זכר למקדש כהלל

מחשבה, השקפה ועיון
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

זכר למקדש כהלל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

זיץ איך אזוי ביים סדר די ערשטע נאכט פסח, האלט מען שוין נאכן צווייטן כוס יין ישן, מען האט שוין געהאט די ערשטע סעט כזיתים, נאך דעם ווייסט יעדע קינד וואס קומט, ווייל אפילו אין אזא הייליגע יו''ט טאר מען נישט פארגעסן די צרות וואס אונז און אונזערע אור עלטערן האבן זיך צאמגעליטן במשך הדורות, און מ'פאקט אריין עטליכע שטיקלעך מרור, מיין מאגן האלט און איין שיקן סיגנאלן אז מ'רוקט זיך נענטער צי שלחן עורך, וואס שוין נישט האבנדיג באקומען עפעס זאכליך זינט חצות היום, פילט זיך שטארק די געברויך פאר א נארהאפטיגע סעודה.

אבער דא געבט מען א ריק אריין א שטיקל פון זכר למקדש כהלל, ווי מ'לאדנט ארויף סאלאט בלעטער מיט חריין אויפ'ן מצה, און מ'זאגט א לחש ווי דער גרויסער תנא הלל פלעגט נעמען די קרבן פסח ארויף לייגן מרור און עס אריינוויקלען אינעם מצה און אזוי עסן, מקיים צו זיין דעם על מצות ומרורים יאכלוהו, און ביי דעם פונקט, פלאצט עס, יעדע יאר פון פריש, מיין מח רעדער הייבן זיך אן צו דרייען ווערענדיג געפיטערט דורך דעם גאז פון דמיון, און איך זעה ממש בחוש ווי דער גרויסער מנהיג זיצט אנגעטון אין ווייסן אויף א מלכות'דיגע היסב בעט, און וועלנדיג מקיים זיין די פסוק פון די תורה הקדושה אזויווי עס שטייט, נעמט ער זיין חלק קרבן און שמירט ארויף פון די שארפע צוריבענע בלעטער, וואס ווי גוט די פריש געשאכטענע בהמה איז, איז עס יעצט געווארן נאך טעסטי'ער.

און ס'נאך נישט פיניש, דא נעמט ער די באשמירטע פלייש, און וויקלט עס איין אין א ווייכע מצה, מער לאפא סטייל, און ערשט יעצט ווען אין זיין האנט ליגט א געשמאקע, ברוחנית און גשמיות'דיגע סענדוויטש זאגט ער די פסוק, און טוט וואס מען דארף טון מיט דעם, נאכן זעהן די סצענע כמעט לעבעדיג, וועק איך זיך אויף צום היינטיגן ביטערן רעיאליטעט, ווי מיר פארמאגן נאר צוויי פון די אינגרידיענטס פון די פיינע כורך פון זמן הבית, און וואס אונז עסן היינט איז קוים קוים א זכר צו וואס הלל האט דאן געהאט, קעגן זיין פיינע ווייכע מצות האבן אונז הארטע קרעקער'ס, קעגן זיין פלייש, האבן אונז....גארנישט.

די איינציגסטע זאך וואס היינט צוטאגס איז די זעלבע, די ביטערע מרור, וואס דעמאלט'ס האט עס צוגעגעבן צום גע'בראט'ענעם קרבן, און כהיום איז דאס וואס איז איבערגעבליבן די נענסטע צום גרויסן תנא'ס איינפיר, און מדי שנה בשנה באקום איך די זעלבע הרגשה, ווי דער מנהג איז דא צו חוזק מאכן פון אונז, און אונז צו לאכן אין פנים, אז אונז דארפן זיך שטיקן מיט ביטערקייט, ווען און די אלטע היים, און די גוטע צייטן, איז מען זאט געווארן דורך גוטע פיינע נארמאלע עסן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מיין אמת

שליחה דורך מיין אמת »

Ye so sad and so true
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זע איך שבת זכר ווי נאכן דאווענען נעמען זיך צוזאמען אפאר מחמירים, און נעמען ארויס די ספר תורה פונעם ארון הקודש, און נעמען זיך ליינען אלע מינע מאדנע נקידות אויפן תמחה את 'זכר' עמלק...
איך גיי צו און זאג, טאמער וועלן ענק עסן פסח ביים סדר א באזונדערע כרך פאר די אלע 'זכר'ס' דאן וועל איך וויסן אז ענק מיינען עס ערנסט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליינען זכור איז דאך א דאורייתא, משא"כ זכר למקדש...
וירח ה' את ריח הניחוח
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

מחלוקת פון ראשונים צו בזמן הבית האט מען געגעסן פסח מצה ומרור צוזאמען אדער נאר מצה ומרור.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מחלוקת פון ראשונים צו בזמן הבית האט מען געגעסן פסח מצה ומרור צוזאמען אדער נאר מצה ומרור.

אנגענומען איז, אז אלע דריי.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט