פארלאנגן בערך די זעלבע זאכן, מילא די הנהגה אין אידישקייט ווערט געפירט פאר מוסד מוהר"א דורך זייער רבי און ביי מוסד מוהרי"י דורך זייער רבי, און ביי מוסד בנ"י דורך זייער קהלה, און אלעס אויפן ערליכן וועג וואס איז מקובל פון רביה"ק זי"ע, אבער דאס איז טאקע די פראבלעים, אז עס ווערט געפירט דורך נאך אפאר מענטשן פון נאך אפאר קהלות, און נישט דורך אפאר שטארקע כוחות פון איין קהלה, ווי געשריבן און הקדמה א' ברייטער איבערדעם.

    און אויב איינער איז מסופק וואס זייער הנהגה מיינט, זאל רעדן צו עני יונגערמאן וואס וואוינט אינדרויסן, און בעיקר אין טאון אף מאנרוי אין די געגענט פון סמיט פארם, אדער אין היילענד עסטעיט, וואס טוט זיך דארט מיט די בתי מדרשים, וועט איר הערן וועלכע הנהגה מען רעדט. איר קענט זיך זיך נאר נאכפרעגן צו אין טאון אף מאנרוי וואס קהל מוהר"א האט דארט א ביהמ"ד וואס איז אינטער זייער הנהגה, צו עס האט מנין יעדע שבת?, ( יא עס איז דא איבער א מנין חסידי מוהר"א אין יענע געגענט, וואס ווילן נישט אריינגיין אין יענע ביהמ"ד ) ווען איר קומט צוריק וועלן מיר פונקטליך רעדן די אפ'טייטש וואס מיינט ביי קהל מוהר"א הנהגה

אינטערעסאנט אז לעצטע וואך האט מען גערעדט פון נאך א זאך וואס די וואכנשריפט האט געשריבן אין זייער פורים אויסגאבע, און מיט דעם שטארק אראפ'געריסן אז ער ברענגט מיט דעם אינטער די הנהגה,  און עפעס אין די בריוו וואס מען האט געשיקט צו די געשעפטן אייגענטומער רעדט מען נישט דערפון. דאס איז וואס מוהר"א האט גערעדט פון די שרייע'נדיג מציאות אז דירות אין קרית יואל קאסטן זייער טייער צו קויפן, און דאס איז באמת א זאך וואס עס טוט וויי פאר כמעט יעדע תושב דא אין קרית יואל, נישט קיין נפק"מ צו וועלכע קהלה ער געהערט אן. און ווען די וואכנשריפט האט חוזק געמאכט, האט ער זיכער נישט חוזק געמאכט פון די פראבלעים פון די טייערע דירות, נאר חוזק געמאכט פון די סעלושאן וואס די בעל ה'היימשטאט איז אויפגעקומען, אז מען גייט ארויסלייגן א ליסטע פון אלע יודן וואס זיכן צו רענטן א דירה, מיט א א געגענט ווי זיי ווילן גיין, און וויפיל זיי ווילן באצאלן, מאכנ'דיג חוזק פון זיך אליינס, און פון די דרשה פון מוהר"א, והמבין יבין.

    אבער באמת איז דאס מציאות אז די דירות קאסטן אזוי טייער א שטארקע וויי געשריי, און ווי באקאנט האט רביה"ק באמת מייסד געווען א שטעטיל ווי יעדער איינער, אפילו נישט קיין גרויסע בעל יכולת זאל קענען קויפן א דירה. און דאס א דירה קאסט טייער, איז באמת א ווייטאג, לכאורה מער ווי דאס אז אנדערע קהילות קומען אהער, און אזוי אויך מער ווי די גלילות בויעט זיך, און א ווייטאג וואס יעדער פארשטייט. און פארוואס'זשע טאקע אין די בריוו וואס מען האט ארומ'געשיקט פאר די געשעפטן אייגענטומער ווערט בכלל נישט דערמאנט אז די וואכנשריפט האט חוזק געמאכט פון די פראבלעים.

    ווילט איר יעצט הערן די תירוץ, ווילט איר הערן ווער עס מאכט ליצי ליצנות פון א הנהגה. פון פאוע"ר טאקע נישט, אבער פון הנהגה יא.

    די תירוץ איז, וועד הקריה האט נאך א שיינע גרויסע לאט אין קרית יואל, וואס ווי פארשטענדליך איז די לאט נכסי ציבור, און מען האט געצאלט די לאט פיל פיל ווייניגער וואס יעדע דעוועלאופער אין קרית יואל האט געצאלט פאר א לאט. און די לאט איז שוין טויזנט מאל אויסגעצאלט מיט עצי תמרים אין קארלסבורג. מען רעדט פון די לאט וואס איז אקעגין קארלסבורג. און נאך די דרשה פון מוהר"א, און  אפילו פארדעם וואלט געווען פארשטענדליך און יושר אז וועד הקריה זאל דארט פארקויפן דארט דירות פאר ביליגע פרייזן, די ביליגסטע וואס איז שייך. ווי נישט ווי אנדערע דעוועלאופער'ס, צאלן פאר לאנד פיל פיל טייערער, און זענען פריוואטע מענטשן, און זענען דא צו מאכן געלט. אבער וועד הקריה איז דאך דא פארן ציבור, און פאר לאנד האבן זיי כמעט גארנישט באצאלט.

   יא יא אזוי וואלט עס געדארפט צו זיין, אבער די מציאות שלאגט אנדערשט, אדרבה גיי פרוביר דארט צו קויפן א לאט, עס איז טאקע יעצט נאר אינטערן טיש, און זאג מיר וויפיל עס קאסט א לאט. און אויך קען מען עס נאר קויפן ביי איינע פון די נייע שטארקע כוחות ביי קהל מוהר"א, וואס ער טאקע פירט די מערכה מיט די וואכנשריפט, און נאכדעם קום מיר זאגן ווער עס מאכט ליצי ליצנות פון הנהגה.

   און ווי פארשטענדליך פאר אלע ארגאנאזציעס און ביזנעס אייגענטומער, איך פארשטיי עטס האטס געוואלדיגע פרעשור באגלייט מיט טעראר, אויפצוהערן צו אדווערטייזן אין די וואכנשריפט וואס איז די שופר פון צוויי גרויסע קהלות ומוסדות אין קרית יואל, וואס האט רעכט צו עקזעסטירן, און עס עקזעסטירט ב"ה פונקט אזוי ווי קהל מוהר"א.

   אבער אויב גייט עטס ענק ברעכן צו די טעראר פון יענע הנהגה, זאלטס עטס אונז מוחל זיין, מיר מוזן שטיצן אונזער קהלה ומוסדות, און פייטן פאר אונזער עקזיסטענץ דא אין די הייליגע שטעטיל, א עקזיסטענץ וואס אנדערע ווילן אינטערברענגן. און מיר וועלן ענק נישט קענען ווייטער שטיצן, אפגעזעהן ווי חשוב און הייליג ענקער ארגאנאזאציע איז. און אזוי אויך אין די געשעפטן וועלן מיר פרובירן צו איינקויפן ביי די געשעפטן וואס אדווערטייזן יא, מיט אסאך הצלחה.
פארשפארט